ידיעות חז"ל און די מציאות

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ס'איז ידוע שיטת רש"י (כתובות נז) אז אלו ואלו דא"ח איז נאר שייך ביי אזא מחלוקת וואו מען קען זאגן אז יעדער פון די בעלי פלוגתא האט גערעדט ביי א צווייטע פאל, און איינער וואלט מודה געווען צום צווייטן. אבער פון אנדערע איז משמע אז ס'איז יא שייך ביי יעדע מחלוקת. דער פשוט'ער פשט איז לכאורה אז פאר'ן באשעפער גייט נישט אן אויב מען פסק'נט ריכטיג אדער נישט, דער עיקר איז אז ס'איז לשם שמים און מ'שטרענגט זיך אן צו פארשטיין די תורה, ממילא ביידע שיטות האבן די זעלבע ערך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר, דיר קומט זיך פעטש, ווייל אויב האלטסטו אז אלו ואלו מיינט פשוט אז עס האט ביידע די זעלבע ערך, איז דאך אודאי שייך צו זאגן ווי די ראשונים וואס האלטן אז חז"ל האבן נישט געהאט איבערנאטורליכע ידיעות בחכמת הטבע און נאך אלץ איז עס דברי אלוקים חיים?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל, כ'האב די רגע געטראכט די זעלבע זאך. עניוועי, איך זאג נאר דעם פשט פאר אזא סייענטיסט ווי עסקן, און ער דארף נישט אנקומען צו די אלע פשט'לעך צו "פארענטפערן" פארוואס חז"ל האבן נישט געקענט די מציאות. אבער פאר אן עכטער ערליכער חסידי'שער איד על דרך הסלולה לנו איז אלו ואלו דא"ח פשוטו כמשמעו, ביידע זענען אמת.
האדם לא נברא אלא להתענג
עסקן בדברים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

שליחה דורך עסקן בדברים »

אוי! וואס נאך האסטו נאר געזאגט אויף דעם מהלך!
אמת מארץ תצמח
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

אוי געוואלד, אזויפיל דעות, אזויפיל שיטות, וואס האט א ווערט אפי' צו ליינען יעדעם איינעמס מהלך דא אין קאווע שטיבל? קומט אבער א פייער פון הימל און ברענגט אונז דאס פאלגענדע
ממרום שלח אש האט געשריבן: מסכת חגיגה ג: תלמידי חכמים שיושבין אסופות אסופות ועוסקין בתורה הללו מטמאין והללו מטהרין הללו אוסרין והללו מתירין הללו פוסלין והללו מכשירין שמא יאמר אדם היאך אני למד תורה מעתה תלמוד לומר כולם נתנו מרועה אחד אל אחד נתנן פרנס אחד אמרן מפי אדון כל המעשים ברוך הוא דכתיב (שמות כ) וידבר אלהים את כל הדברים האלה אף אתה עשה אזניך כאפרכסת וקנה לך לב מבין לשמוע את דברי מטמאים ואת דברי מטהרים את דברי אוסרין ואת דברי מתירין את דברי פוסלין ואת דברי מכשירין.
יא, עס איז כדאי יעדעם אויסצוהערען דא. יעדעמס ווערטער געט צו עפעס. יעדעמס ווערטער איז ריכטיג to a degree.

אגב, יעצט געטראכט א פשט אין די ווערטער אלו ואלו דברי אלוקים חיים אזוי:
וואס איז די אפטייטש פון חיות - לעבעדיגקייט? וועבסטער דיקטיאנערי זאגט דאס
an organismic state characterized by capacity for metabolism, growth, reaction to stimuli, and reproduction
דהיינו עס פארארבעט מעשים כדי צו האבען א קיום פאר יעצט, און פאר שפעטער [מאכט א קאפי פון זיך], דורך נעמען חלקים וואס קומען צו איר און א חלק דערפון אריינעמען און א חלק נישט. (אויב וואלט עס פשוט געווען אז יעדע נייע מציאות ווערט צוגעטשעפעט צו איר אינגאנצען, איז דאס דאך נישט נקרא אז זי רעאקט צו סטימיולי, עס קומען פשוט צו נאך שטיקלעך. דהיינו זי קען זיין א דומם וואס קלעבט צו נאך זאכען. דוקא ווען זי ארבייט אויס די מציאות וואס קומט אהן צו איר [סטימיולי] און א חלק נעמט זי און א חלק ווארפט זי אוועק, דעמאלט איז נקרא חיות.)
דערפאר ניצט מען דא די מושג אלוקים חיים. עס איז א פראסעסס. דאס מיינט לעבען, אויסארבעטען און ניצען פון יעדע זאך חלקים דערפון. דאס איז די הבנה ווען מען זאגט אז די ווערטער פון גאט איז לעבעדיג.
משא"כ ווען א מענטש טענהט שטותים גמורים, קען מען גארנישט האבען פון זיין חלק השמועס. ער איז נישט part פון אלוקים חיים.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

אזויפיל שטותים אזויפיל הבלים,איך קום דא און קאווע שטיבעל פאר א התעוררות צו זעען וואו טיפשותדיג די מענטש איז ווען ער איז מחליט אז זיין מוגבלדיגע שכל אנושי,איז קובע א מציאות.
יודען הערטס צו צו די קול פון ענקער נשמה,מכסא כבוד חוצבה,הביטו אל צור חוצבתם, קאננעקטס צו אונזער אבות צו די גדולי ומאורי התורה
listen to your inner voice and to your inner self ס׳איז דא מציאותען וואס איז אסאך העכער ווי דער שכל האנושי,די שכל אנושי ווערט געפירט עפ״י רוב פון אגענדאס און געפילען וואס דער מענטשעס נפש הבהמית איז אנגעדרייט,ואין לנו שיור רק התורה הזאת זיך מדבק צוזיין און עצמיות וקדושת התורה,און מיט דעם קען מען ניצול ווערען פון אלע מיני פארשאנקעס,אויב ס׳איז דא דא א יוד וואס האט זוכה געווען צו א הרגש און אמיתיות תורתינו,איינער וואס האט זיך אביסעל ממית געווען באהלה של תורה (און נישט געלערענט רוב חכמתו און אוצר החכמה און וויקיפודיע) און ער קומט אריין דא און סדאכט זיך עם אז סטוט זיך א געשרייבאכטס פון איך ווייס וואסארע חכמים,צו עם שרייב איך און איך זאג ווער נישט נתפעל ס׳איז אביסעל פון וויקיפודיע פון וויקי און פון אנדערע אויבערפלעכליכע מקומות און לאמיר מתפלל זיין מזאל שוין זוכה זיין צו ומלאה הארץ דעה את ד כמים לים מכסים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינגעמיירעט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איין שאלה טייערע איינגעמיירעט, איך בין מורא׳דיג נתעורר געווארן פון דיינע ווארעמע ווערטער, וואס מיינט פארשאנקעס?? דא בין איך צומישט געווארן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, אז אונז זאגן אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

ריכטיג האט געשריבן:@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, על צד אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )


ברויערס תורה פאסט פאר א גלח אין א זונטאג צערעמאניע. חוץ פון וואס סהאלט נישט אויס על פי יהדות (גאט אפיעלירט צו אידנס לאגיק "הלא עיניכם הראות את אשר עשיתי וכו." ועוד), שטימט עס נישט במציאות, ווייל אויב דו ברויכסט דעם מענטש, ברויכסטו זיך איינבעטן צו זיין שכל, ווייל דאס איז דער מענטש, זיין שכל, זיין לאגיק, דאס איז ער. (העכסטענס זיי אים "לאגיש" מסביר אז אויף געוויסע פרטים זאל ער נישט אריינטראכטן אין די לאגיק דערפון)

קענסט נישט בעטן פון שמעון אז ראובן זאל דיר בארגן אפילו ס'פאסט דיר נישט צו רעדן צו ראובן...
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב דאס בלויז געברענגט אין א nutshell די נקודה, ס'איז כדאי צו זעהן דעם גאנצן ענין אינעווייניג באריכות, הכוזרי החדש מאמר שלישי / רביעי.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

די רצון און די ספיריט פון די מענטש איז די עצם פון די מענטש,די שכל איז נאך די רצון,(ווען איך וועל האבען א מעלאנע און באנק העל איך האבען צייט מער מסביר צוזיין יעצט מוז איך לויפען ארבעטען)
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

אבער אויב איינגעמייערט אפיעלט צו אונזער געפיל מיר זאלן איגנארען די לאגיק, מיינט דאס אז געפיל אז העכער ווי לאגיק?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, אז אונז זאגן אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )

עס באדערט מיר אויכעט ביי אנדערע זאכן למשל א דעבאטע אויף בחירה חופשית, דער צד וואס האלט אז עס עקזיסטירט נישט וועט אפילו נאכן פארלירן דעם דעבאטע נאכאלץ קענען טענה'ן אז לעולם עקזיסטירט נישט קיין בחירה חופשית, איי מען האט איהם איבערצייגט?, נו, ער איז דאך געווען געצווינגען דאס אנצונעמען...
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

א. קאנט האט דאס געטעהנט אז מקען נישט מוכיח זיין א מציאות העכער פון אונזערע דורך נוצען אונזער קאטאגאריעס פון שכל וייל דער שכל איז נישט גענוג שטארק מוכיח צו זיין עפעס וואס גייט ארויס פון זיינע גבולים, דער גאנצער שכל איז געבויט אויף זיין וועלט און לויט אונזער השגה, ער איז נישט באמת מוכיח גארנישט אויך דער וועלט, ממילא קען מען אוודאי נישט מוכיח זיין א גאט דורך דער שכל ווייל ערבך ערבא צריך.
דער סארט טענה פירט צו אטעזים אדער אגנאסטיזם, אויב איז דער שכל נישט גענוג שטארק צו מוכיח זיין גאט איז בלייבט דאס אונז א ספק, נישט אמונה וודאית. עס איז א פלא וויפיל מאל מענשען מאכען אזא גראבע טעות כאילו אז אויב איז מען מוכיח אז שכל איז נישט גענוג שטארק איז דאס עפעס א הוכחה צו אמונה בשעת וואס פונקט פארקערט.

ב. אויב זענען מיר נישט מסכים מיט קאנט און מיר קלערן אז מקען יא וייזען גאט דורך שכל, שכל איז שטערקער פון גאט, סמיינט סך הכל אז דער שכל דאס איז דער וועג וויאזוי מיר ווייסען אז עס איז דא א גאט, וויבאלד אונז זענען מענטשען און אונזער ידיעה ארבעט מט שכל און עס איז נישטא קיין אנדערע וועג עס זאל ארבעטן. לעולם דער גאט אליינס איז נישט געבונדען צו לאגיק אבער אונז מענטשען זענען געבונדען צו לאגיק און צו פראבירען רעדן אן לאגיק איז צו רעדן נארישקייטן, ממילא אז אונז ווילן רעדן וועגן גאט דארף עס זיין דורך שכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

יישר כחכם.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

לאדיך אפ האט געשריבן:אבער אויב איינגעמייערט אפיעלט צו אונזער געפיל מיר זאלן איגנארען די לאגיק, מיינט דאס אז געפיל אז העכער ווי לאגיק?

זאג מיר נאר טייערעס די און דיינע קינדער זענען געבוירען און געקומען און עקזיסטענץ דורך לאגיק צו דורך הרגש ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינגעמיירעט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון טיפן הארצן ייש"כ הרב לעיקוואד, ווי באקאנט האט טאקע משפחת הירש און יצחק ברויאר בפרט א סך געבויעט אויף קאנט.
איך וויל נאר פרעגן אויב אזוי פארוואס האט קאנט אליין יא געגלייבט אין גאט?
בנוגע דיין צווייטע נקודה, אויב מיר וועלן נישט אנעמען קאנט, קען איך נאכנישט פארשטיין כל זמן איך פארשטיי נאכנישט פארוואס זאל מען עס נישט אנעמען, דאס אליין אז לאגיק איז למעשה דער בעסטער tool וואס מיר פארמאגן איז נאכנישט מוכיח אז עס ברענגט צו אן אמת.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

צו די וואס ערווענען "געפיל"

ס'וועט נישט העלפן קיין סך, אויב מען דארף גלייבן און גאט דורך געפיל און נישט לאגיק, מאי הועילו? לויט ברויער איז דעמאלס געפיל העכער פון גאט.

עס איז ווי גלייך ער וואלט געזאגט אויב א מענטש גלייבט אין גאט איז דער מענטש העכער גאט ווייל ער דארף מחליט זיין יא אדער נישט גלייבן, בקיצור, סאיז הבל הבלים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממרום שלח אש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

א. איך קען נישט יעצט מסביר זיין די גאנצע טעאריע פון קאנט, בקיצור קאנט זאגט אז ער גלייבט אין גאט וועגן דער מאראלישער טענה, כלומר מענטשען פיעלן אז זיי האבע געוויסע חיובים מוסריים צו זיין גוטע מענטשען און די חוקים מוזען האבען געמאכט געווארען דורך א גאט ווייל ווען נישט האט עס נישט קיין תוקף.
סדא נאך וועגן צו רעדן וועגן גאט אליבא דקאנט אבער אויף דעם דארף מען מער אריכות.
ב. וואס איך האב געשריבען פארענטפערט נישט וויאזוי מקען זיך בכלל סומך זיין אויפן שכל, און צו די שאלה קען קיינמאלנישט זיין א ריכטיגע תירוץ וויבאלד מיר נוצען דאך די שכל צו טראכטען אויב מזאל זיך סומך זיין אויף די שכל בלייבט אלעמאל עפעס א נקודה ואוס אויך דעם בויט זיך עפעס וואס מקען דאס נישט מוכיח און בלייבט אלס באמת א ספק מבחינה שכלית. איך האב נאר פארענטפערט א צוייטער שאלה, דהיינו וויאזוי פאסט מוכיח צו זיין גאט דורך לאגיק אויב גאט איז לכאורה העכער לאגיק, אויף דעם איז דער תירוץ אז אה"נ גאט איז אפשר נישט משועבד צו לאגיק אבער מיר זענען יא וממילא איז נישט קיין חסרון אז מאיז מוכיח דורך לאגיק וויבאלד דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אונז האבען, אע"פ אז דער אייבישטער בעצמו איז העכער אויף פון שכל, איז די וועג וויאזוי מיר קענען רעדן פון עם געבונדען צו שכל, דאס הייסט אז דער הגבלה איז אויף אונז נישט אויף עם.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ממרום שלח אש האט געשריבן:צו די וואס ערווענען "געפיל"

ס'וועט נישט העלפן קיין סך, אויב מען דארף גלייבן און גאט דורך געפיל און נישט לאגיק, מאי הועילו? לויט ברויער איז דעמאלס געפיל העכער פון גאט.

עס איז ווי גלייך ער וואלט געזאגט אויב א מענטש גלייבט אין גאט איז דער מענטש העכער גאט ווייל ער דארף מחליט זיין יא אדער נישט גלייבן, בקיצור, סאיז הבל הבלים.

גוט געזאגט, אבער ברויאר רעדט נישט פון געפיהל, לערן זיין ספר ער האט עפעס אן אנדערע מהלך געבויט אויף קאנט און שויפענהויער.
די פונקט וואס איך האב אויבן געברענגט קענסטו נאכקוקן אויף עמ' 238 ואילך.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

סמיר יעצט איינגעפאלען פשט און מאמר חז״ל ״הלוואי אותי עזבו ותורתו שמרו כי המאור שבו מחזירו למוטב״ דאס גייט ארויף אויף דיזיגע וואס פלאנטערען ארום מיט זייער מגושם׳דיגע שכל וועגען גאט,אויף דעם ארויף זאגט מען ״הלוואי אותי עזבו״ לאז דעם גאט און דיינע פלאנטערישען און די זייט,און זיי דיך מדבק און שמירת התורה וואס ״המאור שבה״ די קדושת און אור התורה דאס איז וואס האלט אונז און וואס האט אונז געהאלטען אלע יארען ביי די אמונה,און נישט די חקירעלעך פון אותי פון זיין פארנומען מיט חשבונות פון שכל (וואס חשבענט געווענטליך חשבונות וואס וועט זיך לוינען פארן גוף און פאר די חלקי הבהמי פונעם מענטש .
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איינגעמיירעט, כ'פארשטיי באמת נישט. דו ווילסט מיר איבערצייגן נישט צו נוצן מיין מגושם'דיגער שכל פאר עניני השקפה? כדי מיר צו איבערצייגן וועסטו דאך דארפן איבערצייגן מיין מגושם'דיגער שכל, טא וויאזוי פארלאנגסטו פון מיין מגושם'דיגער שכל צו ווערן איבערצייגט אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף וואס ער ווערט איבערצייגט? אין החי יכול להכחיש את החי!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

קיינער זאגט נישט אז מזאל נישט ניצען דעם שכל,די שאלה איז נאר צו בויען אויף שכל.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
פארשפארט