אמונה, תפלה והתבודדות. (שיעורי ברסלב חלק ב')

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך שיין, ברסלבער! מתוק מדבש ונופת צופים!

ברסלבער האט געשריבן:שטודיעס ווייזן אז מען מוז אפילו נישט ווערן קיין ברסלבער דערפאר, מען קען עס טוהן אפילו אן ווערן א ברסלבער, און מען דארף נישט טוישן גארנישט פון די מהלך החיים פון וואס מען האט געטוהן ביז יעצט, אלעס קען גיין ווייטער כאילו לא היה, נאר איין זאך, אז אין אלע זאכן וואס מיר טוען, לייגן מיר אריין דעם אייבערשטן, און מיר שמועסן זיך דורך מיט אים.


קענסט מיר אריינלייגן אין די שטודיע... איך בין נישט קיין ברסלבער (עכ"פ דערווייל), אבער מען האט מיר אויפגעצויגן יעדע זאך צו רעדן צום באשעפער אין פשוט אידיש, סיי ווען עס גייט גוט אדער עפעס שווער.

ממי_שאמרו האט געשריבן:איך האב איין קשיא, וואס טוט אבער א מענטש וואס שפירט אז ער דאווענט אויף א געוויסע נושא פאר זייער א לאנגע תקופה, ער דאווענט באמת שטארק. און ער קען דאס אזוי בעטן פאר עטליכע יאר און עס העלפט נישט. ווי אזוי ווען ער דאווענט מארגן זאל ער טראכטן אז זיינע תפילות ווערן נתקבל און עס איז נישט מינח על קרן הצבי?

עס איז דא צוויי תירוצים וואס מיינע רבי׳ס נאך אין חדר פלעגן ענטפערן;
איינס, ווארט נאך אביסל, מיט איין תפילה מער וואלסטו ווען אויסגעבעטן.
צווייטענס, די אייבערשטער לייגט אוועק דיינע תפילות פאר עפעס אנדערש.

די פראבלעם מיט ביידע תירוצים ווערט אנגערופן אין חז״ל עדות שאי שאתה יכול להזימה און אזא עדות קען נישט ווערן אנגענומען.


ממי שאמרו, ס'איז פאראן אסאך תירוצים דערויף, אבער לענ"ד האט נישט די קשיא מיט ברסלב איינגעשטויסן. עפעס נאר ברסלב פארלאנגט צו דאווענען?
אלא מאי, מארגן גיי נישט אין ביהמ"ד, און דאווען נישט, ווייל עניוועי העלפט עס דאך נישט...
ברסלבער איז גערעכט מיט דעם אז אויב וואלט מען גלייך געהאלפן געווארן וואלט מען פארלוירן די בחירה פון דאווענען, און מיר דארפן גלייבן אז יעדע תפלה טוט אויף, אויף עפעס א אופן.

בכלל קען מען די גאנצע בחינה פון באשעפער אלס א "בעל הרחמים" אפפרעגן, והא ראי' ער טוט דאך אזעלכע שוידערליכע זאכן, שרעקליכע טראגעדיעס, וואס הגם מיר גלייבן עס איז באהאלטענע רחמנות, אבער פאר אונזערע אויגן קוקט עס אויס ווי די פארקערטע,
און דערנאך גייען מיר אין ביהמ"ד איינרייסן פאר דעם און פאר יענעם, און אנשטאט געהאלפן ווערן, ווערן זאכן ליידער ערגער... און מען פארקלאפט מיט די הענט.. אבער מארגן ביי א צווייטע צרה נעמט מען נאכאמאל ארויס דעם תהלימ'ל... פארוואס?

בקיצור, עס איז א לאנגע שמועס, און האט נישט ספעציעל מיט ברסלב.
אזויפיל יא, איינער וואס לעבט אמת'דיג נאנט צום באשעפער זעהט מער די גוטע חלקים. ויש לי עוד הרבה לכתוב בענין זה, ועוד חזון אי"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג, לאמיר האפן אז עס וועט נישט זיין א לאנגע מועד...
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

שקויעך נאכאמאל, ברסלבער. הלוואי וואלט איך אזוי קלאר ארויסגעהאט מיינע שיטות ווי דו דיינע. ובכגון דא נגנו המנגנים: אשרינו אשרינו אשרינו, שיש לנו ברסלבער כזה.

ברסלבער האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן אין די הקדמה וואס רבי נחמן שרייבט (ליק"מ ח"א ל) אז א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, דאס הייסט אז ער היילט מענטשן ברוחניות, ער איז מסביר באריכות אז א גרעסערע רבי איז נישט איינער וואס איז א גרעסערע צדיק, ער איז מער ערליך און הייליג, נאר איינער וואס קען מער ארויס העלפן מענטשן און "זיי" מאכן מער ערליך און הייליג.


א רבי אין דעם קאנטעקסט איז א מורה דרך. א מורה דרך דארף ווייזן דעם וועג. ווי מער "וועגן" דער מורה דרך קען, אלץ מער מענטשן וועט ער קענען ווייזן דעם וועג. אויף א פשוט'ער מדריגה, האט רבי נחמן (ווי ער אליין האט אויף זיך מעיד געווען) "באזוכט" אין די פארווארפנסטע, פינסטערסטע פלעצער, כדי צו ווייזן א וועג פאר אזעלכע וואס זענען דארט שטעקן געבליבן. רבי נחמן האט זיך אראפגעלאזט ביז די טיפענישן פון יאוש, אריינגעקראכן אין די פארווארפענע ביי-פאולער שטראזן, וכו' וגו' -- אלעס צו העלפן מענטשן וואס געפינען זיך אין אזעלכע פלעצער.

לגבי דעם "אמונה" חלק. אביסל שפעטער אינעם אשכול שרייבסטו אביסל וועגן דעם חילוק צווישן ברסלב און חב"ד. דעם אמת געזאגט, קען איך נישט דאס, נישט יענץ. אבער איין אויבנאויפיגן חילוק, מיוסד אויף דעם ביסל וואס איך ווייס וועגן ברסלב און חב"ד, קען איך אפשר יא זאגן. איך מיין אז לגבי אמונה און התבודדות זענען די צוויי זייער אנדערש. אין ברסלב לערנט מען צו מאכן א קשר מיט'ן אויבערשטן אויף א הארץ-מדריגה, אזא צאינה-וראינה אמונה פשוטה. די מעלה מיט אזא אמונה איז אז זי איז פשוט, ריין, און פאר רוב מענטשן קומט עס אן גרינג אויפצובויען. דער חסרון מיט אזא אמונה פשוטה איז אז זי בדרך כלל נישט אזוי פעסט מיוסד, און קען כפי-ערכ'דיג גרינג אומגעווארפן אדער געשעדיגט ווערן.

אין חב"ד לערנט מען אויך אמונה און "התבוננות" (אלסאו נאון עז, "התבודדות"), אבער מיט'ן און פונעם מוח. די חב"ד-אמונה הייבט זיך אן אין קאפ, און גייט פון דארט צום הארץ. אין ברסלב גייט דער סדר פארקערט. די מעלה מיט דער חב"ד-אמונה איז אז זי איז שטארקער. (מוח-שליט על הלב. מוח-שליט דינן האט לכאורה אפגעשיקט זיין מוח אויף וואקאציע פאר ער איז אריינגעשפרונגען אין ברסלב.) דער חסרון דערמיט איז אז ס'איז נישט געאייגנט פאר רוב מענטשן.

ברסלבער האט געשריבן:דער ערשטער סניף פון אמונה איז התבודדות, התבודדות ווערט אנגערופן אין רבי נחמנ'ס ספרים, ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך אזוי ווי א מענטש רעדט צו זיין גוטע חבר, ווען א מענטש האט א שטארקע אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, ער פירט אים ביי טריט און שריט, און ער איז שטענדיג נעבן אים, וועט ער אוטאמאטיש אנהייבן רעדן צו אים ... ולפי זה ווען א מענטש זאל גלייבן אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים מיום הוולדו ועד עתה, ער איז יעדע רגע און סעקונדע נעבן אים, וואלט ער דאך זיכער גערעדט צו אים, און דערפאר איז אמונה און התבודדות געקניפט און געבינדען ... דו זאלסט קודם אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, און דאס וועט ברענגן אז דו זאלסט באקומען א קלארע אמונה, ווייל ווי מער דו רעדסט צום אייבערשטן, אלץ מער ווערט אויסגעקלארט דיין אמונה אז דער אייבערשטער איז טאקע איבעראל, און פירט אלעס, מיט דיר צוזאמען.

רעד עס אויס צום אייבערשטן, ווי צו א מאמע, ווי צו רבי, ווי צו א גוטער פריינד, און אויף די זעלבע וועג ווי אזוי דו רעדסט צו זיי, מען דארף נישט וויינען ווען מען רעדט צום אייבערשטן, אודאי איז דא אמאל וואס עס דרוקט אזוי שטארק אז עס קומט צו וויינען, אבער אויב עס קומט נישט צו וויינען איז נישט אינטערעסאנט זיך צו דרוקן צו וויינען, עס נעמט אוועק פונעם אמת (ליק"מ ח"ב צה), מ ען דארף נישט האב קיין התעוררות ביים רעדן, מען קען רעדן קאלטערהייט (ליק"מ ח"ב צח), די גרויסקייט ליגט אין ווי מער אמת עס ליגט דערין, מיט ווי מער אמת מען זאגט עס, אפיל נאר צוויי ווערטער "באשעפער העלף", ווען מען זאגט עס מיט אן אמת, ברעכט עס דורך אלע טירן און טויערן און מען ווערט געהאלפן (ליק"מ ח"א קיב).


ווי דו זאגסט: אמונה/התבודדות זענען אין א וועג צוויי זייטן פון דער זעלבער מטבע. דערפאר, אויב איז די אמונה אן אמונה פשוטה, איז דער קשר-התבודדות אויך פשוט און ריין.

רעדן צום אויבערשטן "אויף דער אייגענער שפראך", ווי איך פארשטיי עס, מיינט נישט בלויז בוכשטעבליך, רעדן צום אויבערשטן אויף אידיש, נאר אויך לויט די אייגענע השגות. א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אין א געפילן-טרוקענער סביבה, און ווייסט נישט וויאזוי אדער איז אומבאקוועם אויסצודריקן זיינע געפילן, קען רעדן צום אויבערשטן אויף אן אופן ווי ער איז געוואוינט צו בעטן א טובה פון עמיצן. מען קען אויך "מסביר" זיין פאר'ן אויבערשטן: "ליסען, איך האב נישט געהאט קיין ווארעמע באציאונגען מיט מיינע עלטערן. סאו, אויב איך זאל זיך נעמען רעדן ווי א 'קינד צו זיין מאמען', וועלן די ווערטער ארויסקומען פאלש, געקינצלט. ס'איז מיר שווער און דו ווייסט עס דאך. במילא, וועל איך רעדן אויף דעם אופן ווי איך קען. דו ווייסט דאך וואס טוט זיך טיף ביי מיר -- אפילו דארט וואו איך אליין האב נישט קיין צוטריט..." (מען קען, אויב וויל מען, בעטן אויף דעם אליין: צו זיין מער אפן מיט די געפילן מיט'ן אויבערשטן.) לולי דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז בשעת כעס מעג מען דעם אויבערשטן געבן א "פסק": ס'איז נישט יושר! האלא? ביזט נישט קיין נארמאלער מענטש!... ("אקעי, סארי. דו ווייזט דאך אז איך בין געווען גערעגט און האב גערעדט שטותים. זיי נישט ברוגז. און אדרבא, איך בעט דיר טאקע מיך צו העלפן מיט דער מידה פון כעס; און אויך, פארבעסער מיר די אומשטענדן אין מיין לעבן, אז כ'זאל נישט אנקומען צו אזא כעס'יגן מצב פון רעדן אזוי צו דיר.")

א גרויסע שוועריגקייט מיט דעם פשטות'דיגן (אבער ווירקזאמען!) ברסלבער התבודדות פאר א סך פון אונז איז אז כל זמן מען געוואוינט זיך נישט איין, פילט זיך עס מאדנע. מען פילט "פאני" צו רעדן צום אויבערשטן אזוי. דאס איז אבער צום פארדאנקען דער סביבה אין וועלכער רוב פון אונז איז אויפגעוואקסן. ס'איז שווער אין אנהייב; איינמאל מען געוואוינט זיך צו, קומט עס נאטירליך. (אויב מען וויל, קען מען אין אנהייב דאס אנקוקן ווי סתם א פראקטישע זאך. ווען מען שמועסט עפעס אויס אין ווערטער, אפילו נאר צו זיך אליין, ווערט רוב מאל גרינגער אויפ'ן הארץ, און אויך העלפט עס אריינברענגען א קלארקייט און פערספעקטיוו, וואס איז שווער צו באקומען מיט בלויז טראכטן.)

ברסלבער האט געשריבן:התבודדות אין ברסלב מיינט צו לעבן מיטן אייבערשטן, מען שטייט אויף אינדערפרי זאגט מען פארן אייבערשטן "ש'כח אז דו האסט מיר צוריק געגעבן מיין נשמה, העלף מיר אז איך זאל היינט האבן א גוטע געשמאקע טאג", מען גייט אין מקוה "באשעפער העלף אז איך זאל האבן א גוטע פלאץ און א גוטע האנטוך, די מקוה זאל זיין זויבער, די שויער זאל זיין הייס און געשמאק", ווייטער "איך זאל טרעפן א גוטע מנין, דער בעל תפלה זאל מיר נישט גיין אויף נערווען", אין דזשאב, "באשעפער, דער בעל הבית זאל נישט שרייען אויף מיר, די ארבעטער'ס זאלן מאכן א גוטן דזשאב", אין קאר, "עס זאל נישט געשעהן קיין עקסידענ'ס, א פאליס זאל מיר נישט אפשטעלן", ליידיגע צייט, "באשעפער העלף אז איך זאל מצליח זיין אויפ'ן קאווע שטיבל, איך זאל שרייבן גוט און צו די זאך, און דער עולם זאל הנאה האבן", א.א.וו.


און טו מיר א טובה, רבונו של עולם, און שטופ ברסלבער צו ווייטער שרייבן זיינע תוכנ'דיגע מאמרים אין "קאווע שטיבל". (אז מען רעדט שוין פון "קאווע שטיבל", זע איך זאל באקומען מער לייקס. ס'גייט מיר נישט גוט אין דעם הינזיכט לעצטנס. טענקס, בראָו'.)


ברסלבער האט געשריבן:רבי נחמן (ליק"מ ח"ב יט) טייטשט דעם פסוק כי זה כל האדם ... כי זה "כל" האדם - ווייל דאס קען "יעדער" מענטש טוהן, מען דארף נישט זיין קלוג דערצו.


התבודדות איז א מושג וואס האט א סך מדריגות, פון גאר פשוט ביז עמוק עמוק. התבודדות/התבוננות (באקאנט אין דער נישט-אידישער וועלט ווי "מעדיטאציע") איז א געצייג מיט וואס מען קען פשוט רעדן, ווי פריערדערמאנט, ביז אנקומען צו נביאה. (די נביאים האבן דאס גענוצט צו באקומען א נבואה ואכמ"ל.)
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לולקע, איך בין נתפעל פון דיינע טייערע ווערטער! פארוואס האסטו נישט געארבעט אין מיין ישיבה אלס א משפיע, אינאיינעם מיט ברסלבער?..

א נקודה קצרה איבער דעם שטיקל:

לולקע-ציבעך האט געשריבן:לולי דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז בשעת כעס מעג מען דעם אויבערשטן געבן א "פסק": ס'איז נישט יושר! האלא? ביזט נישט קיין נארמאלער מענטש!... ("אקעי, סארי. דו ווייזט דאך אז איך בין געווען גערעגט און האב גערעדט שטותים. זיי נישט ברוגז. און אדרבא, איך בעט דיר טאקע מיך צו העלפן מיט דער מידה פון כעס; און אויך, פארבעסער מיר די אומשטענדן אין מיין לעבן, אז כ'זאל נישט אנקומען צו אזא כעס'יגן מצב פון רעדן אזוי צו דיר.")


איך בין נישט אזוי זיכער צי מען מעג געבן דעם באשעפער א "פסק", כאטש עס איז זיכער בעסער דער וועג ווי איידער בכלל נישט רעדן צו איהם,
כ'האב אמאל געהערט פון הרב עזריאל טויבער שליט"א, אז ווען דער באשעפער שיקט איינעם א צער, און יענער טוט אלעס נאר נישט זיך ווענדן צום באשעפער, דאן ווערט ה' אין צארן, דער אויבערשטער זאגט: מאך זיך וויסענדיג פון מיר! רעג זיך אפילו אויף מיר, אבער קוק כאטש אויף מיין זייט?
און אסאך קענען מעיד זיין אז מען האט זיך אויסגעדריקט מיט לשונות של טענה אנטקעגן השי"ת, כאטש מען מיינט נישט צו פרעגן קיין קשיות ח"ו, נאר פשוט זיך אפצורעדן דאס צער פונעם געוויסן, און וויבאלד איך גלייב אז דער מסבב כל הסיבות שיקט מיר יעדע אנשיקעניש, ממילא שריי איך גלייך צו אים, צום מקור, נישט אויפן מעסענדזשער...

דאס לשון "ביזט נישט קיין נארמאלער מענטש" איז אביסל ארויס פונעם גדר, (אחוץ אפשר אויב האסטו אינזין דערביי "אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף"...)

ויש להאריך בזה... שרייבטס נאך, מיינע פריינט, איבער די ענינים. איך האב א געוואלדיגע הנאה דערפון.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לילקע, איך פיל זיך פאוני צו רעדן צום אייבערשטער אזוי התבודדות סטייל פאר א צווייטע סיבה וואס איך האס שוין געשריבן דא אויבן. און איך וועל געבן א דוגמה קטנה פון היינט: עס איז דא א קלייענט וואס איז מיר זייער גוט און ברוך השם אז א גרויסע חלק פון מיין פרנסה קומט פון אים, ער האט אבער איין חסרון, צוצוקומען צו אים איז שוין גרינגער צו מאכן שלום אין סאטמאר.

ער רופט מיר היינט אן פונקט ווען איך בין געווען אין א שלעכטע ספאט (ווען איך וועל טרעפן מיסטער ספרינט אליינס, זאג איך ענק צו אז ער וועט כאפן פון מיר אזא פאנטש אין זיין נאז, א רשע) און ער איז געווארן אפגעהאקט. איך האב צוריקגעריפן עטליכע מאהל היינט, געשיקט צוויי טעקסט און אן אימעיל, אבער נישט דא. איך האב זיך געבעטן ביים אייבערשטער עטליכע מאהל היינט אין יעדע שפראך וואס איך קען, אבער יענער האט זיך נאך אלס נישט וואוסענדיג געמאכט אדער צוריקגעריפן. איך בין זייער אנגעצויגן וואס ער האט געוואלט (ער קען אסאך מאהל וועלן עפעס און עס דאכט זיך אים אז ער האט מיר שוין געזאגט און עס באדערט אים פארוואס איך האב עס נישט געטוהן), און מיין תפילה האט גארנישט געהאלפן.

מארגן ווען איך דארפן עפעס אנדערש, גיי איך טראכטן, די טשענס אז מיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן איז 0-5 פראצענט, אלזא איך האב נישט קיין ברירה און איך גיי בעטן אבער צווישן מיר און דיר רבש״ע קוק דיין איי די, דו האסט אסאך מיסט קאולס פון מיר.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ממי, די דערמאנסט מיר פון מר דיעטי מיט דיין דאוונען סטראגל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

לולקע, ווידעראמאל האסטו זייער שיין צונומען די נושאים, א גרויסן דאנק אייך.

עטליכע נקודות; דאס וואס דו שרייבסט וועגן חב"ד-ברסלב, ביזטו גערעכט, אבער דאס האב איך טאקע ארויסגעברענגט אז אזוי ווי די וועג פון חב"ד צו אנהייבן מיטן מח איז נישט גרינג פאר יעדן, דערפאר איז רבי נחמן געגאנגען א טריט ווייטער צו אנהייבן מיטן מויל, און ער זאגט אז דאס איז א גרינגע וועג ארויף, וואס פירט טאקע צום סוף אנצוקומען צו א קלארע און שטארקע אמונה אויך אין מח.
ווי איך האב געליינט אין דיינע הערליכע מאמרים, האב איך פארשטאנען סוף פסוק פון אסאך פון זיי, אז רוחניות'דיגע מושגים זענען זייער שווער צו פארשטיין מיטן מח, און ווען מען וויל זיי אביסל גרינטליכער אנאליזירן קומט מען צו אסאך ספיקות און אומקלארקייטן.
און ווי דו ביזט מסביר איז דאס דערפאר ווייל אונזער היזיגער מצומצומ'דיגער שכל קען נישט משיג זיין זאכן מחוץ לגבולינו, און דערפאר איז לכאורה שווערער אנצוהייבן מיטן מח, ווייל דער גשמיות'דיגער מח קען נישט אליינ'ס אלעס אויספיגורן, און עס קען צוקומען צו גאר אנדערע מסקנות.
און דערפאר זאגט רבי נחמן אויפ'ן פסוק "אודיע אמונתך בפי" אז אמונה דארף זיך אנהייבן מיטן מויל, טאקע אזוי צאנה-וראינה'דיג, אבער ער זאגט אז דאס איז די אנהייב פונעם וועג ארויף, צו ארויסהאבן אלעס אויך מיטן שכל, און דערפאר איז דאס א וועג פאר יעדן איינעם אן אויסנאם.

דאס וואס דו זאגסט אז "אויף די אייגענע שפראך" איז אויך נכלל אין דעם די אייגענע השגות און געפילן, איז זייער ריכטיג און שיין ארויסגעברענגט, און וועגן רעדן צום אייבערשטן מיט כעס, מיין איך אז דאס איז אין כלל פון "הלכה ואין מורין כן", דהיינו ווען א מענטש פיהלט זיך טאקע נאנט צום אייבערשטן וועט ער רעדן אלע זיינע אמת'ע געפילן וואס ליגט אים אויפ'ן הארץ, און מען קען אים נישט איינטיילן וואס און ווי אזוי צו רעדן, ווייל איינמאל דו געבסט אינסטראקשענ'ס ווי אזוי מען דארף רעדן פארלירט עס פונעם אמת, אבער ואין מורין כן, עס איז שווער דאס צו זאגן ברבים סיי ווייל עס זעהט אויס פאני, און סיי ווייל מען קען נישט ניצן דאס אליינ'ס, אזוי ווי עס זענען דא ליידער מענטשן וואס רעדן א גאנצן טאג מיט כעס אויפ'ן אייבערשטן, זיי זענען פיל מיט טענות אויף אים, און דאס איז נישט אינטערעסאנט, אבער איינער וואס רעדט אייביג צום אייבערשטן ער דאנקט און לויבט און בעהט אויך, קען אמאל קומען א מצב וואס עס כאפט זיך ארויס אזעלכע דיבורים, טאקע ווייל ער פילט זיך זייער נאנט צום אייבערשטן, און איך גלייב אז דער אייבערשטער האט פון דעם אויך הנאה.

די שוועריקייט פון רעדן ווייל מען פילט זיך פאני דערמיט, איז אויך אמת, און טאקע פשוט ווייל אסאך זענען אויפגעוואקסן כאילו דער אייבערשטער איז עפעס א שלעכטער כאראקטער וואס קוקט ארויס פון די שפאלטנעס צו קענען כאפן דעם מענטש ביי אן עבירה און אים באשטראפן, וואס דאס איז זייער פאלש געטראכט, דער אייבערשטער איז אן אב הרחמן און וויל הערן וואס דער מענטש האט צו זאגן און זיך פארענטפערן.
אגב, האב איך לעצטנ'ס געהערט א גוט ווארט פון איינעם אויף דעם וואס די גמרא זאגט אז יצחק אבינו וועט זיך אויס'טענה'נען מיטן אייבערשטן אז די אידן זענען יא וואויל, און ער וועט מאכן א גאנצע חשבון אז א האלבע לעבן שלאפט מען און א חלק עסט מען און מען גייט ארויס לצרכים וכו' (איך געדענק נישט יעצט פונקטליך) וואס איז אבער שווער אויף דעם איז אז ווען מען עסט און ווען מען גייט לצרכיו קען מען פונקט אזוי זינדיגן, וואס איז דער תירוץ אז דעמאלט'ס האט מען נישט געזינדיגט?
זאגט ער אז אפילו דער תירוץ שטימט נישט אזוי גוט, אבער איינמאל דו זאגסט פארן אייבערשטן אז דו מאכסט דיך וואוסענדיג פון אים, דו ווייסט אז דו האסט געטוהן עוולות און דו ווילסט צוריק קומען צו אים, דעמאלט'ס אפילו ווען דער תירוץ שטימט נישט אזוי גוט, איז אויך נישט געפערליך, והבן.
עכ"פ עס איז אמת אז איינער וואס איז נישט געוואוינט דערצו איז שווער פאר אים דאס אנצוהייבן טוהן, אבער פון עקספיריענס קען איך דיר זאגן אז עס איז אסאך שווערער עס נישט צו טוהן, ווייל אנעם אייבערשטן ווערט מען פארלוירן אין א ים מיט צרות און זאכן וואס גייען קאפויער ווי מען האט געוואלט (חוץ איינער וואס טראכט בכלל נישט, אזוי ווי דו האסט געשריבן).
און רבי נחמן זאגט טאקע ענדליך צו דעם וואס דו האסט געשריבן, אז מען קען דאס אליינ'ס בעטן, ווען מען פילט אז די מויל איז פארשפארט און מען קען זיך נישט אויסרעדן צום אייבערשטן, קען מען מאכן א תפלה פון דעם אליינ'ס, "באשעפער עפן מיר מיין מויל אז איך זאל קענען רעדן צו דיר, און איך זאל גלייבן באמת אז דו ביזט מיט מיר שטענדיג, און דו הערסט מיר אייביג אויס".

נאך א נקודה, רבי יוסף יעבץ ז"ל שרייבט אז ביי די גירוש שפאניע האט מען געזעהן אז די וואס האבן געהאט אמונה חקירה, זיי האבן פארשטאנען די אמונה בה' מיט זייער מח, האבן שנעלער אפגעלאזט אידישקייט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די ביטערע צרות דארט, און די פשוטע מענטשן און פרויען וכדו' וואס האבן געהאט אמונה פשוטה האבן זיך מער געהאלטן ביי אידישקייט, און זיך ענדערש געלאזט פארברענען און זיך פייניגן, און נישט אפגעלאזט די אמונה.
ובכן איז נישט זיכער וואס דו זאגסט אז אן אמונה וואס הייבט זיך אן מיט א שטארקע מח, איז מער פעסט מיוסד ווי אמונה פשוטה, און ווי איך האב פארשטאנען לגבי חב"ד, (איך האב נישט געלערנט ספרי חב"ד צו קענען זאגן אויף זיכער, אבער איך מיין אזוי) אז דער וועג פון טראכטן וואס זיי האבן, איז נישט צו "פארשטיין" מיטן שכל די אמונה, נאר פשוט צו טראכטן אסאך דערפון, און עס אריינקריצן אין מח אויף א וועג אז מען זאל עס שטענדיג געדענקן, אבער נישט אלץ אמונה חקירה, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.

און צום שלוס נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר דיינע תגובות, איך האב זייער הנאה פון דיינע מאמרים, און באזונדער א דאנק פאר דיינע תפלות אז איך זאל ממשיך זיין צו שרייבן תוכנ'דיגע מאמרים, ווייל למעשה איז אסאך גרינגער צו שרייבן סתם אין די וועלט אריין, מען דארף ווייניגער אנשטרעגן דעם מח...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

שמעקעדיג האט געשריבן:לולקע, איך בין נתפעל פון דיינע טייערע ווערטער! פארוואס האסטו נישט געארבעט אין מיין ישיבה אלס א משפיע, אינאיינעם מיט ברסלבער?..

איך בין נישט אזוי זיכער צי מען מעג געבן דעם באשעפער א "פסק", כאטש עס איז זיכער בעסער דער וועג ווי איידער בכלל נישט רעדן צו איהם,
כ'האב אמאל געהערט פון הרב עזריאל טויבער שליט"א, אז ווען דער באשעפער שיקט איינעם א צער, און יענער טוט אלעס נאר נישט זיך ווענדן צום באשעפער, דאן ווערט ה' אין צארן, דער אויבערשטער זאגט: מאך זיך וויסענדיג פון מיר! רעג זיך אפילו אויף מיר, אבער קוק כאטש אויף מיין זייט?
און אסאך קענען מעיד זיין אז מען האט זיך אויסגעדריקט מיט לשונות של טענה אנטקעגן השי"ת, כאטש מען מיינט נישט צו פרעגן קיין קשיות ח"ו, נאר פשוט זיך אפצורעדן דאס צער פונעם געוויסן, און וויבאלד איך גלייב אז דער מסבב כל הסיבות שיקט מיר יעדע אנשיקעניש, ממילא שריי איך גלייך צו אים, צום מקור, נישט אויפן מעסענדזשער...

דאס לשון "ביזט נישט קיין נארמאלער מענטש" איז אביסל ארויס פונעם גדר, (אחוץ אפשר אויב האסטו אינזין דערביי "אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף"...)


יישר כוח :)

איך בין אויך נישט זיכער אז איך בין גערעכט מיט'ן "פסק". בכל אופן, ס'איז מסתמא א ריזיגער חילוק אינעם ניגון און כוונה מיט וואס דער פסק ווערט געגעבן. א פיינפולער אויסשמועס איז גאר אנדערש ווי א שטעכעדיגע באמערקונג כלפי מעלה. "חוצפה" וואס קומט פון נאאיוויטעט איז גאר אנדערש ווי פרעכע שטעכווערטער.

דער אויבערשטער דערשרעקט זיך נישט בכל אופן. אבער לגבי תפילה, אינעם "באהעפטן" משמעות שבו, אז תפילה ברענגט א מענטש נאענטער צום אויבערשטן, איז א חוצפה מחמת ווייטאג כלפי א טאטן וואס מען האט ליב גאר אנדערש ווי דעם עזות פון א פרעכן מחוצף - אפילו ביידע נוצן די זעלבע ווערטער. ובכל זאת בין איך אפשר נישט גערעכט. ובכל אופן איז די הלכה לכאורה ווי ברסלבער שרייבט ווייטער אין דעם אשכול: "הלכה ואין מורין כן."
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

ממי_שאמרו האט געשריבן:לילקע, איך פיל זיך פאוני צו רעדן צום אייבערשטער אזוי התבודדות סטייל פאר א צווייטע סיבה וואס איך האס שוין געשריבן דא אויבן. און איך וועל געבן א דוגמה קטנה פון היינט: עס איז דא א קלייענט וואס איז מיר זייער גוט און ברוך השם אז א גרויסע חלק פון מיין פרנסה קומט פון אים, ער האט אבער איין חסרון, צוצוקומען צו אים איז שוין גרינגער צו מאכן שלום אין סאטמאר.

ער רופט מיר היינט אן פונקט ווען איך בין געווען אין א שלעכטע ספאט (ווען איך וועל טרעפן מיסטער ספרינט אליינס, זאג איך ענק צו אז ער וועט כאפן פון מיר אזא פאנטש אין זיין נאז, א רשע) און ער איז געווארן אפגעהאקט. איך האב צוריקגעריפן עטליכע מאהל היינט, געשיקט צוויי טעקסט און אן אימעיל, אבער נישט דא. איך האב זיך געבעטן ביים אייבערשטער עטליכע מאהל היינט אין יעדע שפראך וואס איך קען, אבער יענער האט זיך נאך אלס נישט וואוסענדיג געמאכט אדער צוריקגעריפן. איך בין זייער אנגעצויגן וואס ער האט געוואלט (ער קען אסאך מאהל וועלן עפעס און עס דאכט זיך אים אז ער האט מיר שוין געזאגט און עס באדערט אים פארוואס איך האב עס נישט געטוהן), און מיין תפילה האט גארנישט געהאלפן.

מארגן ווען איך דארפן עפעס אנדערש, גיי איך טראכטן, די טשענס אז מיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן איז 0-5 פראצענט, אלזא איך האב נישט קיין ברירה און איך גיי בעטן אבער צווישן מיר און דיר רבש״ע קוק דיין איי די, דו האסט אסאך מיסט קאולס פון מיר.


דו ביזט גערעכט. און דו דארפסט טאקע גיין צו חב"ד.

דיין ניק איז מרמז אויף ענווה. דיין אוואטאר איז כולו ראציאנאליזם. און דו ווילסט א טעכנאלאגישן קשר מיט ג-ט. חב"ד איט איז :lol:
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
נארמאלער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך נארמאלער »

לולקע-ציבעך האט געשריבן:
דער אויבערשטער דערשרעקט זיך נישט בכל אופן. אבער לגבי תפילה, אינעם "באהעפטן" משמעות שבו, אז תפילה ברענגט א מענטש נאענטער צום אויבערשטן, איז א חוצפה מחמת ווייטאג כלפי א טאטן וואס מען האט ליב גאר אנדערש ווי דעם עזות פון א פרעכן מחוצף - אפילו ביידע נוצן די זעלבע ווערטער. ובכל זאת בין איך אפשר נישט גערעכט. ובכל אופן איז די הלכה לכאורה ווי ברסלבער שרייבט ווייטער אין דעם אשכול: "הלכה ואין מורין כן."


יא דער אויבערשטער וויל אמת (אפי' ארגינעלע טענות) וועמן פאפּט מען ....זיין אפען פאדערען מיט עקשנות נאכאנאנד מיט א ערענסקייט ,סקוקט אויס נעבּעך אז מרעדט אין וואנט אריין אבּער סבלנות סבלנות
על טהרת הקודש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:23 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך על טהרת הקודש »

[tag]ברסלבר[/tag] ביטע געב דיר אפ נאך אביסעל מיט מקרב זיין נשמות ישראל לאור תורתו של רבינו ננמ''ח זצוק''ל
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

קונטרס אנטקעגן ברסלב

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קונטרס בעניני ברסלב מאת ר' ירמיה כהן https://docs.google.com/file/d/0B5TUfE6 ... lvcnM/edit
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

צעד אחד קדימה - הסכנה שבברסלב https://docs.google.com/file/d/0B5TUfE6 ... t2bWM/edit
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

מאמר תגובה נגד מאמר שנכתב נגד ברסלב


גדולי ישראל נשלחים ל"אבחון פסיכולוגי"...

בחודש ניסן תשע"ד נחנכה הקליניקה החדשה, במיוחד עבור "גדולי ישראל", ובה יוכלו לקבל אבחון פסיכולוגי מדויק ואיכותי, על שלל בעיותיהם הנפשיות.

קליניקה זו היא ייחודית בכך שהיא מקבלת לאבחון – לא רק את הצדיקים שבדורנו, כמנהגם של העיתונאים והפוליטיקאים למיניהם – אלא גם צדיקים שחיו לפני 200 שנה...

מזעזע, אבל נכון!

קליניקה זו לא נפתחה בקב"ן של "לשכת הגיוס", אלא בלשכתו של הסופר המחונן ש.א. בעל מחבר ספר "קול קורא במדבר"...

ה' חנן אותו בחשיבה פסיכולוגית ותורנית עמוקה, ובעט סופרים – והוא החליט לנצל זאת כדי לנתח את הבעיה הבוערת של "ברסלב". כשתוך כדי, הוא מעלה על שולחן הניתוחים גם את רבי נחמן מברסלב בעצמו... לא פחות ולא יותר...

*

בספרו "קול קורא במדבר", מוקדש פרק שלם לתופעה המוזרה ששמה "ברסלב".

הוא הצליח למרוח 5 עמודים בכתמי דיו [= אותיות] ובהם הוא מנסה להאיר את עיני הנוער, המתלבט על טיבה של תופעה זו ששמה 'ברסלב', שכן: "התופעה היא באמת כזו שצעירים רבים נתקלים בה, ותוהים על טיבה. מגיע להם גם מענה" (מתוך דבריו בהקדמת הפרק).

אך, שימו לב – קוראים יקרים:

לא על כך יצא הקצף!

שכן, הוא לא הראשון – ואם משיח לא יגיע בקרוב, הוא מסתמא גם לא יהיה האחרון – שמתייחס לבעיה של 'ברסלב'.

רבים וטובים הוכרחו להתעסק בתופעה מוזרה זו. לא רק בגלל המחלוקת שעוברת במסורת עיוורת, אלא גם בעיקר מחמת הסיבה שאותה הוא כותב, בפתיחת הפרק, וזה לשונו:

"יתכן שיש צורך לעשות חשבון נפש פומבי בנושא של חסידות ברסלב, תופעה שוודאי אי אפשר להתעלם ממנה. מהי הסיבה להצלחתה המטאורית, ולהיותה להיט גם בקרב אנשים שרחוקים מאתנו כל כך, ואעפ"כ תורת רבי נחמן מצליחה לדבר אל לבם? כיצד הפכה חסידות קטנה ונרדפת לכח עולמי?".

אכן, תופעה זו של ברסלב, מעוררת חרדה בלב רוב ככל הקהילות והמוסדות, בראותם שמספר ה"עריקים" הולך וגדל מיום ליום.

בחורי חמד ואברכי משי, שעד היום לא עשו שום 'בעיות' והלכו בתלם, מגלים לפתע סימני בגרות ומרדנות, ומעיזים לפתוח ליקוטי מוהר"ן וליקוטי הלכות, ולגלות את האור... ובסופו של דבר, אף עורקים לשורות המתבודדים...

בהחלט תופעה מעוררת חרדה, "תופעה שוודאי אי אפשר להתעלם ממנה"... שכן, אם תתעלם ממנה, אתה או ילדך יכול להיות הקרבן הבא...

ואם עד היום היה הציבור הליטאי, פחות מאוים מתופעה מחרידה זו, הרי שגם ציבור זה התחיל 'לפזול' החוצה, ויש כבר כמה מאות של מקורבים חשאיים וגלויים...

יותר מדאי בחורים ואברכים, חסידים וליטאיים, מגלים את עצת ה"התבודדות", ומעיזים לדבר עם ה' כמו שנהג החפץ חיים...

ייתכן שאותו 'קורא במדבר' ראה את דברי מרן המשגיח רבי שלמה וולבה זצ"ל (הודפס ב"ליקוט ספרי מוסר" עמוד 58) שכתב שמומלץ ללמוד בספר "משיבת נפש"... ייתכן אפילו שיצא לו פעם לראות את הספר "דליות יחזקאל" של ראש ישיבת חברון מרן רבי יחזקאל סרנא זצ"ל, אשר שם הוא מעתיק (עמודים תלב-תלה) 27 קטעים ממכתבי מוהרנ"ת ב"עלים לתרופה", תחת הכותרת: "דברים נבחרים מכתבי מוה"ר ר' נתן זצ"ל"...

אך כל זה היה טוב, כשעדיין לא ריחפה סכנת "עריקות" על הציבור הליטאי. אבל כיום, חובה לעקור את התופעה...

אי לכך, שוב אין פלא על אותו "קורא במדבר", שברוב תבונתו וידיעתו הואיל להאיר את עיני הקורא, ולבאר בטוב טעם ודעת, במה דומה דרכה של ברסלב – דרך ההתבודדות – לדרך הנצרות...

"יצירת מערכת יחסים עם הא-ל" – הוא מסביר – "הוא לאו דוקא רעיון יהודי. הוגי הדעות הנוצריים מדברים כל הזמן על הצורך לדבר עם יש"ו, להבדיל כמובן, ולפתח אתו מערכת יחסים אישית".

אולי כך הוא יצליח להרתיע את הנוער המתלבט, שלא יעיז להתבודד...

גם לגבי הנסיעה לאומן, הוא כותב:

"שוב יש בזה משותף עם הנצרות. אתה יכול לחטוא, רק תלך ותתוודה לכומר". ולמען לא יטעה הקורא ויבין לדמות את הנמשל למשל, הוא ממשיך וכותב: "גם רבי נחמן שיבח את מי שמתוודה לפני הצדיק"...

כמובן; "אינני אומר שברסלב היא חס ושלום נצרות או שהיא חלילה הושפעה ממנה" – הוא דואג להצטדק – "אלא שהיא שייכת לאותו סוג של ראש, לאותה משפחה רוחנית".

מה נאמר ומה נדבר? מזעזע ביותר...

אך שוב: לא על כך יצא הקצף!

למי יש זמן ולב לקצוף על כל המקציפים שמלבד קצפת וקצף אין בדבריהם שום תוכן...

[יש לנו רק נס, שהוא לא גילה בפרהסיה, שבברסלב מטבילים כל 'מקורב' חדש, לשם גירות... ושנוהגים לערב דם של ליטאי או של מתנגד חסידי בַּמַּצוֹת של ליל הסדר...]

הן על דברי הבל שכאלה, ודומיהם, כתב מוהרנ"ת במכתבו:

"יֹאבְדוּ הֵם וְאֶלֶף כַּיּוֹצֵא בָּהֶם, וְדָבָר אֶחָד מִדִּבְרֵי קָדְשׁוֹ [של רבינו הקדוש] אָחוֹר לא יָשׁוּב רֵיקָם, וְהוּא גָּמַר וְיִגְמֹר, וְגַם אָמַר 'גָּאט פִירְט תָּמִיד אוֹיס'. עַל כֵּן גַּם עַתָּה עָלֵינוּ לְשַׁבֵּחַ לַאֲדוֹן הַכֹּל, שֶׁזָּכִינוּ לִהְיוֹת בְּחֶלְקוֹ, חֲבָלִים נָפְלוּ לִי בַּנְעִימִים. וְכָל מַה שֶׁהַבִּזְיוֹנוֹת וְהַחֵרוּפִים מִתְגַּבְּרִים יוֹתֵר רַחֲמָנָא לִצְלַן, אַף עַל פִּי שֶׁצַּר וָמַר מְאֹד מְאֹד, אַף עַל פִּי כֵן צְרִיכִים לְהִתְחַזֵּק וּלְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמֵנוּ, וְלַהֲפֹךְ לְשִֹמְחָה מַה שֶּׁאָנוּ זָכִינוּ לְהִמָּלֵט מֵרִשְׁעוּת כָּזֶה"...

*

מה שיצא הקצף, הוא על משהו אחר לגמרי:

על שבירת השיא של הטיפשות!

טיפשים רבים עמדו לעם ישראל משך הדורות, אך טיפש זה שבר את השיא...

מלבד הבורות והטיפשות שבדבריו – אשר אליה לא נתייחס הפעם – הוא הפך גם להיות הפסיכולוג של "רבי נחמן מברסלב", והוא מנפיק לו "אבחון פסיכולוגי פתולוגי מדויק"...

לאותו ש.א. לא מספיקה ההתנגדות האוניברסלית המקובלת [כנראה, מפני שאין בה כבר כח להרתיע את העריקים] אלא הוא מתעלה מעל קודמיו, ושובר את השיא העולמי:

הוא רוצה "להתייחס לאישיות של רבי נחמן עצמו"!

אולי ככה הוא יצליח לפתור את התופעה "שוודאי אי אפשר להתעלם ממנה"...

וכך הוא פותח את הקטע השלישי של הפרק:

"הייתי רוצה להתייחס גם לאישיות של רבי נחמן עצמו" – יש לו כמה שאלות נחוצות מאד, לא רק על "הדרך" של ברסלב, אלא על ה"אישיות" עצמה של רבינו הקדוש...

ולאחר שהוא מסביר את הצורך לדון בעצם אישיותו של רבינו הקדוש, ואת השאלות הקשות שיש לו עליו. הוא פותח את הקטע הרביעי של הפרק וכותב:

"נדמה לי שאני יודע את התשובה!". אני – ש.א. – יודע את התשובה.

הוא ישב על המדוכה ימים או שנים, והצליח לפצח את חידת אישיותו של רבי נחמן עצמו. והוא גם מעלה על הכתב את מסקנת מחקרו [הריני מתנצל מראש בפני נשמתי ונשמת הקוראים, על שאני מטנף אותם בדבריו, לצורך העניין, והוא רחום יכפר]:

"רבי נחמן ... [ידי רועדת מלהעתיק את לשונו המטונף במלואו] בקללה שנפלו בה רבים וטובים; הוא היה אדם מקורי באופן בלתי רגיל, בחברה שהייתה שמרנית עד לאימה. מאידך, הייתה זו גם החברה שהוא גדל בה וינק ממנה; אי לכך, הייתה בו גם תמימות מסוימת שמאד אופיינית לאנשים אחרים בסיטואציה דומה".

כן כן, אתם לא טועים!

זה הוא האבחון העמוק שנכתב על: רבינו הקדוש רבי נחמן מברסלב. מאת: ש.א.!

בושה וכלימה.

*

כנאמן לדרכו, להוכיח את הדמיון הרב שבין ברסלב לנצרות [מאחר שלדבריו, שניהם שייכים "לאותו סוג של ראש, לאותה משפחה רוחנית"] הוא מעפיל בדרגות הטיפשות והעזות, ומנסה גם להשוות את תכונות "אישיותו" של רבינו הקדוש, לתכונותיו של הפילוסוף היווני "סוקרטס" שהכעיס את המון העם בכך שהוכיח את בורותם וטיפשותם, עד שהרגוהו [כמובא בליקוטי הלכות: "אַסוֹקְרָאט שֶׁדָּנוּ אוֹתוֹ וַהֲרָגוּהוּ בִּשְׁבִיל חָכְמָתוֹ" (ליקוטי הלכות, סוכה ז, ב)]. ובכך הוא מוצא את התירוץ לשאלה הקשה: מהו "הדבר שיותר מכל דבר אחר קומם את הממסד ומעוזי השמרנות" לחלוק על רבינו הקדוש...

אך אין די לו בדמותו של סוקרטס היווני להסביר מדוע הייתה מחלוקת על רבינו הקדוש, והוא מוכרח להשלים את החסר, ולהביא דוגמא נוספת מגוייה צרפתית...

וכך הוא ממשיך וכותב (דילגתי על ביטויים זולים שאינם מתאימים לנפש נקיה):

"בצרפת של המאה הארבע עשרה שנאנקה תחת עול השעבוד האנגלי, קמה ז'אן דארק ... בת שמונה עשרה, שטענה שהאלקים שלח אותה לגאול את צרפת. היא נטלה את הפיקוד על הצבא, ובאמת הצליחה לגרש את האנגלים ... עשתה מהפכה בכל מה שקשור למלחמה ומדיניות. אך מאידך, היא הייתה כל כך ... כל כך שחצנית, וכל כך מזלזלת בטיפשות של הממסד. והכל לא מרוע לב, אלא מתמימות ... היא הצליחה להשניא את עצמה על כל רַבֵּי המלכות".

איזה גאונות! הצרפתית השחצנית, מבארת בטוב טעם ודעת, מדוע חלקו על רבינו...

[אוי גיוואלד! סליחה ומחילה מנשמתי ומכל הקוראים, שאני משקה אותם בכוסית קטנה מתוך ביב השופכין של "קול קורא במדבר"].

ואם עדיין יש לכם ספק, בקשר להשוואה בין רבינו הקדוש, קודש הקדשים, לבין סוקרטס וז'אן דארק (עפ"ל) מסכם הכותב את ההשוואה, ומראה לנו עד כמה היא תואמת:

"לכל הדמויות הללו היה סוף רע. אסור לשכוח שגם רבי נחמן היה אדם מאד אומלל: אשתו מתה בצעירותה; הבן שהוא תלה בו כל כך הרבה תקוות וקיווה לייסד עמו שושלת (שקרן...) גם מת בינקותו; הוא הקים חסידות קטנה וזניחה, שלא הפסיקו לרדוף אותה משך כל ימי חייו ואף לאחר מותו; רבי נחמן עצמו מת בגיל צעיר משחפת כשעוד מיטב שנותיו לפניו".

[יש לנו נס, שברשימה המטונפת שערך הכותב – סוקרטס וז'אן דארק – לא תחב גם את השם של האר"י הקדוש. שהרי גם הוא שיבח את עצמו, וגם הוא סבל צרות: בנו הקטן נפטר כשגילה סודות התורה (כמסופר בשער הכוונות, דרושי הפסח דרוש י"ב, וכל זה מאותה סיבה שבעבורה נסתלק בנו של רבינו, כמבואר בארוכה בשיחות הר"ן שיחה קפ"ט "והמובן מדבריו שכל צערו ויסורין וצער בניו שיחיו, הכל הוא רק מחמת שעוסק עמנו לקרבנו להשם יתברך"); הוא הקים חבורה קטנה של תלמידים, ובעבור מחלוקת שהייתה ביניהם הוא נסתלק ועלה לגנזי מרומים בגיל צעיר. וכו' וכו'].

*

ובכן:

יש המון מה לכתוב בקשר לעצם דבריו המטורפים הנ"ל, אך אני מתאפק לעת עתה. כי כפי שהקדמתי, לא על השקר והבורות שבדבריו יצא הקצף, אלא על עצם ההעזה והטיפשות לדון ב"אישיותו" של רבי נחמן מברסלב.

גם אם לא היה משווה אותו לסוקרטס או לז'אן דארק, אלא לדמות יהודית קדושה – הרי שלא נשמע מעולם עזות טיפשית ואפיקורסית שכזאת; לערוך מחקר על "אישיותו" של צדיק מגדולי ישראל!

אם עד היום ידענו שתחום זה – של מחקר אישיותם והכפשתם של גדולי ישראל – שייך לשפלים שבין המשכילים, הרי שה"קורא במדבר" יוכיח שאפשר לעשות זאת גם בין כותלי בית המדרש...

מה שנשאר לנו, זה רק להיזהר שלא תתעורר חמתו של אותו שפל ונבזה, על צדיקים אחרים. כדי שלא יכפיש גם אותם.

שהרי בקצב זה, אפשר בקלות 'להפליל' גם את כל שאר גדולי ישראל...

בעצם, לא רק גדולי ישראל נמצאים בסכנת הפללה בקליניקה של "קורא במדבר", אלא גם תורת ישראל בעצמה עלולה להגיע באיזשהו שלב לקליניקה שלו, ושם הוא ינתח גם אותה, ויחשיד אותה בנטייה לנצרות רח"ל...

שכן, אם את ההתבודדות אפשר להשוות לנצרות, בטענה ש: "יצירת מערכת יחסים עם הא-ל הוא לאו דוקא רעיון יהודי. הוגי הדעות הנוצריים מדברים כל הזמן על הצורך לדבר עם יש"ו, להבדיל כמובן, ולפתח אתו מערכת יחסים אישית" – אפשר גם בקלות להשוות את הקרבת הקרבנות לפולחנים הנוצריים רח"ל, ולכתוב: "הקרבת בהמות על גבי מזבח, הוא לאו דוקא רעיון יהודי"...

אך מי שנמצא בעיקר על הכוונת, הם "יחידי הדורות", הלא הם: רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, ורבינו נחמן מברסלב.

הם הכי בעייתיים...

שכן, את כל אלו הצדיקים, אפשר בקלות להאשים בכל ההאשמות שכתב בספרו המטונף:

הם לא הסתפקו בשמירה יבשה על חוקי ההלכה רק דרשו גם לב ונשמה ['בעיה' שעליה דן ש.א. בתחילת הפרק]; הם שבחו את עצמם; הם ותלמידיהם אחזו ופרסמו שאצלם נמצאת האמת השלמה והמוחלטת; וכן הלאה.

[וכמבואר בעומק נפלא, בספר "תרוממנה קרנות צדיק" (הנמצא בכת"י) סוד הדבר מדוע דווקא גדולי הצדיקים כהרשב"י ורבינו הקדוש, שיבחו את עצמם. דברים נפלאים ועמוקים מאד ע"פ נגלה ונסתר].

*

אילו היה צורך, היה יוצא אותו 'קורא במדבר', בהתקפה כוללת על כל גדולי מאורי החסידות, תלמידי הבעש"ט והמגיד הקדוש נ"ע.

וכפי שניתן גם להבין מדבריו בסוף הפרק, שהקשר בין הנצרות לברסלב, אינו מסתיים בברסלב אלא מתפשט בסתר בכל מחנות החסידות. וכך הוא כותב:

"ישנם כתבים של מיסיונר אנגלי, שנסע לפולין וליטא בשלהי המאה ותשע עשרה, במטרה לנצר יהודים. הוא משווה בין החסידים לליטאים: עם הליטאיים, הוא כותב, אין בכלל מה לדבר – לך תדבר על ישו עם אדם שמתעסק עם 'יוקרא דלקמיה' או עם 'מיגז גייז'. אבל מהחסידים הוא ממש התלהב. הוא כתב שהתשתית – הסגידה לבשר ודם – כבר ישנה, ורק צריך להחליף את הנפשות הפועלות"...

שמתם לב איזה גאונות מורעלת?

אם זה הכיוון, אפשר גם להוכיח את צדקתם של קורח ועדתו, ולהפליל את אלו שהאמינו בה' ובמשה עבדו, בכך שאלו המאמינים במשה רבינו נמצאים בסיכון גבוה של נפילה ל"איסלמיות". שהרי התשתית קיימת כבר אצלם, רק צריך להחליף את משה רבינו עם להבדיל א"ס הבדלות מוחמד...

ותו:

וכי מי שמתעסק כל היום עם 'יוקרא דלקמיה' או עם 'מיגז גייז', ולא מוטרד מחובת ההתקרבות לצדיק, יש לו עדיפות בכך שאין לו סיכון ליפול לנצרות?

אולי אם כן, תהיה עדיפות לאיכר טיפש, על פני תלמיד חכם, מאחר שאין לו סיכון ליפול לחכמות חיצוניות, מאחר שהוא אפילו לא יודע קרוא וכתוב?...

איזה גאונות טיפשית...

[כנראה שגם הבקיאות המדהימה של ש.א. בתורת הנצרות ובהיסטוריה של סוקרטס וז'אן דארק, נובעת מיגיעתו בסוגיות של 'יוקרא דלקמיה' או 'מיגז גייז'...]

*

הסיבה היחידה, מדוע הוא מתקיף רק את ברסלב, ומנתח את אישיותו של רבי נחמן מברסלב, ולא נטפל לשאר הצדיקים, היא כנראה מסיבה אחת:

מתוך כל הצדיקים והתופעות שלפני 200 שנה – ברסלב, ורבינו העומד בראשה, היא התופעה שהכי מטרידה את מנוחת המוסדות והקהילות. ולכן היא "תופעה שוודאי אי אפשר להתעלם ממנה. מהי הסיבה להצלחתה המטאורית, ולהיותה להיט גם בקרב אנשים שרחוקים מאתנו כל כך, ואעפ"כ תורת רבי נחמן מצליחה לדבר אל לבם? כיצד הפכה חסידות קטנה ונרדפת לכח עולמי?"...

אך תחת אשר יפתור את התופעה על ידי עיון וחיפוש בספרי רבינו הקדוש – דבר שמסוכן ביותר עבורו – הוא מעדיף לנבור בעמקי דת הנצרות וכתבי המיסיונרים, ולהיעזר בסוקרטס וז'אן דארק, לפתור את השאלות העמוקות שיש לו על "אישיותו" של רבי נחמן...

ולנו, לא נשאר רק לבכות על ההסתרה הנוראית, ולומר בפה מלא:

"אַשְׁרֵינוּ מַה טּוֹב חֶלְקֵנוּ, שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמָיו הֵסִיר מֵאִתָּנוּ מַסְוֶה הָעִוָּרוֹן הַמְסַמֵּא אֶת הָעֵינַיִם וּמוֹנֵעַ הַרְבֵּה אֲנָשִׁים מִלְּהִסְתַּכֵּל בְּסִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה הַנּוֹרָאִים, וְהֵם חוֹלְקִים וּמִתְנַגְּדִים עָלָיו וְעַל אֲנָשָׁיו וְעַל סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים וְהַנּוֹרָאִים מְאֹד. בָּרוּךְ ה' אֲשֶׁר הִצִּילָנוּ מִזֶּה, וְהִבְדִּילָנוּ מִן הַתּוֹעִים בְּכַמָּה וְכַמָּה בְּחִינוֹת! בְּוַדַּאי רָאוּי לָנוּ לִשְֹמֹחַ בָּזֶה כָּל יָמֵינוּ לְעוֹלָם בְּשִֹמְחָה עֲצוּמָה שֶׁאֵין לָהּ קֵץ" (עלים לתרופה, מכתב ט)...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ביניך אריבער לכבוד חודש אלול דער הערליכער אשכול, א דאנק אלע משתתפים.
לגבי רעדן מיט'ן אייבערשטער בדרך טענות שמדובר למעלה אדער "פסק" געדענק איך אז ר' נחמן זעלבסט דערמאנט מען זאל זיך טענ'הן מיט'ן אייבערשטער מיט טענות ומענות. איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש א פסק אבער אוודאי האט רעדן שטרענג צום רבוש"ע א פרעצענדנט אין די מקורות ויעמד פנחס ויפלל שעשה פלילים עם קונו ווי אויך תפלת חנה (ועי' ליקו"מ תפלה בבחינת דין) מצד שני טרעפט מען אמאל קעגן דעם שהטיח דברים כלפי מעלה אז דאס איז א חסרון פארשטייט זיך דאס איז דברים שלב ווען איז דאס אויסגעהעלטן אבער עכ"פ אוודאי איז דאס א חלק פון דער ענין פון תפלה רעדן אזוי.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט