און לאשר די חשש אז זיי ניצען די וואסער פין די קעיז, חוץ וואס עס מאכט נישט קיין סענס, ווייל זיי וואלטען דאס געמוזט שרייבען אויף די באטעל "לכאורה", לוינט עס נישט, ווייל די פרייז צו רייניגען און ארויסנעמען די מילך חלקים פין די וואסער קאסט מן הסתם מער ווי וואסער אליין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
ווי איך פארשטיי האט דער OU משגיח גערעדט פון די וואסער וואס קומט נאטירלעך אין די מילך, א שטייגער ווי די גרינע באטלעך מילך וואס האט א טעם פון וואסער, און נישט פון צוגעלייגטע וואסער. און אויב דאס איז אמת דאן קען מען יא עסן פוטער-מצה, אפילו די וואס בראקן נישט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
איך האב זיך באצויגן צו די ווערטער וואס דו האסט געשריבן בשם דעם משגיח, אויב דו האסט געשריבן די ווערטער וואס דער משגיח האט געזאגט כלשונו, קען זיין דער פשט אזוי איך האב געשריבן, אויב האט ער געזאגט נאך זאכן, ביטע לייג עס צו.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווי די מאנטריאלע רב האט זייער גוט ארויסגעברענגט ביי די לויה אז די רבי בעל ברך משה האט קיינמאל נישט געגעסן קיין טונא, ווייל ער האט דאס נישט געזעהן אינדערהיים.
ער האט געזאגט פיצא נישט טונא.
ביי די לויה האט ער נישט געזאגט וועלכע מאכל, ער האט בלויז געזאגט א מאכל וואס רבים וטובים עסן.
ווער עס פרעגט אים ענטפערט ער אז ער האט גערעדט פון טונא.