דער גליקליכער איד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6312 מאל

דער גליקליכער איד

שליחה דורך יואב »

אסאך מאל זעה איך אומקוואלעפאצירטע ברואים, היי פראפייל טיפשים, די מוח צעלן פארגליווערט ווי דער מקווה דעם דריטן טאג יום טוב.

אויב (ווי געווענליך און אזא פאל) איז ער נאך געשאנקען מיט אן איבערפלוס פון הומאר, שטייט ער און קראכט געלונגענע וויצן צו די אויסברוך פון ארומיגע ליצני הדור וועלעכע שטייען מיט האלב פארשיילטע געברעקלטע פאום קאפס אין איין האנט, אריינגעדרייט אינעם האריגן גארטל דעם אנדערן האנט, און שפרינגען פאר געלעכטער ווי מ'וואלט זיי ווען נארוואס געגאסן פעפער אויפן וויידל.
(נישט חלילה ליצנות, נאר אמאל ערלויבט מען זיך א מילתא דבדיחותא פארן דאווענען, זאל שוין זיין).

געווענליך דער זעלבער מיטל יעריגער וועלעכער שיסט פאר געלעכטער ביי יעדן בר מצווה באזונדער בעת דער אומשולדיגער בחור'ל ווערט הילכיג איבערגעריסן מיט ווילדע געזאנג, דורכגייענדיג דעם וואנזיניגן פשעטל פראצעדור,וואו דער בחור'ל ווערט דאס קרבן ציבור פארן טאג.

דער זעלבער וואס ווארפט זיך ווי אן אקס ביים שחיטה, ווען די קינדער ציען אן מיט עקשנות לאנגע קלאפערייען ביי עמלק שבת ביים ליינען.
(נישט ביי המן אין די מגילה, דעמאלט זענען זיי נערוועז, און ברומען ווי הונט).

דער זעלבער אינגערמאן מיט א שמייכל אזוי גרויס אז ס'מאכט אומזעבאר זיינע פארטריקענטע לעפצן, און ערלויבט די ארומיגע צו כאפן א פרייען בליק אויף זיינע חמץ'דיגע געלע ציינער, ווען ס'שטעלט זיך ארויס ער איז די סאמע איינציגסטער וועלעכע קאן א געוויסן פאל פון א פארבארגענעם ניגון.

דער זעלבער וויץ פעדלער, וועלעכער פארמאגט ווערטלעך אויף זיין ספיד דייעל, און קומט שטענדיג צו גיין מיט הומאר געווייקטע וויצן מיר האבן שוין לעגאל פארגעסן אין כיתה ג'.

אינמיטן א שמועס בעת'ן זיך ווארפן מיט משלים, און מיט געוואלד צופאסן נמשלים בענינא דיומא, וועלן זיי א פרעג טאן: קענסט די מעשה מיט יענעם יוד יא? נאך איידער איר עספיעט צו ענטפערן יא צו ניין, וועלן זיי פארזעצן: קענסט נישט די מעשה? א באקאנט מעשה. הא! א קלוגער יוד איז אמאל געקומען וכו'.

אלענפאלס, לאמיר נישט פארקריכן פונעם פוינט. למעשה געבן זיך די יעניגע פינאנציעל אן עצה מיטן ווערן א מלמד-גבאי-סופר-טיכטיגע וואלונטיר, אדער סיי וואספארא היימישע פאסטן. (נישט אז אלע דערמאנטע שטעלעס זענען טיפשים).
מיט כבוד וועלן זיי זיך שוין איינמאל פארזיכערן אא"וו. בקיצור, דאס לעבן פארט, ווי מ'זאגט.

בין איך זיך מתבונן וואספארא חסד גאט האט געטאהן מיט די נפשות, אז ער האט זיי אראפגענידערט אין די סמעטענע פון חסידימיזם.
איך פראביר פאנטאזירן, דער זעלבער פארשוין אלס גוי.
וואס וואלט ער געטאהן?? ווער וואלט חתונה געהאט מיט אים?
וועלעכע קאמערציאלע בית כסא וואלט אים אקצעפטירט יעדע 15 מינוט?
וואו וואלט ער אויסגעגעבן זיין הומאריסטישע כשרונות?
ווער וואלט אים אנגעקוקט?
אויף וואס וואלט ער געזוכט איסורים?

(או יאמר)
וואו וואלט ער געקענט וואלונטירן, בכדי צו קענען ארומפליען מיט לעלוס און בליצערס?
וואו וואלט ער געקענט שרייען קינדער, איך וויל קיינעם נישט זעהן דא, גייטס אלע אוועק פון דא אין די מינוט?
וועמען וואלט ער געקענט סטראשען, נאך איינמאל דו רירסט דאס צו האק איך דיר אן די ביינער?
וואו וואלט ער געשאוועלט הערינג? (קרעדיט: קול מבשר).

א דזשאב?
אפשר אלס א שטאלצער פארפעלצטן גאזאלין פאמפער אין ניו דזשערסי?
פוילער אומוויסענד ארבעטער אין וואל מארט?
אומבאהאלפענער ארבייטער ביי א וואוטינג באאט?
פירן מיט גאווה א רייע וועגעלעך ביי א שאפינג צענטער, געקליידעט אין אזא אראנדזשע קאנסטרוקציע וועסטל?

מ'שטיינס געזאגט, שפילן ביי סאבוועי סטאנציעס דארף מען דאך קענען א מוזיק אינסטרומענט כאטש.

אוי טאטע! דיינע חסדים זענען גרויס. פותח את ידך ומשביע לכל חי.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט