דער שאך שפיל מיט דעם ס"מ,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

דער שאך שפיל מיט דעם ס"מ,

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'שפיל לעצטענס אביסעלע שאך אויפען געלעקסי, אין ביי שאך זעהט מען ווי דער צד שכנגד אין דעם פאל דער קאמפיוטער, ווי ער רעכענט אויס אין ריקט שוין שטיקלעך אסאך פריער וועגען א מאוו וואס ער וויל מאכען היבש שפעטער,

ווען ס'קומט צי דעם ס"מ, איז זייער וויכטיג צי זיין קלאר אין צוויי זאכען, איינס וואס מען דארף חאפען אין פארשטיין איז אז אפילו מען זעהט נישט דעם ס"מ מיט די פליישיגע אויגען אין ממילא איז מען אויסגעשטעלט אז ווען מען דעסטראקטיוו פילינגס אדער באגעגענישען אדער אנדערע זאכען, איז מען אויסגעשטעלט עס צי אנקוקען ווי א מקרה, ווייל מען זעהט דאך נישט דער וואס שטייט אונטער דעם אין רעכענט עס אויס,

וואס ס'וויכטיג צי וויסען איז אז דער ס"מ זיצט אין זיין אפיס מיט סטראטעגיסטען אין רעכענט אויס מיט גרויס חכמה וויזוי צי אפשוואכען אין צי אראפברענגען דעם מענטש, אין ווען מען וועט אנקוקען די זאך מער ווי א מלחמה מיט א אויסגערעכענטע פיינט האט מען מער טשאנסען צי זיך נישט לאזען אין צי חאפען די פאסטקע,

אין פאר איך גיי ווייטער איז זייער וויכטיג צי פארשטיין וואס די ס"מ איז, דער ס"מ איז די כח פין דעסטראקטיוו וואס דער באשעפער האט באשאפען ס'וויל אראפברענגען דעם מענטש סיי אידען אין סיי גוים סיי בגשם אין סיי ברוח, ס'נישט פשט אז נאר א בלאט גמרא וויל ער נישט מען זאל לערנען, אפילו א גוטע ביזנעס דיל וויל ער אויך שטערען אין אינטערשטעלען פיסלאך וויפעל ער קען (לויט וויפעל כח ער האט אין דאס איז א צווייטע ענין),

אין ס'דא מענטשען וואס וויבאלד זייערע מחנכים זענען געווען ביזי צי דרייען א קאפ מיט דעם יצר הרע איז אמאל דא א ווידערווילען צי דעם גאנצען ענין, אבער מען דארף דאס איבער קומען, ווייל די מציאות איז אז מען דארף וויסען, טראכטען אין זיך היטען, אשרי אדם מפחד תמיד, אין טאמער רעדט מען זיך איין אז ס'נישטא דאן אז מען היט זיך נישט אין מען ווייסט נישט זיך צי היטען קען מען זייער שנעל פאלען,

עכ"פ וואס כ'באמערק איז אז דער ס"מ ארבעט גאר קלוג, ער קען מאכען א געוויסע מאוו אסאך פריער ווייל ער וויל צים סוף ציקומען צי עפעס אסאך שפעטער, יעדער דארף ביי זיך זעהן אליין אבער ווען מען טראכט אין מען קוקט אריין אין זיך אליינס זעהט מען ציביסלעך איין וויזוי זאכען ארבעטען, אין היינט האט עס מיר אויסגעקוקט ווי ער שפילט מיט מיר שאך, (ער איז די שווארצע שטיקלאך),

צים סוף דארף מען וויסען אז אלמלי הקב"ה עזרו לא יכול לו, טאמער ווייסט מען אז די אייגענע חכמה קומט פין גא-ט דאן איז די צינור אפען די השפעה קומט גלייך אין מען קען געווינען דעם ס"מ, טאמער טיילט מען זיך אפ פין גא-ט דאס מיינט אז מען לאזט זיך פינעם ס"מ צי באקומען דעם פאלטשע געפיהל (חאטשיג ס'איז טפשות איז אבער דא אזא געפיהל וואס קען ארומנעמען א מענטש) אז מען איז אליינס קלוג אן וויסען אז יא מען איז טאקע קלוג אבער ס'קומט פין גא-ט אין די רגע מ'פלאגט זיך אויס פין די שורש איז מען אויף צרות, אין דעמאלץ ווערט די השפעה פארקרומט אין אז ס'נישטא דער הקב"ה עזרו קען מען גרינג פאלען אין די מלחמה, (אין דאס איז טאקע אינס פין די תכסיסי הס"מ צי אריינברענגען א געפיהל פין אני ואפסי אין פארגעסען אז כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל)

מען קען שרייבען אין שרייבען, אבער מען דארף סייעתא דשמיא אז די ווערטער זאלען ריכטיג פארשטאנען ווערען, ווייל אמאל קענען זאכען פארשטאנען ווערען נישט ריכטיג אין האלוואי ס'זאל נישט קליא מאכען, בעט איך ביי גא-ט שלא יצא מכשול מתחת ידי, אין אמאל קען די ריכטיגע פאר ווערטער מער אויפטוהן ווי לאנגע דרשות, עמער ענדיגען מיט א תפילה אז אידישע קינדער זאלען שוין ווערען אויפגעראכטען מיט די גאנצע ישועה בביאת הגואל בב"א
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר