ידיעות חז"ל און די מציאות

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

ידיעות חז"ל און די מציאות

שליחה דורך תחכמוני »

א גוטן ליבע ליינער,

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, אז מען קען נאך טרעפן א ווינקל ווי אויסצולופטערן די געדאנקען און אריינכאפן היפש אפאר ידיעות.
אזוי ווי איך בין א גרינער דא ווייס איך נישט פונקטליך וויפיל מען האט שוין ארומגערעדט פון די נושא פון "חז"ל'ס ידיעות אין די חכמות הטבע", אבער פון מיין קורצע איבערבליק זעהט מיר נישט אויס אז די נושא איז באהאנדלט געווארן די הצורך, לפחות נישט אויף א מסודר'דיגן אופן. וויל איך דא פרעזענטירן א קורצע ארטיקל וואס רעדט ארום פון די נושא, סיי וואס די ראשונים און אחרונים האבן געהאלטן און סיי וויאזוי די מציאות שטעלט זיך אויס נאכן גרונטליך אדורכלערנען עטליכע מאמרי חז"ל. פארשטייט זיך אז די נושא איז א ברייטע און מען קען נישט אנרירן אין איין ארטיקל נאר א טיפה מן הים. איך האב נאר פרובירט צוזאמצונעמען עטליכע טעמעס וואס ברענגען ארויס מיין נקודה קלאר און ספעציעל טעמעס וואס לויפן דורכאויס חז"ל און זענען נישט קיין איזולירטע פאלן. כדי אראפצוברענגען יעדע מקור אין די ראשונים און אחרונים וואס רעדן דערפון אדער יעדע מאמר אין די גמרא וואס האנדלט מיט די נושא וועט זיך אויספעלן צענדליגע בלעטער ממילא אויב האלט איר אז איך וואלט געדארפט אראפברענגען נאך פעלער אדער מקורות (וואס איר האלט אפשר איז וויכטיגער אדער קלארער) ואתכם הסליחה.

די ארטיקל באציעט זיך נישט צו אלע דעות אין די נושא. איך גלייב אז יעדער דא איז באקאנט מיט די טראדיציאנאלע מיינונג בנוגע די נושא און איך פרעזענטיר נאר די באווייז אזויווי די אנדערע דעות וואס האלטן אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף די ידיעות פון זייער צייטן. דאס מוז גארנישט אוועקנעמען פון חז"ל'ס גרויסקייט אדער ידיעות אין חכמת התורה וואס זיי האבן מקבל געווען מדור דור. נאר אזוי ווי היינט פארלאזן זיך אלע רבנים אויף סייענטיסטן (ווי דאקטורים וכדומה) אזוי אויך האבן זיך חז"ל פארלאזט אויף די ידיעות פון יענע צייטן וואס די ידיעות האבן זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין לעכערליך אין אפטע פעלער.

איך האב גאוואלט ארויפלאדענען א PDF קובץ, אבער אזוי ווי עס איז מער ווי די מאקסימום האב איך עס געמוזט צושטיקלען אין פיר חלקים וואס איך וועל לייגן אין עקסטרע תגובות .איך געב דא אויך די טעקסט כדי עס זאל זיין א דבר השלם (הגם די בילדער זענען ארויסגעפלויגן און נאך עטליכע פראבלעמען זענען ארויפגעשווימען וואס איך האב נישט קיין געדולד צו פאררעכטן - ממילא אויב ווילט איר זעהן א דבר השלם לאדענטס אראפ די PDF).

אמר רבי זירא אמר רבא בר זימונא אם ראשונים בני מלאכים אנו בני אנשים ואם ראשונים בני אנשים אנו כחמורים ולא כחמורו של רבי חנינא בן דוסא ושל רבי פנחס בן יאיר אלא כשאר חמורים (שבת קיב:)

אין די היימישע קרייזן איז אלגעמיין אנגענומען אז חז"ל זענען נישט געווען סתם קלוגע מענטשען וואס האבן פרובירט צו פארשטיין די תורה און די וועלט ארום זיי מיט זייערע ידיעות און זייערע פארשטאנד. חז"ל זענען באטראכט אלס מענטשען וואס זייער שכל איז למעלה מהשגתינו. יעדע ווארט זייערער איז אמת לאמתו של תורה און אויב זאל איינער פון אונז זיך מוטשען צו פארשטיין זייערס א סברא אדער א פשט אין פסוק איז דער פראבלעם זיינער און ער דארף זיך באמיעהן צו טוישן זיין פארשטאנד כדי צו אקאמאדירן די פשט פון חז"ל. גלייכפאלס אויב חז"ל זאגן א פאקט וואס שטימט נישט מיט די מציאות, איז דא עטליכע וועגן ווי זיך אן עצה צו געבן. אויב פארשטייסטו נישט גוט די באווייזן וואס באווייזן אז די וועלטבילד וואס חז"ל שטעלט אוועק איז פעלערהאפטיג און איז געבויט אויף אלטמאדישע קאנצעפטן דאן דינג דיך און זאג אז חז"ל זענען יא גערעכט און די היינטיגע סייענטיסטן זענען אומגערעכט און פארשטייען נישט די אמת'דיגע מציאות. אויב איז די פאקט אזוי קלאר היינט אז אפילו א קליין קינד נעמט דאס אן פאר אמת דאן זאג אז חז"ל רעדן נישט פון די מציאות נאר פון העכערע זאכן און דאס וואס זיי שרייבן פארקערט איז נאר א משל (וואס די משל מיינט פעלט נישט אויס צו זאגן. נאכאלעמען ברויכן מיר נישט – און מיר קענען נישט – אלעס פארשטיין). אויב איז פאסיג (דאס הייסט אז מען רעדט פון א ביולוגישע מציאות) קענסטו אויך זאגן אז נשתנו הטבעים – דאס הייסט אז די באשעפענישן היינט לעבן אנדערש ווי די באשעפענישן פון אמאל. פארשטייט זיך אז עס זענען דא נאך פארשידענע תירוצים אבער איך וועל זיי נישט אלע אויסרעכענען.

די שיטה איז געווענליך באגלייט מיט די באגריף פון ירידת הדורות ד.ה. אז יעדע דור פארשטייט די תורה און איר סודות ווייניגער ווי די דור פון פריער. אין דעם ארטיקל וויל איך זיך נאר באציען צו די כלל וואס פארברייטערט די אומפעהלבארקייט פון חז"ל אויף די וועלטליכע מציאות. די כלל וואס זאגט אז חז"ל האבען פארשטאנען די וועלט און די פיזישע מציאות בעסער ווי אונז פארשטייען היינט און די דעה וואס דינגט זיך אויף דעם גרעניצט זיך מיט אפיקורסות. דא וויל איך גענצליך פארניכטן די שיטה און אויפווייזן פון די מציאות אז חז"ל זענען נישט געווען קיין אסטראנאמען אדער דאקטורים, נישט קיין ביולאגען אדער סייוואספארע סייענטיסטן לויט די היינטיגע וויסנשאפט. אבער פאר איך הייב אן וויל איך אייך אויפדעקן די ערשטוינליכע פאקט אז דאס איז נישט מיין אייגענע המצאה נאר א גרויסע טייל פון די גאונים און ראשונים און אויך עטליכע אחרונים האבן אזוי געהאלטן, צווישן זיי זענען: רב סעדיה גאון, רב שרירא גאון, רב האי גאון, רב שמואל בן חפני גאון, רמב"ם און ר' אברהם בן הרמב"ם. אויב זאל די דעה ווערן באטראכט אלס אפיקורסות קענט איר צולייגן די אלע גאונים צו אייער ליסטע. פארשטייט זיך אז די דעות ווערן נישט דערמאנט אין חדר אדער ישיבה ווייל די לעצטיגע "גדולים" האלטן נישט אזוי און זענען געקומען צו די החלטה אז ווער עס האלט נישט ווי זיי איז אן אפיקורס. אזוי ווי די גמרא (סנהדרין ז) זאגט דאך אבער "שמוע בין אחיכם ושפטתם אמר רבי חנינא אזהרה לבית דין שלא ישמע דברי בעל דין קודם שיבא בעל דין חבירו ואזהרה לבעל דין שלא יטעים דבריו לדיין קודם שיבא בעל דין חבירו" וועל איך אייך פארשטעלן די אנדערע זייט און אלע באווייזן וואס ווייזן אויף פארקערט און איר זאלט באשטימען פאר אייך אליין וואס איר האלט איז ריכטיג. איך האף אז נישט קיין חילוק וואס אייער מסקנא וועט זיין וועט אייך די ארטיקל זיין אינפארמאטיוו.

אין יאר 1574 האט אן איטאליענישע חכם, עזריה מן האדומים (נאך זיין משפחה נאמען ROSSI) ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען מאור עינים. דארט אנאליזירט ער אסאך אגדות חז"ל און ער קומט צו אז זיי שטימען נישט מיט די מציאות און זאלן נישט ווערן באטראכט אלס אמת. הגם בנוגע תורה זענען זיי די גרעסטע אוטאריטעטן ווייל זיי האבן מקבל געווען די תורה בקבלה איש מפי איש מפי הגבורה, אבער בנוגע וועלטליכע עניינים האבן זיי נישט געהאט קיין שום קבלה נאר זיי האבן געשריבן אזוי ווי עס איז געווען באקאנט אין יענע צייטן. אזוי שרייבט ער צום ביישפיל אויף איין פלאץ:

אין ספק שכל המקובל לנו מחכמינו במתיחס למצות התורה שרשיהן וענפיהן עד ראש כל אמיר דבר ה' הוא אשר באהבה ויראה נשיתהו עטרה לראשנו... ועוד זאת שנית מלתא דפשיטא לכל אנשי לבב שהנמצא להם ז"ל בדברים העיוניים כמו על אודות אצטגנינות וצורת השמים והארץ וכדומה אשר דבריהם בם אנושיים לגמרי בפנותם אל הדרושים ההם איש במתנת שכלו או כפי מה שקבל מחכמי הדורות מאיזה עם היו בלי שפע נבואה ועזר ממנה, יכולים אנחנו עם רצונם הטוב לתת בו אל האחרונים שכתבו נגדם אזן שומעת ולבחון דברי החלקים כפי כח דעתנו (אמרי בינה ראש פרק יד)

אקעגן אים איז ארויסגעקומען די מהר"ל מפראג מיט די גאנצע שארפקייט און אין זיין ספר באר הגולה (באר השישי) שרייבט ער אזוי:
והיה ראוי לסיים דברינו, לולא כי הגיע לידינו ספר אחד שחבר מבני עמנו, והובא הספר לפני ואמרו ראה כי זה חדושי דברים. כאשר ראיתי שמחתי לקראתו כשמחת חתן לקראת כלה, ובקראי בו נקרע לבבי ונשפך רוחי בקרבי, ואמרתי אוי לעיני שכך ראו ואוי לאזני שכך שומעים דברים כאלו, ארור יהיה היום אשר בו נגלו ונראים דברים אלו. איש אשר לא ידע להבין דברי חכמים, אף דבר אחד מדבריהם הקטנים וכ"ש הגדולים, וכל שכן דבריהם העמוקים, איך לא ירא לדבר בחכמים וידבר עליהם כאלו הם אנשים בדורו חביריו, דבר זה לא היה בישראל עד הדור הזה... ועתה בדור הזה הפחות והסכל מכל חכמה, יעמוד אחד וישלח לשונו בקדושים אשר היו לפנינו יותר מאלף שנה ויאמר ראה דרכי וחכם... ומובטח אני בשארית ישראל הנאמנים עם ה' ועם תורתו, כי לא ישאירו לספר הזה שם ושארית בישראל רק ידונו אותו כמשפטו, כי המבזה את החכמים אמרו בפרק חלק (סנהדרין צט:) שהוא בכלל האומר אין תורה מן השמים או בכלל אפיקורס.
און ער ענדיגט צו "לכן ספר הזה הוא בכלל ספרים החיצונים אשר אסור לקרות בהם. וכל איש בעל דת תורת משה ומאמין בתורה שבכתב ובתורה בע"פ, יהא הספר הזה בבל יראה ובל ימצא ולא יביט אליו ולא יסתכל בו לא ראיה שכלית ולא ראיה חושית".

די דאזיגע פולמוס ברענגט ארויס אלעס וואס אונז האבן פריער געשמועסט. ר' עזריה פארשטייט אז לגבי די וועלטליכע מציאות און היסטארישע פאקטן מוזען נישט די דעות פון חז"ל זיין אמת נאר זיי האבן זיך פארלאזט אויף די אמאליגע ידיעות וואס איז געווען אנגענומען אין זייערע צייטן און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זענען די ידיעות געווען פאלש. דער מהר"ל אבער איז נישט גרייט צו אנערקענען אזא פאקט נאר ער פארענטפערט אלע גמרות על פי הדרש און ער האט גרויס תרעומת אויף ר' עזריה אז ער באציעט זיך צו חז"ל כאילו זיי וואלטן געווען זיינע חבירים. לויט ווי ער פארשטייט זענען חז"ל אסאך העכער ווי יעדער פון אונזער דור און ער זאגט אז ר' עזריה האט נישט פארשטאנען די טיפע ווערטער פון חז"ל און ער לייגט אים אריין אין די גדר פון אפיקורס און זיין ספר אין די גדר פון ספרי חצונים.

יעצט לאמיר זעהן וואס די ראשונים האבן צו זאגן אויף דעם נושא. איך וועל אנפאנגען מיט די איבערנאטורליכע כוחות, דאס הייסט כישוף. אויב האט איר שוין אמאל געעפנט א גמרא האט איר זיך שוין זיכער באגעגענט מיט כישוף. די גמרא ברענגט אראפ פילע מעשיות פון כישוף-מאכער און עס איז קלאר אז די גמרא האט דאס אנגענומען פאר א מציאות. אזוי ווי די גמרא שרייבט אין חולין (ז:) "והאמר רבי יוחנן למה נקרא שמן כשפים שמכחישין פמליא של מעלה". אזוי אויך היינט איז אנגענומען ביי רוב אנשי שלומינו אז כישוף איז א מציאות'דיגע חכמה נאר עס איז אסור צו נוצען. יעצט אבער קוקט וואס די רמב"ם שרייבט אין הלכות עבודת כוכבים סוף פרק יא:
ודברים האלו כולן דברי שקר וכזב הן והם שהטעו בהן עובדי כוכבים הקדמונים לגויי הארצות כדי שינהגו אחריהן ואין ראוי לישראל שהם חכמים מחוכמים להמשך בהבלים אלו ולא להעלות על לב שיש תועלת בהן שנאמר כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל ונאמר כי הגוים האלה אשר אתה יורש אותם אל מעוננים ואל קוסמים ישמעו ואתה לא כן וגו' כל המאמין בדברים האלו וכיוצא בהן ומחשב בלבו שהן אמת ודבר חכמה אבל התורה אסרתן אינן אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלימה אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת ידעו בראיות ברורות שכל אלו הדברים שאסרה תורה אינם דברי חכמה אלא תהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת ונטשו כל דרכי האמת בגללן ומפני זה אמרה תורה כשהזהירה על כל אלו ההבלים תמים תהיה עם ה' אלהיך.

אזוי שרייבט די רמב"ם אין נאך אפאר פלעצער אז כישוף איז הוילע דמיונות אזוי ווי ער שרייבט אין פירוש המשניות (סנהדרין פרק ז משנה ז) "ובעל אוב הנזכר במקרא יהיה בעשיית מעשים, ויש ממנו מין אחר והוא שלוקח גולגולת אדם אחד שנתעכל ממנו הבשר ויצניע אותה ויקטר לה ובודה דברים בה והוא שומע ממנה דברים כמו ששומעין מן המת במלאכת בעל אוב, וכל מה שאתה רואה ממאמר מדבר ושומע בענין זה הוא שמיעה כוזבת כפי מה שישים מחשבתו בזה, כמו שיארע לבני אדם הרבה במקום הפנוי רוצה לומר בשעת התיחדות".

אלזא דער רמב"ם האט זיך נישט צו טוהן געמאכט פון די אלע גמרות נאר ער האט געלערנט אז כישוף איז נאר אזוי ווי אן אחיזת עינים. ער גייט אזוי ווייט ווי צו זאגן אז דער וואס גלייבט אין די כח פון כישוף (דהיינו אין זיין צייט אז אלע חכמים האבן אנגענומען אז כישוף עקזיסטירט נישט) איז א טיפש און ווערט גערעכנט ווי א קינד. יעצט קוקט אריין אין שמואל א פרק כח. פאר די וואס זענען נישט אזוי בקי אין נ"ך (און איך האב מורא אז דאס איז ליידער רובא דרובא) וועל איך געבן א קורצע איבערבליק אויף דעם קאפיטל.
די פלשתים האבן זיך צוזאמגענומען צו מאכן א מלחמה מיט די אידן. שאול המלך האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן. שמואל הנביא האט שוין נישט געלעבט און די אורים ותומים האבן אים נישט געענטפערט. בלית ברירה האט שאול געהייסן מען זאל אים זוכן א כישוף-מאכער. שאול האט אבער געהאט אויסגעהרג'ט אלע כישוף-מאכער ממילא האט ער זיך פארשטעלט און האט געבעטן די 'בעלת אוב' זי זאל אים ארויפברענגען שמואל הנביא פון די טויטע כדי ער זאל וויסן וואס צו טוהן. ווי נאר די בעלת אוב האט געזעהן שמואל האט זי געזאגט פאר שאול פארוואס האסטו מיך אויסגענארט און נישט געזאגט אז די ביסט שאול. שמואל הנביא האט געפרעגט שאול פארוואס ער באדערט אים און ברענגט אים ארויף פון די טויטע און למעשה האט ער געזאגט פאר שאול אז ער וועט שטארבען אין די מלחמה וכך הוה.

יעצט קוקט אריין וואס די רד"ק שרייבט אויפן פסוק:
ואני רואה לפרש הנה מעשה האוב לפי מה שנמצא כתוב. אמרו רז"ל בעל אוב זה המדבר מבין הפרקים ומבין אצילי ידיו... וראינו מחלוקת בין הגאונים בדבר הזה וכלם נשתוו כי מעשה האוב הבל ותוהו ודברי כזב והתול, אבל יש מהם אומרים כי לא דבר שמואל עם שאול וחס ושלום לא עלה שמואל מקברו ולא דבר אבל האשה עשתה הכל ברמאות כי מיד הכירה כי שאול הוא, אך להראות לו כי מצד החכמה הכירה ומצאה דבר זה אמרה למה רמיתני ואתה שאול ודרך בעלת אוב להביא בן אדם שמדבר מתוך מחבואו בלשון נמוך וכאשר בא שאול לדרוש מאתה וראתה אותו נבהל וידעה כי למחר יהיה יוצא למלחמה וכל ישראל היו בפחד גדול וידעה מה שעשה שאול שהרג כהני ה' שמה בפי המגיד הדברים הנאמרים בפרשה. ומה שאמר ויאמר שמואל אל שאול על מחשבת שאול כי היה חושב כי שמואל היה המדבר אליו ומה שאמר ולא עשית חרון אפו בעמלק ידוע היה דבר זה, כי מאותה שעה אמר לו שמואל וימאסך מהיות מלך ומה שאמר לרעך לדוד ידוע היה זה בכל ישראל כי דוד נמשח למלך.
ומה שאמר מחר אתה ובניך עמי מדרך סברא אמר זה. זהו פירש רב שמואל בן חפני הגאון ז"ל ואמר אף על פי שמשמעות דברי החכמים ז"ל בגמרא כי אמת היה שהחיתה האשה את שמואל לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל.

אבל רב סעדיה ורב האיי הגאונים ז"ל אמרו אמת הוא כי רחוק היא שתדע האשה העתידות וכן שתחיה היא את המת בחכמת האוב, אך הבורא יתברך החיה את שמואל כדי לספר לשאול את כל הקורות העתידות לבא עליו והיא האשה אשר לא ידעה בכל אלה נבהלה, כמו שנאמר ותזעק בקול גדול ואשר אמרה האשה את מי אעלה לך דברי התולים הם, כי דעתה היה לעשות כמנהגה, אלה דבריהם.

זעהן מיר דא געוואלדיגע זאכן. קודם כל שרייבט די רד"ק אז הגם עס איז דא א מחלוקת צווישן די גאונים וואס איז פשט אין פסוק זענען אלע מודה אז מעשה אוב עקזיסטירט נישט. און די אלע גאונים זענען אפילו גרייט צו פארדרייען פשוט פשט אין פסוק אבער אזוי ווי ר' שמואל בן חפני שרייבט לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל. האבן מיר דא ר' סעדיה גאון, ר' האי גאון, און ר' שמואל בן חפני גאון וואס האלטן אז כישוף עקזיסטירט נישט נאר דאס איז א שפיל. די גאונים האבן נישט פרובירט צו פארענטפערן די גמרא און די פסוקים אז אמאל זענען יא געווען מכשפים אדער סיי וואספארא אנדערע תירוץ נאר זיי דינגען זיך גלאט מיט די גמרא מיט די אויבנדערמאנטע כלל אז אויב מיר פארשטייען היינט אנדערש דארף מען נישט גלייבן אזוי נאר וויבאלד חז"ל האלטן אזוי. די גאונים קימערן זיך נישט אז די גמרא האט געגלייבט אין כישוף און זיי פרובירן ניטאמאל צו פארענטפערן די גמרא נאר זיי זאגן לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל.
יעצט וועלן מיר זעהן וואס די גאונים שרייבן וועגן די רפואות וואס ווערן געברענגט אין די גמרא. אין אוצר הגאונים (גיטין סח: עמ' 1) ווערט געברענגט די תשובה פון ר' האי און זיין טאטע ר' שרירא גאון:

"שאלה: ודשאלתון למכתב לכון הנהו אסואתא דמי שאחזו קורדיקוס תשובה: צריכין אנן למימר לכון, דרבנן לאו אסותא אינון, ומילין בעלמא דחזונין בזמניהן וכחד חד קצירא אמרונין, ולאו דברי מצווה אינון, הלכך לא תסמכון על אלין אסותא, וליכא דעבד מינהון מדעם, אלא בתר דמבדיק וידע בודאי מחמת רופאים בקיאים דההיא מילתא לא מעיקא לה, וליכא דליתי נפשיה לידי סכנה. והכין אגמרו יתנא ואמרו לנו אבות וסבי דילנא, דלא למעבד מן אילין אסותא אלא מאי דאיתיה, כגון קיבלא דקים ליה לההוא דעבד דלית ביה עקתא".

איבערטייטש – שאלה: און דאס וואס איר האט מיך געבעטן צו שרייבן וועגן די רפואות וואס ווערן דערמאנט אין גיטין אין פרק מי שאחזו. תשובה: מיר מוזען ענק זאגן אז חז"ל זענען נישט קיינע דאקטורים און די רפואות וואס זיי האבן געזאגט זענען געווען לויט די וואס זיי האבן געזען לויט די קראנקע מענטשען אין זייער צייט. די רפואות זענען נישט קיין מצוה און ממילא פארלאזט ענק נישט אויף די רפואות. קיינער האט נישט גענוצט די רפואות נאר נאך ער האט זיכער געמאכט דורך געלערנטע דאקטורים אז די רפואה שאדט נישט, ווייל קיינער וועט זיך נישט אריינברענגען אין א סכנה...

יעצט וועל איך ברענגן שטיקלעך פון א מאמר וואס ר' אברהם בן הרמב"ם האט געשריבן אויף דרשות חז"ל. ער לייגט אראפ די כללים זייער שיין און דייטליך. די מאמר איז געדרוקט געווארן אין די ערשטע בלעטער פון עין יעקב. דא האט איר א לינק צום מאמר http://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/aga ... ada1-2.htm. עס איז ווערט צו ליינען פון אנהייב ביזן סוף. צוליבן אריכות וועל איך נאר שרייבן א איבערבליק פונעם מאמר.
ר' אברהם פאנגט אן ביים אראפשטעלן א וויכטיגע כלל אז צו אננעמען סייוואספארא דעה אן דורכצוטוהן די דעה נאר ווייל די מענטש וואס שרייבט די דעה איז א גרויסער חכם איז נישט אויסגעהאלטן סיי לויטן סברא און סיי לויט די תורה. ממילא זאגט ער לויט די הקדמה מוזען מיר נישט אננעמען אלעס וואס חז"ל שרייבן וועגן אסטראנאמיע, טבע אדער רפואה הגם זיי זענען געווען גרויסע חכמים אין די חכמת התורה. וועגן דעם זאגט ער נעמען מיר נישט אן די רפואות וואס חז"ל שרייבן ווייל מיר זעהן אז זיי העלפן נישט.
ער זאגט נאך מער אז די סבה פאר וואס מען האט גערופן ר' יהודה הנשיא "רבינו הקדוש" ווייל ער איז געווען גרייט מקבל צו זיין דעם אמת פון וועם אימער עס זאגט עס. אזוי ווי די גמרא אין פסחים (צד:) ברענגט אראפ אז רבי האט געזאגט "ונראין דבריהן מדברינו". ער האט אנערקענט אז די חכמי אומות העולם זענען גערעכט פארקערט ווי די חכמי ישראל.
איך וועל דא צוענדיגן מיט א פאר שורות וואס די רמב"ם שרייבט אין מורה נבוכים (חלק ג' פרק י"ד – תרגום שוורץ) "אל תדרוש ממני להתאים את כל ענייני האסטרונומיה שהם ציינו אל המצב כפי שהוא, כי המתמטיקה היתה לקויה באותם זמנים. והם לא דנו בזאת מבחינת שהם מוסרים אמרות אלה מפי הנביאים, אלא מבחינת שהם היו חכמי אותן תקופות במקצועות אלה או שמעו אותן מפי חכמי אותן תקופות."

דא איז די רמב"ם שיין מסכם וואס אונז האבן מיר געשריבן ביז יעצט אז די חכמים האבן זיך פארלאזט אויף די חכמים פון זייערע צייטן און ממילא האבן זיי נישט אלעס געוויסט ריכטיג. און אזוי שרייבט די רמב"ם אין נאך עטליכע פלעצער אין מורה נבוכים.
אלזא ביז יעצט האב איך אייך געוויזן אז עס זענען דא א היפשע צאל גאונים און ראשונים וואס האבן געהאלטן אז די מציאות וואס חז"ל האבן געשריבן זענען געווען געבויט אויף אמאליגע דעות און ממילא איז נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז אסאך גמרות שטימען נישט מיט מציאות. עס זענען דא נאך עטליכע ראשונים און אחרונים וואס האבן געהאלטן ענדליכע דעות אבער איך האב נאר אראפגעברענגט וויפיל איך האב געהאלטן איז וויכטיג און גענוג גוט אויפצוווייזן אז די שיטה וואס איז אנגענומען היינט איז ווייט פון די איינציגסטע אנגענומענע שיטה ביי אידן.
ביז דא האב איך נאר געוויזן אז עס עקזיסטירט נאך א שיטה ביי אידן – אין פאקט איז די שיטה אנגענומען ביי די גרעסטע ראשונים און גאונים – און דער וואס האלט אזוי קען ווייט אנגערופן ווערן אן אפיקורס. אבער אזוי ווי ר' אברהם בן הרמב"ם שרייבט אז מען זאל נישט אננעמען קיין איין שיטה אן דורכטוהן צו עס איז אמת וועלן מיר יעצט פרעזענטירן די באווייז אז די גמרא איז פול מיט פאקטן וואס זענען געבויט אויף די אלטמאדישע שיטות פון די אמאליגע חכמים. איך וועל נישט אויסרעכענען אלע ווייל יכלה הזמן והם לא יכלו. איך וועל נאר אראפברענגען עטליכע צענטראלע טעמעס וואס לויפן דורכאויס די גמרא און ווייזן אז מען קען נישט פארשטיין די מאמרים נאר אויב מען זאל זאגן אז די גמרא האט געהאלטן אזוי ווי די אלטע טעאריעס פון די אמאליגע חכמים וממנו יקיש המקיש.
די פארעם פון די וועלט
דאס איז א בילד פון אונזער וועלט. לויט ווי מיר ווייסן היינט איז די וועלט רונדיג און מיר וואוינען אויפן פלאך פון די וועלט ארום און ארום. די וועלט איז איינע פון עטליכע פלאנעטן וואס קרייזן ארום די זון. די זון איז איינע פון מיליאנען שטערנס פון אונזערע גאלאקסיע די מילכשטראסע און אונזער גאלאקסיע איז איינע פון די מילאנען גאלאקסיעס אין די יוניבערס.




פאלגענד איז א טיפישע בילד ווי די אמאליגע חכמים האבן געהאלטן אז די וועלט קוקט אויס. זייער בילד פון דער וועלט איז אינגאנצן אנדערש פון אונזער בילד אבער אזוי זעהט אויס די וועלט פאר א בעאבאכטער אויף די וועלט פלאך.
די וועלט זעהט אויס פלאך ווען מען קוקט זיך ארום און עס איז ארומגענומען מיט ריזיגע וואסערן די אוקייניס וואס האבען נישט קיין עק ווי ווייט די אויגן זעהן. כדי צו מסביר זיין וויאזוי עס רעגנט האבן זיי פארשטאנען אז די עס איז דא א גרויסע וואסער העכער די הימל וואס נוצט זיך נישט אויס. אבער פארוואס פאלט נישט די וואסער אראפ צום ערד? פאר דעם איז דא די הימל. די הימל איז א סאלידע מאטעריאל וואס האלט צוריק די וואסער פון פאלן. ווען עס רעגנט עפענען זיך אויף פענסטערס אין די הימל – וארובות השמים נפתחו – און די וואסער טראפט אראפ צום ערד.
ווי מיר וועלן זעהן יעצט האבן חז"ל געהאט זייער אן ענדליכער בילד פון די וועלט, הגם אז אויף די פונקטליכער דעטאלן וועלן מיר זעהן אז עס זענען דא מחלוקות אבער אלע האבן מסכים געווען אויפן אלגעמיינען בילד. יעצט וועלן מיר אנפאנגען מיט די גמרות.
די וועלט איז פלאך
די גמרא אין מסכת תמיד (לא:) ברענגט אראפ די פאלגענדע מעשה:
עשרה דברים שאל אלכסנדרוס מוקדון את זקני הנגב אמר להן מן השמים לארץ רחוק או ממזרח למערב אמרו לו ממזרח למערב תדע שהרי חמה במזרח הכל מסתכלין בה חמה במערב הכל מסתכלין בה חמה באמצע רקיע אין הכל מסתכלין בה וחכמים אומרים זה וזה כאחד שוין שנאמר כגבוה שמים על הארץ [וגו'] כרחוק מזרח ממערב ואי חד מינייהו נפיש נכתוב תרווייהו כי ההוא דנפיש ואלא חמה באמצע רקיע מ"ט אין הכל מסתכלין בה משום דקאי להדיא ולא כסי ליה מידי
די זקני הנגב האבן געהאלטן אז וויבאלד ווען די זון איז העכערן קאפ קען מען נישט קוקן דערויף אבער ווען עס שיינט אויף קען מען יא קוקן דערויף מוז זיין אז די זון איז ווייטער ווען עס שיינט אויף און גייט אונטער אבער ווען ער איז העכער אונזער קאפ איז ער נענטער צו אונז ממילא איז די ליכטיגקייט צו שטארק פאר אונזער אויגן צו קוקן דערויף. די חכמים אבער ברענגן זיך א ראיה פון פסוק אז ביידע זענען די זעלבע ווייט נאר דאס וואס מען קען קוקן אויף די זון ווען עס שיינט אויף איז וויבאלד עס איז פארשטעלט אביסל דורך די בערג משא"כ ווען עס איז העכערן קאפ פארשטעלט עס גארנישט.

די ריכטיגע סיבה פארוואס ווען די זון שיינט אויף קען מען קוקן דערויף האט גארנישט צו טוהן ווייל עס איז פארשטעלט דורך בערג אדער ביימער. ווען איר שטייט ביים וואסער און איר זעהט די זון אויפגיין קענט איר אויך קוקן דערויף הגם גארנישט פארשטעלט עס. די סיבה האט צו טוהן מיט די פאקט אז די זון'ס שטראלן דארפן דורכפארן א גרעסערע שטרעקע פון אטמאספערע. אבער לאמיר איבערהיפן אויף דעם קליינעם דעטאל. וואס איז אבער קלאר פון די גמרא איז אז די חכמים האבן געהאלטן אז די וועלט איז פלאך און די הימל איז א סאלידע דאך העכער די וועלט. אז איר קוקט אויפן אמאליגן בילד פון די וועלט קענט איר פארשטיין די גמרא גאנץ קלאר. אלכסנדר מוקדון האט געוואלט וויסן צו עס איז ווייטער פון די ערד ביזן כיפת השמים אדער פון איין זייט וועלט ביזן אנדערן, און די ביידע חכמים געבן זייערע דעות דערויף. אויב קוקט איר אויף אונזערע מאדערנע בילד פון די וועלט האט די גמרא נישט קיין פשט. וואס מיינט בכלל מזרח און מערב? ווען מען שטייט אויף א רונדיגע באל איז אלס העכער דיינע אויגן זענען פון די ערד קענסטו זעהן ווייטער. ווען איר קוקט אויפן האריזאנט ביים וואסער קענט איר זעהן צווישן צוויי אדער דריי מייל אין יעדן ריכטונג אפהענגיג אין ווי הויך איר זענט. אויב גייט איר ארויף אויף א הויכן בארג קענט איר זעהן פיל ווייטער. ווען איר זענט אין אן עראפלאן קענט איר זעהן ארום 220 מייל אין יעדן ריכטונג. ממילא האט נישט קיין פשט צו פרעגן ווי ווייט מזרח איז פון מערב.
די זעלבע מיטן שאלה ווי ווייט איז די הימל. די הימל איז נישט קיין סאלידע כיפה וואס נעמט ארום די ערד. די בלויע הימל וואס איר זעהט איז די לופטיגע אטמאספערע ארום די וועלט. די אטמאספערע האט נישט קיין פונקטליכע גרעניץ ווי עס ענדיגט זיך נאר עס ווערט דיננער און דיננער אלץ העכער מען גייט ארויף. ארום ניינציג פראצענט פון די אטמאספערע איז אין צען מייל פון די ערד. כמעט הונדערט פראצענט פון די אטמאספערע איז אינערהאלב 62 מייל פון די ערד און דאס איז באטראכט אלס די אנפאנג פון ספעיס לויטן אינטערנאציאנאלן קאנווענשאן. די זון איז אויך נישט אויפגעהאנגען אויפן הימל נאר איז פיל ווייטער פון די ערד (בערך 93 מיליאן מייל פון די ערד). ממילא לויט אונזער בילד פון די וועלט האט די גאנצע גמרא נישט קיין הענט און קיין פוס.

יעצט לאמיר זעהן נאך א גמרא אין חגיגה (יב.):
אדם הראשון מן הארץ עד לרקיע שנאמר למן היום אשר ברא אלהים אדם על הארץ וכיון שסרח הניח הקדוש ברוך הוא ידיו עליו ומיעטו שנאמר אחור וקדם צרתני ותשת עלי כפכה אמר רב יהודה אמר רב אדם הראשון מסוף העולם ועד סופו היה שנאמר למן היום אשר ברא אלהים אדם על הארץ ולמקצה השמים ועד קצה השמים כיון שסרח הניח הקדוש ברוך הוא ידו עליו ומיעטו שנאמר ותשת עלי כפכה אי הכי קשו קראי אהדדי אידי ואידי חד שיעורא הוא.
פון די גמרא איז אויך קלאר אז די חכמים האבן געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. וואס מיינט אז אדם הראשון איז לאנג פון איין עק פון די וועלט ביזן צווייטן. א רונדיגע וועלט האט נישט קיין עקן. וואס מיינט פון איין עק הימל ביזן אנדערן? דאס מוז מיינען אז די כפת השמים טרעפט זיך צוזאם מיט די עקן פון די וועלט אזוי ווי איר קענט זעהן פונ'ם בילד. ממילא ברענגט זיך די גמרא א ראיה פונ'ם פסוק אז אדם הראשון איז געווען אזוי לאנג ווי פון איין עק הימל ביזן צווייטן וואס דאס מיינט די זעלבע זאך ווי פון איין עק וועלט ביזן צווייטן. דא שרייבט די גמרא אויך אזוי ווי די חכמים וואס האבן געזאגט פאר אלכסנדר מוקדון אז די שטרעקע פון איין זייט וועלט ביזן צווייטן איז די זעלבע ווי פון די שטרעקע פון די ערד ביזן הימל. לויט אונזער בילד פון די וועלט האבן מיר געזעהן אז עס איז זינלאז צו פארגלייכן די צוויי שטרעקעס. אויב זאל "פון איין עק וועלט ביזן צווייטן" מיינען די קוטר פונעם וועלט (ארום 7900 מייל) דאן איז די שטרעקע פיל לענגער ווי די דיקקייט פונעם אטמאספערע (ארום 60 מייל). אויב זאל די הימל מיינען די שטרעקע פון די ערד ביזן זון (ארום 93 מיליאן מייל) דאן איז די שטרעקע פיל לענגער ווי פון איין עק וועלט ביזן צווייטן. איך מיין אז פון די צוויי גמרות איז קלאר ווי דער טאג אז די גמרא האט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך און א סאלידע כיפה נעמט ארום די וועלט און אינעווייניג די כיפה פארט ארום די זון. יעצט וועלן מיר זעהן ווי די זון גייט ביינאכט ווען זי גייט אונטער.
ווי גייט די זון ווען זי גייט אונטער?

די גמרא אין פסחים דף צד: ברענגט די פאלגענדע מחלוקת:
חכמי ישראל אומרים ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למעלה מן הרקיע וחכמי אומות העולם אומרים ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למטה מן הקרקע אמר רבי ונראין דבריהן מדברינו שביום מעינות צוננין ובלילה רותחין תניא רבי נתן אומר בימות החמה חמה מהלכת בגובה של רקיע לפיכך כל העולם כולו רותח ומעינות צוננין בימות הגשמים חמה מהלכת בשיפולי רקיע לפיכך כל העולם כולו צונן ומעינות רותחין

מיר בעאבאכטען אז די זון גייט אונטער אויף מערב און צום קומענדיגן טאג גייט זי אויף אויף מזרח. פון ווי קומט די זון אן פון מערב ביז מזרח? ווי מיר ווייסן היינט גייט די וועלט ארום די זון און נישט פארקערט אבער אפילו מיר וועלן דאס אנקוקן ווי די זון גייט ארום די וועלט, ווייסן מיר אז די זון גייט קיינמאל נישט אונטער בעצם. די זון דרייט זיך ארום די וועלט און ווען אונז קענען מער נישט זעהן די זון זאגן מיר אז עס איז נאכט. פארשטייט זיך אז ווען עס איז נאכט אין ניו יארק קען זיין טאג אין יאפאן. די חכמי ישראל אבער האלטן אז ביינאכט גייט די זון ארויס פון די כיפת השמים און גייט ארום די כיפה פון אינדרויסן. וואס קענען מיר לערנען פון דעם? קודם כל זעהן מיר אז די חכמי ישראל האבן געהאלטן אז די וועלט איז פלאך און ווען עס איז נאכט פאר אונז איז נאכט פאר אלעמען. ווייל אין פאקט ווען די זון איז פונאינדרויסן די כיפה קען זי קיינער אויף דער וועלט נישט זעהן. נאך זעהן מיר פון דא אז די הימל איז א סאלידע דאך און ווען די זון איז העכער איר קען מען איר נישט זעהן.
די שיטה פון חכמי אומות העולם איז מער ענדליך צו די מציאות. ווי מיר ווייסן האבן די גריכישע פיליזאפן געוויסט אז די וועלט איז רונדיג שוין מיט הונדערטער יארן פון פאר די צייטן פון די אמוראים. פון די ראיה וואס רבי ברענגט אבער צו די חכמי אומות העולם ווייזט אויס אז ער האט זיי פארשטאנען אז די וועלט איז פלאך אויך לויט זיי און די זון גייט ממש אונטער די ערד און אזוי ווארעמט זי אן די קוועלער.

יעצט דארפן מיר אבער פרעגן די קשיא וויאזוי גייט די זון דורך די סאלידע הימל און קומט אן אינדרויסן פון די כיפה? צו פארענטפערן די קשיא האבן די חכמים געהאלטן אז עס זענען דא פענסטערס אין הימל דורך ווי די זון גייט ארויס [עס זענען דא מערערע פענסטערס וויבאלד די זון גייט אונטער אין אן אנדערע פלאץ יעדן טאג פון יאר. אין די זומער גייט די זון אונטער פיל מער צו צפון און אין די ווינטער פיל מער צו דרום]. לאמיר זעהן עטליכע מקורות דערפאר:
ובשס"ו החמה עולה ויורד קפ"ג עולה ברוח מזרחית וקפ"ג יורד ברוח מערבית כנגד שס"ו ימות שנת החמה ובשס"ו החלונות יוצאות ונכנס במזרח צ' בקרן דרומי צ"א בקרן צפונית וחלון אחד באמצע ושמו נוגה תקופת תשרי מתחיל מחלון נוגה והולך וסובב בקרן דרומית חלון אחד עד שהוא מגיע לחלון בילגה... שנ' הולך אל דרום וסובב אל צפון הולך אל דרום בתקופ' תשרי ובתקופת טבת וסובב אל צפון בתקופת ניסן ובתקופת תמוז סובב ששה חדשים בקרן דרומית ששה חדשים בקרן צפונית ועל סבבותיו לחלון שבמזרח שב הרוח. (פרקי דרבי אליעזר פרק ה)

שלש מאות וששים וחמש חלונות ברא הקב"ה שישתמש בהן העולם. מאה ושמונים ושתים במזרח ומאה ושמונים ושתים במערב ואחד באמצעו של רקיע שממנו יצא מתחילת מעשה בראשית (ירושלמי מסכת ראש השנה דף יב:)
יעצט וועט איר שוין האבן גאר אן אנדערע כוונה ווען איר וועט זאגן ביים דאווענען "ובוקע חלוני רקיע".
אינטערעסאנט צו באמערקן איז אז די רבינו חננאל אין פסחים דף צד. איז מסביר די גאנצע קוסמולוגיה לויט די גמרא (דהיינו די כפה מיט די חלונות) און ער ענדיגט צו "ואע"פ שהחוזים בכוכבים שבזמן הזה מדברים דברים המכחישין לא משגחינן להו אלא אנו מזהרים דברי רבותינו כתקנם ולא לחוש לדברי זולתם". זעהט מען אז ער האט קלאר געלערנט אז דאס איז א מציאות'דיגע זאך נאר די חכמי התכונה זאגן אנדערש ווי די גמרא און ממילא נעמט ער אן ווי די גמרא. אבער ווי מיר ווייסן היינט איז די בילד פאלש. אזוי ווי ר' אברהם בן הרמב"ם זאגט "לא תהדר פני גדול".
די שקיעה פון רבינו תם איז אויך געבויט אויף די חלונות. די שקיעה ראשונה איז ווען די זון גייט אריין אין די פענסטער און די שקיעה שניה איז פאר די זון קומט ארויס פון די אנדערע זייט [די הימל איז זייער דיק אזוי ווי מיר וועלן שוין זעהן].
ווי דיק איז די הימל?

נישט נאר איז די הימל א סאלידע כיפה וואס נעמט ארום די ערד נאר עס האט אויך א דיקקייט. ווי דיק איז דאס? אויף דעם האבן מיר א מחלוקת צווישן די חכמים אין עטליכע פלעצער. די פאלגענדע ירושלמי (ברכות ד:) ברענגט אראפ אפאר שיטות:
דתני בשם ר' יודה עוביו של רקיע מהלך חמשים שנה ... וכשם שעוביו של רקיע מהלך חמשים שנה כך עוביה של ארץ ועוביו של תהום מהלך חמשים שנה ומה טעם היושב על חוג הארץ וכתיב וחוג שמים יתהלך וכתיב בחוקו חוג על פני תהום חוג חוג לגזירה שוה... ורבנן אמרין כשני אבות הראשונים כימי השמים על הארץ וכשם שבין הארץ לרקיע מהלך חמש מאות שנה כך בין רקיע לרקיע מהלך חמש מאות שנה ועוביו מהלך חמש מאות שנה. ומה חמית מימר עוביו של רקיע מהלך חמש מאות שנה. אמר רבי בון יהי רקיע בתוך המים יהי רקיע בתווך. רב אמר לחים היו שמים ביום הראשון ובשני קרשו רב אמר יהי רקיע יחזק הרקיע יקרש הרקיע יגלד הרקיע ימתח הרקיע אמר רבי יודה בן פזי יעשה כמין מטלית הרקיע היך מה דאת אמר וירקעו את פחי הזהב וגומר. תני בשם ר' יהושע עוביו של רקיע כשתי אצבעיים.
זעהן מיר דא אז עס זענען געווען עטליכע דעות אין די דיקקייט פון די הימל צווישן חז"ל אליין און די חילוק צווישן די צוויי מערסטע עקסטרעמע דעות איז געווען כרחוק מזרח ממערב – צווישן 2 אצבעות און 500 יאר (לויטן חשבון פון 'מהלך אדם בינוני ביום ארבעים מיל' קומט דאס אויס צו בערך 7 מיליאן מיל – א היפשע ביסל מער ווי צוויי אצבעות!). די שיטות אויף די דיקקייט פונעם הימל ווערן אראפגעברענגט אסאך מאל אין חז"ל.
נאך א זאך זעהן מיר אין די ירושלמי אז די רבנן האלטן אז די שטרעקע פון די ערד ביזן הימל איז 500 יאר. און אזוי ווי מיר האבן שוין געזעהן אז די חכמי ישראל האלטן אז די שטרעקע פון איין עק ערד ביזן צווייטן איז די זעלבע ווי די שטרעקע צווישן די ערד אין הימל קומט אויס אז די לענג פון די וועלט איז ארום 4.5 מיליאן מייל (לויט ווי אונז ווייסן איז די היקף פון די וועלט א נישטיגע 25 טויזנט מייל). לויט ווי מיר וועלן זעהן זענען דא עטליכע דעות אין דעם אויך.
יעצט וועל איך אראפברענגן נאך איין גמרא (פסחים צד.) בנוגע די דיקקייט פונעם הימל ווי די גמרא נוצט די לענג פון בין השמשות צו אויסרעכענען די דיקקייט פונעם הימל:
אמר רבא שיתא אלפי פרסי הוי עלמא וסומכא דרקיעא אלפא פרסי חדא גמרא וחדא סברא סבר לה כי הא דאמר רבה בר בר חנה אמר רבי יוחנן כמה מהלך אדם בינוני ביום עשר פרסאות מעלות השחר ועד הנץ החמה חמשה מילין משקיעת החמה עד צאת הכוכבים חמשה מילין נמצא עוביו של רקיע אחד מששה ביום... תא שמע מצרים היא ארבע מאות פרסה על ארבע מאות פרסה ומצרים אחד מששים בכוש וכוש אחד מששים בעולם ועולם אחד מששים בגן וגן אחד מששים בעדן ועדן אחד מששים בגיהנם נמצא כל העולם כולו ככיסוי קדירה לגיהנם תיובתא תא שמע דתנא דבי אליהו רבי נתן אומר כל הישוב כולו תחת כוכב אחד יושב תדע שהרי אדם נותן עינו בכוכב אחד הולך למזרח עומד כנגדו לארבע רוחות העולם עומד כנגדו מכלל דכל הישוב כולו תחת כוכב אחד יושב תיובתא תא שמע עגלה בצפון ועקרב בדרום וכל הישוב כולו אינו יושב אלא בין עגלה לעקרב וכל הישוב כולו אינו הוה אלא שעה אחת ביום שאין חמה נכנסת לישוב אלא שעה אחת ביום תדע שבחמש חמה במזרח ובשבע חמה במערב חצי שש וחצי שבע חמה עומדת בראש כל אדם תיובתא תא שמע דאמר רבן יוחנן בן זכאי מה תשובה השיבתו בת קול לאותו רשע בשעה שאמר אעלה על במתי עב אדמה לעליון יצתה בת קול ואמרה לו רשע בן רשע בן בנו של נמרוד הרשע שהמריד את כל העולם כולו עלי במלכותו כמה שנותיו של אדם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה שנאמר ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה מן הארץ עד לרקיע מהלך חמש מאות שנה ועוביו של רקיע מהלך חמש מאות שנה ובין (כל) רקיע לרקיע מהלך חמש מאות שנה וכן בין כל רקיע ורקיע אך אל שאול תורד אל ירכתי בור תיובתא

דא זאגט רבא אז די גאנצע וועלט איז נאר 6000 פרסה (ארום 15000 מייל) און דערנאך רעכנט ער אויס די דיקקייט פונעם הימל לויט ווילאנג עס נעמט פארן זון דורכצוגיין דעם הימל ביחס צו דער צייט וואס עס נעמט איר דורכצוגיין פון מזרח צו מערב. זיין חשבון ווייזט אים אז די הימל איז נאר 1000 פרסה דיק. האבן מיר נאך א שיטה אויף די דיקקייט פונעם הימל. די גמרא איז אבער נישט צופרידן מיט רבא'ס חשבונות. די גמרא ברענגט זיך ראיות פון א סעריע פון ברייתות אז די וועלט איז פול גרעסער פון 6000 פרסה. די גמרות הוכחות זענען געבויט אויף אזעלכע סייענטיפישע פאקטן ווי דעם אז "מצרים איז פיר הונדערט פרסה אויף פיר הונדערט פרסה און כוש איז זעכציג מאל אזוי גרויס [פארגעסט נישט אז מצרים אליין איז ארום 1000 מייל ביי טויזנט מייל און כוש איז זעכציג מאל גרעסער!] וכו' וכו'. די גמרא ברענגט זיך נאך מאדנע הוכחות וואס איך וועל נישט מסביר זיין דא כדי איר זאלט נישט מיד ווערן. אויב עס איז אייך אינטערעסאנט קוקט נאך די גמרא אויפן פלאץ מיט פירוש רש"י. די לעצטע הוכחה וואס די גמרא ברענגט איז פון א ברייתא וואס זאגט קלאר אז די דיקקייט פונם הימל איז 500 יאר אזוי ווי מיר האבן שוין געזעהן אין אנדערע פלעצער.
תוספות אויפן פלאץ שרייבט שוין אז די אלע גמרות קריגן זיך איינע אויפן אנדערע אזוי ווי אונז האבן מיר שוין געזעהן עטליכע סתירות. על כל פנים זעהן מיר פון דא אז אפילו לויט די גמרא'ס מאדעל פון די וועלט איז די גמרא אויך נישט געווען קלאר מיט די דעטאלן (אזוי ווי די דיקקייט פון די הימל און די גרויסקייט פון די וועלט – און מיר רעדן דא פון ריזיגע חילוקי דעות). יעצט וועל איך אראפברענגען נאך איין גמרא אין חגיגה (יב:) וואס רעדט ארום וויפיל הימלען עס זענען דא און פונקטליך אויף וואס שטייט די וועלט. איך מיין אז עס פעלט נישט אויס קיין פירושים:

תניא רבי יוסי אומר אוי להם לבריות שרואות ואינן יודעות מה רואות עומדות ואין יודעות על מה הן עומדות הארץ על מה עומדת על העמודים שנאמר המרגיז ארץ ממקומה ועמודיה יתפלצון עמודים על המים שנאמר לרוקע הארץ על המים מים על ההרים שנאמר על הרים יעמדו מים הרים ברוח שנאמר כי הנה יוצר הרים ובורא רוח רוח בסערה שנאמר רוח סערה עושה דברו סערה תלויה בזרועו של הקדוש ברוך הוא שנאמר ומתחת זרועות עולם וחכמים אומרים על שנים עשר עמודים עומדת שנאמר יצב גבולות עמים למספר בני ישראל ויש אומרים שבעה עמודים שנאמר חצבה עמודיה שבעה רבי אלעזר בן שמוע אומר על עמוד אחד וצדיק שמו שנאמר וצדיק יסוד עולם אמר רבי יהודה שני רקיעים הן שנאמר הן לה' אלהיך השמים ושמי השמים ריש לקיש אמר שבעה ואלו הן וילון רקיע שחקים זבול מעון מכון ערבות וילון אינו משמש כלום אלא נכנס שחרית ויוצא ערבית ומחדש בכל יום מעשה בראשית שנאמר הנוטה כדוק שמים וימתחם כאהל לשבת רקיע שבו חמה ולבנה כוכבים ומזלות קבועין שנאמר ויתן אותם אלהים ברקיע השמים...
פון די פריערדיגע גמרא זעהן מיר נאך א זאך. חז"ל האבן געהאלטן אז די הימל שיינט אליינס אן די זון און יעדע נאכט קומט ארויס א פארהאנג (וילון) וואס פארשטעלט די ליכטיגקייט פון די הימל (אזוי ווי רש"י לערנט פשט אין גמרא). אזוי ווי תוספות אויפן פלאץ איז מסביר מוז מען זאגן לויט דעם אז די פארהאנג איז גענוג דורכזיכטיג אז די שטערנס זאלן קענען דורכשיינען [ אזוי ווי א פארהאנג פון סחורה וואס א שטארקע ליכט קען דורכשיינען]. לויט איין דעה אין ברכות (נח:) איז א פליעדיגע שטערן (shooting star) פשוט א ערשיינונג וואס פאסירט ווען די פארהאנג צורייסט זיך אין מען זעהט דורך די שיין פון די הימל:
מאי זיקין אמר שמואל כוכבא דשביט... רב הונא בריה דרב יהושע אמר וילון הוא דמקרע דמגלגל ומחזי נהורא דרקיעא.

איך מיין אז איך האב שוין געוויזן גענוג מאמרי חז"ל אויפצוווייזן אז מען קען נישט פארשטיין די גמרא נאר אויב מען זאל אננעמען אז די גמרא האט געהאט די אלטע קוסמולוגישע בילד פון די וועלט. עס איז נישט איין מאמר וואס מען קען פארענטפערן נאר עס זענען צענדליגע מאמרים (פילע פון זיי האב איך נישט אראפגעברענגט כדי נישט צו באלעסטיגן דעם עולם) וואס זענען געקניפט און געבינדן איינע מיטן אנדערע. אויב נעמען מיר אן אז די גמרא האט אנגעקוקט די וועלט אזוי מיר ווייסן אז אסאך קולטורן אין יענע צייט האבן אנגעקוקט די וועלט דאן האבן מיר נישט קיין שום פראבלעם צו פארשטיין די מאמרי חז"ל און אלעס שטימט כמין חומר. חז"ל האבן נישט געוואוסט אונזערע היינטיגע סייענטיפישע פאקטן און זיי האבן פרובירט צו פארשטיין די וועלט און אירע תופעות לויט זייער פארשטאנד און אמאליגע וויסנשאפט פון די וועלט. צום ביישפיל די גמרא אין ברכות (נט.) פרובירט מסביר צו זיין ערדציטערנישן, דינערן און בליצן מיט אינטערעסאנטע סברות. צום ביישפיל לויט איין מאן דאמר פאסירט א דינער ווען איין וואלקן גיסט וואסער צום צווייטן. לויט א צווייטע מאן דאמר פאסירט דאס ווען א בליץ צוברעכט שטיקער אייז אין די וואלקענעס וכו' וכו'. אזוי ווי מיר זעהן אין די גמרות האט די גמרא נישט געהאט קיין אויסגעארבעטע קוסמולוגיה נאר עס זענען געווען פילע און קאלירטע סברות צו מסביר זיין די תופעות פון די וועלט.

איך וועל יעצט צו ענדיגן מיט די תופעה פון רעגן און מיט דעם וועל איך ענדיגן וועגן די קוסמולוגיה פון די גמרא און מיר וועלן גיין ווייטער צו אנדערע נושאים אין סייענס. די גמרא אין תענית ברענגט אראפ די פאלגענדע מחלוקת:
תניא רבי אליעזר אומר כל העולם כולו ממימי אוקיינוס הוא שותה שנאמר ואד יעלה מן הארץ והשקה את כל פני האדמה אמר לו רבי יהושע והלא מימי אוקיינוס מלוחין הן אמר לו ממתקין בעבים רבי יהושע אומר כל העולם כולו ממים העליונים הוא שותה שנאמר למטר השמים תשתה מים אלא מה אני מקיים ואד יעלה מן הארץ מלמד שהעננים מתגברים ועולים לרקיע ופותחין פיהן כנוד ומקבלין מי מטר שנאמר יזקו מטר לאדו ומנוקבות הן ככברה ובאות ומחשרות מים על גבי קרקע שנאמר חשרת מים עבי שחקים.
אזוי ווי מיר זעהן אין די גמרא האט ר' אליעזר געהאלטן אז די רעגן וואסער קומט פון די אוקיינוס – אזוי ווי מיר ווייסן טאקע היינט (כאטשיג אז די וואלקענעס מאכן נישט זיס די וואסער נאר די זון פערדאמפט די וואסער פון אוקיינוס צו פארע און די זאלץ בלייבט איבער אין ים. ווען עס זאמלט זיך אן אסאך פארע ווערט א וואלקן). ר' יהושע אבער האט געהאלטן אז די וואסער קומט פון די מים העליונים, די וואסער העכערן כיפת השמים . די וואלקענעס זענען נאר מקבל די וואסער פון די מים העליונים.
אזוי אויך שטייט אין מדרש רבה
הרקיע דומה לבריכה ולמעלה מן הבריכה כיפה ומחמת שהבריכה (הכיפה) מזעת טיפים עבות הן יורדין לתוך מים המלוחים ואינן מתערבין (בראשית פרשה ד פסקה ה)
כותי אחד שאל את ר"מ... ועוד שאלו א"ל אפשר (תהלים סה) פלג אלהים מלא מים מששת ימי בראשית ולא חסר כלום אתמהא א"ל הכנס ורחוץ ושקול עצמך עד שלא תכנס ומאחר שתכנס הלך כיון שיצא ושקל עצמו לא חסר כלום א"ל כל אותה הזיעה שיצאת לא ממך יצאת א"ל הן א"ל ומה אתה שאתה ב"ו לא חסר מעיינך כלום מעיינו של הקב"ה על אחת כמה וכמה הוי פלג אלהים מלא מים מששת ימי בראשית ולא חסר כלום (בראשית פרשה ד פסקה ד)
אין די לעצטע מדרש איז ר' מאיר מסביר פארן כותי אז פונקט ווי ער פארשטייט אז ער וועגט די זעלבע פארן שוויצן ווי נאכן שוויצן (הגם ער האט פארלוירן וואסער אין פארעם פון שווייס) אזוי אויך נוצן זיך די מים העליונים נישט אויס.
דא וועל איך ענדיגן מיט די קוסמולוגיה פון חז"ל. עס זענען דא נאך פילע מאמרי חז"ל וואס זענען דן אין די קוסמולוגיה פון די וועלט. צום ביישפיל פון וואס באשטייט די הימל וכו' וכו'. איך האב אייך נאר געוואלט ברענגען גענוג סחורה צו באקומען א קלארן בילד פון די קוסמולוגיה פון חז"ל און איך האף אז מיט דעם וועט איר קענען פארשטיין רוב מאמרי חז"ל וואס זענען עוסק אין די נושא.
יעצט וועלן מיר ארומרעדן פון אן אנדערע נושא, די נושא פון אביוגונזיה, דאס הייסט די געבורט פון א לעבעדיגע באשעפעניש פון אומארגאנישע מאטעריאל (ד.ה. פון נישט לעבעדיגע מאטעריאל – שימל צום ביישפיל).

המשך אין די קומענדיגע תגובה
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

ידיעות חז"ל און די מציאות

שליחה דורך תחכמוני »

המשך פון פריערדיגע תגובה

אביוגנזיה
אמאל האבן מענטשען געהאלטן אז געוויסע באשעפענישן ווערן געבוירן פון אומארגאנישע מאטעריאל. צום ביישפיל געוויסע פליגן ווערן געבוירן פון שטויב, געוויסע מייז פון ערד וכו'. די רמב"ם אין פירוש המשניות (חולין פרק ט משנה ו) שרייבט "והויות העכבר בלבד מן האדמה עד שימצא קצתו בשר וקצתו עפר וטיט, והוא ענין מפורסם מאד אין מספר לרוב המגידין לי שראו זה אע"פ שמציאות בעלי חיים כזה דבר מתמיה ולא נודעת בו טענה בשום פנים"
אין אנדערע ווערטער ער אנערקענט אז עס איז א מאדנע זאך אבער ער האלט אז עס עקזיסטירט ווייל ער האט שוין געהערט פון אזויפיל מענטשען די זעלבע זאך. ער האט אפילו אוועקגעשטעלט איינע פון די תרי"ג מצוות (מצוה קע"ז) נאר אלס א לאו נישט צו עסן שרצים וואס ווערן געבוירן פון עיפוש [עס איז דא אן עקסטערע לאו נישט צו עסן געווענליכע שרצים]. ווי מיר ווייסן היינט עקזיסטירט נישט אזא זאך. פיל פון די אמאליגע ראיות זענען געווען געבויט אויפן פאקט אז מען קען נישט זעהן די אייער פון ווי געוויסע פליגן ווערן געבוירן – היינט אבער קענען מיר זעהן די אייער מיט א מיקרוסקופ. בכלל לויט ווי מיר ווייסן היינט פון ביולוגיה איז אוממעגליך פאר אומארגאנישע מאטעריאל זיך צו מסדר זיין אוטאמאטיש אין די ביליאנען קאמפליצירטע צעלן פון א מייז אדער אפילו פון א לייז, ווער רעדט נאך פון א טאג טעגליכע געשעעניש. און אויב זאלן מיר זאגן אז דאס געשעהט יא איז נישט דא קיין שום סיבה מיר זאלן דאס נישט קענען זעהן (נאכדערצו ווי די רמב"ם שרייבט האבן דאס פילע מענטשען שוין געזעהן און היינט צוטאגס ווייסן מיר פון פיל מער סארטן באשעפענישן ווי מען האט נאר אמאל געוואוסט). סוף דבר: א לעבעדיגע באשעפעניש קען נאר געבוירן ווערן פון א צווייטע לעבעדיגע באשעפעניש זיינס א גלייכן.
יעצט וועלן מיר זעהן צוויי אינצידענטן ווי חז"ל האבן אנגענומען די פאקט פון אביוגנזיה, און דאן וועלן מיר זעהן צוויי אחרונים וואס האבן אנערקענט אז די פאקט איז נישט אמת און זאגן קלאר אז חז"ל האבן פשוט נישט געוואוסט בעסער נאר האבן זיך פארלאזט אויף די ידיעות פון יענע צייטן.

לייז
די גמרא אין מסכת שבת (קז:) ברענגט א מחלוקת אויב מען מעג הרג'נען לייז אין שבת:
דתניא רבי אליעזר אומר ההורג כינה בשבת כהורג גמל בשבת... ושניהם לא למדוה אלא מאילים רבי אליעזר סבר כאילים מה אילים שיש בהן נטילת נשמה אף כל שיש בו נטילת נשמה ורבנן סברי כאילים מה אילים דפרין ורבין אף כל דפרה ורבה אמר ליה אביי וכינה אין פרה ורבה והאמר מר יושב הקדוש ברוך הוא וזן מקרני ראמים ועד ביצי כינים מינא הוא דמיקרי ביצי כינים והתניא טפויי וביצי כינים מינא הוא דמיקרי ביצי כיני.
רש"י אין שבת דף יב. שרייבט "וכינה אינה פרה ורבה, אלא מבשר אדם היא שורצת:"
תוספות אין זעלבען פלאץ ברענגט א מחלוקת פון וועלכע כינה מען רעדט "פירש הרב יוסף מאורליינ"ש דכינה היינו שחורה הקופצת דכתיב והך את עפר הארץ והיה לכנים (שמות ח) ודרך שחורה הקופצת לצאת מן הארץ ואין נראה לר"ת... וכינה הרוחשת אינה פרה ורבה אלא באה מזיעת אדם"
ווי מיר זעהן דא איז כולי עלמא מודה אז לייז זענען נישט פרה ורבה די מחלוקת איז נאר צו מען איז חייב אויב מען הרג'עט א בעל חי וואס איז נישט פרה ורבה. אבער אונז ווייסן מיר דאך אז לייז קומען פון אייער (nits). די גמרא אבער האלט אז ביצי כינים זענען נישט אייער פון כינים נאר אן אנדערע מין וואס הייסט ביצי כינים!
להלכה נעמען אונז אן טאקע אז מען מעג הרג'נען לייז אין שבת. אין ספר פחד יצחק פון ר' יצחק לאמפרונטי (ערך צידה האסורה) שרייבט ער אזוי:
אני הצעיר הכותב, אי לאו דמסתפינא אמינא דבזמננו שחכמי התולדות הביטו וראו וידעו וכתבו דכל בעל חי יהי' מי שיהי' הוה מן הביצים, וכל זה הוכיחו בראיות ברורות, א"כ שומר נפשו ירחק מהם ולא יהרוג לא פרעוש ולא כינה ואל יכניס עצמו בספק חיוב חטאת. ובדבר הזה אמינא דאם ישמעו חכמי ישראל ראיות אוה"ע יחזרו ויודו לדבריהם, כמו בגלגל חוזר ומזל קבוע... וחכמי ישראל שחזרו והודו לחכמי אוה"ע בענין מזל קבוע וגלגל חוזר הורו באצבע דלאו כל מילי דאתמארו בגמרא מפי הקבלה הם, אלא דחכמי ישראל דברו גם הם לפעמים מפי השכל והחקירה האנושית ולא מפי הקבלה, דאל"כ למה להם להודות, היה להם להתחזק בקבלתם ולא לשוב מפני כל ראיות אוה"ע
אלזא שרייבט די פחד יצחק קלאר אז די גמרא האט נישט געוואוסט די פאקטן ווי מיר ווייסן זיי היינט. ער איז אפילו מסופק צו מען מעג הרג'נען לייז היינט אז מיר ווייסן אז זיי זענען יא פרה ורבה. למעשה נעמט ער אן אז עס איז מותר נאכדעם ווי ר' יהודה בריל פסקנ'ט אזוי ווייל ר' יהודה האט געהאלטן אז חז"ל זענען זיכער גערעכט נאר די היינטיגע חכמים ווייסן נישט גוט. על כל פנים זעהן מיר דא אז די פחד יצחק האט אויך געהאלטן אז די חכמים קענען זיך טועה זיין אזוי ווי מיר האבן שוין געברענגט כמה וכמה ראיות פון ראשונים וואס האלטן אזוי.

עכבר שחציו בשר וחציו אדמה
די משנה אין חולין (קכו:) שרייבט:
ביצת השרץ המרוקמת טהורה ניקבה כל שהוא טמא עכבר שחציו בשר וחציו אדמה הנוגע בבשר טמא באדמה טהור רבי יהודה אומר אף הנוגע באדמה שכנגד הבשר...
די גמרא ברענגט די לימודים פון ווי מיר ווייסן אז אן עכבר שחציו אדמה איז מטמא:
או אינו אלא השורץ (יכול) כל המשריץ יטמא שאין משריץ לא יטמא אוציא עכבר שחציו בשר וחציו אדמה שאין פרה ורבה ודין הוא טימא בחולדה וטימא בעכבר מה חולדה כל ששמה חולדה אף עכבר כל ששמו עכבר אביא עכבר שחציו בשר וחציו אדמה או כלך לדרך זו מה חולדה פרה ורבה אף עכבר פרה ורבה ת"ל בשרץ.
אזוי אויך שרייבט די גמרא אין סנהדרין (צא.):
אמר ליה ההוא מינא לרבי אמי אמריתו דשכבי חיי והא הוו עפרא ועפרא מי קא חיי? אמר ליה אמשול לך משל למה הדבר... ואם אי אתה מאמין צא לבקעה וראה עכבר שהיום חציו בשר וחציו אדמה למחר השריץ ונעשה כלו בשר שמא תאמר לזמן מרובה עלה להר וראה שהיום אין בו אלא חלזון אחד למחר ירדו גשמים ונתמלא כולו חלזונות.
פון די גמרות איז קלאר אז די גמרא האט פארשטאנען אז געוויסע חיות (עכבר, חלזון) ווערן נישט געבוירן פון א צווייטע לעבעדיגע באשעפעניש נאר פון ערד וכדומה. נאך מער, חז"ל בויען אפילו אויף לימודים פון פסוק צו ברענגן ראיות אויב אזא עכבר איז מטמא. ר' שמשון רפאל הירש שרייבט אין א בריוו צו ר' וועקסלער (קובץ המעין טבת תשל"ו) אזוי:
אכן מה שנראה לע"ד ההנהגה הראשית שצריך כל לומד דברי חז"ל לשית נגד עיניו הוא זה: חכמי דת האלקים ומקבלי ומוסרי ומורי תורותיו חוקיו מצותיו ומשפטיו היו חז"ל, ולא חכמי הטבע וההנדסה והתכונה והרפואה ביחוד רק כפי הצריך להם לידיעת ושמירת ועשית התורה ולא מצינו שנמסרו להם ידיעות האלה מסיני. וכמו היום הזה, כל מי שאין אחת מידיעות האלה אומנותו ביחוד... כל אחד ואחד אין לבקש ממנו להיות חוקר האמת ויודע בדרישת נפשו אלא בשדה אומנותו ביחוד...
הגע בעצמך אם למשל חכם כחכם הומבאלד (חוקר הטבע גרמני [1859 - 1769]) היה בזמנם... והיה מספר בתשובתו שנמצאו במדינה רחוקה מעבר לים דמות אדם הצומח מן הארץ, או נמצאו עכברים אשר נתהוו מעפר ועדין נראים עכברים חצים חי וחצים עודם עפר וכיוצא ונתקבלו דברים אלה בקרב העולם לאמת, הנבקש מחז"ל שלא ידברו בחכמת התורה על דברים אלה, מה משפט בריות כאלה לענין או"ה וטומאה וטהרה אם לא שמו לדרך פעמיהם ללכת למרחקים ולדרוש אם אמת שנמצא בריות כזה המפורסם בעולם? ואם כפי ראות עינינו היום דברים האלה בדויים נחשבים, וכי הקולר תלוי בחז"ל אשר בזמניהם היה זה במוסמכות אצל חכמי הטבע?....
וכל מי שקורא בב"ק (טז.) באגדה: שדרו של אדם לאחר שבע שנים נעשה נחש והני מילי דלא כרע במודים, ימלא שחוק פיהו, ובפליניוס (היסטוריון רומי [23 – 79]) נמצאו דברים כאלה מלה במלה וז"ל: אומרים ששדרו של אדם לאחר שנים קצובים נתהפך לנחש... וכן לענ"ד ברור כל דבר המתמיה כזה שנמצא בדברי חז"ל כשנחקור ונדרוש נמצא שהיה כבר מפורסם ומקובל לאמת בקרב חכמים בזמנים הללו.
דא שרייבט ר' שמשון רפאל הירש קלאר און דייטליך אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף די חכמים אין זייערע צייטן און וועגן דעם שרייבן זיי מאדנע זאכן אסאך מאל. ווען חז"ל האבן געהערט איינע פון די לעגענדעס האבן זיי געמאכט דרשות אין הלכה כדי צו וויסן וויאזוי זיך צו פירן (ווי צום ביישפיל דער עכבר שחציו אדמה) און אויך דרשות אין אגדה (ווי צום ביישפיל אז איינער וואס בוקט זיך ביי מודים ווערט זיין שדרה נישט קיין שלאנג).
אזוי ווי מיר רעדן שוין וועגן ביולוגיה לאמיר זעהן וואס די חז"ל האבן אונז צו פארציילן וועגן די ביולוגיה און אנוטומיה פון חיות. מסכת חולין איז פול מיט מכות וואס מאכן א בהמה טרפה. לאמיר באטראכטן עטליכע פון זיי. אלס הקדמה וועל איך אראפברענגן די גמרא אין חולין (נז.):
חזקיה אמר אין ריאה לעוף ורבי יוחנן אמר יש לו וישנה כעלה של וורד בין אגפים מאי אין ריאה לעוף אילימא דלית ליה כלל והא קא חזינא דאית ליה אלא דלא מיטריף ביה... והא מדאמר רבי יוחנן יש לו וישנה כעלה של וורד בין אגפיים מכלל דחזקיה סבר דלית ליה אלא אמרי במערבא משמיה דר' יוסי ברבי חנינא מדבריו של בריבי ניכר שאינו בקי בתרנגולין
חזקיה שרייבט אז הינער האבן נישט קיין לונגען. צום ערשט פרובירט די גמרא צו פארענטפערן חזקיה אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז ער האט נישט בכלל נאר אז עס ווערט נישט טרפה. למעשה פרעגט דאס די גמרא אפ און קומט צו די מסקנה אז חזקיה איז נישט געווען באקאנט מיט הינער (ער האט נישט געוואוסט אז א בעל חי מוז האבן לונגען צו אטעמען!) ווער דארף מער פון דעם אז די גמרא איז אליין מודה אז געוויסע אמוראים זענען נישט געווען באקאנט מיט די פשוט'סטע מציאות פון בעלי חיים (דאס האט אים נישט צוריקגעהאלטן פון זאגן זיין דעה).
די יד יהודה אין הלכות טריפות (פירוש הארוך סימן מ' אות ב) שרייבט אז אסאך פון די ראשונים זענען נישט געווען בקי אין בהמות און עס איז נישט קיין פחיתות הכבוד פאר זיי ווייל די גמרא שרייבט שוין אויך אויף חזקיה אז ער איז נישט געווען בקי בתרנגולין.
יעצט לאמיר זעהן וואס אונז קענען מיר זעהן פון אנאלאזירן עטליכע סוגיות.

דרוסה
די משנה אין חולין (מב.) רעכנט אויס צווישן די טריפות די דרוסה "אלו טרפות בבהמה... ודרוסת הזאב רבי יהודה אומר דרוסת הזאב בדקה ודרוסת ארי בגסה דרוסת הנץ בעוף הדק ודרוסת הגס בעוף הגס". וואס איז דאס דרוסה? רש"י איז מסביר אז דרוסה איז ווען די בהמה לייגט אריין זיין נעגל אין א בעל חי לייגט ער אריין גיפט אין די בעל חי און דאס מאכט אים פאר א טרפה. די מחלוקת אין די משנה איז נאר צו די גיפט איז גענוג שטארק צו פארברענען די געדערים פון א גרויסע בעל חי וכדומה. די גמרא אין חולין (נג.) שרייבט שפעטער:
אמר אביי נקטינן אין דרוסה אלא ביד לאפוקי רגל דלא אין דרוסה אלא בצפורן לאפוקי שן דלא אין דרוסה אלא מדעת לאפוקי שלא מדעת דלא אין דרוסה אלא מחיים לאפוקי לאחר מיתה דלא אמרי השתא שלא מדעת אמרת לא לאחר מיתה מיבעיא לא צריכא דדריס ופסקוה לידיה מהו דתימא בהדי דדריס שדי זיהריה קמ"ל בהדי דשליף שדי זיהריה
ווי מיר זעהן פון די גמרא האט די גמרא פארשטאנען אז געוויסע חיות האבן גיפט אין די נעגל פון זייער הענט און די בעל חי דארף דאס אריינלייגן אין זיין קרבן. וועגן דעם מוז עס זיין בכוונה ווייל סתם אריינשטעקן די נעגל שאדט נישט. נאך מער פון דעם אפילו די בהמה האט אריינגעשטעקט זיינע נעגל בכוונה אין אן אנדערע בעל חי און מען האט אים אפגעשניטן די פוס נאך פאר ער האט עס געקענט ארויסנעמען איז זיין קרבן נישט טרפה ווייל ער לייגט נאר אריין גיפט בשעת ער נעמט ארויס זיין פוס.
די גמרא האט גאנצע דיונים וועלכע חיות זענען דורס (ד.מ. האבן גיפט) און וועלכע נישט. די פראבלעם איז אז היינט ווייסן מיר אז קיין איינע פון די חיות האבן נישט קיין גיפט!

נירן
די משנה אין חולין (נד.) שרייבט "ואלו כשרות בבהמה... ניטלו הכליות". דהיינו אז א בהמה אן נירן קען לעבן (גענוג לאנג עס זאל שוין נישט זיין גערעכנט ווי א טרפה)!!!

דריי רארען
די גמרא אין חולין (מה:) זאגט "אמר אמימר משמיה דרב נחמן תלתא קני הוו חד פריש לליבא וחד פריש לריאה וחד פריש לכבדא". ווי רש"י איז מסביר אז די קנה הנשימה צוטיילט זיך אין דריי רארען. איין ראר גייט צום הארץ, איינס גייט צו די לונגען און איינס גייט צו די לעבער. אזוי אויך זאגט די גמרא (מח:) "ההיא מחטא דאישתכח בחתיכה דכבדא סבר מר בריה דרב יוסף למיטרפה אמר ליה רב אשי אילו אשתכח בבשרא כה"ג הוה טריף מר אלא אמר רב אשי חזינא אי קופא לבר נקובי נקיב ואתאי אי קופא לגיו סמפונא נקט ואתאי". די גמרא זאגט אויב מען טרעפט א נאדל אין די לעבער מוז נישט זיין אז עס האט דורכגעלעכערט איינע פון די אינעווייניגסטע אברים נאר עס קען זיין אז עס איז אנגעקומען אהין דורך די ראר פון די לעבער. זעהן מיר פון דא אויך אז די גמרא האט געהאלטן אז די ראר פון די לעבער איז פארבינדען מיטן לופט-ראר און ממילא ווען די בהמה שלונגט אראפ א נאדל דורך די לופט-ראר קען עס אנקומען צו די לעבער אן דורכלעכערן איינע פון די איברים. די פראבלעם מיט דעם איז אז עס פאנגט זיך נישט אן. די לופט-ראר גייט אריין נאר ביז די לונגען. די אנדערע צוויי רארען (פון די הארץ און די לעבער) זענען אדערן וואס פירן בלוט (נישט לופט) און קומען ארויס פון די הארץ און זענען בכלל נישט פארבינדען מיטן לופט-ראר.

די ימי הריון פון בעלי חי
די גמרא אין בכורות רעכנט אויס פאר עטליכע בעלי חי ווי לאנג זיי זענען טראגעדיג:
תנו רבנן תרנגולת לעשרים ואחד יום וכנגדה באילן לוז כלב לחמשים יום וכנגדו באילן תאינה חתול לחמשים ושנים יום וכנגדו באילן תות חזיר לששים יום כנגדו באילן תפוח שועל וכל מיני שרצים ששה חדשים וכנגדם באילן תבואה בהמה דקה טהורה לחמשה חדשים וכנגדן באילן גפן בהמה גסה טמאה לשנים עשר חודש וכנגדו באילן דקל טהורה לתשעה חדשים וכנגדה באילן זית הזאב והארי והדוב והנמר והברדלס והפיל והקוף והקיפוף לשלש שנים וכנגדן באילן בנות שוח אפעה לשבעים שנה וכנגדו באילן חרוב חרוב זה משעת נטיעתו עד שעת גמר פירותיו שבעים שנה וימי עיבורו שלש שנים נחש לשבע שנים ולאותו רשע לא מצינו חבר ויש אומרים מוכססים
וועגן די באקסער בוים איז דא נאך א באקאנטע גמרא (תענית כג.) אז חוני המעגל האט געטראפן א מענטש וואס פלאנצט איין א באקסער בוים האט ער אים געפרעגט ווילאנג נעמט עס ביז עס געבט ארויס פירות האט דער מענטש געזאגט זיבעציג יאר וכו'. שטייט דארט אויך אז א באקסער בוים געבט ארויס פירות נאך זיבעציג יאר.
יעצט לאמיר פארגלייכן די ימי הריון פון עטליכע חיות מיט אונזערע היינטיגע אינפארמאציע:
בעל חי ימי הריון לויט סייענס ימי הריון לויט די גמרא
האן 21 טעג ----21 טעג
הינט צווישן 56 און 72 טעג------ 50 טעג
קאץ צווישן 64 און 67 טעג ----52 טעג
שוויין ארום 114 טעג -----60 טעג
פוקס ארום 52 טעג -----6 חדשים (180 טעג)
קיה צווישן 270 און 295 טעג (ארום 9 חדשים) ------5 חדשים (150 טעג)
וואלף צווישן 62 און 75 טעג -----3 יאר
לייב ארום 110 טעג------- 3 יאר
בער צווישן 180 און 240 טעג------- 3 יאר
לעמפערט צווישן 90 און 105 טעג----- 3 יאר
עלעפאנט צווישן 600 און 660 טעג (אונטער צוויי יאר)------ 3 יאר
מאנקי אונטער 260 טעג------ 3 יאר
שלאנג אונטער א יאר----- 7 יאר

עס איז איבעריג צו זאגן אז א באקסער בוים געבט פירות אסאך פאר 70 יאר (נאך 6 יאר בערך).

בן שמונה
די גמרא אין מסכת שבת (קלה.) שרייבט אז א קינד וואס ווערט געבוירן נאך זיבן חדשים קען לעבן אבער א קינד וואס ווערט געבוירן נאך אכט חדשים קען נישט לעבן. ממילא מעג מען נישט מטלטל זיין א אזא קינד ווייל עס איז מוקצה (ער גייט ממילא שטארבן):
דתנו רבנן בן שבעה מחללין עליו את השבת ובן שמנה אין מחללין עליו את השבת ספק בן שבעה ספק בן שמונה אין מחללין עליו את השבת בן שמונה הרי הוא כאבן ואסור לטלטלו אבל אמו שוחה ומניקתו מפני הסכנה
אין מסכת יבמות קומט די גמרא אויף אז עס זענען דא צוויי וועגן ווי א קינד קען זיך ענטוויקלען. געוויסע קינדער ענטוויקלען זיך נאך ניין חדשים און געוויסע קינדער ענטוויקלען זיך נאך זיבן חדשים אבער יעדע קינד וואס ווערט געבוירן פאר זיין צייט קען נישט לעבן. ממילא אויב א קינד ווערט געבוירן ביי די אכט חדשים מיינט אז באמת וואלט ער זיך ענטוויקלט נאך ניין חדשים נאר ער איז געבוירן געווארן פאר די צייט דעריבער קען ער נישט דורכלעבן. אבער עס איז אויך מעגליך אז א קינד זאל זיך ענטוויקלען נאך זיבן חדשים און דערנאך זיך אויפהאלטן פאר נאך א חודש אין די רחם. דהיינו אפילו ער ווערט געבוירן ביי די אכט חדשים קען זיין אז ער האט זיך שוין ענטוויקלט נאך די זיבן חדשים נאר ער האט זיך אויפגעהאלטן אביסל לענגער. פון ווי ווייסט מען אויב די קינד האט זיך שוין באמת ענטוויקלט נאר ער האט זיך פארצעגערט אביסל אדער ער האט זיך נאך נישט ענטוויקלט נאר איז ארויסגעקומען פאר די צייט? גאנץ פשוט. מען קוקט אויב זיין האר און נעגל זענען שוין פערטיג דאן ווייסט מען אז ער האט זיך שוין ענטוויקלט נאך די זיבן חדשים:
מניין שתי יצירות. רבי זעירא בשם רבי הונא (בראשית יב) וייצר יצירה לשבעה ויצירה לתשעה. נוצר לז' ונולד לשמונה חיי כל שכן לתשעה. נוצר לתשעה ונולד לשמונה. אינו חיי. נוצר לתשעה ונולד {לשמנה} לשבעה איתא חמי אם לשמונה אינו חייה לא כ"ש לשבעה בעון קומי ר' אבהו מניין לבן שבעה שהוא חייה אמר לון מדידכון אנא יהב לכון זוטא אבטא. זוטא אבטא. (תלמוד ירושלמי מסכת יבמות (כד:))

ובן שמנה מי קחיי והתניא בן שמנה הרי הוא כאבן ואסור לטלטלו אבל אמו שוחה עליו ומניקתו מפני הסכנה הכא במאי עסקינן כשגמרו סימניו דתניא איזהו בן שמנה כל שלא כלו לו חדשיו רבי אומר סימנין מוכיחין עליו שערו וצפרניו שלא גמרו טעמא דלא גמרו הא גמרו אמרינן האי בר ז' הוא ואישתהויי הוא דאישתהי – אלא הא דעבד רבא תוספאה עובדא באשה שהלך בעלה למדינת הים ואישתהי עד תריסר ירחי שתא ואכשריה כמאן כרבי דאמר משתהא כיון דאיכא רבן שמעון בן גמליאל דאמר משתהי כרבים עבד דתניא רבן שמעון בן גמליאל אומר כל ששהה ל' יום באדם אינו נפל" (תלמוד בבלי יבמות (פ.))
[איך האב געלאזט די לעצטע האלב פון די גמרא ווייל דארט זאגט די גמרא אן אינטערעסאנטע זאך אז עס איז מעגליך אז א קינד זאל געבוירן ווערן נאך צוועלף חדשים!!! וועגן דעם האט רבא געכשר'ט א קינד וואס איז געבוירן געווארן צו א פרוי נאכדעם וואס איר מאן איז געווען אין די מרחקים שוין פאר צוועלף חדשים]
על כל פנים זעהן מיר אז די גמרא האט געהאלטן אז א קינד וואס ווערט געבוירן ביי די אכט חדשים קען נישט איבערלעבן משא"כ א קינד פון זיבן חדשים קען לעבן געהעריג. ווי מיר ווייסן היינט איז דאס פאלש דורכאויס. פארקערט א קינד האט מער אויסזיכטן צו לעבן ווען ער ווערט געבוירן ביי די אכט חדשים ווי ער ווערט געבוירן ביי די זיבן חדשים. לויט די היינטיגע סטאטיסיקס, נאך 27 וואכן האט א קינד מער ווי 90 פראצענט שאנסן צו איבערלעבן, נאך 30 וואכן האט די קינד מער ווי 95 פראצענט מעגליכקייט איבערצולעבן און נאך 34 וואכן האט די קינד מער ווי 98 פראצענט שאנסן איבערצולעבן. ווי איר זעהט אלס שפעטער די קינד ווערט געבוירן האט ער מער אויסזיכטן איבערצולעבן, פשוט ווייל ער איז מער ענטוויקלט.

די לעגענדע אז א קינד וואס ווערט געבוירן ביי די אכט חדשים קען נישט איבערלעבן ווערט שוין געברענגט ביי היפוקרטס [א גריכישע דאקטאר (377 – 460 לפני הספירה) און באטראכט אלס די פאטער פון די מערב'דיגע וועלט מעדעצין]. איידער די שפרינגסט און זאגסט אז נשתנו הטבעים אדער אז היינטיגע טעכנאלאגיע האט ערמעגליכט אז זיי זאלן קענען איבערלעבן (וואס פארענטפערט נאך אלץ נישט פארוואס אכט מאנאטיגע קינדער האבן בעסערע אויסזיכטן איבערצולעבן) זאלסטו וויסן אז פליניוס הזקן (רוימישע שרייבער און נאטוראליסט [23 -79]) שרייבט שוין אין זיין ענציקלאפעדיע תולדות הטבע (חלק ז' פרק ה') אזוי:
די קינדער וואס ווערן געבוירן פאר די זיבעטע מאנאט זענען נישט באקאנט איבערצולעבן... אין עגיפטען איז נישט קיין זעלטענע זאך פאר קינדער צו ווערן געבוירן אין די אכטע חודש. אין איטאליע אויך, קינדער וואס ווערן געבוירן אין די צייט לעבן פונקט אזוי לאנג ווי אנדערע טראץ די מיינונג פון די אלטע [חכמים] וואס זאגן פארקערט.
אלזא זעהט מען אז עס זענען שוין געווען מענטשן וואס האבן געלעבט סאך פריער פון די אמוראים און האבן שוין געזאגט אז די אמת איז נישט אזוי ווי עס איז אנגענומען. ווידעראום ווערט די לעגענדע דערמאנט אסאך שפעטער ווי אין די גמרא'ס צייטן (אין די ימי הבינים און שפעטער). אפילו היינטצוטאגס זענען נאך דא געוויסע באפעלקערונג אין אינדיע און אין דייטשלאנד וואס גלייבן דאס. די אמאליגע ליטעראטור איז פול פון לעגענדעס וואס מענטשען האבן פארציילט און זענען געווארן אנגענומען אלס אמת. היינט ווייסן מיר שוין בעסער פון דעם. מיר נעמען נישט אן קיין פאקט נישט קיין חילוק ווי גוט די סברא איז נאר אויב די מציאות ווייזט אויך אזוי. די זעלבע וועט איר נישט טרעפן אין קיין ענציקלאפעדיע פאקטן וואס זענען געבויט אויף מעשיות וואס מענטשען האבן פארציילט.

איך וויל דא אנמערקען אז אמאליגע צייטן פלעגן אסאך באבע מעשיות אנגענומען ווערן אלס פאקטן. היינט צוטאגס קוקן מיר דאס אן אינטערעסאנט אבער אין יענע צייטן איז דאס געווען א נארמאלע זאך. אריסטו דער גרויסער גריכישער פילאזאף שרייבט אזעלכע מאדנע פאקטן ווי "מענער האבן מער ציינער ווי פרויען". הגם ער האט נאר געברויכט עפענען זיין פרוי'ס מויל, ציילן די ציינער און זיך איבערווייזן אז עס איז פאלש. אבער דאס מאכט אים נישט פאר א טיפש. אריסטו איז געווען איינע פון די קלוגסטע מענטשען אין זיינע צייטן און האט אסאך צוגעגעבן צו פילאזאפיע, לאגיק און אנדערע חכמות. ווען מיר וואלטן געלעבט אין זיינע צייטן וואלטן מיר ווארשיינליך אויך געגלייבט די אלע מעשיות. עס איז נאר א שאד אז היינטיגע צייטן ווען מיר האבן זיך שוין אויסגעלערנט פון אונזערע טעותים זענען נאך דא מענטשען וואס ווילן צוריקגיין צו די אלטע מעטאדעס כדי צו בארעכטיגן חז"ל.
מיר האבן שוין פריער געזעהן דעם ציטוט פון די רמב"ם אז "המתמטיקה היתה לקויה באותם זמנים". יעצט וועלן מיר זעהן צוויי פעלער ווי חז"ל האבן געמאכט טעותים אין מאטעמאטיק.

פאי
ווי עס איז באקאנט איז די יחס פון די היקף פון א עיגול צו די קוטר בערך 3.14159 אדער אזוי ווי די רמב"ם שרייבט (פירוש המשניות עירובין פרק א משנה ה) בערך 3 מיט א זיבעטל. דהיינו די היקף פון אן עיגול איז אביסל מער ווי דריי מאל די לענג פון די קוטר פון די עיגול. די משנה אין עירובין אבער שרייבט אז די היקף איז 3 מאל גרעסער ווי די קוטר. אויף דעם שרייבט די גמרא (עירובין יד.) אז מען לערנט דאס ארויס פון ים של שלמה:
מנא הני מילי אמר רבי יוחנן אמר קרא ויעש את הים מוצק עשר באמה משפתו עד שפתו עגל סביב וחמש באמה קומתו וקו שלשים באמה יסב אתו סביב והא איכא שפתו אמר רב פפא שפתו שפת פרח שושן כתיב ביה דכתיב ועביו טפח ושפתו כמעשה כוס פרח שושן אלפים בת יכיל והאיכא משהו כי קא חשיב מגואי קא חשיב
אין פסוק שטייט אז די ים של שלמה איז געווען 10 אמה לאנג און א פאדים פון 30 אמה האט דאס ארומגענומען. דהיינו אז די היקף איז געווען 3 מאל אזוי לאנג ווי די קוטר. אזוי וואלט מען נאך געקענט זאגן אז דאס איז נאר א קירוב אבער די גמרא פרעגט אז ווי קען זיין אז עס איז געווען פונקט דרייסיג אמה ארום און ארום, די וואנט האט דאך געמוזט האבן עפעס א דיקקייט – אפילו א משהו – אויב אזוי וואלט די היקף געדארפט זיין מער ווי דרייסיג אמה. פון די גמרא איז קלאר אז די גמרא האט פארשטאנען אז די היקף איז פונקט דריי מאל ווי די קוטר. תוספות האט אויך אזוי פארשטאנען די גמרא און ער פרעגט אויף דעם:
והאיכא משהו - משמע שהחשבון מצומצם וכן בפ"ק דב"ב (ד' יד:) גבי שני טפחים שנשתיירו בארון ששם ספר תורה מונח שהיא בהיקפה ששה טפחים ופריך כיון דלאמצעיתו נגלל נפיש ליה משני טפחים וכן בתר הכי דמשני בספר דעזרה לתחלתו נגלל ופריך אכתי תרי בתרי היכי יתיב משמע דמצומצם לגמרי וקשיא דאין החשבון מדוקדק לפי חכמי המדות:
תוספות מערקט אן נאך א פאל ווי די גמרא נעמט אן אז די היקף פון אן עיגול איז פונקט דריי מאל די קוטר. די גמרא איז אין בבא בתרא (יד:) זאגט אז אין די ארון איז געווען איבעריגע צוויי טפחים ווי מען האט געלייגט א ספר תורה. אויף דעם פרעגט די גמרא לויט רבי וואס זאגט אז א ספר תורה דארף האבן א היקף פון זעקס טפחים קומט דאך אויס אז די קוטר איז צוויי טפחים (6/3) און ווי קען זיין אז די צוויי טפחים פון די ספר תורה זאלן אריינפאסן אין פונקט צוויי טפחים פון די ארון (די ספר תורה ברויך זיין עטוואס קלענער כדי עס זאל קענען אריינפאסן אין צוויי טפחים פלאץ). לויט ווי מיר ווייסן אבער קומט אויס אז א ספר תורה וואס האט א היקף פון זעקס טפחים וועט האבן א קוטר פון בערך 1.9 טפחים (6/3.14159), וואס דאס איז איבער גענוג פלאץ אריינצופאסן אין די ארון. תוספות האט אבער יא געוואוסט אז די חשבון איז נישט פונקטליך ממילא בלייבט ער מיט א קושיא.

די אלכסון פון א מרובע
די גמרא זאגט אין עירובין (עו:) אז ר' יוחנן האלט ווי דייני דקיסרי וואס זאגן אז די אלכסון פון א מרובע איז צוויי מאל אזוי גרויס ווי די זייט פון א מרובע. אבער דאס איז פאלש. די אלכסון פון א מרובע איז 1.414 מאל אזוי גרויס ווי די זייט פון א מרובע (נאנט צו די אנדערע דעה פון די גמרא וואס האלט אז די אלכסון איז א אמה מיט צוויי פינפטלעך גרעסער ווי די זייט). תוספות אויפן פלאץ פרעגט אז ווי קען זיין אז דייני דקיסרי האבן געמאכט אזא פונדעמענטאלע טעות:
ורבי יוחנן אמר כדייני דקיסרי כו' - דקסבר אמתא בריבועא תרי אמתא באלכסונא וליתא להך דדייני דקיסרי כדאמר בפ"ק דסוכה (דף ח:) דהא קא חזינא דלאו הכי הוא שכל האורך והרוחב לא הוי אלא תרי אמה... וקשה היאך טעו דייני דקיסרי הא קא חזינן דלאו הכי הוא וי"מ דדייני דקיסרי לא דברו אלא לענין קרקע שבתוך הריבוע והעיגול דלענין זה דבריהם אמת... אלא שהש"ס בסוכה ור' יוחנן דהכא טעו בדבריהם והיו סבורים שעל ההיקף אמרו...
תוספות שטערט דא אז ממילא ר' יוחנן האט זיך פארלאזט אויף דייני דקיסרי אבער ווי האבן דייני דקיסרי געקענט מאכן אזא שענדליכן טעות ווען מען זעהט דאך קלאר אז עס איז נישט אזוי. אויף דעם ענטפערט תוספות אז דייני דקיסרי האבן גערעדט פון אן אנדערע פאל, נאר די גמרא און ר' יוחנן האבן זיך טועה געווען און נישט פארשטאנען פון וואס זיי האבן גערעדט. אין אנדערע ווערטער תוספות שטערט נישט צו זאגן אז ר' יוחנן האט נישט געוואוסט אזא פשוט'ן מאטעמאטישן כלל אז די אלכסון פון א מרובע איז נאר איינס מיט צוויי פינפטלעך גרעסער ווי די זייט!

מיט דעם וועל איך ענדיגן דעם קונטרס. אונז האבן מיר געזעהן אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף די ידיעות פון זייער צייטן סיי אין ביולוגיה, סיי אין אנטמיה, סיי אין מעדעצין, סיי אין אסטראנאמיע און סיי אין מאטעמאטיק. אויך האבן מיר געזעהן אז פילע גאונים ראשונים און אחרונים האבן אנערקענט אין דעם און דאס אנגענומען. יעצט בלייבט דאס ביי דיר געערטער ליינער צו דורכגיין די מאמרים וואס דו האסט יעצט געליינט מיט אן אבזשעקטיוון בליק אן קיין משא פנים פאר קיינעם אזוי ווי ר' אברהם בן הרמב"ם שרייבט "לא תכיר פנים במשפט" און דערנאך וואס דו קענסט שוין ביידע צדדים זאלסטו צוקומען צו דיין אייגענע מסקנא. מיר האפן אז ניכרים דברי אמת!

איך וויל נאר צוענדיגן מיט איין נקודה. עס זענען דא פילע מענטשען וואס קענען זיך נישט ברענגען צו אננעמען די אמת אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף די ידיעות פון זייערע צייטן (הגם צענדליגער פוסקים נעמען אזוי אן) און כדי צו פארענטפערן חז"ל קומען זיי אויף מיט וואזשנע המצאות כדי צו ריינוואשן זייערע גלויבן. איך וויל דא רעדן בעיקר וועגן די תירוץ פון 'נשתנו הטבעים'. געוויסע מענטשען מיינען אז מען קען פארענטפערן אסאך פון די ראיות מיטן כלל (געבויט ספעציעל פאר די מטרה) אז געוויסע מעדיצינען וואס האבן געווירקט אמאל אדער געוויסע כללים וואס חז"ל דערמאנען זענען געווען גילטיג אין זייער צייט אבער נישט היינט – די מציאות האט זיך געטוישט. וואס איז די פראבלעם מיט די הנחה?

קודם כל, רוב פון די מענטשען אויב וועסטו זיי אנווייזן אויף מאדנע פאקטן וואס די אמאליגע שרייבער האבן געשריבן (וואס מיר ווייסן היינט אז עס איז נישט אמת) וועלן זיי עס גלייך אוועקמאכן אז זיי האבן נישט געהאט אונזערע היינטיגע ידיעות און האבן אראפגעשריבן אסאך שטותים. עס איז א ברייט באקאנטע זאך אז אמאל האט מען געשריבן פאקטן געבויט אויף מעשה'לעך וואס מענטשען האבן דערציילט. די אמאליגע שרייבער צווישן זיך שרייבן פילע זאכן וואס זענען זיך סותר איינע מיט די אנדערע. ממילא אויב ווילסטו זאגן אז דאס וואס די גמרא שרייבט איז יא אמת דארפסטו ערשט וויסן צו מען מוז אזוי האלטן, אנדערש דארפסטו צוריקפאלן אויפן אלטן כלל אז אמאליגע ידיעות זענען נישט געווען קראנט. וויבאלד עס זענען דא פילע ראשונים און אחרונים וואס זאגן אז די גמרא האט זיך פארלאזט אויף די דאמאלטסדיגע ידיעות (דהיינו עס איז נישט קיין מקובל'דיגע פאקט ביי אידן אז חז"ל האבן זיך קיינמאל נישט טועה געווען) דארף א אמת'דיגע מבקש האמת איינזעהן אז די גמרא פארלאזט זיך אויף די אמאליגע ידיעות און נישט אויפמאכן א פאקט אז געוויסע זאכן האבן זיך געטוישט אין עטליכע הונדערט יאר חוץ אויב ער האט ראיות מוכרחות וואס ווייזען אז די פאקטן האבן געמוזט זיין אמת אמאל.

צווייטנס ווי מיר האבן שוין געזעהן זענען שוין געווען אסאך ספרים נאך פאר די גמרא וואס שרייבן אנדערש ווי די גמרא און דאס וואס זיי שרייבן שטימט יא מיט די מציאות היינט, ווי צום ביישפיל די וואס שרייבן אז א אכט מאנאטיגע קינד קען יא לעבן אדער שרייבערס וואס געבן די ימי הריון פון חיות וואס שטימען יא מיט די היינטיגע מציאות. ממילא קען נישט זיין אז נשתנו הטבעים ווייל אנדערע שרייבערס וואס האבן געלעבט פאר די גמרא'ס צייטן געבן אן די מציאות אנדערש ווי די גמרא.

דריטנס צו זאגן אז נשתנו הטבעים מוז מען זאגן אסאך מאל אז די מציאות האט זיך געטוישט אזוי דראסטיש וואס דאס איז נישט מסתבר (אפילו לויט עוואלוציע). ווי צום ביישפיל צו זאגן אז אמאליגע חיות האבן פארמאגט די קאמפליצירטע כלים צו פראדוצירן גיפט און דאס ארויסגעבן דורך זייער נעגל און זיי האבן דאס מיסטעריעז פארלוירן (נישט נאר איין מין חיה נאר עטליכע מינים).

פערטנס די וואס האלטן אז חז"ל האבן רוח הקודש און האבן געוואוסט די מציאות בעסער פון אונז דאן שטעלט זיך די פראגע פארוואס האבן זיי געשריבן פאקטן ווען זיי האבן געוואוסט אז עס וועט זיך טוישן אין די עתיד. נאך מער פון דעם, פילע מאל האבן זיי געבויט הלכות לויט די "אמאליגע טבע" ווי צום ביישפיל אז א בן שמונה איז מוקצה אדער אז מים מגולים איז אסור צו טרינקען ווייל עס איז א סכנה (נאר פאר אידן און נישט פאר גוים!). און פילע פון די הלכות טוען מיר נאך עד היום הזה ווי צום ביישפיל אז עסן פלייש און פיש איז א סכנה עצומה.

און צום לעצט אויב האלט איר אזוי ווי פילע האלטן אז חז"ל האבן געוואוסט פילע פאקטן וואס מיר ווערן ערשט געוואויר היינט. דאן פארשטיי איך נישט פארוואס זיי האבן נישט געשריבן אזוי אפן און קלאר. פארוואס האבן זיי געשריבן דאס ברמיזה (וואס מיר קענען זיי נאר פארשטיין היינט נאכן אריינלערנען פשט'לעך אין די גמרא) און נישט מגלה געווען די סודות?

סוף דבר: די עקשנים וואס ווילן האלטן אז יעדע ווארט פון חז"ל איז געגעבן געווארן מסיני מוזען זיך באנוצן מיט אן אויסוואהל פון תירוצים וואס זיי פראדוצירן אליינס, יעדער תירוץ געשניטן פאר זיין פאל. אויב אבער זאלן מיר אננעמען אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף די ידיעות פון זייערע צייטן (וואס דאס איז זייער מסתבר) דאן שטימען אלע גמרות אן קיין שום דוחקים נאר פשוטו כמשמעו. איך מיין אז דער וואס לערנט אפ די גמרא אן קיין שום נייגונג וועט די אמת ארויפשווימען ווי בוימל אויפן וואסער.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

ידיעות חז"ל און די מציאות

שליחה דורך תחכמוני »

נאך א חלק פונעם PDF
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

ידיעות חז"ל און די מציאות

שליחה דורך תחכמוני »

די לעצטע חלק פונעם PDF
אנטשולדיגט פאר די טירחא - אויב ווילט איר פאראייניגען די פיר פיילס צו איין פייל, דאן לאדענט ארויף די פיילס אויפן סדר דא און דאן פאראייניגט זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תחכמוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ייש"כ, נאך נישט געליינט.
אי"ה איבער שבת.
(ארויסגעפרינט, פארשטייט זעך.)
Under influence
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ברוך הבא, הרב תחכמוני!
א ריזיגן יישר כח פאר'ן זיך נעמען די מיה צו צולייגן אזוי קלאר און באריכות דעם ענין, ערקלערט אויף א זעלטן שיינע אופן, בארייכערנדיג אונז אלע מיט אזויפיל שיינע ידיעות. איך וויל זיך שטעלן אויף איינע פון דיינע ערשטע פאראגראפן:
די ארטיקל באציעט זיך נישט צו אלע דעות אין די נושא. איך גלייב אז יעדער דא איז באקאנט מיט די טראדיציאנאלע מיינונג בנוגע די נושא און איך פרעזענטיר נאר די באווייז אזויווי די אנדערע דעות וואס האלטן אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף די ידיעות פון זייער צייטן. דאס מוז גארנישט אוועקנעמען פון חז"ל'ס גרויסקייט אדער ידיעות אין חכמת התורה וואס זיי האבן מקבל געווען מדור דור. נאר אזוי ווי היינט פארלאזן זיך אלע רבנים אויף סייענטיסטן (ווי דאקטורים וכדומה) אזוי אויך האבן זיך חז"ל פארלאזט אויף די ידיעות פון יענע צייטן וואס די ידיעות האבן זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין לעכערליך אין אפטע פעלער.

לויט ווי דו לייגסט עס אראפ, האט די סייענס מיט די תורה נישט קיין שום שייכות. די חכמים האבן נישט קיין ספעציעלע ידיעה אין סייענס מער ווי סיי וועלכער דורכשניטליכער מענטש אין זייערע צייטן, און זיי האבן גענוצט די ידיעות פון סייענס און מאטעמאטיק לויט זייער פארשטאנד כדי עס צו נוצן לגבי די תורה, אבער בעצם האבן די צוויי נישט קיין שום שייכות. זיי האבן געקענט זיין ריזיג גרויס אין תורה וואס זיי האבן מקבל געווען איש מפי איש, און לעומת זיי גארנישט מער ווי א צווייטן אין סייענס.
דער פראבלעם מיט דעם צוגאנג איז, אז חז"ל באנוצן זיך אפט מיט די דעמאלטדיגע פאלשע "סייענס" צו ערקלערן פסוקים און דערציילן פאקטישע געשעענישן. למשל, לגבי דאס וואס דו ברענגסט לגבי דעם שלאנג אז די חז"ל זאגן אז עס איז מעוברת זיבן יאר, בעת מיר ווייסן אז ס'נעמט נאר איין יאר, ברענגט דער מדרש א מעשה:
דער מדרש בראשית רבה פרשה כ' אות ד' האט געשריבן:פילוסופוס אחד בקש לידע לכמה הנחש מוליד. כיון שראה אותם מתעסקים זה עם זה, נטלן ונתנן בחבית, והיה מספיק להם מזונות עד שילדו. כיון שעלו הזקנים לרומי שאלו את רבן גמליאל. אמר ליה: לכמה הנחש מוליד? ולא יכול להשיבו, ונתכרכמו פניו. פגע בו ר' יהושע ופניו חולניות. אמר לו: למה פניך חולניות? אמר לו: שאלה אחת נשאלתי ולא יכולתי להשיבו. אמר לו: מה היא? אמר: לכמה נחש מוליד. אמר לו: לשבע שנים. אמר לו: מנא לך? אמר לו: הכלב חיה טמאה ומוליד לחמישים יום, ובהמה טמאה יולדת לי"ב חודש, וכתיב: "ארור אתה מכל הבהמה ומכל חית השדה", וכשם שהבהמה ארורה מן החיה שבעה, כך נחש ארור מהבהמה שבעה. כמפני רמשא סלק ואמר ליה. התחיל מטיח ראשו לכותל. אמר: כל מה שעמלתי שבע שנים, בא זה והושיט לי בקנה אחד.

פון דעם זעען מיר צוויי זאכן: 1) חז"ל האבן דאס ארויסגעלערנט פון א פסוק. 2) די גמרא דערציילט א פאקטישע מעשה ווי דער פילאזאף איז געבליבן אפגעפרעגט זעענדיג אז עס איז יא מעוברת פאר זיבן יאר. ארומזוכנדיג אויף די אינטערנעט האב איך געטראפן אן ענטפער אויף דעם ענין פון הרב נויגרשל:
הרב נויגרשל האט געשריבן:הרי הגמרא לא למדה את המציאות הזו מהפסוק שניתן יהיה לשאול והרי לא מצינו מציאות כזו. הגמרא במסכת בכורות מספרת כי חכם יוני ערך מחקר אמפירי זיווג נחש והפריד הנקבה מהזכר ועקב אחריה ועברו שבע שנים עד שהתעברה. מוכח שיש כזה נחש, אותם הטוענים שכיום אין נחש שכזה ולכן לועגים על דברי חז"ל אינם אלא מתמיהים, והרי ידוע לנו כי בעלי חיים רבים נכחדו, וגם מוצאים מאובנים של בעלי חיים שכיום אינם קיימים, התורה עצמה מדברת על בעלי חיים שנכחדו, דוגמת התחש שהיה במדבר או הראם שהגיע לתיבת נח והיה גדול יותר מהפילים והקרנפים וכד' אשר על כן אם אכן אין כיום נחש כזה פירוש הדבר שהלה נכחד. זאת ועוד, הרי טבעיהם של בעלי חיים רבים השתנו, וייתכן שגם טבע זה של אורך הריון הנחש השתנה.

הרב נויגרשל גיבט די טיפישע חרדי'שע תירוצים, אז נשתנה הטבעים וכדו', אויסער דעם איז ער נישט גערעכט מיט דעם אז חז"ל ברענגען נישט קיין פסוק דערויף, ווייל דער מדרש וואס איך צייכן צו ברענגט יא א פסוק. עכ"פ, ווי מיר זעען איז אונזער הרב תחכמוני נישט אינטערעסירט אין די אלע אויסריידן וואס נויגרשל גיבט, און ס'איז אים מער ניחא צו זאגן אז חז"ל האבן זיך פשוט טועה געווען לויט זייער ידיעה. יעצט דארפן מיר פארשטיין, וואס טוען מיר מיט די מעשה וואס זיי ברענגען, און מיט דעם פסוק וואס זיי דרש'נען, צו פארלירן זיי חלילה די נאמנות אויף פאקטישע געשעענישן? צו קענען מיר זאגן אז חז"ל האבן חלילה געמאכט א טעות מיט דעם דרש אויפ'ן פסוק?
אזוי זעען מיר אויך אין אומצאליגע פעלער. למשל, די גמרא (סנהדרין סג ע"ב וברש"י) דערציילט אז דער סלמנדרא ווערט באשאפן פון א פייער וואס ברענט זיבן יאר, און אז צוליב דעם איז אש נישט שולט דערויף. איך שטעל זיך פאר אז די היינטיגע סייענטיסטן ווייסן נישט פון אזא סארט חיה. וועט אונזער תחכמוני זאגן אז זיי האבן זיך פארלאזט אויף די גריכישע מיטאלאגיעס וואס דערמאנען אזא סארט חיה. אבער דא עקא, אז די גמר דערציילט דארט אז די מאמע פון חזקיה המלך האט אים באשמירט מיט דעם סלמנדרא כדי ער זאל נישט ווערן געשעדיגט פון דעם פייער אין וואס זיין טאטע אחז האט אים דורכגעפירט פאר'ן מולך. נו, צו וועלן מיר דען זאגן אז דאס איז חלילה נישט אמת? דאס איז דאך א פאקטישע געשעעניש וואס חז"ל דערציילן.
און וואס איז מיט דעם תחש וואס איז נישט צום געפינען היינטיגע צייטן? דאס איז דאך זיכער אמת, ווייל עס שטייט אין די תורה. צו מוזן מיר דען נישט צוקומען צו דעם תירוץ אז עס זענען געווען אמאל חיות וואס געפינען זיך נישט היינט צו טאגס?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

גם אני מצטרף לדברי יענקל ויאיר, ורב תודות תחכמינו על הכתבה הנפלאה, וגם אני כמותם מקווה להעיר ולהאיר בנושא המרותק הזאת.
יעצט וועל איך נאר רעגירן צו א שטיקל יאיר. וואס איז די פראבלעם מיט תחש מער ווי דעם נחש ? וואס שטייט אין די תורה וועגן תחש? די גאנצע ענין פון 'קרן אחת היה לו במצחו' איז א חז"ל. אלס תורה שבכתב אויס וואלט מען געקענט זאגן אז עס איז א באפעלא אדער א היפפאו.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יאנקל, דאס איז א באזונדערע נקודה, וואס מיר טוען היינט צו טאגס ווען מיר ווייסן, למשל, אז די לייז ווערן נישט באשאפן פון זיך אליין. (און דער תירוץ פון הרב כרמל, במחילת כבוד תורתו, איז סיי עס איז נישט מסתבר און סיי עס פארענטפערט נישט מערערע מציאות'ן וואו מיר ווייסן קלאר אז ס'איז נישט אמת וואס חז"ל זאגן אין סיי וואספארא אופן).
בנוגע דעם רשב"א לגבי דעם שטיין פון עוג מלך הבשן, איז דאס אפשר נישט אזא גוטע צושטעל, ווייל דאס איז מעגליך א היפאטעטישע שאלה, כידוע מכמה מקומות בש"ס. דאס גייט אויך אריין אין דעם נידון וואו מען קען זאגן אז חז"ל האבן געמיינט א משל און וואו נישט, למשל די אגדות דרבב"ח וועט תחכמוני, דוכט זיך, מודה זיין אז ס'איז נישט כפשוטם, דארפן מיר וויסן ביז ווי ווייט מען קען דאס אויסנוצן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:גם אני מצטרף לדברי יענקל ויאיר, ורב תודות תחכמינו על הכתבה הנפלאה, וגם אני כמותם מקווה להעיר ולהאיר בנושא המרותק הזאת.
יעצט וועל איך נאר רעגירן צו א שטיקל יאיר. וואס איז די פראבלעם מיט תחש מער ווי דעם נחש ? וואס שטייט אין די תורה וועגן תחש? די גאנצע ענין פון 'קרן אחת היה לו במצחו' איז א חז"ל. אלס תורה שבכתב אויס וואלט מען געקענט זאגן אז עס איז א באפעלא אדער א היפפאו.

תחכמוני וויל אונז דאך נישט מאכן פאר צדוקים, ער טענה'ט נאר אז דארט וואו חז"ל האבן געשטעלט זייערע ידיעות ע"פ די דעמאלטדיגע סייענס מוז עס נישט זיין ריכטיג. אויף דעם איז מיין שאלה, די חכמים זאגן דאך אז דער תחש איז נגנז געווארן, מיינט דאס אז ס'איז געווען אזא חיה און ס'איז פארשווינדן געווארן, נו, אפשר די חז"ל האבן אויך געקאנט באשאפן סאלאמענדערס פון פייער? אז זיי האבן געקענט מחיה מתים זיין און באשאפן גולמים, איז דאך א קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז זיי האבן געקענט באשאפן די אלע מאדנע ברואים. אדער אפשר איז עס סתם געווען בנמצא און ס'איז נגנז געווארן, ווער ווייסט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

יאשערקויעח תחכמוני פאר אזוין העכסט באלערנדע ארטיקל, ס'ממש במים קרים על נפש עייפה...

יאיר האט געשריבן:אזוי זעען מיר אויך אין אומצאליגע פעלער. למשל, די גמרא (סנהדרין סג ע"ב וברש"י) דערציילט אז דער סלמנדרא ווערט באשאפן פון א פייער וואס ברענט זיבן יאר, און אז צוליב דעם איז אש נישט שולט דערויף. איך שטעל זיך פאר אז די היינטיגע סייענטיסטן ווייסן נישט פון אזא סארט חיה. וועט אונזער תחכמוני זאגן אז זיי האבן זיך פארלאזט אויף די גריכישע מיטאלאגיעס וואס דערמאנען אזא סארט חיה. אבער דא עקא, אז די גמר דערציילט דארט אז די מאמע פון חזקיה המלך האט אים באשמירט מיט דעם סלמנדרא כדי ער זאל נישט ווערן געשעדיגט פון דעם פייער אין וואס זיין טאטע אחז האט אים דורכגעפירט פאר'ן מולך. נו, צו וועלן מיר דען זאגן אז דאס איז חלילה נישט אמת? דאס איז דאך א פאקטישע געשעעניש וואס חז"ל דערציילן.
און וואס איז מיט דעם תחש וואס איז נישט צום געפינען היינטיגע צייטן? דאס איז דאך זיכער אמת, ווייל עס שטייט אין די תורה. צו מוזן מיר דען נישט צוקומען צו דעם תירוץ אז עס זענען געווען אמאל חיות וואס געפינען זיך נישט היינט צו טאגס?


דער סלמנדרא איז ברייט באקאנט בימינו אלה. ס'רופט זיך "פייער סאלאמאנדער" און ס'דא א שיינע סיבה פאר די לעגענדע פון "אין האש שולט בו". דער פייער סאלאמאנדער לעבט אין לעכערלעך אין פייכטע העלצער, און ווען די יוראפעישע באנוצער פלעגן אריין שליידערן די האלץ אין פייער פלעגן זיי אבזערווירן די סאלאמאנדערס ארויסלויפן פון די פייער...

זע דא:
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Fire_sal ... #section_2
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

איך וויל נאר פארשטיין די לאגיק פון די אויפגעקלערטע חרדי, אז מ'קען עקסעפטען אז חכמינו ז"ל ווי יעדער מענטשעלע האבן עבסארבד אלע מעשהלעך, לעגענדעס און סייענס פון די צייט, וויאזוי קענסטו נעמען זייער אטארעטי? אז ער האט נישט גיין רוח פון הייליקייט וואס רעדט צו אים נאר ער באמבעלט נאך הוידעל בוידעל, פארוואס דארף איך נזהר זיין און זייערע הלכות וואס איז תלוי און מציאות, אדער סתם זייערע לימודים און פסוק?

צו מיר חרדיזים גייט סינאנעמעס מיט זיין אפעלעשזעדיקט. און ווי די דערמאנסט שוין איז די צייטען אין מציאות און די שיעורים און די שכל.. טוישען זיך די גרינגסטע וועג ארויס פון אלע קשיות. האק קאפ אין וואנט.

סאיז די גרעסטע אקסי מאראן צוזאגען, קוק דוד המלך איז געקראכען אויף א גרויסע ראם מילא מיז זיין אז נשתנה המציאות.. חכם די, יענע מעשה איז נישט מער "געשריבען אין שטיין" ווי די זין און גבעון. הא גופא, דאס איז דאך די שאלה.

מקען מאכן דערפון א לענגס און א ברייטס, און אפשר איין טאג אי"ה וועל איך זיך קאלעקטען מיינע מחשבות און ארויס געבען א דאקטעראט אויף די מקצועה.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

@יאיר, ס'האט מיר אויסגעזהן פון דיינע ווערטער אז דו האסט א גרעסערע פראבלעם מיטן תחש ווי מיטן נחש און די סלמנדריא "ווייל תחש שטייט אין די תורה", האב איך געוואלט וויסן וואס דו זעהסט דארט מער ווי ביים נחש.
@ דבלה, אבער ס'געדויערט נישט קיין זיבן יאר זיי זאלן אנטלויפן פינעם פייער.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מיין פראבלעם מיט תחש איז אז מען קען נישט זאגן עס האט קיינמאל נישט עקזיסטירט ווייל מען האט עס דאך גענוצט אין די תורה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וואס עפעס א זשיראף, ווייל ס'איז קאלירפול? אויב גלייבט ער נישט אין לפי שעה היתה פארוואס גלייבט ער אין גוונין שלה?
האדם לא נברא אלא להתענג
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך תחכמוני »

א גוטן יאיר. איך פריי זיך אז די האסט הנאה געהאט פון די ארטיקל און איך וועל פרובירן צו אויפקלארן די מיספארשטענדינישן.

דאס זענען די פונקטליכע ווערטער וואס איך האב געשריבן "דאס מוז גארנישט אוועקנעמען פון חז"ל'ס גרויסקייט אדער ידיעות אין חכמת התורה וואס זיי האבן מקבל געווען מדור דור". איך האב סך הכל געשריבן אז עס איז נישטא קיין דירעקטע באציהונג מיט די בקיאות אין תורה און בקיאות אין סייענס. פונקט אזוי ווי די פארשטייסט היינט אז רובא דרובא פון אונזערע גדולים ווייסען נישט די גרונדן פון די וועלטליכע חכמות און פילע פון די ראשונים און אחרונים האבן אויך נישט געהאט קיין אחיזה אין דעם, פונדעסטוועגן מאכט עס זיי נישט די מינדעסטע חילוק מיט באציהונג צו תורה. עס זענען דא גדולים וואס האבן א ריזיגע ידיעה אין די תורה'דיגע ליטעראטור און זיי האבן אויך די טיפקייט צו פארשטיין א גרונטליך א סברא און ממילא וועגן דעם נעמען מיר אן זייערע פסקים אין הלכה הגם זיי ווייסען נישט קיין סאך פון די חכמות אינדרויסן פון זייער ד' אמות של הלכה. די זעלבע איז מיט חז"ל. עס איז היינט ליידער אנגענומען געווארן אז חז"ל האבן געוואוסט אלע חכמות וואס וועלן נאר אויסגעטראפן ווערן אין די קומענדיגע יארן. דאס מאכט די פאלשע דיקאטאמיע אז אדער האבן זיי אלעס געוואוסט אדער גארנישט. דאס האב איך ארויסגעברענגט אז עס איז נישט מוכרח. מיר שאצן נישט די ערך פון א גדול לויט וויפיל סייענס ער קען פונקט אזוי ווי מיר שאצן נישט די ערך פון א היסטאריען לויט וויפיל אסטראנאמיע עק קען (אויב קען ער מער חכמות איז דאס א באנאס)

נאך א זאך האב איך ארויסגעברענגט אז וויבאלד מיר לעבן היינט אין אזא סייענטפישע דור ווי אלעס איז געבויט אויף אבזערוואציעס און עקספערימענטן קוקן מיר אן די קדמונים וואס האבן אנגענומען יעדע מעשה'לע ווי טפשים. אויף דעם האב איך ארויסגעברענגט אז דאס זעהט אונז נאר אויס אזוי ווען מיר פרובירן צו ארויפלייגן אונזערע היינטיגע וועלט-בליק למפרע אויף חז"ל. די פאקט איז אז די גרעסטע חכמים אין יענע צייטן האבן געשריבן מאדנע זאכן. דאס אז אריסטו האט געשריבן מאדנע זאכן מאכט אים נישט אויס חכם און מיר וועלן נישט זאגן וועגן דעם אז די גאנצע חכמה פון לאגיק איז אפגעפרעגט. אין פאקט איז אונזער לאגיק געבויט אויף די לאגיק וואס אריסטו האט אראפגעשטעלט. פארשטייט זיך אז איך האב מיט דעם נישט אויפגעוויזן אז חז"ל זענען יא געווען קלוג אדער אז אין הלכה רעדן זיי יא צום זאך איך האב נאר געזאגט אז איינס איז נישט געבינדן מיטן צווייטן - דאס וואס זיי קענען נישט סייענס מוז זיי נישט מאכן פאר קיין טפשים און מוז נישט אוטאמאטיש אוועקמאכן די קבלה פון חז"ל בנוגע תורה. צו וויסן אויב תורה שבעל פה איז יא מקובל אדער איז געשריבן גאווארן לויט די אייגענע דעת פון חז"ל דארף מען דן זיין אין די הלכה'דיגע נושאים און צוקומען צו א מסקנא. איך האב נאר נישט גערעדט אין מיין ארטיקל פון די נקודה.

וואס איך האב אבער נישט געזאגט איז אז דאס וואס חז"ל האבן נישט געוואוסט די מציאות האט נישט קיין השלכות אויף היינט. פארקערט דאס מאכט גרויסע פראבלעמען. אונזערע דעת איז א מתנה פון הימל אבער ווען מיר פאנגען דאס אן צו נוצן ברענגט דאס אסאך שוועריגקייטן. אזוי ווי קהלת זאגט "יוסיף דעת יוסיף מכאוב". די וואס האבן שוין גענוצט די דעת ווייסן אז ווען מען קומט צו צו איין החלטה מאכט דאס א טשעין ריעקשאן - נאך די ערשטע החלטה מוז מען צוקומען צו א צווייטע מסקנא און פון דארט זעהט מען אז מען מוז אננעמען א דריטע ענדערונג אין מחשבה און אזוי ווייטער - ביז ווען מען קומט ארויס בפחי נפש טראכט מען אינגאנצן אנדערש ווי פון אנפאנג, און פארשטייט זיך אז עס נעמט צייט זיך צוגעוואוינען צום מציאות. וואס איך האלט אבער נישט איז פון די וואס שטעלן פאר זיך אראפ א שרירות'דיגע ליניע מבחינת עד פה תבא ולא תוסיף. ביז דא מעגסטו טראכטן אבער פון דא אין ווייטער הער אויף צו טראכטן. איינער וואס נוצט באמת די מוח ווייסט אז עס איז נישטא קיין שום סיבה צו זיך אפשטעלן ביי קיין שום פלאץ און אריינשטעקן די קאפ ווי א בת היענה אין זאמד (נאר לשם מליצה נישט לשם פאקט - בת היענה'ס באגראבן נישט די קאפ אין זאמד). ממילא ביזטו גערעכט אז מען דארף טראכטן ווייטער - יעצט אז מיר ווייסן שוין אז חז"ל האבן געהאט א פאלשע בילד פון די מציאות וואס וועט זיין בנוגע די הלכה?

פון די פילע פראבלעמען וואס שווימען ארויף איז ווי זאל מען ציען די ליניע בנוגע די הלכה. מים מגולים פסקנ'ט מען אז עס איז מותר (מחבר יו"ד קטז) פארקערט ווי די גמרא. לייז חוץ פון די פחד יצחק וואס איז מסתפק נעמט מען אן אז עס איז מותר צו הרג'נען אין איינקלאנג מיט די גמרא. בן שמונה איז נישט מוקצה פארקערט ווי די גמרא אבער פיש און פלייש איז אסור ווייל עס איז א סכנה! אזוי ווי די גמרא זאגט. ווי מען קען זען שאפט דאס גרויסע פראבלעמען צו די האלטסט אז חכמים האבן יא געקענט סייענס אדער נישט - די מציאות היינט איז אנדערשט. און פארשטייט זיך עס זענען דא נאך פראבלעמען און די אלע זאכן דארפן באהאנדלט ווערן פאר זיך און נישט אין אפאר שורות דא.

די האסט אבער גענומען מיינע ווערטער אויף א שטאפל ווייטער און פארשטאנען אז אגדות און דרשות חז"ל מוזן זיין אמת. אויף דעם דינג איך זיך און איך וועל אפשר שרייבן א גאנצע ארטיקל אויף דעם אליין. אבער קוק אן צום ביישפיל די גמרא אין שבת נו. "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה" און די גמרא שרייבט אז עס איז געווען א גט וכו' . פון די גמרא זעהט אויס אז דאס איז א פאקט אבער די אברבנאל שרייבט אין שמואל אז דוד האט יא געזינדיגט און תשובה געטוהן און ער ברענגט נאך א ראיה פון די גמרא אז רבי האט פארענטפערט דוד המלך וויבאלד ער האט געשטאמט פון אים. און אזוי זענען דא נאך צענדליגע מאמרים פון מפרשים אז אגדות חז"ל זענען נישט קיין מציאות בהכרח נאר מען קען זיך דינגען דערויף. הגע בעצמך חז"ל לערנען פילע מאל אריין פשט אין מעשיות וואס ווערן דערמאנט אין פסוק וואס פארדרייט די גאנצע פשוט פשט אבער דאס האלט נישט צוריק פאר מפרשים צו מסביר זיין די פסוקים על פי הפשט, כאטשיג אז די וועסט מוזן מודה זיין אז נאר איין מעשה האט פאסירט. אבער אין כאן מקומו. איך האב נאר אויפגעוויזן אז חז"ל האבן געלערנט די מציאות לויט די אמאליגע ידיעות. אויב די עולם שטימט איין אויף דעם קען מען קלערן ווייטער..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום תחכמוני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יאיר, חז''ל האבן דרשות אויף היסטארישע געשענישן.
פונקט ווי זיי זאגן וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען, פארשטייסטו אז דאס זענען השערות.
איינע פון די ראשונם זאגן אז חז''ל האבן געמאכט אגדות צי מאכן די תורה אינטערסאנט פארן המון. דאס זעלבע גייט אויף היסטארישע איווענטס.

דאס וואס געוויסע טיילען אפ אגדתא פון הלכה באדערט מיר יא,
איך געדענק א גמ' ווי מעלרענט קלאר ארויס אן הלכה פון א רבב''ח גמ'.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

וואס איז אנדערש תחש פון תכלת? אויף די חלזון זאגט אויך די גמרא אז לפי שעה היתה. פונקט ווי ביי תכלת איז דא א תירוץ אויף די מדרש איז אויך דא ביי תחש.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תחכמוני, ביי דיין לעצטע תגובה האסטו מיר פארלוירן.
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך תחכמוני »

ממי_שאמרו האט געשריבן:תחכמוני, ביי דיין לעצטע תגובה האסטו מיר פארלוירן.

ווי אויפן וועג?
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נשתנתה המציאות איז למעשה א פאקט, אפשר איז נישט רעאליסטיש דאס אנצונעמען איבעראל, אבער למשל אין יו"ד ח"ב טרעפט מען קלאר זאכן וואס איז אמאל געווען אנגענומען אלץ רוב וכו' און היינט איז די מציאות קלאר אנדערש, איך מיין אז מען קען טרעפן אזעלעכע שינויים אפילו אין שו"ת ספרים פון בלויז הונדערט יאר צוריק.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

ריכטיג האט געשריבן:נשתנתה המציאות איז למעשה א פאקט, אפשר איז נישט רעאליסטיש דאס אנצונעמען איבעראל, אבער למשל אין יו"ד ח"ב טרעפט מען קלאר זאכן וואס איז אמאל געווען אנגענומען אלץ רוב וכו' און היינט איז די מציאות קלאר אנדערש, איך מיין אז מען קען טרעפן אזעלעכע שינויים אפילו אין שו"ת ספרים פון בלויז הונדערט יאר צוריק.

ווער זאגט "נשתנתה המציאות" אפשר גאר "לא ידעו המציאות"?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איך וויל פארשטיין לויט די וואס האלטן (מהרל מפראג) אז חז''ל האבן געוויסט סיענס פון הימעל און האבן געוויסט אלעס וואס מיר ווייסען היינט. זענען זיי נישט מודה אז למעשה האבן זיי גרעדט לויט ווי די וויסנשאפטלער האבו דעלמאטס געוויסט?
האלטן זיי אז חז''ל האבן מגלה וועגן סייענס פון היינט און געפסקנט לויט דעם? לכוארה זענען זיי מודה אז חז''ל האבן נישט מגלה די סודות וואס מ'האט נאך נישט געוויסט.
אפי' אויף תורה שבכתב איז דא אסאך וואס זאגן אז דער אייבשטער האט גערעדט לויט ווי די מענטשען האבן דעלמאטס פארשטאנן סייענס. אפי' די מציאות איז אנדערש.
איז דאך נישט קיין חיליק אויף למעשה. און סמאכט נישט סענס
מדחק זיין מאמרי חז''ל אז סזאל שטימען מיט היינטיגע סייענס.
בלייבט עס נאר א טיארעטשע שאלה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:נשתנתה המציאות איז למעשה א פאקט, אפשר איז נישט רעאליסטיש דאס אנצונעמען איבעראל, אבער למשל אין יו"ד ח"ב טרעפט מען קלאר זאכן וואס איז אמאל געווען אנגענומען אלץ רוב וכו' און היינט איז די מציאות קלאר אנדערש, איך מיין אז מען קען טרעפן אזעלעכע שינויים אפילו אין שו"ת ספרים פון בלויז הונדערט יאר צוריק.

ווער זאגט "נשתנתה המציאות" אפשר גאר "לא ידעו המציאות"?

זייער נישט מסתבר, אפשר אין די ליטא פרעגט מען נישט אזויפיל שאלות אין די זאכן אבער אין אונגארן יא, אין די ערשטע דריי חדשים נישט צו זיין בחזקת מסולקת, משא"כ לאחר המעשה צו זיין בחזקת מסולקת פאר פיר און צוואנציג חדשים, א זאך וואס איז מעשים בכל יום, ווילסטו מיר זאגן אז לא ידעו המציאות?
פארשפארט