ממי_שאמרו האט געשריבן:בנוגע פרס, לכאורה איז די תירוץ פשוט. א מלוכה הייסט ווען עס איז א מלוכה, נישט ווען עס אונטער א סכנת קיום. פאר די 34 האבן זיי געהאט א רואיג און א געשמאקע לעבן, די אנדערע תקופות זענען געווען פיל מיט מלחמות אינעם לאנד און אינדרויסן.
די פראבלעם איז פיל טיפער פון דעם. עס עס זענען דא נאך פיל מאמרים וואס זאגן קלאר אז חז"ל האבן געהאלטן אז פון די מלוכה פון כורש (559 לפה"ס) ביז די ענדע פון דריוש השלישי (330 לפה"ס) זענען נאר געווען 34 יאר. איך וועל ברענגן עטליכע פון זיי (איך קען שרייבן א מאמר אויף דעם אליין):
מדרש רבה בראשית פרשה מד פסקה טו
ועז משולשת זו מדי שהיתה מעמידה
ג' מלכים כורש ודריוש ואחשורושמדרש רבה בראשית פרשה לה פסקה ב
אמר רבי יודן לדרת כתיב פרט לשני דורות לדורו של חזקיהו ולדורו של אנשי כנסת הגדולה רבי חזקיה מוציא דורן של אנשי כנסת הגדולה ומביא דורו של ר"ש בן יוחאי
משנה מסכת אבות פרק א
(ב) שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק הָיָה מִשְּׁיָרֵי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה.
על כל פנים זעהן מיר פון די פאר מאמרים אז די גמרא האט פארשטאנען אז עס זענען נאר געווען דריי מלכים פאר פרס.
אויך זעהן מיר אז די גמרא האט געהאלטן אז שמעון הצדיק וואס האט געלעבט אין די צייט פון אלכסנדר מוקדון (עס איז באקאנט די גמרא אין יומא סט.) איז געווען א חלק פון די אנשי כנסת הגדולה וואס איז כולל עזרא!
און די מדרש זאגט קלאר "לשני דורות לדורו של חזקיהו ו
לדורו של אנשי כנסת הגדולה" זעהן מיר אז די אנשי כנסת הגדולה האבן געלעבט אין איין דור. אזוי זענען דא נאך פילע ראיות פון חז"ל. כללו של דבר קיין איינער(!) וואס וויל פארענטפערן חז"ל פרובירט צו זאגן אז חז"ל זענען מודה צו די היינטיגע פרס'ישע כראנאלאגיע. אדער פרובירן זיי אפצופרעגן די היינטיגע כראנאלאגיע וואס דאס איז לשוא (איך קען נישט יעצט מסביר זיין ווי שטארק די היינטיגע כראנאלאגיע איז אויסגעבויט) אדער פרובירן זיי פארענטפערן חז"ל. ר' עזריה מן האדומים האלט אז חז"ל האבן נישט געקענט אזוי גוט היסטאריע (ער ברענגט זיך ראיות פון נאך פלעצער), ר' שמעון שוואב לעומתו געבט זיך אן אנדערע עצה.
בעצם פון נ"ך אליין איז קלאר אז מלכות פרס איז געווען לענגער ווי 34 יאר. וויאזוי געבט זיך די גמרא אן עצה?
תלמוד בבלי מסכת ראש השנה דף ג/ב
תנא הוא כורש הוא דריוש הוא ארתחשסתא כורש שמלך כשר היה ארתחשסתא על שם מלכותו ומה שמו דריוש שמו
דאס איז אויך פארוואס די גמרא שרייבט אז בית שני איז נאר געשטאנען פאר 420 יאר. [יוסיפון אליין שרייבט אז די בית המקדש איז געשטאנען 639 יאר (קרוב צו אונזערע היינטיגע חשבון)] לויט אונזערע חשבון איז אבער די בית המקדש געשטאנען פאר ארום 588 יאר.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די עמי (דוכט זיך אז עס איז געווען די עמי. איך בין אבער נישט זיכער - איך ליין נישט קיין סאך פון די מאגאזינען) האט אראפגעברענגט איין וואך א באשרייבונג וועגן די nash papyrus, האבן זיי נאכגעשריבן דעם פראפעסאר לפי תומו אז די בית המקדש איז געשטאנען פון יאר 518 ביז יאר 70. זיי האבן ניטאמאל געכאפט וואס שטעקט הונטער דעם!
פארשטייט זיך אז אויב אונזערע פרס'ישע כראנאלאגיע איז אמת דאן דארף מען צולייגן א היפשע פאר יאר צו אונזערע חשבון פון בריאת העולם!
אזוי האלט טאקע ר' עזריה מן האדומים און אפילו די יעב"ץ אין מטפחת איז מודה אז דאס איז נישט קיין פראבלעם (וויבאלד אונזער חשבון פון די מולד איז נאר געבויט פון ווען מיר האבן אנגעפאנגען צו רעכענען נאכן חשבון פון הלל הנשיא, ממילא וועט אונזער קאלענדער זיך נישט טוישן אפילו מען לייגט צו יארן צו די חשבון פון בריאת העולם):
"כי הדבר ברור שתוספת השנים על חשבוננו מזמן היצירה לא ידחה סדר קביעותנו בשום אופן, ובהר"ד [מולד בהר"ד איז די מולד פון בריאת העולם] אינו כתוב בתורה ולא נזכר בתלמוד [און ממילא אויב מיר וועלן צולייגן יארן צו אונזער חשבון - דהיינו אז בריאת העולם וועט מוזען זיין עטליכע יארן פריער פון ווי מיר האלטן היינט וועט מען אויסקומען אז דער מולד פון בריאת העולם איז נישט געווען בהר"ד] כי אינו אלא סימן בעלמא. ואם יצויר איז' תוספת במנין השנים שלפני הזמן שהחל חשבון מתקני עבורינו, בשביל כך לא נפסד החשבון מעת שהוחל במאומ', ולא יפסיד עלינו כלום עוד כל ימי הארץ, לא יזח ולא ימוט לעולם... זה פשוט מאד לתינוקות".
און ער איז אויך מצדיק ר' עזריה וז"ל:
"וכמש"כ האדום [עזריה מן האדומים] ההוא התנצלות בזה [אז מען קען צולייגן יארן צו אונזער חשבון פון בריאת העולם און דאס וועט אבער נישט טוישן אונזער חשבון פון די מולד] באריכות מאוד,
על כן לא ישיגהו עוון אשמה זאת כלל וכלל ודבריו כנים וישרים שלא חטא כן"