משה געציל האט געשריבן:ציוני האט געשריבן:קודם בויאן האט א פאפיר דאס צו באשטעטיגן כפי שקיבל מאבותיו הק' עד הרוזינ'ער זיע"א,
וואו קומט באיאן אריין דא ווייס איך נישט, איינער וויל צו נעמן דעם זכות הדלקה פון זיי? און אויב יא איז דער בריוו פונעם ריזשינער א כתב מתנה? אינטערעסאנט, איך האב קיינאל נישט געוואסוט אז דער ריזשענער זי"ע האט געהאט אין באזיס אזא הייליג שטיקעל לאנד...ציוני האט געשריבן: און אויך די וועדות ההקדשות, האבן קאנגערגעשן צעטליך אז דאס פלאץ באלאנגט צו זיי.
ערקלער ביטע פונקטליך וואס עס מיינט קאנגערעגעשן צעטליך, איז דאס בערך אזא דאקומענט וואס פאפא האט אז דאס ביהמ"ד איז זייערס?
יא, ס'איז נאך פון די צייטן פון די ענגלאנדער אדער פריער
און ס'איז איבערגעפרישט געווארן אונטער די מדינה, און שוין יארן וואס זיי האבן די בעלות אויף דעם מקום קדוש בחסות המדינה
און בנוגע בויאן, זכות ההדלקה בא לו מירושת אבותיו, ווען דער הייליגער רוזינ'ער האט אפגעקויפט דעם מקום קדוש און אויפגעבויעט די מערה, (לכמה גירסאות רק חידשה, אבל המערה הקיימת כעת, הוא מהדורא מאוחרת יותר) און פלעגט יעדן יאר שיקן א שליח מיוחד מטעמו אנצוצינדין די הדלקה, און ווען א רויזינער אייניקל פלעגט קומען קיין מירון ל"ג בעומר פלעגט ער צינדן, אח"כ נאך די מלחמה און נאכ'ן מסדר זיין בין כל היורשים איז דאס געבליבן ביים אלטן ביאנער וואס האט דאס גע'ירש'נט פאר דעם היינטיגן רבי'ן,
און די מדינה וויל שוין כמה פעמים צו נעמען פון אים די הדלקה,
דערפאר הייסט דער ביאנער רבי מ'זאל לייגן בילדער און טעלעוויזן וכ'ו יעדע יאר ביי די הדלקה זיינע על אף ער איז תמיד קעגן בילדער, כדי להורות אז ער איז בעה"ב.