זייער נישט מסתבר, אפשר אין די ליטא פרעגט מען נישט אזויפיל שאלות אין די זאכן אבער אין אונגארן יא, אין די ערשטע דריי חדשים נישט צו זיין בחזקת מסולקת, משא"כ לאחר המעשה צו זיין בחזקת מסולקת פאר פיר און צוואנציג חדשים, א זאך וואס איז מעשים בכל יום, ווילסטו מיר זאגן אז לא ידעו המציאות?
תשובתך בצדך. די גמרא אליין ברענגט א מחלוקת (נדה ט.) אויב די סילוק דם פון א מעוברת האט צו טוהן מיט זייגן אדער מיט איבריה מתפרקין. לויטן ערשטן מאן דאמר איז זי מסולקת דמים ווילאנג זי זייגט (אפילו פיר פינף יאר) אבער לויטן צווייטן מאן דאמר איז זי מסולקת אפילו זי זייגט נישט פאר 24 חדשים און ווידעראום אפילו אויב זי זייגט יא איז זי נאר מסולקת פאר 24 חדשים. "ווילסטו מיר זאגן אז ידעו המציאות?"