א גיטן חודש און א פרייליכער בין הזמנים, כ׳האף וועסט הנאה האבן און טאקע אויסניצען די טעג ווי עס דארף צו זיין אבער איידער די לויפסט ווייטער נעם א מינוט און ליין דורך די קומענדיגע פאר שורות לאמיר זיך אביסל פארשטיין..
עס איז בין הזמנים 8:00 אינדערפרי איך קום אריין אין ביהמ״ד ווי איך בין שוין א תושב די לעצטע 18 יאר כולן שווין לטובה איך שטרעק אויס מיין האנט צו נעמען דעם ׳דבר יום ביומו׳ און די בחור׳ל געבסט עס א פלינקער שלעפ און די כאפסט עס כמעט ארויס פון מיין הענט און טראגסט זיך אפ דערמיט.. בחור׳ל טייערע צו ווייסטו אפשר וואס מיינט דרך ארץ? איך האב עס געהאט בעפאר דיר פארוואס שלעפסטו עס אוועק? און בכלל, וואס איז דיר אזא נפקא מינה וועלעכע יארצייט עס איז? אז ס׳וועט זיין א יארצייט וועסטו לערנען משניות און אנצינדען א ליכטעל? איך האב חברים וואס מאכען היינט נאכט חתונה דאס ערשטע קינד איך מיין איך דארף עס אביסל וויכטיגער ווי דיר..
ווייטער גיי איך אראפ אין מקווה איך נעם ארויס מיין קארטעל וואס קאסט מיר א $30 א חודש איך לייג עס אויפן סקרין פונעם טורנסטייל איך וויל אריינגיין און בעפאר וואס-ווען-ווי געבסטו זיך פלינקערהייט א דריי אריין און ניטאמאל באמערקט אז די האסט מיר דאס פוס אנגעטראטן.. איז דאס מענטשהייט? דאס לערנט מען היינט אויס אין די ישיבות? איך דארף באצאלען חודשליך ערליך די $30 דאלער אז ווען די מאכסט אפ בין הזמנים אז די ביזט אין די גיסטע פון א ווארמע טוש זאלסטו זיך אריינכאפן אויף מיין חשבון?..
וויל איך גיין אביסל הכנות זיך גרייטען אויף תפילת שחרית זאל זיין שוין אנעם טעגליכען קאווע ווייל די בחורים האבן אלעס אויסגעניצט, איך גיי אריין זעה איך אלע 25 הכנה צימערליך זענען פארמאכט, כ׳דענק שוין לאנג נישט אזא ווילדע זאך זייט דער ראש הקהל האט געמאכט די גרויסע קידוש פאר 2 חדשים צירוק.. גייסט מיר זאגען די טשולענט איז זיך יעצט נוקם אין די אלע חברה? רבוש״ע היינט איז שוין מידוואך אין וועלכע פלאץ חוץ קעמפ רב טוב געבט מען טשולענט אינמיטען וואך? טראכט איך צי מיר מן הסתם איז קיינער נישט דארט איך גיי צי צום סוויטש איך קוועטש אויף off פליצלינג זעה איך אויפן שאטען צענדליגער קליינע לעקטערליך.. וואס מיינט דאס? איך בין שילדיג ענקערע עלטערן לאזן ענק נישט וואטשען פריזען ברעיק? פארדעם דארף איך ווארטען 45 מינוט פאר א טוילעט? און בכלל, פארוואס דארף מען קוקען 24? גרובייס מעג נישט האבן אביסל פרנסה?..
ענדליך האלט מען שוין ביי שחרית איך קום אריין אויף מיין פלאץ זיצט זיך שוין באקוועם א ברייטער ישיבה בחור און זאגט מילה במילה די קרבנות, שוין א ערליך בחור דאווענט איך וועל איהם נישט שטערן, זיץ איך אזוי צעקוועטשט בשעת דער בחור שאקעלט וועלטן ביי ברוך שאמר און שמייסט אריין זיינע געלע ציצית אין מיין פנים אריין און פארמישט מיר ווי איך האלט ביים דאווענען מיט זיינע קולי קולות און ווילדע אקטען.. אפשר לאזסטו מיר זיצען אויף מיין פלאץ? אפשר לאזסטו יענעם אויך דאווענען? פרום אויף יענעמ׳ס חשבון איז ריכטיג?..
גע׳ענדיגט דאווענען ווען אין מיין הארץ ברויזט נאך די נייע אנשיקעניש פון די ׳בין הזמנים׳ סענטער וואס האט זיך אנגעריקט אין מיין צווייטע היים וואק איך אזוי געמיטליך צום שפייז קראם די נעקסטע גאס איך וויל קויפן אביסל ברויט און מילך מיינע קינדערלך זאלען האבן וואס צי עסן און וועמען זעה איך ביים טיר? נישט קיין אנדערער ווי טאקע דיר בחור׳ל שטייסט ביים טור ליינענדיג ׳דער שטערן׳ און איך דארף 5 מאהל כמעט שרייען אנטשולדיגטס בחור׳ל קענסט זיך אפשר רוקען אין די זייט!? וואס שטייסטו מיר שוין ווייטער אינטער די פוס? איך בין שולדיג אז דיין טאטע לאזט נישט אריין די שטערן אינדערהיים? פארדעם דארף איך געשטערט ווערן ביים איינקויפן פרישטאג? פארוואס ליינסטו א מאגאזין וואס האט בילדער פון טמאנע גוים רח״ל? און בכלל וואס האט א בחור אריינציטרעטן אין א געשעפט וואס פארקויפט דעם טריפה׳נעם המודיע?
נאך אזא פרימארגען האט מיר שוין ממש געפרייט זיך צי טרעפן אין ארבעטס פלאץ ווי עס איז מיין פריוואטע אפיס קיין שום בין הזמנים קען מיר נישט שטערן אדער אוועקנעמען וואס איך האב.. אזוי האב איך נאר געמיינט, אינמיטען ארויפלייגען מיינע נייע פראדוקטען אויף איבעי זעה איך ווי די אינטערנעט איז פליצלינג געווארן זייער שטייט עס נעמט מיר פינעף מינוט צי רעפרעשן א בלאט איך בין מחליט צי נעמען א ציגאר ברעיק איך גיי ארויס אויפן גאס און דאס בלוט קומט מיר ארויף אין פנים, איך זעה שוין צום פיפיציגסטן מאל היינט דיר בחור׳ל שטיין ביים טויער פון מיין אפיס נישט מער און נישט ווייניגער אן קיין בושה כאפן ווייפיי! וואס דארף איך ליידן אז די האסט זיך פארגליסטעט? דיין פעיסבוקן איז אזוי וויכטיג מיר צי שטערן שפייזן מיינע קינדערלך? האסט מיר געפרעגט רשות בעפארן ניצען מיין אינטרנעט? מאכסט אזוי אוועק סקולענע רבי׳ס סטראשונגען? און בכלל וואס איז דיר אזוי וויכטיג צו שטיין אינדרויסן אויפן גאס און פרירען מיטן אייפאד אין די האנט? מיינסט די מיידלעך מיט וועם די רעדסט אויף פייסבוק זענען אמת׳ע? ס׳איז א נאריש בחור׳ל ווי דיר וואס טרייבט ליצנות פון דיר!..
מען האלט שוין ביי מנחה מעריב איך גיי ארויף אין היכל הביהמ״ד לערנען מיין טעגליכע שיעור וואס גייט שוין אן יארן עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן! א געפילדער פון מחנות בחורים זיצען אויף די טישן און ליינען שרייבן קאטשקענען זינגען עסן לערנען קלאצען שמועסן כאילו זיי זענען ביין טאטען אין וויינגארטן איך זיך שנעל אויף מיין חברותא איך זעה דעם חשובען מגי״ש שליט״א מיין חברותא זיצען אזוי איינגעמאכט פארקוועטשט ביים עק טיש צווישען נאך צענדליגער בחורים איך לויף שנעל צי איהם בשעת עטליכע פון די בחורים קוקען מיר אן מיט שפיזיגע בליקען פארן ניצען אן ׳ארטסקרול גמרא׳ איך זעץ זיך ענדליך אראפ הייב אן לערנען מיט געשמאק כאטש די שטיקעניש און געפילדער עס גייט נישט דורך קיין פינעף מינוט אין די בחור׳ל קומסט צי ׳אנטשולדיגטס, איר האט אפשר א סעלפאון פאר מינוט׳? פארשטייט זיך איך קען נישט זיין קיין שלעכטער האב איך עס דיר געגעבן.. אבער מיינסט איך האב נישט געזעהן ווי די טשארדשסט אינטען פון די באנק א פעידש-פלאס 20 דאלערדיגע פאון? פארוואס דארפסטו קומען בארגען מיין טייערע גאלאקסי 3? האסט נאר 1200 מינוטן און די ווילסט עס סעיווען צי הערן נחום? פארדעם דארפסטו מיר שטערן פון לערנען? און פארוואס האסטו טוויטער אויף דיין פאון, איז עס דען געמאכט פאר ישיבה בחורים? פארוואס פאללאוסטי גוסטין ביבער? סאטמאר עידש קיו איז נישט געניג קאאל פאר דיר? פארוואס פאללאוסטי נישט אלל אידיש ניוז? ווייסט אז געוויסע ראשי ישיבות רופען עס טוויטער-שטיפער אפצי׳חוזק׳ן פון די בחורים וואס האבן נישט וואס צי טאן מיט די צייט און זיצען אויף טוויטער?
גע׳ענדיגט מיטן לערנען גיי איך דאווענען מעריב איך וויל שוין ענדיגן מיט דעם שווערן טאג, גיי איך אריין אין איינע פון די שטיבלעך כ׳וויל דאווענען פארן עמוד איך האב יארצייט נאכפאר וואס-ווען-ווי לויפסטו בחור׳ל שוין צו צים ברעטל מיט איין אימפעט אין הייבסט אן חופה׳רען מיט דיין קוויטשעדיגע שטימע ׳יתגדויתקדשמירבה׳.. האלא בחור׳ל רואיג, טשיל, כ׳בין פונקט אזוי הינגעריג ווי דיר כ׳האב געהאט א שווערערע טאג ווי דיר אבער לאז מיר דאווענען מיט אביסל כוונה.. איך בין שולדיג אז עס שמעקט דיר דאס ברעטל? מיין זיידענס נשמה איז דען נישט חשובער ווי דיין חופה׳רייען? בכלל ווער האט דיר איינגערעדט די קענסט דאווענען? די ציברעכסט דאך דיר די צאן ביי קדיש!
אן אויפגערעגטער האב איך זיך אויפגעהויבן און ארויס פונעם ביהמ״ד נאכפאר די בחור׳ל האסט אויסגעלאזט ׳ביום ההוא יהיה ה׳ אחד ושמו אחד׳ יעצט נאך א ווארעמע פליישיגע נאכטמאהל און נאכן אביסל קומען צי זיך האב איך זיך אראפגעזעצט דיר שרייבן אביסל ווי אזוי מיין טאג האט היינט אויסגעקוקט און איך אין די נאמען פון מיינע חברים ווילן דיר בעטן א קליין בקשה׳לע:
עס איז אינזער ביהמ״ד שוין יארן די האסט בין הזמנים? קום אריין, דאווען, לערן, טו דיינע געברויכען.. אבער ביטע רעכען זיך אביסעל מיט די בעלי בתים וואס האלטן אויס דעם ביהמ״ד און צאלען חודשליך די בילל׳ס, מאך נישט אינזער ביהמ״ד א ישיבה, זיי אזוי גוט טייל דאס מיט דיינע חברים עס זאל זיין פאר יעדן א גרינגע און אנגענעמע בין הזמנים.
א פרייליכען חודש און א חג כשר ושמח!
וואונטשט: דיין אויבערשטער שכן.
א בריוועלע פונעם שכן צום ישיבה בחור׳ל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
ער בעט דאך ברחמים
זייט מחיה אנדערע אידען און שוקט עס ארום פאר אייערע באקאנטע און בפרט פאר בחורים זיי זאלען וויסן ווי אזוי זיך צי רעכענען מיט די עלטערע דור, לייגט צו עס קומט פון טוויטר אלל אידיש ניוז via @allyiddishnews
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צום שכן פון אן (אלטן) ישיבה בחור.
מיין טייערער שכן. איך האב געליינט דיין בריוול מיט גרויס אינטערעס, און כ'האב זיך דערמאנט פון די צווייטע מכה וואס הקב"ה האט געברענגט אויף די מצריים פון אמאל. די מכה פון צפרדעים. אזוי ווי פרעה און זיינע קנעכט האבן געהאט צו ליידן פון די פרעש, ווי ס'שטייט אין חומש. אזוי נעבעך ליידסט דו פון ישיבה בחורים בין הזמנים. כ'האב שטארק מיטלייד מיט דיר. נאך א מזל די ישיבה בחורים זענען נישט געווען ביי דיר אין שטוב ביינאכט ווען דו האסט געגעסן נאכטמאל. ס'איז אבער אינטרעסאנט אז איך קום אין זעלבן ביהמ"ד און נוץ די זעלבע ביה"כ (רוב מאל ערלעדיגט אינדערהיים.) און איך האב ב"ה נישט געליטן די זעלבע מיטמאכענישן וואס דו האסט מיטגעמאכט, ל"ע. נישט ביים (וועלן) טרונקען קאווע און נישט ביים זיצן און דאווענען אין ביהמ"ד. אלעס גייט ב"ה צו אויפ'ן בעסטן אופן. אינדערפריה, גלייך ביים אריינקומען אין ביהמ"ד באגריסן מיך צוויי בחורים מיט א פרייליכן גוט מארגן. אין קאווע שטיבל, (נישט דאס ווירטואלע) הייבט זיך אויף א בחור און זאגט פאר זיין חבר. "לאמיר מאכן פלאץ פאר אן עלטער'ן יוד". נאכ'ן ענדיגן טרונקען די קאווע גיי איך צו מיין מקום קבוע און גרייט זיך צו דאוונען שחרית. קומט צו א בחור און פרעגט מיט דרך ארץ. אויב מ'קען דא זיצן און נישט אוועקנעמען קיינעמ'ס פלאץ. איך ווייז איהם אן אויף א פלאץ ביי מיין טיש. און ער באדאנקט זיך. אזוי גייט מיין סדר היום אן ב"ה און אין אלע מיינע באגעגענישן מיט די חשוב'ע בחורים וואס האלטן בין הזמנים טרעף איך מיך קיינמאל נישט אן מיט עגמת נפש. נאר איך זעה די פירות פון האבן פארברענגט א גאנצן ווינטערדיגן זמן אין אן אטמאספער פון תורה און דרך ארץ.
שוין דורך צוויי יאר, אבער ס'איז נאכאלס אקטועל יעדע בין הזמנים. ומכל מלמדי השכלתי, ביידע זייטן פונעם מטבע האבן אסאך וואס אויסצולערנען א מענטש.
ס'זענען דא בחורים כדברי town1 viewtopic.php?p=97422#p97422, און ס'זענען דא בחורים כדברי הבעל עגלה. אבער אסאך ווענדט זיך עס אין די וועג וויאזוי מ'גייט זיך אום מיטן מושג 'בחור'.
ס'דא איינער וואס איז דער נערוועזער זיידע, און דער קלאפט זיך אן כסדר אין צולאזטע יונגען, און ס'דא איינער וואס פרייט זיך מיט מיטן בחור'ס לעבנסלוסטיגקייט, און זאגט אים: שמח בחור בילדותך ויטובך לבך בימי בחורתך, און דער ענדזשויט זיך פשוט מיטן בחור'ל.
ס'זענען דא בחורים כדברי town1 viewtopic.php?p=97422#p97422, און ס'זענען דא בחורים כדברי הבעל עגלה. אבער אסאך ווענדט זיך עס אין די וועג וויאזוי מ'גייט זיך אום מיטן מושג 'בחור'.
ס'דא איינער וואס איז דער נערוועזער זיידע, און דער קלאפט זיך אן כסדר אין צולאזטע יונגען, און ס'דא איינער וואס פרייט זיך מיט מיטן בחור'ס לעבנסלוסטיגקייט, און זאגט אים: שמח בחור בילדותך ויטובך לבך בימי בחורתך, און דער ענדזשויט זיך פשוט מיטן בחור'ל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאון 1:ווען איך האב (היינט) געליינט איבער דיינע צרות וואס דו מאכסט נעבעך מיט פון די בחורים אום בין הזמנים, האביך געהאט שטארק מיטלייד מיט דיר און כ'האב געוואלט אפשרייבן א תגובה. פלוצלינג זעה איך אז איך האב שוין איינמאל מגיב געווען. ווען דיין אריגינאלער בריעף איז ארויסגעקומען. הפלא ופלא. די תגובה וואס איך האב געוואלט אפשרייבן איז אות באות די זעלבע תגובה וואס איך האב שוין אמאל געשריבן. דער זיכרון איז זייער אן אינטרעסאנטע זאך...נאר אמאל דינט עס איינעם. און אמאל פאפט עס איינעם...!
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
און וואס איז מיט דער אינגערמאן?
איך שטיי אויף 6 אזייגער אינדערפרי און לויף צו מיין קאר ווייל מיין חברותא פאר'ן דאווענען ווארט שוין... אין איינער בלאקט מיין דרייוועי. און איך גיב א קוק און עס איז גאר מיין שכן וואס נישט נאר ער האט זיין אייגען דרייוועי וואס ער נוצט נישט און בלאקט נישט נאר ווען איינער האט עס יא געבלאקט האט ער געמאכט אזא געראטשקע אז ער האט אויפגעוועקט אלא שכנים.
קום איך שוין אן אין שוהל און דא גייט אדורך א אינגער מאן מיט א קאווע רעדענדיג אויפ'ן סעלפאן און קוקט נישט ווי ער גייט און גיסט אויס די קאווע אויף מיר און זאגט נישט אפי' אנטשולדיגט.
גיי איך שוין אריין אין שוהל און דא שטייט דער אינגערמאן און טוט אן זיין טלית און ביי להתעטף גיבט ער א ווארף די ציצית און גיבט מיר א פליק אין פנים מיט די ציצית און דערנאך פון די צווייטע זייט.
מען קען אזוי אנגיין א גאנצען טאג.
עס זענען דא אומ-מענטשען... און די בחורים פון וועמין דו רעדסט פון ווערען אינגעלייט אומ-מענטשען.
איך שטיי אויף 6 אזייגער אינדערפרי און לויף צו מיין קאר ווייל מיין חברותא פאר'ן דאווענען ווארט שוין... אין איינער בלאקט מיין דרייוועי. און איך גיב א קוק און עס איז גאר מיין שכן וואס נישט נאר ער האט זיין אייגען דרייוועי וואס ער נוצט נישט און בלאקט נישט נאר ווען איינער האט עס יא געבלאקט האט ער געמאכט אזא געראטשקע אז ער האט אויפגעוועקט אלא שכנים.
קום איך שוין אן אין שוהל און דא גייט אדורך א אינגער מאן מיט א קאווע רעדענדיג אויפ'ן סעלפאן און קוקט נישט ווי ער גייט און גיסט אויס די קאווע אויף מיר און זאגט נישט אפי' אנטשולדיגט.
גיי איך שוין אריין אין שוהל און דא שטייט דער אינגערמאן און טוט אן זיין טלית און ביי להתעטף גיבט ער א ווארף די ציצית און גיבט מיר א פליק אין פנים מיט די ציצית און דערנאך פון די צווייטע זייט.
מען קען אזוי אנגיין א גאנצען טאג.
עס זענען דא אומ-מענטשען... און די בחורים פון וועמין דו רעדסט פון ווערען אינגעלייט אומ-מענטשען.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ס'דערמאנט מיר פון א זיידע וואס זיצט אויף זיין פארט''ש און שרייט אן די קינדער פאר'ן טרעטען אויף זיין גראז, ולית דחש ליה.
לאז איהם שוין אפ. דער בחור איז נישט שולדיגט אז דו האסט נישט קיין שלום בית, דער מעשה מיט'ן מקוה איז קיינמאל נישט געשעהן, און אז ס'פעלט קאווע רעד זיך אפ צום שמש, נישט צו דער מענטש וואס מחמת זיין אומפארהייראטע שטאטו''ס מיינסטו אז מ'מעג איהם באטרעטען. אדרבה, טרעף איהם א פאסיגע שידוך, וועט ער דיר שוין נישט שטערען, ווייל ער איז שוין נישט קיין בחור.
לאז איהם שוין אפ. דער בחור איז נישט שולדיגט אז דו האסט נישט קיין שלום בית, דער מעשה מיט'ן מקוה איז קיינמאל נישט געשעהן, און אז ס'פעלט קאווע רעד זיך אפ צום שמש, נישט צו דער מענטש וואס מחמת זיין אומפארהייראטע שטאטו''ס מיינסטו אז מ'מעג איהם באטרעטען. אדרבה, טרעף איהם א פאסיגע שידוך, וועט ער דיר שוין נישט שטערען, ווייל ער איז שוין נישט קיין בחור.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא