לינקאלן רעסטלער מעלדט אז ער וועט נישט לויפן פאר סיטי קאונסיל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל

לינקאלן רעסטלער מעלדט אז ער וועט נישט לויפן פאר סיטי קאונסיל

שליחה דורך דעת תורה »

לינקאלן רעסטלער, א יונגער ענערגישער אקטיוויסט אין די דעמאקראטישע פארטיי, און א אויפגייענדער שטערן אויף די פאליטישע ארענע, האט היינט ארויסגעשיקט א אימעיל צו זיינע שטיצער איינמעלדנדיג אפיציעל אז ער פלאנט נישט צו לויפן פארן סיטי קאונסיל אמט קעגן דעם אמטירנדן קאונסילמאן סטיוו לעווין.

רעסטלער, וועלכער האט פאר א קורצע צייט געדינט ווי דער דיסטריקט לידער אין די וויליאמסבורגער דיסטריקט, איז דורך פילע איינוואוינער באטראכט געווארן ווי א נאטורליכער קאנדידאט פאר דעם אמט נאך וואס ער האט אין סעפטעמבער גאר שמאל פארלוירן זיין א.ד. אמט. ער ווערט באטראכט ווי א סימבאל פון רעפארם און אנטי עסטאסלישמענט, בעיקר ווען סאיז נוגע כלפי די גוט איינגעפונדעוועטע און היפש קארופטירטע דעמאקראטישע פארטיי אין ברוקלין. ער האט זיך אסאך ארום געאמפערט מיטן ארויסגייענדן פארטיי פירער וויטא לאפעז, וועלכער האט געמוזט רעזיגנירן פון אמט צוליב ״פערזענליכע סקאנדאלן״... (קרעדיט: די חרדי׳שע מידיא).

יודעי דבר זאגן אז די סיבה וואס שטעקט אונטער רעסטלערס באשלוס נישט צו לויפן פאר דעם אמט איז צוליב א טויש וואס די רעדיסטריקטינג קאמיטע האט געמאכט, אריין ברענגענדיג 5 טויזנט פרישע חסידי׳שע שטימען אין די אזוי אויך איבערוויגנדע חסידי׳שע געגנט. לעווין איז זייער פאפולער אין די חסידי׳שע געמיינדע און לעצטיגע אנקעטעס ווייזן אז ער ציט אן ארום א צוויי דריטל פון זייערע שטימען. הגם עס איז לעת עתה נישט קלאר וואס אזאנס האט שוין דער לעווין דעליווערט פאר די חסידי׳שע געמיינדע. רעסטלערס איינציגע שאנס ארויס צו קוועטשן א זיג וואלט געווען דורך זיך ווענדן צו די אנדערע וויילער אין דעם דיסטריקט. אבער דער אנומעלטער טויש האט סיי אראפגענומען גאר אסאך שטימען פון די נישט חסידי׳שע פאפולאציע און סיי צוגעלייגט א גרויסער צאל חסידי׳שע שטימען, וואס דאס מאכט עס כמעט אוממעגליך צו געווינען דעם פארמעסט.

שפעקולאציס לויטן אז רעסטלער האלט א אויג אויפן סטעיט סענאט זיץ וואס ווערט פריי ווען דער איצטיגער סענאטאר דניאל סקוואדראן - וואס סאיז מערקווירדיג אז ער האט פילע ענליכקייטן צו רעסטלער - פארלאזט איר מיטן ציל צו לויפן פאר מארק גרין... איך מיין פאר פאבליק אדוואקאט. רעסטלער אליין האט נאך דערווייל גארנישט באשטעטיגט וואס זיינע פלענער פארן עתיד זענען, ער זאגט נאר אזויפיל אז ער וועט פארבלייבן אין פובליק דינסט. (דער פאבליק וועט אים ווייטער דינען).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר