אידיש וויקיפעדיע דערגרייכט 10,000 ארטיקלן!
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

דער וועלטס גרעסטער און מערסט-באנוצטער אנציקלאפעדיע, "וויקיפעדיע", האט היינט דערגרייכט א סך הכל פון צען טויזנט ארטיקלן אין אידיש. דער צען טויזענטסטער ארטיקל איז איבער דער 'פילם' "הצלה - 2012" וועלכע איז געשריבן געווארן דורכן באניצער "ששון" (הלא הוא מנשה לוסטיג). די 999'סטע ארטיקל איז אויך געשריבן געווארן דורך מנשה און איז איבער זיין בוך "זאל זיין געלעבט". עס איז קאמיש אז ביים צען טויזענטסטער ארטיקל ליידט נאך אלץ דער וויקיפעדיע פון די זעלבע פראבלעם וואס עס האט געליטן פונעם ערשטן טאג, נעמליך אז עס איז נישטא קיין געהעריגער איבערזיכט, און אנדערש ווי די ענגלישע וויקיפעדיע ווי אביעקטיוויטעט איז איינע פון די וויכסטיגסטע חלקים פון אן ארטיקל, איז אין די אידישע וויקיפעדיע כמעט נישט פארהאן דער מושג. (קוקט נאר וויפיל סופערלאטיוון די ארטיקל אויף "זאל זיין געלעבט" פארמאגט).
אבער כאטש די אלע קריטיק איז די אידישע וויקיפעדיע גאנץ ווארשיינליך די גרעסטע אידיש אנציקלאפעדיע אין די היסטאריע. וויקיפעדיע איז געגרינדעט געווארן אין יאנואר 15, 2001 אין ענגליש. אין א קורצע צייט האט די סייט אנגעהויבן וואקסן און יערן און קוים 3 און א האלב יאר שפעטער, אין מארץ 13, 2004, כ' אדר תשס"א איז געגרינדעט געווארן די אידישע אפטיילונג פון וויקיפעדיע. אין נאוועמעבער 28 פון יענעם יאר איז דער ערשטער ארטיקל געשריבן געווארן.
לויט וויקימעדיע סטאטיסטיקס האט די אידישע וויקיפעדיע אן עווערעדזש פון 1,100 פעידזש וויוס פער שעה, און 792,192 פעידזש וויוס פער חודש. אין קאנטראסט, קאווע שטיבל האט אן עווערעדזש פון בערך 1000 באזוכער א טאג. (מ'דארף נעמען אין אכט אז באזוכער איז בכלל נישט גלייך צו פעידזש וויוס, וויבאלד איין באזוכער באזוכט געווענליך מער ווי איין פעידזש, אבער דאס איז די איינציגסטע סטאטיסטיק וואס קאווע שטיבל שטעלט ארויס).
למעשה, איז די אידישע וויקיפעדיע גאנץ קליין אין פארגלייך צו אנדערע שפראכן. ווען מען שטעלט אויס אלע שפראכן אין וועלכע ס'דא וויקיפעדיע, איז אידיש די 118'טע. אין פארגלייך, ענגליש מיט איבער 4 מיליאן ארטיקל איז אויף די ערשטע פלאץ, און עברית מיט איבער 143 טויזענט ארטיקלען איז אויף די 37'סטע פלאץ. די קלענסטע אקטיווע וויקיפעדיע איז אין די קאושא שפראך, און פארמאגט קוים 145 ארטיקלן איז אויף די 275'סטע פלאץ.
אין אן ארטיקל אין אידישען פארווערטס פון אקטאבער 27, 2006 שרייבט דר. שלום בערגער איבערן אידישן וויקיפעדיע. לויט דר. בערגער, איז דער ערשטער ארטיקל אין אידיש וויקיפעדיע געווען אויף צעטיל קטן. בערגער'ס ארטיקל איז געשריבן געווארן אין 2006. לויט ווי ער שרייבט אין זיין ארטיקל, איז דער ערך אויף צעטיל קטן באשטאנען פון דעם פאלגענדעם זאץ: "צעטיל קטן איז אן אויפפירינגס צעטל געשריבן געווארען דורך ר' אלימלך פון ליזענסק." עס איז איז שוין באלד 7 יאר נאך בערגער האט געשריבן זיין ארטיקל און 9 יאר זייט אידיש וויקיפעדיע שטייט, און דער בלאט באשטייט נאך אלץ פון די זעלבע 13 ווערטער. עס איז אינטערעסאנט וויאזוי אזויפיל פרטים איבער דעם וויקיפעדיע וואס בערגער שרייבט זענען שוין נישט נוגע, אבער וויאזוי דאס כלליות'דיגע אפשאצונג פון בערגער איז נאך אלץ גילטיג.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
איך האב זיך אמאל איינגעשריבן און געוואלט אנהייבן שרייבן אויף וויקיפידיע. אבער לויט ווי איך פארשטיי דארף מען קענען באשטעטיגן די אינפארמאציע דורך א 3רד פארטי רעפרענס, וואס אין אידיש איז דאס געווענליך אוממעגליך וויבאלד דער איד, דער בלאט, וכו', האבן נישט קיין אייגענע וועבזייטלעך.
די גראמאטיק איז געפערליך, אדער יידישיסטיש, אדער נח מיט 7 גרייזן געשריבן דורך אן אמאטעור (amateur).

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך האב זיך אמאל איינגעשריבן און געוואלט אנהייבן שרייבן אויף וויקיפידיע. אבער לויט ווי איך פארשטיי דארף מען קענען באשטעטיגן די אינפארמאציע דורך א 3רד פארטי רעפרענס, וואס אין אידיש איז דאס געווענליך אוממעגליך וויבאלד דער איד, דער בלאט, וכו', האבן נישט קיין אייגענע וועבזייטלעך.
די גראמאטיק איז געפערליך, אדער יידישיסטיש, אדער נח מיט 7 גרייזן געשריבן דורך אן אמאטעור (amateur).
קודם כל איז אין אידיש וויקיפעדיע דא הונדערטער ארטיקלן וועלכע האבן נישט קיין רעפערענצן, ווער רעדט נאך פון טוירד פארטי. אבער דאס איז זיכער נישט אמת אז מ'דארף א רעפערענץ דוקא פון א אידיש'ן מקור. די מקור קען זיין אין סיי וועלכן שפראך. אזוי אויך מוז עס בכלל נישט זיין קיין אנליין מקור, עס קען זיין א בוך צו א צייטונג צו סיי וואס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
איין זאך וואס פעלט אבער זייער שטארק דא, איז סידור הדברים. דא איז להבדיל אלף אלפי הבדלות, ווי גמרא. אהן א סדר, און אפי' בתוך איין סוגיא ווערט פלוצים אריינגעווארפען גאנץ א צווייטע ענין און דערנאך א דריטע. משא"כ וויקיפידיע איז להבדיל וכו' ווי א רמב"ם. מסודר לויט ערכים. פארשטייט זיך אז די שקלא וטריא איז גאר גאר וויכטיג אזוי ווי איך האב יעצט געשריבען דא. אבער מען דארף אויך האבען סדר.קופערניקוס האט געשריבן:יא, אמת קאווע שטיבל איז פיל פיל רייכער. ווען יידל וחבריו וואלטן געווען געטריי פאר וויקי, אזוי ווי פארן שטיבל וואלט די אידישע וויקי געווען פון די קנאקעדיגסטע שפראכן אין וויקעפעדיע.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
יידל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך האב זיך אמאל איינגעשריבן און געוואלט אנהייבן שרייבן אויף וויקיפידיע. אבער לויט ווי איך פארשטיי דארף מען קענען באשטעטיגן די אינפארמאציע דורך א 3רד פארטי רעפרענס, וואס אין אידיש איז דאס געווענליך אוממעגליך וויבאלד דער איד, דער בלאט, וכו', האבן נישט קיין אייגענע וועבזייטלעך.
די גראמאטיק איז געפערליך, אדער יידישיסטיש, אדער נח מיט 7 גרייזן געשריבן דורך אן אמאטעור (amateur).
קודם כל איז אין אידיש וויקיפעדיע דא הונדערטער ארטיקלן וועלכע האבן נישט קיין רעפערענצן, ווער רעדט נאך פון טוירד פארטי. אבער דאס איז זיכער נישט אמת אז מ'דארף א רעפערענץ דוקא פון א אידיש'ן מקור. די מקור קען זיין אין סיי וועלכן שפראך. אזוי אויך מוז עס בכלל נישט זיין קיין אנליין מקור, עס קען זיין א בוך צו א צייטונג צו סיי וואס.
פיין אבער דערנאך וועט ער מיך באקרוינען אז "דער בלאַט איז א פֿעלערדיקער שטומפיקער אַרטיקל. דאָס הײסט עס פֿעלן אין איר גרונטלעכע אינפאָרמאַציע איבערן פֿאַרשטאַנד פֿון דער טעמע".
אגב, דער מנשה ליסטיג באטיטלט זיך "אלץ זעלטן נאטורליכער שרייבער".
'אלץ' מיינט אייביג, שטענדיג, (כ'מיין ס'איז מלשון אלעס) לכאורה וואלט ער געדארפט שרייבן "אלס". אפשר דעמאלט וואלט ער געווען א זעלטענער שרייבער, עכ"פ אין קאווע שטיבל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
לייען מיין ביכל, וועסטו זען אינעם אפטיילונג, מיין מחשבה שפראך, אז מיין שרייבן איז נישט אוועקגעשטעלט אויפן פונקליכטסן דיקדוק, נאר מער אויף דאס נארטורליכקייט, און געשמאק, ממילא, אלץ אלס.. ווייסט מען אבער וואס כ'מיין צו שרייבן, און זעלטן נארטורליכע שרייבער מיינט אז ווייניג שרייבן ווי אמאל מיט געפיל דערין, און אגב, זענען די אמאליגע מאמרים געווען פיל פאכיג גרייזיג אבער פיל מיט געשמאק.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!