די פאנטאזיע אשכול

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

די פאנטאזיע אשכול

שליחה דורך שמעקעדיג »

יא, איך האב פאנטאזיעס. איר האט אויכעט? האט איר אמאל געוואלט קענען פליען אזוי ווי די פייגל? איר זענט נישט דער איינציגסטער! מיר האבן אלע פאנטאזיעס פון זאכן וואס מיר וואלטן געוואלט האבן אדער געוואלט עס זאל זיין, אבער בדרך הטבע וועט עס נישט צושטאנד קומען, לכה"פ נישט אין די נאנטע צוקונפט.

אסאך פסיכאלאגן האלטן (עכט?) אז מען זאל נישט דערשטיקן די פאנטאזיעס ביי זיך אין הארצן, נאר זיך ארויסגעבן און עס אויסלופטערן בדיבוק חברים. אשר ע"כ איז דער ציבור העפליך געלאדענט דא אין דעם אשכול צו פארציילן אלע אייערע הוידל בוידל פאנטאזיעס. כולי האי ואולי וועט נאך עפעס מקויים ווערן. אויב יא, נעם איך א געוויסע פראצענט דערפון למפרע.

לאמיר אנהייבן מיט עטליכע פון מיינע צענדליגער, ואין מוקדם ומאוחר:

איך וויל אז מיין קאר זאלן האבן היי ביעמס פון אונטן, איך זאל קענען צוריק בלינד מאכן די הונטערשטע קארס וועלכע שיינען מיר מיט א רציחה אריין מיט זייערע היי ביעמס. אז מען האלט שוין ביי דעם, זאל זיין א סקרין פון אונטן מיט געציילטע פרי-רעקארדעד מעסעדזשעס, וועלכע זאל ערשיינען פארן דרייווער הונטער מיר ווען איך דרוק א קנעפל. ווי למשל, לעש אויס דיינע היי ביעמס! שקויעך פארן מיך אריינלאזן אין די לעין! פאר מיר נישט נאך אזוי נאנט! צינד אן דיינע העדלייטס! און לעת הצורך, א בילד פון א פארמאכטע האנט מיט די מיטעלסטע פינגער ארויפגעשטעקט.

איך וויל אויך עס זאל ארויסקומען א ליקוואד (נישט טועה זיין מיט לעיקוואד) ווייטאמין, וועלכע זאל זיין FDA אפראווד אפילו פאר פיצעלע בעביס, וואס ווען מען גיט דאס איין פארן וויינענדיגן/נודזשעדיגן קינד וואס מאכט טויב די עלטערן מיטן נאכאנאנדן געוויין, פארלירט עס די שטימע פאר א צוויי-דריי שעה. (פארשטייט זיך אז דאס וועט מען אויך קענען נוצן אריינצוגיסן אין די קאווע פון די זעלבסט-געקרוינטע חזנים, וועלכע ווילן זיך גארגלען יו"ט ביי הלל אויף יעדנ'ס חשבון.)

המשך יבא. דערווייל לאזט אייך הערן! האלט אייך נישט צוריק, עס איז געזונט!
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דיינע קאר דמיונות זענען אויך געווען גענוי מיינע דמיונות, און ס'שוין גארנישט קיין דמיונות, מ'קען קויפן אזעלכע דיספלעיס, דא האסטו איינס, איך האב אמאל געמאכט ריסוירטש, (נאך וואס איינמאל וואלט מיר די כמעט גענצליך פארמאכטע האנט גאר גוט צונוצגעקומען) און ס'ליגט מיר אין קאפ אז ס'האט א פילטער וואס לאזט נישט דורך קיין מיאוס'ע ווערטער, און אויך געדענק איך עפעס אז ס'איז אומלעגאל אין געוויסע פלעצער, אבער כ'קען זיך נישט דערמאנען פונקטליך.

און די היי ביעמס אין די בעק איז דא א פשוטע עצה, ביי א סטאפ סיין אדער רויט לייט ווען יענער פלעשט דיר, לייג אריין דיין קאר אין ריווערס און אין ניוטראל, שנעל אהין און צוריק, דאס איז די נענסטע צו פלעשען וואס איך קען. אבער פארשטייט זיך אז אינמיטן א הייוועי איז אביסל שווערער דאס צו טוהן, קענסטו פראבירן אויסצוגלייכן דיין דרייווערס זייט שפיגל אז ס'זאל צוריק שיינען פארן דרייווער זיין אייגענע היי ביעמס, ס'וועט דיר נישט געלונגען די ערשטע מאל, אבער פרעקטיס מעיקס פערפעקט.

איך האב אלעמאל געוואלט האבן לעבן די ווייפער פלואיד נאך א שאכטל וואס נעמט צאם די פויגל איינגעמייראכטס פונעם ווינד-שיעלד, און לייגט עס אוועק בקרן זוית, און ווען איינער פלעשט אדער פייפט פון אונטען, זאל מען עם אהין שענקען א שפריצל פון די גוטע סחורה אויף זיין ווינד-שיעלד.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

איך דמיון שוין לאנג, עס זאל זיין א מעגליכקייט צו געבן א קליינע שטופ, פאר די קאר אין פראנט פון מיר וואס פארט געפערליך שטאט, אזא קליינע שנעלקע ער זאל זיך אויפוועקן.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

איך דמיון פון האבען א פיינע זיסע ווייבעלע
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

קינות גירושין האט געשריבן:איך דמיון פון האבען א פיינע זיסע ווייבעלע

די אשכול איז פאר דמיונות, נישט פאר זאכן וואס גייען פאסירן בקרוב בעז״ה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיין דמיון: נישט ממש ווי שמעקעדיג וואס ווארט אויף זאכן וואס זענען כמעט נאך נישט דא, נאר אזוי ווי קינות-גירושין, וואס ווארט אויף א זאך וואס איז שוין דא, און כמעט גרייט, any טאג, אי"ה.
איז אזוי, איך וויל האבן:
א ריזיגע אוצר הספרים, א ספיד-דייל צו ביגעלאייזן און אליעזר בראדט, א גרויסע מא'האגעני טיש, לעדערנע פארעדיגע בענקעל, קארפעט פלארר, מיט א מעכטיגע ספיד אינטערנעט און א פרינטער וואס גוט ארויס געבינדענע ספרים, - דאס איז עס. כ'דארף נישט מער. אה, און אויף די וואנט אפאר דיפלאמעס פון YU און OU וכו'.
אה, נאך איין זאך, גאנץ צעטיל-קטן האב איך שוין ערלעדיגט, (אויסער טוישען די מידות, ווייל איך בין שוין 21) אבער א "חבר טוב" צו פארציילען (און טראסטען מיט) אלע עבירות און ספיקות.... איך דמיון צו טרעפן איינס....


לאלי-פאפ האקט, אה, ער פרעגט מיך אפ.
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויס מענטש האט געשריבן:איך דמיון שוין לאנג, עס זאל זיין א מעגליכקייט צו געבן א קליינע שטופ, פאר די קאר אין פראנט פון מיר וואס פארט געפערליך שטאט, אזא קליינע שנעלקע ער זאל זיך אויפוועקן.


זעהסטו, דערמאנסט מיר פון נאך פאנטאזיעס...

כ'האב שוין געהאט עטליכע מאל וואס קארס אין פראנט פון מיר זענען געפארן משוגע פאמעליך, איינמאל האב איך געהאט אז איך האב געגעבן א פייף, איז דער דרייווער (א גוי, א שונא ישראל) געווארן בייז, און האט מיר 'געסטראשעט' און זיך גענצליך אפגעשטעלט. ווען איך האב געוואלט פעססן לינקס, האבן ער מיר געגעבן א קאט אריין אז כ'האב שיער נישט געמאכט אן עקסידענט. א פאלנער פערד. און ענליכע געשיכטעס האבן שוין פאסירט מערערע מאל.

האב איך פאנטאזירט צו האבן 2 באהאלטענע גאפלעך אין פראנט פון מיין קאר (אזוי ווי עס שטעקט זיך ארויס פון א היי-לאו), און ווען דער קאר מאכט פון מיר דאס גענאר, גיב איך א שטעק ארויס די גאפלעך אריין אונטער זיין קאר, און גיב א הייב אויף דעם קארעלע אין פארנט פון מיר הויך אין די לופטן, אזוי צו ווייזן "ככה יעשה לאיש אשר שמעקעדיג חפץ ללמדו לעססאן", און אים אריינשליידערן אין א וואלד דערנעבן, און ווילאנג ער וועט זיך ארויסקראצן און שעלטן אלע רוחות, וועל איך שוין לאנג נישט זיין דארט, און האבן א זיסע נקמה אין דעם רשע.

איך זאג אייך: אויב איינער קומט ארויס מיט אזא סיסטעם פאר קארס, ווערט ער א עושר איבערנאכט!! גאראנטירט!

===

קאווע טרינקער האט געשריבן:אה, נאך איין זאך, גאנץ צעטיל-קטן האב איך שוין ערלעדיגט, (אויסער טוישען די מידות, ווייל איך בין שוין 21) אבער א "חבר טוב" צו פארציילען (און טראסטען מיט) אלע עבירות און ספיקות.... איך דמיון צו טרעפן איינס....


קאווע טרינקער: איך בין גרייט צו ווערן דיין חבר, און מיר וועלן זיך אינאיינעם מחזק זיין..
וירח ה' את ריח הניחוח
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

איך וואלט ענדערשט גיוואלט די education פון yu and ou, און א דיפלאמע/הכשר פון סאכדעס און וועלאווע
קאוועלע פאר די רייט פרייז קען איך אויסהערן אלע דיינע עבירות
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אדער גאר ווערן זיין שותף לדבר עבירה. יו נעווער נאו...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קינות גירושין האט געשריבן:איך וואלט ענדערשט גיוואלט די education פון yu and ou, און א דיפלאמע/הכשר פון סאכדעס און וועלאווע
קאוועלע פאר די רייט פרייז קען איך אויסהערן אלע דיינע עבירות

די פראבלעם איז אז מיט די education פון yu and ou בלייבט כמעט נישט איבער קיין אמת'ע עבירות....
סאו, ביידע צוזאמען גייט נישט...
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

וואס גייט פאר מיט דיין יארד סעיל קאוועניא?! דעם פאנטאזיע האסטו שוין אויפגעגעבען?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אז כ'האב פלאץ, וואס שטערט מיר דער ספה"ק ***** ****** *** אין די back row פון שאנק /שראנק ?
Under influence
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:איך וואלט ענדערשט גיוואלט די education פון yu and ou, און א דיפלאמע/הכשר פון סאכדעס און וועלאווע
קאוועלע פאר די רייט פרייז קען איך אויסהערן אלע דיינע עבירות

די פראבלעם איז אז מיט די education פון yu and ou בלייבט כמעט נישט איבער קיין אמת'ע עבירות....
סאו, ביידע צוזאמען גייט נישט...

סארי פאר די כאסידישע עבירות בין איך נישט אינאייגעריג, איך האב געמיינט די האסט געשמאקע דאויריתא׳ס צו פארקויפען
זר, איך דארף נאכאמאל איבער לערנען די סוגיא פון שותפות, זען צו אליבא דהילכתא איז חל שותפות בעבירה, דאכט זיך סאיז דא עפעס א קצות וואס לערנט אז יא, ( די קהילות יעקב ברענגט עס צו)
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

פאר די קארס וואס קאט'ן אריין און מאכן א שארט סטאפ גלייך דארף מען מאכן 5" ביי 5" פעטשעס (אדער א סלינג שאט) און מ' זאל קענען גיבן א פליק ארויף אויף זיין באמפער איינס ער זאל מיינען דאס ערגסטע.
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

זיסע גאט געשענקטע מתנה וואס רופט זיך "פאנטאזיע". וואויל איז אונז און וואויל איז אונזער ארבטייל, אז מיר האבען דעם כח המדמה.
דו זיצט דא אין דיין קעניגליכע פאלאץ, ארום דיר לויפען משרתים אהין און צוריק וזריזין באשותא. אלע דיינע באדינערס האבען דיך באמת ליב באהבת נפש, זיי זענען גרייט צו גיין און פייער פאר דיר. אט - דאס גלאק קלינגט, אה מען ברענגט דיר יעצט דעם טייערסטן קאוויאר אויף דער וועלט. דו ווילסט זעהן וואס פאר א סורפרייז קומט מיט דערצו. וואו, ווען דו זעהסט עס נישט מיט דיינע אייגענע אויגען וואלסטו עס קיינמאל נישט געגלייבט, מען האט מחיה מתים געווען וולפגנג אמדאוס מוצרט צוזאמען מיט לודוויג וואן בעטהאוון. זיי האבען צוזאמען קאמפאזירט דאס שענסטע שטיקל וואס איז נאך אמאל געווען. ספעציעל פאר די 150 מזמרים בכלי זמר וואס קומען אריין דא מיט זיי. יעדער פון די שפילערס און די זינגערס חוץ וואס קולם ערב, איז אויך מראם נאוה. עס איז זיס די אלע הערליכע קולות ומראות פון מענער, פרויען, קינדער, אנגעטוהן אין אזעלכע הערליכע טייערע קליידונג. זיי שטעלען זיך אויס אין א הערליכע סדר אין דיין ריזען גרויסען באנקעט האלל ווי דו געפינסט זיך יעצט. אהה מען גייט יעצט פארברענגען אפאר שעה מיט הערליכע מוזיק פינעם שענסטען סארט.
(דא לייג איך צו א שטיקל וואס מכח הלכה זאל מען נאר טוהן ווען מען איז צוזאמען מיט דעם בני בית). איידער מען גייט ווייטער שלעפט מען ארויס א פרגוד. דאס מאטריאל פון די פרגוד איז אזוינס וואס דו זעהסט אלעס אויף ארויס און קיינער זעהט גארנישט אויף אריין. אבער צו דעם דארף מען טאקע גיין מאחורי הפרגוד. ואכ"מ.
לעכטיג אין זיס, אלע חושים איבערגענומען מיט אזא זיסקייט.
אט אזוי פאנטאזיר די מראה פאר א האלבע שעה אדער פיר. כמרומז לעיל, וואס מען קען (אדער מען מוז) טאן בפועל ממש איז למצוה גדולה יחשב, ושכר מצוה מצוה. עס איז מסתמא ראטזאם אויך אנצונדען מוזיק און טאקע אויסהערען א פאר שיינע לאנגע מעלאדיס וואס מען גלייכט. אוודאי געוויס קען מען יעדעס מאל מען עסט א גיטע עסען אריינברענגען דעם כח המדמה מיטצושפילען.
צושטעלען די מעשה מיט די מחשבה איז געוואלדיג אבער בזמן וואס מען קען נישט פונקט אנצונדען מוזיק, אדער מען קען נישט פונקט עסען עפעס גאר געשמאק, איז מחשבה טובה מצרפה.
שלעכט?

טייערע ברידער, פארוואס פאנטאזירט מען פון פייגעל טראפען אויף ווינדאו וואשערס? זענט איר שוין געווען אמאל קעניג? אויף וואס ווארט איר? מיר האבען דאס גאנצע גן עדן אין דעם כח המדמה. אנשטאט לויפען זוכען אויספלוג קענען מיר זיך אויסלערנען וויאזוי צו האבען די גרעסטע הנאה צו יעדע צייט, מיט אלעם וואס דו קענסט דיר נאר חלומען, אויב דו קענסט. קענסטו דען נישט?
פארוואס ארבעטען מיר נישט אויס אונזער כח המדמה?
דער אשכול אויף פאנטאזיע האט מיך געמאכט טראכטען און פאנטאזירען. מען קען זיך ערווארבען די געשמאקסטע הנאות במחשבה ובכח המדמה.
עס איז מסתמא דא א גאנצע מהלך דערויף. מיר האבען דאך רבינו הגוגל שליט"א. וועל איך פרובירען מאכען אביסעל געזוכעניש און אראפברענגען רעזולטאטען. ביני לביני, וואס זאגט איר אלע דא. העלפט מיך און אייך זיך מתעלס זיין אין אט דעם רייכען און אומשאשבארען אוצר.
פארשטייט זיך אלעס נאר באופן המותר.
בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו.....
א הייק אביסעלע אויף ההרים וכל גבעות. דערנאך אריין אין א עפעל ארקארד, אאאאא די שמעק פון עץ פרי וכל ארזים.. בלייבען דא א האלבע שעה איז שלעכט? מען קען אפי' אביסל קריכן אויף די עפעל ביימער און קלייבן אביסעל. די שומרים, זיי קומען דאך דיר העלפען. זיי האבען דיך אלע זייער ליב. געדענק עס איז דיין פאנטאזיע דו ביזט בעל הבית. דיין רצון איז אין קאנטראל. אין לך דבר שעומד בפני הרצון - גארנישט האלט נישט צוריק פון וועלן.
ישר כוח שמעקעדיג פאר ארויפברענגען דאס אין מיין געדאנק. קען אפשר זיין אז דאס איז גאר אן אומשאצבערע אוצר בלום וואס דו האסט אונז דא צוגעברענגט? אדער דמיון איך נאר? :)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פשיהא, אויף אזוינס האב איך מיר נישט גערישט!
וועלקאם טו די קלאב, הרב פייפער! ברוכים הבאים!!

איך דארף נישט אזעלכע אבנארמאלע קעניגליכע תענוגים. איני רגיל בכך. מיר איז גענוג א פאנטאזיע וואס כ'האב אמאל געהאט אז מ'ערוועלט מיר אלס דעם אמעריקאנעם פרעזידענט (כ'מיין, אויב אבאמא קען, קען איך דאך עניטיים אזויפיל, נישט אזוי?), און איינמאל איך בין דארט, ווערט ערנסט ארדענונג אין אמעריקע! איך האב שוין אין מיין פאנטאזיע אפילו צוגעגרייט די דרשות וואס איך וועל זאגן (אן א נארישן טעלעמפראמפטער, נאר דברים יוצאים מן הלב), און די געזעצן וואס מען וועט טוישן.

שטעלט אייך אלע פאר, אינאיינעם מיט מיין פאנטאזיע, וואספארא הערליכע מדינה אמעריקע וואלט געלעבט. אראפ מיט די אלע איבלען, משוגעת'ן. עס וואלט געהערשט ארדענונג, יעדער וואלט געפאלגט (מתוך אהבה! נישט דיקטאטוריש ח"ו), אלע פאליסיס וואלטן געווען אויף א אופן אז עס זאל זיין גוט און צופרידשטעלנד פאר רובם ככולם, אן געהערן צו א געוויסע פארטיי און נאכטאנצן זייערע שגעונ'ען. לאמיר אלע שרייען הויך: יחי המלך!

(זייט אייך מודה, האט איר נישט געהאט ענליכע דמיונות? דעם אמת!!!)
וירח ה' את ריח הניחוח
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

שמעקעדיג האט געשריבן:פשיהא, אויף אזוינס האב איך מיר נישט גערישט!
וועלקאם טו די קלאב, הרב פייפער! ברוכים הבאים!!

איך דארף נישט אזעלכע אבנארמאלע קעניגליכע תענוגים. איני רגיל בכך.

יישר כח שמעקעדיג, פאר די ווארעמע אויפנאמע. א ספעציעלן יישר כח פאר די געשמאקע קאפוטשינא וואס דו האסט מיר יעצט געגעבען. אוי ווארט דאס איז נאר אין מיין דמיון, נעווער מיינד.

דו ביזט נישט אזוי אינטערסירט אין מלכות. אמת מיר זענען נישט רגיל בכך, אבער הוא אשר דיברתי, ווער יא רגיל בכך. אויב איינער זאל דיר יעצט מציע זיין א קעניגרייך מיט אלע צוגעהער, אהן די פראבלעמען וואס א קעניגרייך קומט מיט, וואלסטו דאס דען אוועקגעווארפען? פארוואס נישט האבען דעם רייכן און געשמאקן עקספעריענס?

איך וואלט נישט גע'דמיונ'ט פון בעסער מאכען די וועלט. אין מיין דמיון וועל איך טראכטן דאס איך וואס איך האב באמת באמת ליב. פאר א פאר מינוט אדער שעה לאז איך מיך אפ פון תיקון עולם. איז דאס שלעכט? אדער נישט אויסגעהאלטן. איז דא עפעס קעגן דעם עולמך תראה בחייך!!

דאס איז נאר א משל אחד מני אלפי אלפים, וואס מען קען זיך מדמה זיין און נהנה זיין. איך בין זיכער אז דאס איז נישט קיין נייע המצאה. עס זענען דאך געווען בעלי דמיון אלע יארען :) ווער קען ערקלערן אביסל וואו דאס איז שוין באארבעט, אין אידישן און להבדיל אין גוי'אישן. יישר כח.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג, אויב טוישטו די וואוטינג סיסטעם צו לייקס, ווערסטו פרעזידענט איבער נאכט...
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

פייפער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פשיהא, אויף אזוינס האב איך מיר נישט גערישט!
וועלקאם טו די קלאב, הרב פייפער! ברוכים הבאים!!

איך דארף נישט אזעלכע אבנארמאלע קעניגליכע תענוגים. איני רגיל בכך.

יישר כח שמעקעדיג, פאר די ווארעמע אויפנאמע. א ספעציעלן יישר כח פאר די געשמאקע קאפוטשינא וואס דו האסט מיר יעצט געגעבען. אוי ווארט דאס איז נאר אין מיין דמיון, נעווער מיינד.

דו ביזט נישט אזוי אינטערסירט אין מלכות. אמת מיר זענען נישט רגיל בכך, אבער הוא אשר דיברתי, ווער יא רגיל בכך. אויב איינער זאל דיר יעצט מציע זיין א קעניגרייך מיט אלע צוגעהער, אהן די פראבלעמען וואס א קעניגרייך קומט מיט, וואלסטו דאס דען אוועקגעווארפען? פארוואס נישט האבען דעם רייכן און געשמאקן עקספעריענס?

איך וואלט נישט גע'דמיונ'ט פון בעסער מאכען די וועלט. אין מיין דמיון וועל איך טראכטן דאס איך וואס איך האב באמת באמת ליב. פאר א פאר מינוט אדער שעה לאז איך מיך אפ פון תיקון עולם. איז דאס שלעכט? אדער נישט אויסגעהאלטן. איז דא עפעס קעגן דעם עולמך תראה בחייך!!

דאס איז נאר א משל אחד מני אלפי אלפים, וואס מען קען זיך מדמה זיין און נהנה זיין. איך בין זיכער אז דאס איז נישט קיין נייע המצאה. עס זענען דאך געווען בעלי דמיון אלע יארען :) ווער קען ערקלערן אביסל וואו דאס איז שוין באארבעט, אין אידישן און להבדיל אין גוי'אישן. יישר כח.

דאס ערשטע פלאץ אנצוהייבען דיין ריסורטש איז וויקיפעדיע, שטייטסעך. עס קוקט מיר אויס דא אז פרויד האט געהאלטען דערפון. היינט איז פרויד נישט אזוי אקצעפטירט. אבער דו קענסט דאך דמיונן' אז ער איז יא אקצעפטירט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בעפאר דער אשכול פארקריכט, וויל איך בעטן זיך צו האלטן צום נושא. מען קען דעבאטירן דעם ענין פון דמיונות ערגעץ אנדערש, דא ווילעך בעטן יעדער זאל אויסלופטערן זייערע אייגענע פאנטאזיעס.

פארוואס איז דא אזא קאלטער אפרוף? איך הער נישט, הא??
איז עס ווייל קיינער האלט נישט דערביי? אדער פשוט צוליב ס'איז ערב פסח און יעדער איז ביזי?
וירח ה' את ריח הניחוח
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

הונדערט פראצענט גערעכט מיין נושא פארקירוועט אביסעל אין אן אנדערע ריכטונג. איך וועל כרצונך עפענען אן אשכול ויקרא שמו "כח המדמה - אירע מעלות און חסרונות". דערנאך וועל איך קאפיען דאס וואס איך האב געשריבען דא. א דאנק.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ווילסט וויסן מיין פאנטאזיע, איים נאט קידדינג. איך וויל גאר גאר גאר גאר שטארק אז משיח זאל שוין קומען און איך זאל מיט מיינע אויגן זוכה זיין צו זעהן ווי אלע רעליגיע'ס צופאלן ווי א זייפן בלאז, א מפלה פאר אלע רשעים. און אלע נאציס האבן א משפט, ממש יעדער נאצי נישט נאר די אנפירער. אונזערע זיידעס האקן אריין אין זיי מכת הרג חרב ואבדון, און די אלע זאכן ווערן געבראדקעסט לייוו אויף אלע נעצן וואס נאר מעגליך.

אלע אידן גייען ארויף קיין ירושלים, נאר ערליכע אידן קומען. אלע באמעס/קיהלע/פויבסט פארעהרערס ווערן נישט ארויפגעלאזט אויף די וואלקענעס. מ'קומט אן דארט זעהן מען בלויז די סמעטענע פון כלל ישראל אלעס מיט איין ציהל צו דינען ג-ט.

דאס איז עס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך הייב שוין אן מורא האבען, זר'ל. אפשר וועסטו מיר מאכען א פראטעקציע און ארויפלאזען אויף די (מדומיינדיגע) וואלקענעס דיינע? פליז.. אייל בי יאר בעסט פרענד..
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט