פיי טאג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

יאנקל האט געשריבן:π - א פרייליכן "פיי טאג", 3/14

נישט פארשטאנען! עני יוניט עוועיליבל מסביר צו זיין?
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דו ביסט אפגערוקט מיט א וואך, ביי אונז אידן לומדי דף היומי איז פיי טאג נעקסטע וואך, עירובין י"ג, כל שיש בהיקיפו שלשה טפחים יש בו רוחב טפח.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לאל.

ביי די וועי, מארטש 14 איז אויך אלבערט איינשטיינס געבורטס טאג.

וואס איז טאקע פשט אז דורכאויס די יארן, נביא, חז"ל, און אפילו שפעטער ווערט נישט דערמאנט די אקוראטע (לפחות אזוי אקוראט ווי די חכמי האומות האבן געהאלטן אין יענע צייטן) חשבון פון פיי? אין צייטן פון כתיבת התלמוד האבן די גריכן שוין געוויסט אז ס'איז בערך 3.14, און אלע מפרשים, זענען זיך מתעלם פון דעם כאילו לא היה, תוס' פרעגט טאקע אז ס'איז נישט מדויק, אבער קיינער דערמאנט נישט די נומבערס וואס מ'האט געהאלטן אין יענע צייטן.
ווייסט אפשר וואו ס'ווערט די ערשטע דערמאנט אין אידישע מקורות? איז דא עפעס פאר תקופת הגר"א?
____________

איך זע יעצט אז אין פירוש המשניות להרמב"ם שטייט אזוי:
צריך אתה לדעת שיחס קוטר העיגול להיקפו בלתי ידוע, ואי אפשר לדבר עליו לעולם בדיוק, ואין זה חסרון ידיעה מצדנו כמו שחושבים הסכלים, אלא שדבר זה מצד טבעו בלתי נודע ואין במציאותו שייוודע. אבל אפשר לשערו בקירוב

און דאס איז נאכאלס אמת, מ'האט שוין אויסגערעכענט פיי ביז 5 טריליאן דידזשיטס, אבער וויבאלד פיי איז לכאורה נישט קיין לאגישע נומבער, און גייט אן איפיניטלי אן זיך איבערחזר'ן, האט די רמב"ם געהאט א ווייטע בליק.
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

געפילטע פיש האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז דורכאויס די יארן, נביא, חז"ל, און אפילו שפעטער ווערט נישט דערמאנט די אקוראטע (לפחות אזוי אקוראט ווי די חכמי האומות האבן געהאלטן אין יענע צייטן) חשבון פון פיי? אין צייטן פון כתיבת התלמוד האבן די גריכן שוין געוויסט אז ס'איז בערך 3.14, און אלע מפרשים, זענען זיך מתעלם פון דעם כאילו לא היה, תוס' פרעגט טאקע אז ס'איז נישט מדויק, אבער קיינער דערמאנט נישט די נומבערס וואס מ'האט געהאלטן אין יענע צייטן.
ווייסט אפשר וואו ס'ווערט די ערשטע דערמאנט אין אידישע מקורות? איז דא עפעס פאר תקופת הגר"א?


גראדע ווערט עס שוין דערמאנט זעה אין תשב"ץ (סי' קס"ה), ספר התכונה לרבי חיים וויטאל (פ"ה עמ' ל"ה).

ווי אויך האב איך געזען אן אינטערסאנטער פשט און משניות סייעתא דשמיא (עירובין פ"א מ"ה בהשלמות), אז דאס ענין איז מרומז אין פסוק אליין: די גמ' לערנט דארטען ארויס די שיעור אויף דעם חשבון פון א פסוק וואס שטייט ביי 'ים של שלמה' אז די ים איז געווען 10 אמות ברייט, און א 'קו' פון 30 אמות האט עס ארומגענומען, די ווארט 'קו' האט א קרי - 'קו', און א כתיב - 'קוה', די גימ' פון 'קו' איז 106 די גימ' פון 'קוה' איז 111, יעצט מען דריטלט די ווארט 'קוה' איז עס = 333, דאס מיינט אז בכתיב - בגלוי איז ווען די האסט א זאך וואס איז 333 ברייט דעמאלטס א בענדעל פון 111 כמנין קוה וועט עס ארומנעמן, אבער ווען מען צוטיילט 333 ביי 106 איז עס = 3.14150943396 און אנדרע ווערטער אז 333 צוטיילט ביי 3.14150943396 איז 106 כמנין 'קו' וואס דאס באמת דער קרי - הנסתר של הכתיב, ממילא קומט אויס אז א זאך וואס איז ברייט 333 איז גענוג א בענדעל וואס איז לאנג 106 עס ארומצונמען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גוטע פינטעלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

זייער אינטערעסאנט.
דאס מיינט אז בכתיב - בגלוי איז ווען די האסט א זאך וואס איז 333 ברייט דעמאלטס א בענדעל פון 111 כמנין קוה וועט עס ארומנעמן

נישט פארקערט?
האדם לא נברא אלא להתענג
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

יאיר האט געשריבן:נישט פארקערט?


יא יאיר, גערעכט פונקט פארקערט, אויב מען מעסט אזאך וואס איז 35.3333333333 מיט א בענדעל וואס איז פונקט 3 מאל אזוי גרויס כפי ההלכה הפשוטה, דעמאלטס איז עס 106, [35.3333333333 מאל 3 = 106], אבער דעמאלטס וועט דאס בענדעל נישט ארומנעמען דעם גאנצען זאך, משא"כ אויב וויל מען עס זאל ארומנעמען דעם גאנצען זאך כפי המציאות דארף מען נעמען א בענדעל וואס איז 111, [וואס דאס איז 3.14150943396 מאל 35.3333333333 = 111]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:דו ביסט אפגערוקט מיט א וואך, ביי אונז אידן לומדי דף היומי איז פיי טאג נעקסטע וואך, עירובין י"ג, כל שיש בהיקיפו שלשה טפחים יש בו רוחב טפח.

דו פארדינסט א לייק פאר'ן צו ברענגען א מאמר חז"ל צו ווייזן אז כבר קדמוהו חכמינו ז"ל. ס'איז דא א ספר וואס דער מונקאטשער רב ז"ל דער בעל מנחת אלעזר האט מחבר געווען, מיט'ן נאמען "דברי תורה", וואו ער ווייזט אויף זייער א סאך זאכן וואס די סייענטיסטן האבן דיסקאווערעד אין משך פון דורות, וואס חוז"ל האבן שוין געוואוסט און ס'ווערט דערמאנט אין די גמ' און מדרשים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:דו ביסט אפגערוקט מיט א וואך, ביי אונז אידן לומדי דף היומי איז פיי טאג נעקסטע וואך, עירובין י"ג, כל שיש בהיקיפו שלשה טפחים יש בו רוחב טפח.

אבער וואס הייסט דאס "ביי אונז אידן לומדי דף היומי"? ווייסטו דען נישט אז אונז אפגעהיטענע יודן נישט נאר וואס אונז לערנען בכלל נישט קיין גמרא מהאי טעמא, נאר מיר זאגן אפילו נישט ארויס דאס ווארט "דף ה---" ר"ל. ס'איז דא נאך זאכן וואס אונז לערנען נישט , למשל ווי משניות. ווייל ס'איז דא א פירוש אויף משניות פון א מזרחי'סט, ר"ל מיט'ן נאמען "קהתי".און ס'איז געדרוקט דורך "מוסד הרב קוק" ר"ל. אויך שולחן ערוך זענען מיר ערליכע, אפגעהיטענע יודן זיך מונע צו לערנען ווייל דער מגן אברהם איז אויף איין בלעטל מיט'ן "מגן דויד" ט"ז ר"ל.
נ.ב.: דאס אויבנדערמאנטע איז א סקיט ארויסצוברענגען צו וואס עקסטרעמיזם און פאנאטיזם קען פיהרן..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:לאל.

ביי די וועי, מארטש 14 איז אויך אלבערט איינשטיינס געבורטס טאג.

וואס איז טאקע פשט אז דורכאויס די יארן, נביא, חז"ל, און אפילו שפעטער ווערט נישט דערמאנט די אקוראטע (לפחות אזוי אקוראט ווי די חכמי האומות האבן געהאלטן אין יענע צייטן) חשבון פון פיי? אין צייטן פון כתיבת התלמוד האבן די גריכן שוין געוויסט אז ס'איז בערך 3.14, און אלע מפרשים, זענען זיך מתעלם פון דעם כאילו לא היה, תוס' פרעגט טאקע אז ס'איז נישט מדויק, אבער קיינער דערמאנט נישט די נומבערס וואס מ'האט געהאלטן אין יענע צייטן.
ווייסט אפשר וואו ס'ווערט די ערשטע דערמאנט אין אידישע מקורות? איז דא עפעס פאר תקופת הגר"א?
____________

איך זע יעצט אז אין פירוש המשניות להרמב"ם שטייט אזוי:
צריך אתה לדעת שיחס קוטר העיגול להיקפו בלתי ידוע, ואי אפשר לדבר עליו לעולם בדיוק, ואין זה חסרון ידיעה מצדנו כמו שחושבים הסכלים, אלא שדבר זה מצד טבעו בלתי נודע ואין במציאותו שייוודע. אבל אפשר לשערו בקירוב

און דאס איז נאכאלס אמת, מ'האט שוין אויסגערעכענט פיי ביז 5 טריליאן דידזשיטס, אבער וויבאלד פיי איז לכאורה נישט קיין לאגישע נומבער, און גייט אן איפיניטלי אן זיך איבערחזר'ן, האט די רמב"ם געהאט א ווייטע בליק.

ווייל אין דעסימאלס, וואס ווייטער די נאמבער איז אפגערוקט האט עס ווייניגער חשיבות. און אלס פראקטישקייט טוט מען עס "ראונדן" צו דעם נעקסטן , העכערן נומער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

א הארציגן דאנק פאר די לייק, אבער דא איז עס פונקט פארקערט, די חשבונות פון פיי זענען עלטער ווי די גמרא, עלטער פון שלמה המלך, און אפילו עלטער פונעם אידישען פאלק, אין קלעי טאבלעטן וואס מ'האט געטראפן אין בבל אזוי אלט ווי לפחות 1600 BC (בערך ווען יעקב האט געגאנבעט די ברכות פון עשו) שטייט שוין אז די חשבון פון א היקף צו רוחב איז 25/8.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:א הארציגן דאנק פאר די לייק, אבער דא איז עס פונקט פארקערט, די חשבונות פון פיי זענען עלטער ווי די גמרא, עלטער פון שלמה המלך, און אפילו עלטער פונעם אידישען פאלק, אין קלעי טאבלעטן וואס מ'האט געטראפן אין בבל אזוי אלט ווי לפחות 1600 BC (בערך ווען יעקב האט געגאנבעט די ברכות פון עשו) שטייט שוין אז די חשבון פון א היקף צו רוחב איז 25/8.

איך בין העכסט צופרידן ווען א סייענטיפיק אדער מאטעמאטיק'ל דיסקאווערי ווערט שוין דערמאנט אין דברי חז"ל. דרך אגב. די ארכיאלאגן (יא. די פארשאלטענע רשעים וועלכע דער איד פלעגט צוזאמ שעלטן אן אויפהער) האבן אנטדעקט בערך פיהר יאר צוריק א גאס פון די צייט פון בית שני, וועלכע פיהרט צום הר הבית. מיט אזאלכע הערליכע ווייסע שטיינער און אזוי פערפעקט אויסגעשניצט כאילו מ'האט עס געבויט א פאר יאר צוריק.
פארשפארט