די קנאים'ס בליק אויפן נייעם קאליציע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

די קנאים'ס בליק אויפן נייעם קאליציע

שליחה דורך וואלפה »

יעדער האלט מן הסתם מוט אז ביבי האט צוזאם געשטעלט זיין קאליציע פון ליכוד, לפיד, בנט, און לבני. און די חרדים- ש"ס און אגודה זענען נישט ווי בדרך כלל אריינגענומען געווארן אינעם רעגירונג.
עס ווארט נישט קיין האניג פאר אחינו בני ישראל אין ארה"ק בכלל - גיוס בני ישיבות, קנאים אריין גערעכנט.( איך גיי נישט אריין אין די שמוס צי דינען אין מיליטער איז א פראבלעם צו נישט, איך רעדט יעצט לגבי וואס רוב עהרליכע יודען אן קיין ספעציעלן מיינינגען ציטערען פאר דעם)
און בפרט פאר - כמעט אלע - וואס די מדינה שטאפט זיי מיט געלט.
גייענדיג צווישען אגודה'דיסטן זעהט זיך אן א שטארקע אנגעצויגענקייט וואס עס וועט למעשה זיך אויסקאכען. מען פארלאזט זיך אויפן בש"פ און מען האפט אז די קעגענזייטיגע קאליציע וועט אן האלטען פון תענית אסתר ביז פורים,
אבער הקב"ה דארף נישט צוקומען צי קיינעם'ס עצות .
וואס עס האט מיך געמאכט אויף צי מאכען מיין ערשטע אשכול - כאטש איך בין נישט די גרעסטע שרייבער, און נאכדערצו אז און בין גאר א נייע קאווע טרינקער און איך האב ניטאמאל אן איינאנג ווי אזוי א סיפ צו געגעבען, - איז אז די קנאים דרייען זיך ארום מיט א שמייכעל פון איין זייט אויער צום צווייטען כאילו זיי אלע האבען צו פסח און צו חתונה מאכען בהרחבה (קען זיין אז זיי דרייען זיך מיט זייער קיופאנס, אדער האבען זיי אויסגעצאלט זייער מעמבערשיפ, און זיי גייען אריין און דיע 200 גורלות. וואס לכבוד דעם מען קויפט איין די גאנצע געשעפט, ווייל מען איז א "זיכערע" געווינער... איך האב נאך נישט "אזוי" גוט אדורוך געטוהן די דבר יום ביומו אז איך זאל פינקטלעך אלעס צוטרעפען...) אלעס ווייל דיע זיבען בענקטלעך האט אויפגעטוהן א מכה, און ביבי לאכט פון "ענק"!. און מען נעמט ענק נישט אריין אין ראגירונג....
איי פארוואס פרייסטוך?!, אלע יודען (אנטשילדיג לויט זיי זענען דאך נישט אלע קיין יודען, טא לאמיך בעסער ארויסזאגען אלע "עהרליכע יודען") זענען אויף געהאקטע צרות!!! . בשלמא (דא דרייט מען מיט די פינגער ווי ביי מה נשתנה) זלוינים וואס זענען נאך אנגעפראסקעט פון די פאשלא וואס זיי האבען געכאפט ווען ר' זלמן לייב איז געפארן קיין א"י צרוקצוהאלטן יודען פון גיין צי די בחירות הטמאות, האפענדיג אז אגודה וועט ארויס קומען מיט א נישטיגע פיר מאנדאטען, און "ג' האט געבראכען רעקערד ווען זיי האבען באקומען בסך הכל 7 זיצען, וואס דאס איז געווען די מכה בפטיש אויף די אנגעווייטאגקייט נאכען כאפען א איי פון הרב וואזנער...
פארשטייט מען פארוואס זיי בילעען. וואס ווילסטו די שטיין זאל געלונגען און ער זאל נאך מקיים זיין שתיקה יפה....?!
אבער די ארונים וואס זעננען דאך נישט געגאנגען צום כינוס כלל ישראל, אלטס אזויגעריפענע קנאות (!), און אנדערע קנאים, וואס איז זייער שמחה ?.
אגודה איז סייווי דארט צי מען מעג ( ליין: צי די ווילסט) יא צו נישט, אויב זענען זיי אינדרויסען זענען "ענק" אויך אין אן עת צרה
ווי קומט אזא שמחה ביי זיי וויל איך פארשטיין
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

די קנאים'ס שמחה איז שרעקליך פשוט. זיי פרייען זיך אז ערליכע אידן גייען נישט זיצן אין א ממשלה פון כופרים און מינים וואס זענען גוזר גזירות קשות ורעות קעגן כל הקדוש לנו. זיי פרייען זיך אז אזא ריזן ציבור אידן יראים לדבר ה' וועלכע זענען געווען פארכאפט אין נגע הציוני, קענען אביסל ארויסקוקן פונעם באקס, היות זיי זענען נישט ביזי זיצן און ממשלה, און קענען זען אז פון זיצן "אינעווייניג" קען מען קיין סאך נישט אויפטון, (חוץ געלט כמובן). זיי פרייען זיך פונקט אזוי ווי מיר פרייען זיך ווען מיר הערן אז אפאר אידן אין רוסלאנד האבן זיך געמל'ט ביי די 30 יאר און נתקרב געווארן צו אידישקייט. די זעלבע אונזערע ברודער אין ארץ ישראל הייבן אן נתקרב ווערן צוביסלעך לאבינו שבשמים, און אנערקענען טיילווייז אז די מדינה איז קיין אידישע מדינה נישט.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

וואס הייסט מקען נישט אויפטוהן? יעדער (אפי' די קנאים) אז יעצט איז סאך גרעסערע צרות. די גאנצע פראבלעם פון גיוס בני ישיבות (סארי גיוס כלל ישראל) איז נאר ווייל דא חרדים האבען שוין נישט קיין כח.
נאר קען זיין די שמחה איז ביי אזאלעכע וואס די שיטה הקדושה איז וויכטיגער ווי יודישקייט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אחב"י האגודאים זאגן, אז יעדע קאליצע, מאז היתה ישראל לגו"י, וואס האט נישט געהאט קיין חרדים האט זיך נישט אנגעהאלטן מער ווי א יאר צוויי.
Under influence
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

איין מינוט, אייגענטליך זענען דאך די אגודאים אויך געווארן קנאים אין די טעג. זייט ס'איז געווארן אפיציעל אז זיי גייען נישט זיין אין די קאאליציע, הערט מען פון זיי שארפע דברי מחאה קעגן די רעגירונג, אפשר אפילו שארפער פון די קנאים... טא מה כל הרעש?!

בנוגע גיוס בני הישיבות איז עס אין א ניכטערן בליק גאר א טובה. ווייל ווען די חרדים זיצן ווען אין רעגירונג וואלטן זיי זיכער איינגעגאנגן אויף פשרות, אזוי אז זיי זענען אינדערויסן וועט גאנץ כלל ישראל אינאיינעם לוחם זיין במלחמת חרמה דערקעגן, נישט נאר די קנאים.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

יאנקל האט געשריבן:וואלפה, שלום עליכם.
איך בין נישט זיכער וואס אייער כוונה איז. איז עס אז די קנאים גייען אויך פארלירן פון דעם אז די פרומע וועלן נישט זיין אין דער קאאליציע?


you got it
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

וואלפה האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:וואלפה, שלום עליכם.
איך בין נישט זיכער וואס אייער כוונה איז. איז עס אז די קנאים גייען אויך פארלירן פון דעם אז די פרומע וועלן נישט זיין אין דער קאאליציע?


you got it


וואס חרדים לדבר ה' גייען מרביח זיין מיט דעם וואס די היימישע זענען נישט אין קאאליציע זעה איך פשוט אזוי וועט גאנץ חרדישע אידענטום ארויסגיין אין א מחלחמה קעגן די גיוס נישט נאר די קנאים פון ירושלים אין בית שמש.. ווען וואלטען זיי געווען אינעוויניג וואלטען זיי זעכער געמאכט א פשרה

קען זיי עס צום שאטען אבער דערווייל זעע איך נישט וואו אזוי, בעסער געזאגט - בשלמה ווען די קאאליציע איז ווי די לעצטע פאר יאר פארשטיי איך

אבער אויב די קאליציע איז מיט בנט לפיד אין נאך קיצונים אפילו די חרדים זענען אינעוויייניג איז גארנישט אזוי גוט
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

בנוגע גיוס בני הישיבות איז עס אין א ניכטערן בליק גאר א טובה. ווייל ווען די חרדים זיצן ווען אין רעגירונג וואלטן זיי זיכער איינגעגאנגן אויף פשרות, אזוי אז זיי זענען אינדערויסן וועט גאנץ כלל ישראל אינאיינעם לוחם זיין במלחמת חרמה דערקעגן, נישט נאר די קנאים.[/quote]

דאס ווארט פשרות האט אין זיך הינדריטע מדריגות, און עס איז נישט קיין שאלה אז עס וואלט געווען אן אזוי גערופענע פשרה אז די איד, בלאט און צייטונג זאלען האבען וואס צי שרייבען פאר לאנגע וואכען. און אז "קלאר" זאל א בוסיל מנוחה לאזען דער שטערן און שפאקטיוו. און אז א יעדע סאטמארע ראציר זאל זיין א גאנצע שמויגער און שוין קענען האבען די מייקריפוין אין מויל אז די אגודות'טען זענען איינגעגאנגען אויף פשרות.
אבער א ווי אזוי שרייבסטו "זיי וועלן ארויס קומען פון די באקס " טאקע אזוי ווי די זאגסט. אבער די "זיי" זאל זיין בבחינות פשט השני ברש"י פרשת שמות ועלה מין הארץ....
די חרדים גייען נישט איינגיין אויף קיין שום פשרה וועגען א בחור וואס לערנט געהעריג אין ישיבה, אזוי ווי פרוש און אנדערע האבען קלאר געשטעלט, און ביבי ווייסט אז עס איז נישט קיין מאנקי ביזניס, והא ראיה אז ער האט זיך נישט צוזאם געשטעלט מיט זיינע מערסטע אויסגעקומענע קאליציע. און זיך צוזאמגעשטעלט מיט מענטשען וואס ער וואלט און זייער ששים אמה און א נארמאלען אימשטענדין נישט געשטאנען. מיינט עס אז די חרדים שטייען זייער ווייט פון די אזויגערופענע פשרות
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

אזוי ווי אויבען געשריבען בין איך נאך ניי, און איך האב עס נישט מסדר געווען אויף וועם איך גיי ארויף, די לעצטע הארה איז אויף "מיין מיינונג'ס" הארה, און די ערשטע פאר שורות איז אראפגעברענגטע ווערטער פון איהם
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

פרעגסט פון וואו כ'ווייס אז ווען די חרדים זיצן ווען אין ממשלה וואלט געווען פשרות? וואס דארפסטו מער פון דעם אז ביי די פאריגע קאדענציע האבן שוין די חרדים אומאפיציעל מסכים געווען צום מתווה פון בוגי יעלון לגבי גיוס, ס'האט זיך נאר נישט אויסגעארבעט אין די לעצטע מינוט ווייל אביגדור ליבערמאן איז נישט געווען צופרידן דערפון. ווידעראום אז מ'קוקט זיך ארום די וואך אין די אגודיסטישע צייטונגן קען זיך גאר דאכטן אז מ'האלט אן החומה אין די האנט... זיי פארפירן קעגן די טריפה'נע ממשלה, און קעגן די שרעקליכע גזירות, אזש ס'גייט א רויעך.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

הערת אגב, וואלט מעגליך געווען איינצופירן אז נייע שרייבער זאלן קודם ברויכן דורכגיין א א שטיקל פארהער אדער קורס אין ספעלינג און גרעמער בעפאר זיי הייבן אן שרייבן?

נאטינג פערסענאל.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

smart האט געשריבן:וואס חרדים לדבר ה' גייען מרביח זיין מיט דעם וואס די היימישע זענען נישט אין קאאליציע זעה איך פשוט אזוי וועט גאנץ חרדישע אידענטום ארויסגיין אין א מחלחמה קעגן די גיוס נישט נאר די קנאים פון ירושלים אין בית שמש.. ווען וואלטען זיי געווען אינעוויניג וואלטען זיי זעכער געמאכט א פשרה


איך האב געמיינט אז אסור להתחבר... אפילו בשעת מען קען אויפטוהן, אזוי ווי די "ערליכע יודען" האבען געזינגען ביים כינוס וכדומה.
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין מיינונג, איך האב מורא אז איך וואלט ווען אדורכגעפאלן.
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

מיין מיינונג האט געשריבן:הערת אגב, וואלט מעגליך געווען איינצופירן אז נייע שרייבער זאלן קודם ברויכן דורכגיין א א שטיקל פארהער אדער קורס אין ספעלינג און גרעמער בעפאר זיי הייבן אן שרייבן?

נאטינג פערסענאל.


האלב פון די קאווע טרינקערס וואלטען ווען נישט דא געווען. די גרויסע שרייבערס זענען נישט געבוירען געווארן קענענדיג,
ווי האבען זיי זיך אויסגעלערנט אויב נישט פון דא.
הרבה למדתי מרבותי, "ומתלמידי" יותר מכולם....
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

אסור להתחבר טאקע יא, אבער לוחם זיין דעם זעלבן ציהל איז קיין שום התחברות. ס'האט קיינער נישט געהאלטן אז ר' אהרן טייטלבוים איז מתיר אינטערנעט, אפילו ער איז נישט געקומען צום כינוס. די פראגע איז נאר צי ער האט געמיינט פאליטיק צו ערליכקייט.
עכ"פ לוחם זיין אויף א געמיינזאמען ציהל און מיט א שטערקערן כח, איז אודאי חשוב.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

מיין מיינונג האט געשריבן:בנוגע גיוס בני הישיבות איז עס אין א ניכטערן בליק גאר א טובה. ווייל ווען די חרדים זיצן ווען אין רעגירונג וואלטן זיי זיכער איינגעגאנגן אויף פשרות, אזוי אז זיי זענען אינדערויסן וועט גאנץ כלל ישראל אינאיינעם לוחם זיין במלחמת חרמה דערקעגן, נישט נאר די קנאים.

נאך אמאל "פשרות" קען מען אפטייטשען אויף אסאך מדריגות.
די אזויגערופענע פשרה וואס די רעדטסט איז אז עס וואלט געווען אז אלע בחורים וואס לערנען אין ישיבה - מצוינים צי נישט, וואלטן געבליבען אין ישיבה לערנען.
און אלע שאבאבניקעס און ליידיגייערס וואס גאולה/רח' רבי עקיבא שטינקט פורים זיי (מיט "זיי" -אן צוויי "י"ודס ) אוועק צוטרייבען, אז זיי זאלען דארפען גיין דינען אין צה"ל.
און די ארטיגע רבנים (לשוטתכם שקצים) וואלטען געמאכט א געהעריגע קיבץ פאר זיי אן קיין ביימער..., זיי וואלטען געהאט א שיעור, געדאווענט, און א ביסעל מער געדינט דעם אויבערשטער.
אוודאי וואלט עס געווען פונקט גענוג פאר די קנאים מיט זייערע וועג ווייזעס-די צייטינגען זיך צי פרייען מיט די ביינדעל וואס מען האט זיי געווארפען אזוי ווי מען זעהט ווי אזוי זיי רעדען וועגען נחל החרדי.....
די אגודיסטען וואלטען ווען מיט איין שאס געשאסען צוויי פייגעל.
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואלפה, די עולם דא איז נישט אזוי קלוג. ביטע זיי מסביר וואס דו רעדסט. אין מיינע אויגן זעהט דאס אויס ווי שיחות פון האדמו״ר מחב״ד. איך פארשטיי באמת נישט קיין איין ווארט וואס דו ווילסט ארויסברענגען
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

פאר א קאפ ווי דער רמב"ם פאסט עס נישט.
וואס פארשייסטו נישט?, בעסער וואס יא?.
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

אויב וויל מען אויסראטן די שבבניקים זאל מען עפענען א מסגרת פאר זיי אדער שיקן ארבעטן. וואס א שייכות האט דאס מיט מיליטער?

והשנית רעדט מען נישט פון שבבניקים דא, מ'רעדט דאך פון נעמען בחורי הישיבות. ממילא איז נישט קיין חילוק צו זיי לערנען פלייסיג צי נישט, א ישיבה בחור באלאנגט אין ישיבה.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

מיין מיינונג האט געשריבן:איין מינוט, אייגענטליך זענען דאך די אגודאים אויך געווארן קנאים אין די טעג. זייט ס'איז געווארן אפיציעל אז זיי גייען נישט זיין אין די קאאליציע, הערט מען פון זיי שארפע דברי מחאה קעגן די רעגירונג, אפשר אפילו שארפער פון די קנאים... טא מה כל הרעש?!

בנוגע גיוס בני הישיבות איז עס אין א ניכטערן בליק גאר א טובה. ווייל ווען די חרדים זיצן ווען אין רעגירונג וואלטן זיי זיכער איינגעגאנגן אויף פשרות, אזוי אז זיי זענען אינדערויסן וועט גאנץ כלל ישראל אינאיינעם לוחם זיין במלחמת חרמה דערקעגן, נישט נאר די קנאים.


No! Army will make them more nationalist
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

מיין מיינונג האט געשריבן:אויב וויל מען אויסראטן די שבבניקים זאל מען עפענען א מסגרת פאר זיי אדער שיקן ארבעטן. וואס א שייכות האט דאס מיט מיליטער?

והשנית רעדט מען נישט פון שבבניקים דא, מ'רעדט דאך פון נעמען בחורי הישיבות. ממילא איז נישט קיין חילוק צו זיי לערנען פלייסיג צי נישט, א ישיבה בחור באלאנגט אין ישיבה.

ווי און וואס שיקען די שבבניקע'ם ארבייטען?!, די חברה האבען נישט קיין נערווין צו ארבייטען. אבער דינען אין צה"ל וועלן זיי מיזען אן נערווין און מען וועט זיי אפשר אויך פאר מענטשן מאכען
שנית: די סיבה וויאזוי די שבבניק'ם דרייען זיך ארויס פון מיליטער איז נאר ווייל זיי זענען אויפציעל בני ישיבה,
נו אזעלכע "בני ישיבות" וועט מען נאכגעבן און שיקען אין מיליטער אריין
און נאכאמאל מען וועט מיט איין פייל שיסען צוויי פייגעל 1 דער יונגאטש אראפ נעמען פון גאס און אפשר אויך א מענטש מאכען.
2 ביבי וועט זיך קענען אויפטוהן אז ער לאז זיך נישט, און "בני ישובות" דינען און צה"ל, און ער וועט זיין ציפרידען אז ער האט געווינען.
(3 אנגעשטאפט די קנאים מיט א "פעטן ליידיגען זאק" אז זיי זאלען האבען וואס צי בלאזען אז עס איז געווען פשרות)
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

לאמער נישט פארפארען פון אנהייב, שימעלע האט אין זיינע לעצטע ווערטער ארויסגעברענט א גוטען תירוץ אויף מיין קשיא
שימעלע האט געשריבן:וואס הייסט מקען נישט אויפטוהן? יעדער (אפי' די קנאים) אז יעצט איז סאך גרעסערע צרות. די גאנצע פראבלעם פון גיוס בני ישיבות (סארי גיוס כלל ישראל) איז נאר ווייל דא חרדים האבען שוין נישט קיין כח.
""""""נאר קען זיין די שמחה איז ביי אזאלעכע וואס די שיטה הקדושה איז וויכטיגער ווי יודישקייט""""".
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

וואלפה האט געשריבן:
smart האט געשריבן:וואס חרדים לדבר ה' גייען מרביח זיין מיט דעם וואס די היימישע זענען נישט אין קאאליציע זעה איך פשוט אזוי וועט גאנץ חרדישע אידענטום ארויסגיין אין א מחלחמה קעגן די גיוס נישט נאר די קנאים פון ירושלים אין בית שמש.. ווען וואלטען זיי געווען אינעוויניג וואלטען זיי זעכער געמאכט א פשרה


איך האב געמיינט אז אסור להתחבר... אפילו בשעת מען קען אויפטוהן, אזוי ווי די "ערליכע יודען" האבען געזינגען ביים כינוס וכדומה.

מיינסט צו זאגן ״מרביח זיין״ איז מלשון התחברות ? איך האב געמיינט סיאיז א טייפאו שקויעך...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט