"אוצרות" מדי חודש בחודשו
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
כ׳יידל ומיללער ועוד
פארשטיי איך נישט שאץ מאץ, די אינגע ווייסן ווי זיך צו ספראווען מיט די היינצייטיגע רעבעס קריגערייען? וואס טראכטן זיי דערפון
אדרבה, זאל מען יא באשרייבן פאר די יוגנט וויזוי סאט אמאל אויסגעזעהן א מחלוקה לשם שמים...דוגמת מתנגדים וחסידים שסופו להתקיים און ווי ר׳ שלמה אייגער האט געברענט קייגן מתחדשים וכדומה

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
signout האט געשריבן:וואס איז באמת פשט אז רוב שרייבער באהאלטן זייער נעמען? שטעל דיך פאר מיין דאקטער וועט זיך רופן רב ששת אין מיין פלאמבער מ א סופר, פארוואס פינקט שרייבער האבען מורא צו באהאלטן זייער נאמען?
שלום דין האט געשריבן דערוועגן ווען ער איז ארויסגעקומען אין פובליק מיט זיין נאמען נאכ'ן בלאגן לאנגע יארן. ער ערקלערט אז ביי חסידים איז דא א כלליות'דיגער פחד צו לאזן הערן אן אייגענע מיינונג ברבים. פאלגנד איז א ציטאט:
Chasidim seem to have a particular aversion towards open authorship, even when the subject is uncontroversial. Yiddish books and publications for Chasidic readerships are notorious for their pseudonymous writing. Chasidic newspapers such as Der Yid and Der Blatt often employ generic names for their writers and columnists, such as “A. Ungarisher” and “A. Schreiber.” Letters to the editor in the above publications are published with names withheld as a matter of course. The late Sender Deutch, longstanding editor of Der Yid, used to write his editorial columns under the name Eliezer Epstein. An enigmatic author using the very generic “Menachem Mendel” wrote some of the most popular Yiddish children’s books.
Not so, however, with works of rabbinic or scholarly literature. Many a fine kolel yingerman takes pride in publishing a collection of original Torah thoughts, proudly publishing his name on the title page and in the approbations from Torah leaders. This suggests a dichotomy between writings the public deems worthy and those considered mere indulgences – both for the writer and reader. Mere literary output, exposition of secular content, and open punditry fall into the latter category, one for which there is broad public desire but little esteem. Add to that a culture that celebrates conformity and views any deviation from monochromatic behavior with suspicion or ridicule, and the result is a perpetuating self-consciousness in all matters. Public esteem for one’s writing, meager as it might be, be damned; a writer would rather live in obscurity than expose himself to public judgment – even if such judgments were relatively benign.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:כ׳יידל ומיללער ועוד
פארשטיי איך נישט שאץ מאץ, די אינגע ווייסן ווי זיך צו ספראווען מיט די היינצייטיגע רעבעס קריגערייען? וואס טראכטן זיי דערפון
אדרבה, זאל מען יא באשרייבן פאר די יוגנט וויזוי סאט אמאל אויסגעזעהן א מחלוקה לשם שמים...דוגמת מתנגדים וחסידים שסופו להתקיים און ווי ר׳ שלמה אייגער האט געברענט קייגן מתחדשים וכדומה
מען האלט אז זיי וועלען אויסטייטשען די מחלוקה אזוי ווי די היינטיגע מחלוקות.
עס איז דאך ידוע די מעשה שבזמננו: א טאטע האט איינגרעדט זיין זוהן אלס קינד איבער'ן גרויסקייט פונעם רבי וראש ישיבה, דהיינו ער פאסט זייער אפט, און ווען ער עסט יא איז עס ממש ברויט מיט וואסער, וכו' וכו', ממש ווי דער הייליגער צאנזער רב, ויגדל הילד און ער איז אריין און ישיבה און האט געהאט גרויס יראת הכבוד פאר'ן ראש ישיבה, שטענדיג ווען דער ר"י האט נאר אדורך געטרעטען דעם שוועל פון ישיבה האט ער געלערנט בלא הפסק מחמת מורא און אז אפשר וועט דער הייליגער ר"י זעהן ווי פלייסיג ער לערנט און עם זאגען א גוט ווארט, אדער גאר האבען די געוואלדיגע זכיה אז דער ר"י זאל עם נעמען פאר א חברותא צו לערנען אזוי ווי דער שטייגער פונעם ר"י צו לערנען מיט די טובי הבחורים.
ויהי היום דער פון אויבן האט געזען דעם בחור'לס ריינעם הארץ און באגער, און פלוצלינג אינמיטען לערנען הערט ער פון די נאנט ווי אזוי איינער רופט עם ביים נאמען, ער דרייט זיך אויס, ער גלייבט נישט וואס ער זעהט, זיין הארץ פאנגט אן קלאפען שטארק, עס איז דער ראש ישיבה אליינס, ער הייבט זיך אויף און מיט אראפגעלאזטע אויגען פון בושה און איידעלקייט גייט ער צו צום ר"י [אויך איז ער געווען אביסל נערוועז אויב ער האט נישט האליטוסס בלע"ז (מויל גערוך), קומענדיג נאנט צום הייליגען ר"י האט ער שוין געשפירט די מויל פונעם ר"י און האב זיך אביסל בארואגיט דהיינו מען פסקנט דאך "קם ליה בדרבה מיניה" ממילא וועט דער ר"י נישט שפירען זיין ריח. און ממש טאקע און דעם מאמענט איז קלאר געווארען אז זיין טאטע איז אוודאי גערעכט אז דער רב פאסט כסדר כידוע דתעניתא מועיל לריחא דפה], עכ"פ דער ר"י זאגט עם: "רפאל גיי מיר לערנען" ?, "אוודאי" ענטפערט ער שטילערהייט, דער ר"י האט אפילו נישט געהערט וואס ער זאגט און ער גייט שוין זיין וועג צו חדרו הקודש ווייל ער האט אליינס פארשטאנען אז קיינער זאגט עם נישט ניין.
נו די חברותא האט זיך אנגעהויבען, דער ר"י זאגט פאר רפאל די ערשטע טאג נאכען לערנען, איך זעה די פארשטייסט גוט לערנען איך מיין מארגען וועלמיר ווייטער ממשיך זיין, מארגען 10:45 זאלסט זיין ביי מיר און צימער, וכך הוה מארגען צו די באשטימעט צייט הערט זיך א שטילע קלאפ אויפען ר"י טיהר, רפאל איז דארט, פונעם אנדרע זייט הערט מען צוריק "נו נו נו נו", רפאל ווייסט נישט וואס דאס מיינט מעג ער יא אריין אדער נישט, דער ר"י איז געווארען אביסל מרותח היתכן ער קומט נישט אריין איך דארף דאך מים אחרונים, און דעריבער שרייט ער העכער "נו נו קום נו נ קום", רפאל ווייסט נאך אלץ נישט וואס ער זאל טוהן, ביז א מגי"ש וואקט אדורך און רפאל ווייזט אזוי אויפן טיר און פרעגט שטילערהייט דעם מגי"ש צו ער מעג יעצט אריין, דער מגי"ש זאגט יא יא, נו ער גייט אריין, דער ר"י פרעגט וואס ביסט נישט פריער אריין האט דאך גנוקעט אז די זאלסט אריינקומען, שוין רפאל לאזט זיך אראפ די נאז אין ענטפערט "איך האב נישט פארשטנען וואס דאס מיינט", "אקעי נעקסט טיים וועסטו שוין וויסען" זאגט עם דער ר"י, און איז ממשיך "טראג מיר נאר ארויס דע שמוציגע טעלערס און ברענג מיר זיי זוי גוט מים אחרונים", און דער בחור האט גלייך געשפירט אז אין די טעלערס איז נישט סערווירט געווארען בלויז ברויט מיט וואסער, נא מסתמא האבען עס די מלאכים וואס קומען לערנען מיט'ן רב געגעסען, פיין ער טוט וואס מען הייסט עם, שוין נאכען בענטשען מען פאנגט אן לערנען, און פלוצלינג הערט ער א שטיקעל גיהוק פונעם ר"י, און שפירט דו זעלבע סחורה פון די טעלערס וואס ער האט נארוואס ארויסגעטראגען, נא 1+1 = 2, ער פאנג אן צו באקומען פייגלעך און קאפ, אפפפששר עסט יא דער ר"י געהעריג, נא נא האט ער אוועק געמאכט די שלעכטע מחשבות עס קאן דיך נישט זיין זיין טאטי האט דיך מיר קלאר געזאגט אז ניין, שוין ערלידגט מען ווארפט זיך אריין און די סוגית הגמ',
אזוי איז אדורך אפאר טעג, ביז דער ר"י איז שוין געווארען היימיש מיט'ן בחור'ל, איין טאג ווען דער ר"י גבאי איז פארשלאפען ער האט נישט געברענגט פרישטיג, און רפאל קומט אריין לערנען, זאגט עם דער ר"י "אפשר ברענגסט מיר פרישטיג", "אודאי" זאגט רפאל, "וואס זאל איך ברענגען"?, "נישט קיין חילוק, וואס די טרעפסט, אהםם אהםם איך ווייס אפשר אביסל אויל מיט צוויבעל מיט עיג סעילעד מיט גריז (די קאקאו פארגעס נישט, אפשר קישקע און קאול סלו אויכעט) און וואס נאך ספיט אריין און די מילך קעסטעל", נא רפאל איז שוין היבש צומישט וואס גייט דא פאר, שוין אבער דער הייליגער ר"י און טאטעס רבי זאגט טוט מען, אומר ועושה, ער קומט אן אין עס זאל פאקט אהן דעם קעסטעל מיט כל טוב, די בחורים פרעגן עהם: "רפאל וואס גייט פאר מיט דיר היינט, די עסט געוונליך נישט אזא גרויסע פרישטיג"?, נו וואס זאל ער זאגען, "אפאר חברים און מיין שטיב און דארמיטארי שפירען זיך נישט גוט איך טראג זיי פרישטיג", "אהה אקעי",
רפאל לויפט שנעל ארויף צום ר"י, כאפט זיך אריין אין זיין שטיבל באופן אז קיינער זאל נישט זעהן, און קוים קען ער אטעמען פון די גאנצע מעשה, ער האט זיך פארגעשטעלט צו באקומען א גרויסען דאנק פונעם ר"י, וואס ווען, די ערשטע זאך געט זיך דער ר"י א שאר צו צום קעסטל קוקט אריין און זאגט "דו האסט גאנץ א גיטען טעיסט, נאכנישט אזוי גוט ווי יאנקעל דער גבאי פון יעדן טאג, אבער נא הונגעריג וועט מען שוין נישט בלייבן", אבער פלוצלינג באמערקט דער ר"י איין זאך און ס'ווערט עם ממש שלעכט, און געט א פרעג רפאל "וואסערע קאליר צוויבעל האסטו געברענגט"? ענטפערט ער "ווייסע", "ווייסע" וואונדער זיך דער ר"י, "איך האב דאך נאר ליב בלויע, אפשר גייסט מיר ברענגען בלויע", נא דער ר"י הייסט פאלגט מען, ע"כ המעשה מיטען ר"י.
שוין מען קען זיך שוין פארשטעלען די בלבולים וואס האט זיך אפגעטון אין רפאל'ס קאפ פון דעמאלטס און ווייטער, 'איז דאס דער ר"י און רבי וואס מיין טאטע האלט אזוי'? 'ווייסט מיין טאטע פון זיין התנהגות און ער רעדט מיר איין, אדער גאר רעדן עהם דער רב ואנשי ביתו אזוי איין'?
רפאל'ס גאנצע ברען און איידלקייט ווען דער ר"י קומט אריין אין ישיבה קילט זיך אופ, און אזוי ווייטער, רפאל קען נישט שלאפען נאכט נאך נאכט און קימערט זיך דעם קאפ מיט די אלע ספיקות און נייע בלבולים, ביז איין נאכט נאך המפיל ליגענדיג אין בעט פאלט עם אריין א ווילד געדאנק און קאפ 'אפשר האט זיך דער הייליגער צאנזער רב אויך אויפגעפירט ווי מיין ר"י און טאטעס הייליגע רבי'? נו די אלע ביכער מיט מוראדיגע מעשיות, מיין טאטע האט מיר אויך פארציילט גאנצע ביכער אויפען רב און איך האב דאך געזען דעם אמת.
פון דא און ווייטער וועלמיר לאזען רפאל אליינס טראכטען, אבער וואס מיר נעמען ארויס פין די מעשה לעניננו אז די היינטיגע צייעטן רעדט מען איין די יוגענט מיט גרויסע איבערגעטריבנע זאכען אויף די היינטיגע מנהיגים על אף זיי קריגען זיך און הארגנען זיך, אלעס לשם שמים וכדומה יענער איז א שייגעץ גאנץ כלל ישראל וועט ער רעפארמירן, יענער געט דאך צו עסען טריפות און נבילות מיט שרצים פאר כלל ישראל, וכו' וכו' (איך מיינעם נישט קיינעם פערזענליך), ווען מען ווערט גרעסער מען עפענט זיך אביסל די אויגען און מען זעט אז יעדער דארף פשוט די בלויע צוויבל און מיט דע אויל און מיט דאס און מיט דאס הכל בכל מכל כולה שלי, טראכט מען אז די זעלבע איז געווען ביי די אלע אלטע מחלוקת, נא ממילא איז בעסער מען שרייבט נישט דערוועגען.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
האבנדיג אפאר מינוט צייט וויל איך קריטיקירן הרב זאב אהרן טעללער'ס ארטיקל פון פאריגען חודש, טבת תשע"ג מיטן קעפל "וואס באדייט דער נומער 2013 למספרם?". די סיבה פארוואס איך קריטיקיר איז וויבאלד עס טוט מיר וויי אז אויב איז שוין יא דא אזא הערליכע אויסגאבע ווי אוצרות און זיי צאלן פאר א שרייבער צו אהערשטעלן אינפארמאטיווע און אינהאלטסרייכע ארטיקלן, פארוואס דארף מען עס פאר'הרג'ענען מיטן אריינמישן שטותים און שקרים? דער גאנצער ארטיקל איז א הערליכער ארבעט, פארוואס האט אויסגעפעלט אריינצולייגן אפאר שורות נארישקייטן און 11ליגנט?
שרייבט הרב טעללער אזוי:
די נושא פון מגילות ים המלח איז א קאמפלעצירטער נושא, און צווישן די חוקרים זענען דא אסאך מיינונגען. די קאנצענזוס איז אז די מגילות זענען געשריבן געווארן דורך די כת האיסיים, אדער אן ענליכער כת וואס האט זיך פורש געווען פון די אנדערע כיתות וועלכע האבן זיך געשאפן אין כלל ישראל בימי בית שני ווען די חשמונאים האבן געהערשט. (פאר א קיצור פון די פארשידענע שיטות און טעאריעס, זע דא). עס איז אויך דא א פארצווייגטע ויכוח איבער די קשר צווישן די פריע קריסטען און די כת הקומראן/איסיים (קומראן איז די פלאץ ווי די מגילות זענען געפונען געווארן). עס זענען דא חוקרים וואס האלטן גאר אז דער כת איז געווען א פריע אידיש-קריסטליכע כת. אנדערע האלטן פארקערט, אז ישו האט באלאנגט צו די כת האיסיים. עס איז שווער דורכצוגיין אלע שיטות, און עס איז אויך שווער צו מחליט זיין וואס איז אמת און וואס איז נאר א טעאריע אן קיין באזיס.
לאמיר נעמען די פאקטן וואס הרב טעללער שטעלט אוועק, און זיי בודק זיין. די טעאריע אז נצרות "קומט" פון די איסיים, איז טאקע אן אלטע טעאריע אבער עס איז בעיקר אויפגעכאפט געווארן נאך וואס מ'האט געפונען די מגילות, וויבאלד אין די ניי-אנדעקטע מגילות האט מען געפונען גאר אסאך ענליכקייטן צווישן די כת הקומראן און די פריע קריסטן. למעשה האלטן אבער נאר א מיעוט חוקרים אזוי. רוב (און לאו דוקא נוצרים) נעמען אן אז די נוצרים האבן געבארגט באגריפן פון די כת הקומראן (לדוגמא, פאול'ס באניץ פון די ווערטער "בני אור" און "בני חושך" ועוד הרבה), דאס הייסט אז נצרות איז טאקע נשפע געווארן פון די כת האיסיים/קומראן, עס זענען אבער דא ערנסטע און פונדמענטאלע חילוקים צווישן קריסטענטום און די איסיים. עכ"פ ביז אהער קען מען נאך מוחל זיין הרב טעללער פארן נעמען אפאר "פרינדזש" טעאריעס (ד.מ. טעאריעס וועלכע זענען חידושים און נאר געציילטע חוקרים האלטן דערפון) און זיי אראפלייגן כאילו "די גויים" האבן איין טעאריע און די נוצרים א צווייטע.
אבער וואס איז זיכער פאלש און נישט ריכטיג איז די זאץ אז "עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די איסיים זענען גאר געווען די וועלכע האבן מחדש געווען דעם ברית החדשה". די נאענטסע וואס די זאץ קומט צום אמת איז די טעאריע פונעם שפאנישען גלח און ביבלשן חוקר דר. האזע אקאלאגאן מארטינעז וועלכע האט געהאלטן אז איין קליינע צעריסענע שטיקל פארמעט (וועלכע ווערט באצייכנט מיטן נאמען "7Q5") איז א חלק פון א בוך פון די ברית החדשה, "מארק. די פראבלעם איז אז מ'קען כמעט נישט ליינען וואס שטייט אויף די פארמעט און כמעט אלע חוקרים, סיי וואס טוען אין די היסטאריע פון די ברית החדשה און סיי די וואס זענען עוסק אין די מגילות האלטן אז דר. אקאלאגאן האט גע'דמיונ'ט און דאס האט נישט מיט מארק קיין שייכות. לעצטנס זענען יא געווען מאנכע חוקרים וואס האבן פרובירט איבערצוגיין זען צו יש דברים בגו, עס איז אבער נאך אלץ געבליבן די ברייטע קאנצענזוס אז די שטיקל פארמעט איז נישט מארק, סיי וויבאלד עס איז ברוור אז מארק איז געשריבן געווארן פיל שפעטער און אויך וויבאלד די אותיות אויפן פארמעט זענען כמעט נישט ליינבאר און קיין אנדערע ספר פון די ברית החדשה איז נישט געפונען געווארן צווישן די מגילות. עס איז אלזא קיינמאל נישט פארגעקומען קיין וועלט'ס איבערקערעניש.
נו, אויב אזוי, וואס איז יא די מעשה מיט די טעות פון 90 יאר וואס מ'איז אנגעבליך "געוואויר געווארן"? כ'האב נישט דאס מינדעסטע השגה. אחוץ אויב הרב טעללער מיינט דעם היינטיגען פויבסט וועלכער האט אין א בוך וואס איז ארויסגעקומען ממש פאריגע יאר געשריבן אז די קריסטליכע רעכענונג איז אפגערוקט מיט אפאר יאר פון ישו'ס געבורט. (די נייעס איבערן בוך האט סופר ומונה געשריבן דא). אבער מ'רעדט נישט פון 90 יאר, מ'רעדט פון געציילטע יאר, פון 2 ביז 7. און פארשטייט זיך אז דאס איז בכלל נישט אין רעאקציע צו עפעס א געפינס פון ים המלח נאר א פשוט'ער היסטארישען חשבון וואס אסאך היסטאריקער האבן שוין געמאכט. אויב איינער ווייסט יא פון וואס די מדובר איז, ביטע לאזט אייך הערן.
יא יא, אזוי ווי הרב טעללער שרייבט, דאס ליצנות רעדט פון זיך אליינס. דאס ליצנות איז נאך גרעסער ווען מען נעמט אין אכט אז די מגילות ים המלח שטעלן פאר ערנסטע שאלות איבער געוויסע חלקים פון די מסורת התנ"ך, און דערווייל איז נאך נישט דא קיין געהעריגע מהלך וויאזוי מיר דארפן זיך מייחס זיין צו די מגילות. די נוצרישע גלויבן שטייט אזוי אויך אויף הינערישע פיס, ס'פעלט נישט אויפמאכן פאלשע זאכן כדי צו מאכן חוזק דערפון. חכמים הזהרו בדבריכם.
שרייבט הרב טעללער אזוי:
הרב זאב אהרן טעללער, אוצרות טבת תשע"ג האט געשריבן:מגילות ים המלח
נאך אביסל ליצניתא דע"ז, איז כדאי צו דערמאנען א שטוערם וואס האט זיך אפגעטוהן אין די וועלט פאר זעכציג-זיבעציג יאר צוריק, איבער די מגילות ים המלח.
עס איז פארהאן א אלטע טעאריע ביי די גוים אז דער גאנצער גלויבן פונעם אותו האיש און דער גאנצער תורה החדשהף איז בכלל נישט זיין אייגענעם ווערק, עס איז די גלויבן פון די איסיים (א געוויסע אידישע סעקטע אין די מיטלסטע תקופה פון בית שני), צו וועלכע דער אותו האיש האט געהערט און פון דארט האבן זיי עס קאפירט אויף זייער נאמען און זיך אנגעגעבן אלס דער יסוד פון דעם נוצרישן גלויבן.
ווידער די נוצרים טענה'ן פארקערט, אז די איסיים האבן גענומען זייער שיטה פון זיי, די נוצרים.
אין יאר תש"ז, איז אנדעקט געווארן אין א מערה אין מזרח ארץ ישראל, נעבן ים המלח, זיבן מגילות, היסטארישע מאנסקרופטן(!), פון צוויי און א האלב טויזנט יאר, פון די איסיים. זייער שיטה, גלויבן און היסטאריע. עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז די איסיים זענען גאר די וועלכע האבן מחדש געווען דעם ברית החדשה, און די נוצרים האבן פשוט צוגענומען זייער גלויבן. עס איז געווארן א וועלט'ס איבערקערעניש. דער גאנצער נוצרישע גלויבן שטייט אויף הינער פיס...
ווען פלוצים, איז מען פון די קירכע אין רוים "געוואויר" געווארן, אז מ'האט געהאט א טעות... לויטן אמת'ן חשבון איז דער אותו האיש געבוירן געווארן מיט ניינציג יאר פריער. ממילא איז יא אמת דער "פאקט", אז די נוצרים זענען די ארגינאלע(!), און די איסיים די גנבים.
האט די וועלט פארשטאנען, אז דער רומישער(!) פויבסט, וועט יעצט אריבערמישן ניינציג יאר אויף דעם גוי'אישן לוח. (לויט דעם האלט מען היינט ביי 2103 למספרם...), אבער פלוצלינג איז געווארן שא שטיל, יעדער האט פארגעסן פון די מגילות ים המלח, און אלעס איז בלייבט ביים אלטן...
דאס ליצנות רעדט פאר זיך אליינ'ס...
די נושא פון מגילות ים המלח איז א קאמפלעצירטער נושא, און צווישן די חוקרים זענען דא אסאך מיינונגען. די קאנצענזוס איז אז די מגילות זענען געשריבן געווארן דורך די כת האיסיים, אדער אן ענליכער כת וואס האט זיך פורש געווען פון די אנדערע כיתות וועלכע האבן זיך געשאפן אין כלל ישראל בימי בית שני ווען די חשמונאים האבן געהערשט. (פאר א קיצור פון די פארשידענע שיטות און טעאריעס, זע דא). עס איז אויך דא א פארצווייגטע ויכוח איבער די קשר צווישן די פריע קריסטען און די כת הקומראן/איסיים (קומראן איז די פלאץ ווי די מגילות זענען געפונען געווארן). עס זענען דא חוקרים וואס האלטן גאר אז דער כת איז געווען א פריע אידיש-קריסטליכע כת. אנדערע האלטן פארקערט, אז ישו האט באלאנגט צו די כת האיסיים. עס איז שווער דורכצוגיין אלע שיטות, און עס איז אויך שווער צו מחליט זיין וואס איז אמת און וואס איז נאר א טעאריע אן קיין באזיס.
לאמיר נעמען די פאקטן וואס הרב טעללער שטעלט אוועק, און זיי בודק זיין. די טעאריע אז נצרות "קומט" פון די איסיים, איז טאקע אן אלטע טעאריע אבער עס איז בעיקר אויפגעכאפט געווארן נאך וואס מ'האט געפונען די מגילות, וויבאלד אין די ניי-אנדעקטע מגילות האט מען געפונען גאר אסאך ענליכקייטן צווישן די כת הקומראן און די פריע קריסטן. למעשה האלטן אבער נאר א מיעוט חוקרים אזוי. רוב (און לאו דוקא נוצרים) נעמען אן אז די נוצרים האבן געבארגט באגריפן פון די כת הקומראן (לדוגמא, פאול'ס באניץ פון די ווערטער "בני אור" און "בני חושך" ועוד הרבה), דאס הייסט אז נצרות איז טאקע נשפע געווארן פון די כת האיסיים/קומראן, עס זענען אבער דא ערנסטע און פונדמענטאלע חילוקים צווישן קריסטענטום און די איסיים. עכ"פ ביז אהער קען מען נאך מוחל זיין הרב טעללער פארן נעמען אפאר "פרינדזש" טעאריעס (ד.מ. טעאריעס וועלכע זענען חידושים און נאר געציילטע חוקרים האלטן דערפון) און זיי אראפלייגן כאילו "די גויים" האבן איין טעאריע און די נוצרים א צווייטע.
אבער וואס איז זיכער פאלש און נישט ריכטיג איז די זאץ אז "עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די איסיים זענען גאר געווען די וועלכע האבן מחדש געווען דעם ברית החדשה". די נאענטסע וואס די זאץ קומט צום אמת איז די טעאריע פונעם שפאנישען גלח און ביבלשן חוקר דר. האזע אקאלאגאן מארטינעז וועלכע האט געהאלטן אז איין קליינע צעריסענע שטיקל פארמעט (וועלכע ווערט באצייכנט מיטן נאמען "7Q5") איז א חלק פון א בוך פון די ברית החדשה, "מארק. די פראבלעם איז אז מ'קען כמעט נישט ליינען וואס שטייט אויף די פארמעט און כמעט אלע חוקרים, סיי וואס טוען אין די היסטאריע פון די ברית החדשה און סיי די וואס זענען עוסק אין די מגילות האלטן אז דר. אקאלאגאן האט גע'דמיונ'ט און דאס האט נישט מיט מארק קיין שייכות. לעצטנס זענען יא געווען מאנכע חוקרים וואס האבן פרובירט איבערצוגיין זען צו יש דברים בגו, עס איז אבער נאך אלץ געבליבן די ברייטע קאנצענזוס אז די שטיקל פארמעט איז נישט מארק, סיי וויבאלד עס איז ברוור אז מארק איז געשריבן געווארן פיל שפעטער און אויך וויבאלד די אותיות אויפן פארמעט זענען כמעט נישט ליינבאר און קיין אנדערע ספר פון די ברית החדשה איז נישט געפונען געווארן צווישן די מגילות. עס איז אלזא קיינמאל נישט פארגעקומען קיין וועלט'ס איבערקערעניש.
נו, אויב אזוי, וואס איז יא די מעשה מיט די טעות פון 90 יאר וואס מ'איז אנגעבליך "געוואויר געווארן"? כ'האב נישט דאס מינדעסטע השגה. אחוץ אויב הרב טעללער מיינט דעם היינטיגען פויבסט וועלכער האט אין א בוך וואס איז ארויסגעקומען ממש פאריגע יאר געשריבן אז די קריסטליכע רעכענונג איז אפגערוקט מיט אפאר יאר פון ישו'ס געבורט. (די נייעס איבערן בוך האט סופר ומונה געשריבן דא). אבער מ'רעדט נישט פון 90 יאר, מ'רעדט פון געציילטע יאר, פון 2 ביז 7. און פארשטייט זיך אז דאס איז בכלל נישט אין רעאקציע צו עפעס א געפינס פון ים המלח נאר א פשוט'ער היסטארישען חשבון וואס אסאך היסטאריקער האבן שוין געמאכט. אויב איינער ווייסט יא פון וואס די מדובר איז, ביטע לאזט אייך הערן.
יא יא, אזוי ווי הרב טעללער שרייבט, דאס ליצנות רעדט פון זיך אליינס. דאס ליצנות איז נאך גרעסער ווען מען נעמט אין אכט אז די מגילות ים המלח שטעלן פאר ערנסטע שאלות איבער געוויסע חלקים פון די מסורת התנ"ך, און דערווייל איז נאך נישט דא קיין געהעריגע מהלך וויאזוי מיר דארפן זיך מייחס זיין צו די מגילות. די נוצרישע גלויבן שטייט אזוי אויך אויף הינערישע פיס, ס'פעלט נישט אויפמאכן פאלשע זאכן כדי צו מאכן חוזק דערפון. חכמים הזהרו בדבריכם.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יידל, זיי נישט אזוי ברוגז אויף הרב טעללער, ער האט דאס בסך הכל קאפירט ווארט ביי ווארט פון דעם תולדות עם עולם, אדער פון דעם ספר 'אלף דור' וואס איז מעתיק דעם שטיקל 'אויפצואווייזן' דעם שקר פון קריסטנטום, און האט דאס נישט געקענט נאכקוקן ווייל ער נעמט פארשטייט זיך נאר פון כשר'ע פארלעסליכע מקורות.
שוין איינמאל א ליצנות.
שוין איינמאל א ליצנות.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ייש"כ חכימא דשטיבלאי ר' יאיר פארן צושטעלן די מקור פון הרב טעללער'ס ווערטער. תולדות עם עולם פארמאג איך נישט, אין אלף דור האב איך געפינען ווי פאלגנד.
למעשה זע איך אז טעללער האט כמעט איבערגעשריבן ווארט ביי ווארט, חוץ מיט דעם אז ראטענבערג (בעל ה"תולדות עם עולם") רעדט נאר פון תורת ישו אליינס, און ער מיינט דערמיט לכאורה חידושים און מושגים פון ישו וואס ווערן דערמאנט אין די ספרים פון זיינע תלמידים ווי מתי און מארקוס וכו', און טעללער מאכט דעם טעות (מחוסר ידיעה) אז די גאנצע ברית החדשה(!!) קומט פון די איסיים, עפעס וואס איז קלאר נישט ריכטיג. נאך איין נקודה וואס ראטענבערג שרייבט און טעללער לאזט אויס איז אז די בדיקות פחמן וועלכע האבן אויפגעוויזן אז די מגילות זענען פון בעפאר ישו'ס צייטן.
עס איז טאקע אמת - ווי ערווענט - אז געוויסע חוקרים האלטן אז קריסטענטום שטאמט במקורו פון די איסיים. די באקאנטסטע זענען ראבערט אייזענמאן און מיכאל ווייז און זייער בוך "די מגילות ים המלח אויפגעדעקט" ווי זיי טענה'ן אז די מגילות טוען אינטערמינעווען די יסוד אין קריסטענטום אז ישו איז געווען א נביא, וויבאלד אסאך פון זיינע "נביאות'ן" ווערן שוין דערמאנט אין די מגילות. (אגב איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז אייזענמאן טענה'ט אויך אז יסודות פון איסלאם און פון אידישע קבלה קומען אויך פון די איסיים, עפעס וואס ראטנבערג, האראוויץ און טעללער וואלטן זיכער נישט געווען באקוועם דערמיט...) אויך איז באקאנט די בוך "די מגילות ים המלח אפנאר" ווי צוויי דזשורנאליסטן (נישט חוקרים) נעמען אן אייזענמאן'ס טעאריע און טענה'ן אז די וואטיקאן האט געזוכט צו באהאלטן די מגילות ווייל זיי האבן מורא געהאט פון קאטאסטראפישע קאנסעקווענצן. (זע אויך דא איבער נאך א באקאנטע חוקר).
למעשה זענען די אלע טעאריעס נדחה געווארן דורך אלע מעינסטרים חוקרים. איינע פון די שארפסטע קעגן אייזענמאן איז געווען הערשל שאנקס, א איד און דער עורך פון דעם פרעסטיזשפולען זשורנאל "ביבלישע ארכעאלאגישע איבערבליק". איך בין בכלל נישט חושד שאנקס און זיך אננעמען פאר קריסטענטום. אבער די סיבה פארן מדחה זיין די טעאריע איז נישט געווען וויבאלד מ'האט געהאלטן אז די איסיים האבן גע'גנב'ט פון די קריסטען, נאר רוב חוקרים האלטן אז געוויסע מאטיפן פון קריסטענטום קומען פון אן איסישער השפעה. איך ווייס נישט צו ס'איז אפילו פארהאן אזא דעה אז די איסיים האבן גע'גנב'ט זייערע תורות פון די נוצרים.
עס איז אויך אינטערעסאנט צו אנמערקן אז האראוויץ (בעל ה"אלף דור") שרייבט אויף דעם ציטאט אז עס איז נישט מדויק. צו מיינט ער אז עס איז נישט מדויק פון אן היסטארישען שטאנדפונקט? אדער אז עס איז נישט פונקטליך נאכגעשריבן פון תולדות עם עולם?
אלף דור (הורוביץ), חלק א עמוד 91 הערה 208 האט געשריבן:[ב]ספר תולדות עם עולם (רוטנברג) ... (ב"תוספות דבר" חלק ב עמדו תכא, הערות לעמוד שיט) כתב עוד כך (הציטוט לא לגמרי מדיוק): בשנת תשז נתגלו במערה ליד ים המלח שבע מגילות עתיקות ימים. אלא שלא נתפרסם הדבר בעולם עד שנת תשח. בשנת תשיב נתגלו עוד מספר מגילות במערות הסמוכות, שהיו לפנים מגורי אנשי כת האיסיים. ובהם נמצאו המון דברים על סדרי חיי האיסיים ודעותיהם.
תגלית מגילות ים המלח חוללה רעדה יסודית בקרב העולם התאולוגי הנוצרי! כי הנה מכבר הרחיבה הביקורת פה לומר שדברי הנוצרי הם אכן דברי האיסיים אשר קדמוהו. לא היה בדבריו לא משום התגלות ואף לא חידוש כלל. אלא שתמיד טענו שהאיסיים הם אשר גזלו את דברי הנוצרי וכתבום על ספר. אלא שתגלית מגילות ים המלח עשתה את כל תשובתם פלסתר. שהרי נתברר שקדמה כתיבת המגילות (בתקופת בית שני) לכתיבת הברית החדשה שלהם שלא נכתבו רק זמן רב אחר החורבן. גם מתוך בדיקות הפחמן נתברר שמגילות האיסיים אכן קדמו ל"התגליותיו" של הנוצרי. הרי שכל הדת החדשה שלהם פלסתר!
עד שעמדה להם עצתם, ופתאום "נתגלה" להם במרתפי הכנסיה העתיקה ברומי "בראיות ברורות" שהנוצרי אכן נולד כתשעים שנה לפני כן.
ובדין היה אם כן שיוסיפו מעתה תשעים שנה למנין השנים הנהוג אתלם כפי הוולדו ש"נתגלה" להם פתאום. אלא שלא האריכו לדבר על "התגלית אשר במרתף". כי חיש מהר שככה חמתן של מגילות ים המלח. ומאז ועד עתה עולם כמנהגו נהוג...
למעשה זע איך אז טעללער האט כמעט איבערגעשריבן ווארט ביי ווארט, חוץ מיט דעם אז ראטענבערג (בעל ה"תולדות עם עולם") רעדט נאר פון תורת ישו אליינס, און ער מיינט דערמיט לכאורה חידושים און מושגים פון ישו וואס ווערן דערמאנט אין די ספרים פון זיינע תלמידים ווי מתי און מארקוס וכו', און טעללער מאכט דעם טעות (מחוסר ידיעה) אז די גאנצע ברית החדשה(!!) קומט פון די איסיים, עפעס וואס איז קלאר נישט ריכטיג. נאך איין נקודה וואס ראטענבערג שרייבט און טעללער לאזט אויס איז אז די בדיקות פחמן וועלכע האבן אויפגעוויזן אז די מגילות זענען פון בעפאר ישו'ס צייטן.
עס איז טאקע אמת - ווי ערווענט - אז געוויסע חוקרים האלטן אז קריסטענטום שטאמט במקורו פון די איסיים. די באקאנטסטע זענען ראבערט אייזענמאן און מיכאל ווייז און זייער בוך "די מגילות ים המלח אויפגעדעקט" ווי זיי טענה'ן אז די מגילות טוען אינטערמינעווען די יסוד אין קריסטענטום אז ישו איז געווען א נביא, וויבאלד אסאך פון זיינע "נביאות'ן" ווערן שוין דערמאנט אין די מגילות. (אגב איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז אייזענמאן טענה'ט אויך אז יסודות פון איסלאם און פון אידישע קבלה קומען אויך פון די איסיים, עפעס וואס ראטנבערג, האראוויץ און טעללער וואלטן זיכער נישט געווען באקוועם דערמיט...) אויך איז באקאנט די בוך "די מגילות ים המלח אפנאר" ווי צוויי דזשורנאליסטן (נישט חוקרים) נעמען אן אייזענמאן'ס טעאריע און טענה'ן אז די וואטיקאן האט געזוכט צו באהאלטן די מגילות ווייל זיי האבן מורא געהאט פון קאטאסטראפישע קאנסעקווענצן. (זע אויך דא איבער נאך א באקאנטע חוקר).
למעשה זענען די אלע טעאריעס נדחה געווארן דורך אלע מעינסטרים חוקרים. איינע פון די שארפסטע קעגן אייזענמאן איז געווען הערשל שאנקס, א איד און דער עורך פון דעם פרעסטיזשפולען זשורנאל "ביבלישע ארכעאלאגישע איבערבליק". איך בין בכלל נישט חושד שאנקס און זיך אננעמען פאר קריסטענטום. אבער די סיבה פארן מדחה זיין די טעאריע איז נישט געווען וויבאלד מ'האט געהאלטן אז די איסיים האבן גע'גנב'ט פון די קריסטען, נאר רוב חוקרים האלטן אז געוויסע מאטיפן פון קריסטענטום קומען פון אן איסישער השפעה. איך ווייס נישט צו ס'איז אפילו פארהאן אזא דעה אז די איסיים האבן גע'גנב'ט זייערע תורות פון די נוצרים.
עס איז אויך אינטערעסאנט צו אנמערקן אז האראוויץ (בעל ה"אלף דור") שרייבט אויף דעם ציטאט אז עס איז נישט מדויק. צו מיינט ער אז עס איז נישט מדויק פון אן היסטארישען שטאנדפונקט? אדער אז עס איז נישט פונקטליך נאכגעשריבן פון תולדות עם עולם?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
יידל האט געשריבן: עס איז אויך אינטערעסאנט צו אנמערקן אז האראוויץ (בעל ה"אלף דור") שרייבט אויף דעם ציטאט אז עס איז נישט מדויק. צו מיינט ער אז עס איז נישט מדויק פון אן היסטארישען שטאנדפונקט? אדער אז עס איז נישט פונקטליך נאכגעשריבן פון תולדות עם עולם?
יידל איך האב נאכגעקוט אין תולדות עם עולם ער לאזט כמעט גאר נישט אויס נאר צוויי זאכען מיט איין שינוי, איך וועל דאס אראפברענגען און מודגש:
א)
בשנת תשיב נתגלו עוד מספר מגילות במערות הסמוכות, שהיו לפנים מגורי אנשי כת האיסיים. גם מגילת ספר ישעיהו נמצאה בתוך המגילות, ונוכחו לראות שהיא אכן מלה במלה כדברי הנוסח הנמסר בישראל עד היום הזה! ואילו שאר המגילות נמצא כתוב ...(ו)בהם (נמצאו) המון דברים על סדרי חיי האיסיים ודעותיהם.
איין וויכטיגע פרט אויסגעלאזט, אבער איך בין נישט זיכער עס איז טאקע אזוי ווי ער שרייבט.
ב)
שהרי נתברר שקדמה כתיבת המגילות (בתקופת בית שני) (שנתגלו בתוך המערות שנחרבו בזמן חורבן בית שני)
ג)
גם מתוך בדיקות הפחמן (קארבאן טעסט בלע"ז) נתברר
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
גוטע פינטעלך האט געשריבן:יידל איך האב נאכגעקוט אין תולדות עם עולם ער לאזט כמעט גאר נישט אויס נאר צוויי זאכען מיט איין שינוי, איך וועל דאס אראפברענגען און מודגש:
א)בשנת תשיב נתגלו עוד מספר מגילות במערות הסמוכות, שהיו לפנים מגורי אנשי כת האיסיים. גם מגילת ספר ישעיהו נמצאה בתוך המגילות, ונוכחו לראות שהיא אכן מלה במלה כדברי הנוסח הנמסר בישראל עד היום הזה! ואילו שאר המגילות נמצא כתוב ...(ו)בהם (נמצאו) המון דברים על סדרי חיי האיסיים ודעותיהם.
איין וויכטיגע פרט אויסגעלאזט, אבער איך בין נישט זיכער עס איז טאקע אזוי ווי ער שרייבט.
דאס איז קלאר נישט ריכטיג. אין די וויקיפעדיע בלאט אויף דעם מגילה שטייט אזוי:
וויקיפעדיע האט געשריבן:This copy of Isaiah contains many minor differences from the later Masoretic text (the text which forms the basis of the modern Hebrew bible). Most of the differences are simply grammatical (for example, spelling certain words with an extra letter that does not alter the pronunciation). Of the remainder, for example some added words, most do not significantly alter the meaning of the passage.
א דוגמא פון א ווארט וועלכע איז אנדערש און טוישט די כוונה איז ישעיה מו, יא. אין אונזער מסורה איז די פסוק אזוי: "והמתי ברעב שרשך ושאריתך יהרג". אין די ישעיה מגילה פון ים המלח (1QIsaa) שטייט: "והמתי ברעב שרשך ושאריתך אהרג".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אוי וואספארא פורים דא טוט זיך. דער תולדות עם עולם וויל נעבעך מחזק זיין די אידישע אמונה און אפפרעגן די קריסטליכע, האט ער מחליט געווען אז ישעיהו איז געשריבן אותו באות מדוייק, וואס נישט בלויז דאס איז נישט ריכטיג, נאר אין אנדערע פלעצער אין די תורה זענען דא מערערע שינויים אין גאנצע פסוקים צווישן די מגילות ים המלח און די כתב המסורה. (איך האלט נישט אז דאס שוואכט אפ אונזער מסורה, ווייל עס איז סייווי א דבר ידוע אז אונזערע ספרי תורה זענען נישט מדוייק, אבער וואס וועקסטו אויף דעם בער פון שלאף?). נאכדעם האט ער נאך געברענגט א ראיה פון בדיקת פחמן ווי אלט די מגילות ים המלח זענען, ווייל ווען עס קומט צונוץ נעמט מען עס ארויס פון די שענקל פון דברים המוחרמים.
דער אלף דור האט שוין געוואוסט נישט צו מאכן ליצנות און ברענגען א ראיה צו די דיוק המסורה, האט ער עס געמוזט אויסלאזן. ער האט אבער פארגעסן צו מברר זיין אויב די אנדערע פרטים שטימען יא. הרב טעללער האט שוין געמוזט צענזורירן אויך דעם פרט פון קארבאן דעיטינג, ווייל דעמאלט שטימט דאך נישט די מסורה אז די וועלט איז 5,773 יאר אלט. אבער קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו מאכן א גוגל סוירטש אויב די 'היסטארישע' ידיעות פון הרב רוטנברג שטימען מיט'ן מציאות.
דער אלף דור האט שוין געוואוסט נישט צו מאכן ליצנות און ברענגען א ראיה צו די דיוק המסורה, האט ער עס געמוזט אויסלאזן. ער האט אבער פארגעסן צו מברר זיין אויב די אנדערע פרטים שטימען יא. הרב טעללער האט שוין געמוזט צענזורירן אויך דעם פרט פון קארבאן דעיטינג, ווייל דעמאלט שטימט דאך נישט די מסורה אז די וועלט איז 5,773 יאר אלט. אבער קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו מאכן א גוגל סוירטש אויב די 'היסטארישע' ידיעות פון הרב רוטנברג שטימען מיט'ן מציאות.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אגב, ס'איז אינטערעסאנט צוצולייגן, די גמרא מוטשעט זיך וואו די פסוק נ' פון תהלה לדוד איז פארשווינדן געווארן. אין די מגילת ים המלח טרעפט מען דעם פעלנדן פסוק: נאמן אלוהים בדבריו וחסיד בכל מעשיו. אבער די חוקרים זאגן אז ס'איז שפעטער צוגעלייגט געווארן, ווייל אין דעם גאנצן מזמור שטייט נאר דער שם הויה, און אין דעם פסוק איז עס דער שם אלקים.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
א) יידל און יאיר למעשה זעה אז דער תולדות עם עולם איז יא גערעכט (במקצת) און עס איז שוין גארנישט פורים נאר אביסל סוכות ביי קהלת.
די מעשה איז אזוי מען האט געטראפען צוויי מגילות ישעיה, א טייל רופען דאס ישעיה א' וישעיה ב', און א טייל רופען דאס ישעיה כתב יד א', וישעיה כתב יד ב'. (אזוי רוף איך עס ווייטער כדי מען זאל נישט מיינען אז ישעיה איז איינגעטיילט און צוויי).
און ישעיה כת"י א' איז טאקע דא פארשידענע גראמטישע שינויים (זעה מער שפעטער), אבער ישעיה כת"י ב' איז פונקט אזויווי די מסורה בלא שום שינויים. (זעה במאמרו של בצלאל לנדוי מחניים - ס"ב, עמ' 95, ועוד כמה מאמרים מחוקרי המגילות).
די מיינונג פון אסאך קענער אז די צווייטע איז געשריבען געווארען דורך א סופר מקצועי ומדוייק למען קריאה און די ערשטע איז געשריבען אדורך סופר שאינו מומחה סתם להתלמד
צוויי פון די שטארקע ראיות זענען: ראיה א', די כת"י א' איז נישט געשריבען באותיות מנצפ"ך (דהיינו די סופי אותיות סתומין) נאר זענען געשריבען בפתוחות (בהרבה מקומות). משא"כ בישעיה כת"י ב' איז אלעס סופיות בסתומין אזוי ווי די מסורה.
[וביאור הענין איז ווי די גמ' ערקלערט און שבת קד-א ומגילה ב-ב אז מנצפ"ך "צופים (נביאים) אמרום" דהיינו בתחלה איז עס נתתקן געווארען דורך משה ואח"כ נשתכחה והחזירם הנביאים, עכ"פ עס איז געווען צייטען וואס מען האט זיך נישט משתמש געווען מיט מנצפ"ך געהריג עס איז געווען א גרויסע ערבוביא אינעם ענין, לכן די כת"י א' שטייט נאך אזוי בערבוביא משא"כ כת"י ב' שעשוי לקריאה כתבו במדוייק]. (עפ"י מאמרו של אשר ויזר 'סיני' עמ' י"א י"ב, ועוד).
ראיה ב', אז אין כת"י א' שטייט געשריבען איין שם קדוש העכער די צווייטע, דהיינו אויף 4 פלעצער שטייט די שם הוי"ה העכער די שם אדנות, 1 פלאץ פארקערט, 1 פלאץ שם א-ל העכער שם אדנות. (עפ"י ספר מסות ומסעות ליהמן עמ' 84). הרי אז דאס איז געשריבען געווארען כדי להתלמד, ולכן כתבו השמות גם כמו שהוגין אותן.
ב) אינטערסאנטע זאך שרייבט ר' יהודה רהצאבי (סיני - כז עמ' רנ"ה ואילך) אז אסאך שינויים וואס איז דא אין כת"י א' געפינט מען אויך און די תרגומים, רוב פון זיי אין תרגום הרס"ג, און עטליכע פין זיי און תרגום יונתן ורד"ק.
און מיט דעם איז ער מוכיח אז אפילו די כת"י א' איז בעצם געשריבען געווארען עפ"י המסורה, עס איז נאר געטוישט מחמת "פירוש שונה לנוסח אחד", ווייל די תרגום הרס"ג איז דאך זעכער עפ"י המסורה.

ר' נקודות טובות, א דאנק פאר די מערקווירדיגע הארות.
איך האב אנגענומען אז ער רעדט פון די באקאנטע מגילת ישעיהו וואס איז די איינציגסטע ספר וואס מען האט געטראפן בשלימות צווישן די מגילות ים המלח. דער מגילה איז היבש אנדערש ווי אונזער כתב מסורה. יעצט האב איך ארום געזוכט אביסל, זע איך טאקע אז די קטעים פון ישעיה ב' (וואס זענען נאר פון פרק מא און ווייטער) זענען מער ענליך צו דער נוסח המסורתי. אבער די סיבות זענען אנדערש ווי וואס דו גיבסט אן. פרופ' יחזקאל קוטשער שרייבט אז מען זעט אז עס פעלן די שווערע ווערטער, און אויך אז עס איז געשריבן רוב מאל בכתב מלא, וואס דאס העלפט ארויס דאס ליינען. פון דעם דרינגט ער ארויס אז דאס איז געמאכט געווארן פאר'ן המון עם, נישט פאר פראפעסיאנעלע בעלי קריאה. כאטש ישעיה ב איז אויך נישט פונקטליך ווי די נוסח המסורה, איז עס דאך געווען א געוואלדיגער געפינס אז די נוסח המסורתי איז שוין אזוי אלט, און עס איז נישט עפעס א צוזאמענשטעל פון שפעטער דורך די חכמי טבריה, ווי די חוקרים האבן געוואלט זאגן ביז דאן.
אבער דאס וואס דו שרייבסט אז עס האבן נישט די אותיות סופיות, איז מיר אומפארשטענדליך. מיר זעט אויס אז עס האט געהעריג די אותיות סופיות. זע דא אנהויב פון די מגילה: חזון ישעיה בן אמוץ וכו' בירושלם. איך וועל נאכקוקן די מראה מקומות וואס דו צייכנסט צו, און זען וואס זיי שרייבן.
אלענפאלס, א גרויסן יישר כח פאר'ן אנמערקן.

פרופ' יחזקאל קוטשר האט געשריבן:הדברים שאמרתי אינם מוצאים מן הכלל קיום נוסחאות אחרות, וזהו עניין להרצאה מיוחדת, אלא שמבחינה זו, לצערנו החומר מועט ביותר. יש ויש הבדלים בין הנוסח המסורתי ובין המגילה של ישעיהו ב'. אם כי בדרך כלל הנוסח של ישעיהו ב' פחות או יותר זהה עם הנוסח המסורתי. אפשר לקבוע כי הנוסח המסורתי כבר היה קיים במאה הראשונה ואולי השניה לפני הספירה. אני מדבר לא על אמונה אלא על הוכחה. ברור שהיו קיימים גם נוסחים אחרים. הדבר הזה ידוע פחות או יותר כי ב"מכתב אריסטיאס" (שבספרים החיצוניים) מסופר שאנשי מצרים ביקשו שישלחו להם טופס אשר היה בבית המקדש, כי הטפסים שבידיהם משובשים. הוכחה ברורה שהיו כמה נוסחים.
אבער דאס וואס דו שרייבסט אז עס האבן נישט די אותיות סופיות, איז מיר אומפארשטענדליך. מיר זעט אויס אז עס האט געהעריג די אותיות סופיות. זע דא אנהויב פון די מגילה: חזון ישעיה בן אמוץ וכו' בירושלם. איך וועל נאכקוקן די מראה מקומות וואס דו צייכנסט צו, און זען וואס זיי שרייבן.
אלענפאלס, א גרויסן יישר כח פאר'ן אנמערקן.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
דער נייער אוצרות פון חודש אדר איז ערשינען. הרב זאב אהרן טעללער האט געשריבן דעם צווייטן טייל פון זיין הערליכער ארטיקל איבער גלאט כשר פלייש, אבער לדאבונינו האט ער אויך געמוזט אריינמישן שטותים צוליב פאליטיק, נעמליך איבער גלאט בית יוסף פלייש. כ'האף אי"ה אין א צווייטן געלעגעהייט מער מאריך זיין. יואל הירש האט געשריבן א שיינעם ארטיקל, די ערשטע חלק פון צוויי, איבער הרב אברהם אהרן יודעלעוויטש און די איבערקערניש איבער זיין חידוש אז מ'קען מאכן חליצה ע"י שליח. יצחק מיטטעלמאן און דער באקאנטער חסידישער העגיאגראפיקער שמואל שלמה טעללער האבן אן אינטערוויו מיט הרב יצחק טורנהיים, אדמו"ר מ'וולאברויז-קראקא, אינטערעסאנט כאטש פיל מיט האלב-געבאקענע פאקטן.
נאך צוויי ארטיקלן זענען איינס פון מרדכי דוד עסטערייכער איבער בדחני דמלכא, בדחנים פון רבנים און נאך איינס פון משה יודא יואל ווייס איבער די אידן פון טוניזיע וועלכע האבן זיך געראטעוועט פון די נאציס דורך צאלן 10,000 פראנק.
סך הכל איז עס א שיינער ארבעט.
נאך צוויי ארטיקלן זענען איינס פון מרדכי דוד עסטערייכער איבער בדחני דמלכא, בדחנים פון רבנים און נאך איינס פון משה יודא יואל ווייס איבער די אידן פון טוניזיע וועלכע האבן זיך געראטעוועט פון די נאציס דורך צאלן 10,000 פראנק.
סך הכל איז עס א שיינער ארבעט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
נאך נישט געלייינט קיין איין אוצרות, אבער די נוממער וועל איך אפשר יא קויפן, כדרכי בימי החג, אז איך קויפ מיר איין אלע מאגאזינען (זר, איך בארג עס נישט) און די טעם איז פשוט, ווייל אלע מיינע ספרים פארקויף פאר'ן דיין, און די מאגאזינען האבן דאך אן הידור אויך, אז ס'איז ארום גענומען מיט א פארמאכטע פלאסטיק, אלזא, זענען זיי כשר לפסח.
בענין חליצה ע"י שליח. ס'כדאי אנצומערקן אז דער ספר אב בחכמ"ה, ערשינט דער ערשטער אויף אוצר החכמה.
בהשקפה ראשונה, איז דער סט. לואיס עירוב איבערגעטייטש פון דא כ'בין נייגעריג צו זיין זאגן א ייש"כ פאר דער בעל הבלאג.

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך רעדט בנוגע זיין אבסעסיע צו זאגן שקר בנוגע ציונים ואראבערס. שקרים וכזבים. ער האט מיר צושטערט דעם עונג שבת היינט.
איך בין זיכער אז ווען דער שרייבער וואלט דאס געוואוסט, ווי ווייט יסורים און צער ער קען ברענגען אויף אן אומשולדיגען, וואלט ער דאס אוודאי נישט געטוהן. זייט אים מוחל.
בד"וו, איך האב א צושטערטע מוצאי שבת, דאס "הער נאר" בעהט זיך פאר מיין הילף, לאמיר גיין. א גוטע נאכט.
Under influence
איך האב שוין געשריבן אז איך וויל עס שרייבן דא באריכות. איך גיי זיך באציען צו זיינע ווערטער ביז היינט, שמואל שלמה טעלער׳ס דרשות, און נאך אסאך וועלכע זענען פשוט קאפי פעיסט פון אל גשאזירא. איך בין פשוט מוסר מודעה אז עס גייט עטליכע טויזענט אדער גאר עטליכע אין צענדליגע טויזענט אותיות, דעריבער וועט עס נעמען לאנג. איך גיי זיך וועלן באציען צו די ריזיגע נפקא מינא וואס די רבי האט געמאכט זיין שיטה געבויעט אויף די תורה, צו וואס זיי פארקויפן עס היינט אויף שנאת ישראל ושקרים וכזבים ורמאות גסות ומשונות. עס גייט זיין איינגעטיילט אין אסאך אבות און שפעטער תולדות. איך האף דאס צו פארטיגן לכבוד פסח.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל