סודות און טראסט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

סודות און טראסט

שליחה דורך קליינער »

סודות איז א זאך וואס כמעט יעדער האט און ווייסט, אבער מענטשן זענען פארשידנארטיג אין האלטן א סוד.

עס זענען פאראן די וואס וועלן פאר כל הון דעלמא נישט ארויסגעבן א געהיימניס וואס זיי ווייסן, אפילו ווען זיי זענען דערצו נישט פארפליכטעט, און אנדערע וועלן ארויסגעבן אלעס וואס מען האט זיי פארטרויעט אן טראכטן צוויי מאל, און די איבעריגע זענען ערגעץ אינדערמיט.

צווישן חברים ווייסט מען ווער איז א טראסטבארער מאן און ווער עס האט א שוואכקייט אין פארציילן סודות פון חדר.

איז דא א צייט וואס מען מעג ארויסגעבן וואס מען ווייסט פון א ידיד, קאלעגע אדער שכן?

קען א ארבייטסגעבער פארלאנגען פון זיינע ארבעטער אז אויב זיי הערן א קאסטומער זיך באקלאגן אויפן פראדוקט אדער אויפן בעה"ב אז זיי זאלן אים קומען דערציילן, און אויב יא, מעג ער עס איבערגעבן מיטן נאמען?

איז דא א נפקא מינא אויב איינער רוימט אריין א סוד אין אויער און ער ווארנט אן עס נישט ווייטער דערציילן, אדער דארף מען אליינס פארשטיין ווען יא אדער נישט זיך צו פאררעדן?

די נושא איז א גאנץ וויכטיגער ביי מענטשן אין טעגליכן לעבן, און מען קען דערין היבש מרחיב זיין, אבער אויף דערווייל איז עס גענוג. איך וועל נאר צוענדיגן מיט עטליכע מימרא'ס פון קלוגע מענטשן.

“Three may keep a secret, if two of them are dead.”
― Benjamin Franklin

“If you want to keep a secret, you must also hide it from yourself.”
― George Orwell

און דער ווארט איז ספעציעל פאר מיר, ווייל דאס האט מיר צוגעברענגט צו שרייבן דעם אשכול:

“Nothing weighs on us so heavily as a secret.”
― Jean de La Fontaine
און ניין, ווי שווער עס איז, וועל איך עס נישט קענען דערציילן ווייטער...
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר