וואס איז רצון ה דורך נישט טון רצון ה און נאך בלייבן רצון ה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

וואס איז רצון ה דורך נישט טון רצון ה און נאך בלייבן רצון ה

שליחה דורך מאטי »

וויאזוי טוט מען רצון השם דורך נישט טון רצון השם און סזאל נאך אלץ בלייבן רצון השם ???

וואאאאאס?? מאטי!! דו ביסט אין גאנצען צורידערט נעבעך??? די האסט אפשר. געלייגט וואדקע אין דיין סיריעל? (קרעדיט מימישע..)

קען זיין..  אבער אפילו יא, עטליסט ווייס איך דערפון זעהסט דאך איך האב געפרעגט.איז שוין נישט אזוי געפערליך.

איך וועל אייך פרובירן מסביר זיין מיין שאלה.

די גמרא זאגט לעולם יעסוק בתורה שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה 

וואס איז דאס שלא לשמה ? ביי א קליין קינד א לאלי,ביי א גרעסערס א סעט מחזורים,א בחור א נסיעה צו ליזענסק פאר א דערוואקסענער איז דאס עולם הבא 
וואס איז דאס לשמה?צו טוען רצון השם בלויז ווייל דאס איז רצון השם? איז די שאלה פארוואס ווילסטו טוען בלויז רצון השם ווייל דיין איך, דיין קאונטשעס (וואס איז דאס?? קרעדיט יאיר יידל יאנקל לולקע ועוד)זאגט דיר דאס איז די העכסטע זאך. נא ?? סך הכל שפיר איך מיך גוט צו ערפילן דעם באגריף רצון השם בלויז פאר רצון השם  וואס איז דאס אנדערש ווי א סעט מחזורים?

מזאגט נאך פון ישמח משה (דאכט זיך) אז ער האט געזאגט: -טאטע- אפילו דו וואלסט געגעבן גיהנום פאר רצון השם וואלט איך ווייטער געטוען רצון השם.

פשטות מיינט דאס אז ער איז גרייט צו ליידן מיט מס״נ פאר רצון השם.

אבער מקען זאגן נאך טיפער!! ער האט געוואלט טוען רצון השם לשמה אן די נגיעה אז דאס וואס איך טו איז לשמה בלויז פאר רצון השם ווייל דאס נעמט דאך אוועק דעם לשמה.

ווידער אויב איז דער ישמח משה׳ס בחינה דער ריכטיגער לשמה דאן איז דאס דער העכסטער דרגה אין רצון השם קומט דאך ווייטער צוריק די נגיעה פון טוען רצון ה׳ אויפן ריכטיגער אופן.

אלזא בלייבט מיר איבער צו פרעגן נאכאמאהל 
וויאזוי טוט מען רצון השם דורך נישט טון רצון השם און סזאל נאך אלץ בלייבן רצון ה׳ לשמה?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

עבירה לשמה מיינט אז מ'טוט רצון ה' אע"פ וואס אינעם געשריבן ווארט פון פסוק שטייט פארקערט. מיר זענען זיכער אז יעצט איז דאס רצון ה', נאר מיר זענען נישט ראוי צו א הוראה מפי נביא אז מ'מעג עובר זיין אויף דעם.
בקיצור, THE SPIRIT OF THE LAW VS. THE LETTER OF THE LAW.
נישטא אזא זאך ווי טוהן אנטקעגן רצון ה' לשם שמים.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מאכסט דאך נאר שווערער מיין קשיא (בד״וו וואס טוט זיך מיט די חמץ חקירה)
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט