די קנאים'ס בליק אויפן נייעם קאליציע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

שימעלע, איר ווייסט אפשר די סיבה פארוואס מ'איז געגאנגן אויף בחירות יעצט אויב נישט צוליב גיוס בני הישיבות? טא וואס מאכט א פרומער כח אויס? ביי די פאריגע קאאליציע איז דאך שוין געווען א פרומע כח און אויפגעטון האט מען גארנישט.

*

וואלפה, די קנאים'ס מיינונג אויף די קאאליציע איז אפשר שווער צו פארשטיין, נעם אבער זיי מוחל אין די האנט אריין א המודיע צי א המבשר און קוק די אגודיסטישע שיטה... ממש הפלא ופלא ווי מ'באשמוצט און מ'באזידעלט דעם ממשלת זדון, און מ'באוויינט דעם ממשלת שמד אזש אין דער איד איז נישטא אזאנע שארפע ארטיקלען קעגן די ממשלה ווי דארט איז דא.
און לאמיר נישט פארגעסן, דא איז נישט געווען אז די חרדים האבן געזאגט אז היות ס'איז א ממשלת שמד וואס וויל מאכן גזירות אויף גיוס, וועלן מיר אין די ממשלה נישט אריינטרעטן. דא רעדט זיך אז לפיד האט געמאכט א גוט שטיקל און זיי מחרים געווען פון די ממשלה, און אויף דעם איז דער געוויין.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

@מיין מיינונג, איך האב הנאה אז די זאגסט אז מהאט גארנישט אויפגעטאן, ווען אין די זעלבע פערעגרעף זאגסטי אז ווילאנג די חרדים זענען געווען אין די קאאליציע האבען זיי נישט געקענט איינפירען קיין גיוס, אזש די קאאליציע האט געמיסט ציפאלען זיי זאלאן קענען אנהייבען ארבייטען אויף דעם.

און דאס וואס די המודיע און המבשר שרייבען איז אזוי ווי די ריפאפליקענס שעלטען ווען אבאמע ווערט פרעזידענט און vice versa, סהאט (כמעט) נישט מיט קנאות.
פארשפארט