גזירת (?) הפקעת מירון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

גזירת (?) הפקעת מירון

שליחה דורך משה געציל »

"אין די יעצטיגע טעג גרייטען זיך תושבי וויליאמסבורג, ארויס צו קומען אין דו מאסען, דעם קומענדיגען דארנעשטיג, אין די זאל פון קאנטענענטיל, למען הצלת מירון, אפצושרייען די ביטערע גזירת הפקעת מירון", אט אזוי האבען זיך געליינט די שירות פון די פלייערס, וואס זענען געווען אויסגעלייגט אין די בתי מדרשים, דעם אט פארלאפענען שבת.

לצערי הגדול, האב איך מיט מיין קליין קעפל נישט אנגעפאנגען פארשטיין מה כל הרעש, לדעתי וואלט מען ווען געדארפט איינרייסען ביי די ממשלה שוין מיט יארען צוריק אז מען זאל איינמאל פאר אלעמאל מאכען סדר דארטען, אנגעקומען זענען זיך אפאר יחידים, און מחליט געווען אז דאס פלאץ איז זייערס, און אזוי ארום אנגעפאנגען מאכען גרויס געלט אויפען פלאץ, מכלומפרש'ט פאר די אלע אסטראנאמישע הוצאות, וואס עס קאסט אויף צוהאלטען דאס פלאץ, קען מיר איינער זאגען פינקטליך וואס פארא חלק נעמט אריין אין זיך די סכומים הנוראים, דו ביכ"ס וואס פלעגן נישט געוואשען ווערען וואו גרויס די יאר איז?, צו גאר די הקדש וואס שטעלט קיינמאל קיין נארמאל שטיקעל עסן נישט צו?

קומט מען מוט א טענה אז עס גייט אויס קוקען פונקט וואו דער כותל, נא! טאקע משם ראיה, קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז שלעכט מיטען כותל?
חלק הרחניות? די גדרי הצניעות ווערן דארט געהאלטען באופן הכי כשר, מיט גענצליך אפגעטיילטע מחיצות, הלוואי זאל די אתרא קדישא געהאלטען ווערען האלב אזוי הייליג וואו דער כותל. האט איר אמאל געזעהן, א פרענקישע פאר פאלק זיך שטעלן מאכען א גריל פארענט פינעם כותל? האט איר אמאל געזעהן, א מתנחליש'ע פאר פאלק אויף שטעלן א טענט ביים שטח הכותל אין זיך לייגען שלאפען?
בנוגע הגשמיות? דער כותל מיט די שטיבלעך ארום, ווערען געהאלטען מיטען גרעסטען מאס נקיות וואו עס פאסט זיך פאר אזא פלאץ, איז נאכנישט געקומען די צייט פאר מירון איינמאל פאראלעמאל געהאלטען צו ווערן בדרך כבוד וואו עס פאסט זיך?, אזא פלאץ דארף נישט צוזיין א מקום וואס יעדער היימלאזער צודרייטער פארשוין געפינט זיך דארט די פלאץ צו נעכטיגען.

איי עס גייט דאך אוועק נעמען די פרנסה פון אפאר אידען, וואס פילען זיך אהן די טאשען פון דעם?, קודם כל אויב דעס איז די פראבלעם, קען מען פאריפען א אסיפה אין קאנטענענטיל, וואו יעדער זאל אהער געבן אפאר דאלער, אין אויפשטעלן א קרן פאר די פאר באטראפענע, והשנית לאמיר זאגען אז דאס וואלט זיך נישט אויס געארבעט, דער עולם איז נאר ווארעם ווען עס קומט אין פארעם פון מחאה, נו ווער זאגט אז די פרנסה פון די פאר באטראפענע, דארף שטיין פאר די אינטערעסע פון האלטען אזא פלאץ וואו עס געברויך, ווער זאגט אז די אינטערעסע פון די פאר יחידים קומט בעפאר די אינטערעסע פון די הונדרעטער טויזענטער אידען וואס געפינען זיך דארטען במשך ל"ג בעומר און א גאנץ יאר?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר