מוחמד און זיין קוראן איבער ארץ ישראל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

ממי זייער זייער שיין.

אויב איך מעג פרעגן מיר אלס אידן זענען ערלויבט צי לערנען אין שטודירען פרעמדע אפגעטער? היסטערי פארשטיי איך אז מען זאל מעגן אבער לערנען זייערע קוראן מיט די פסוקים א.א.וו. מעג מען?
actually; i'm using my blackberry more than my computer
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ר' שמחה »

קיין פרעמדע אפגאט איז עס נישט.

מוסלעמענער זענען נישט מנסך יין, ווייל זיי גלייבן אין דעם איין איינציגן באשעפער.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

מען זעט די שווערע ארבייט וואס ליגט און די ארטיקעל, הזורעים בדמעה. וכו׳

-----
וואס איך פארשטיי נישט, כהיום יום 2013 טראכט דען דער אראבער פארוואס ירושלים איז זיינס?
איך זע אזא ארטיקעל נאר אלץ חלק פון שיינע היסטאריע, דער ארבער שלאגט זיך ווייל ער מען האט אים אזוי אויפגעצויגען, ער ווייסט נישט קיין דיטעליס פארוואס ווי און ווען,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פריער האב איך געשריבן פארוואס די אראבער האבן נישט קיין טענה, צו מדינת ישראל, אז ארץ ישראל איז זייער, פון א פאליטישע שטאנפונקט:

מען מיז אבער ארויסברענגן אז ע''פ תורתינו הק', וואס כלל ישראל, אריינגרעכענט די ציונים אויך, האבן מקבל געווען אויפן בארג סיני, באלה ובשבועה, איז פארבאטן פאר יודן צו האבן א אייגענע לאנד, און וואו אויך דאס מינדעסטע שייכות צו "לאומיות" וממשלה, פאר משיח וועט קימען,

עס איז פארבינדן מיט גאר הארבע אסורים, וואס א טייל פון זיי זענען גאר ביהרג ועל יעבר, כמבואר בגמ' מסכת כתיבות, ובספר איגרת הרמב''ם, וספר הק' נצח ישראל פונעם הייליגן מהר''ל, און וואו אויך און די הייליגע בריוו'ן פונעם הייליגן מהרש''ב מליבאוויטש, און וואו אויך אונעם ספר הק' ויואל משה, באריכות.

דאס נעמט אריין און זיך, זיצן און כנסת המינים, דינען אונעם ציוניסטישען מיליטער, גיין צו די בחירות הטמאות, ועוד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאך, טאקע צוליב דעם האב איך געשריבן אין מיין הקדמה אז עס האט גארנישט צו טוהן מיט די שיטה.

דער רבי איז געווען קעגן די מדינה נישט ווייל די אראבער זענען גערעכט (און זיי זענען נישט), נאר צוליב די תורה הקדושה.
און די וועלכע האבן געהאלטן אז מדינה איז שוין א מציאת און זיי האבן מתיר געווען פארשידענע זאכן, איז נישט צוליב דעם וואס די אראבער זענען נישט גערעכט, נאר זיי האבן געלערנט די תורה אנדערש.

וואס איך וויל ארויסברענגען מיט מיינע ארטיקלן איז די פאקטן וועלכע מ'לערנט נישט אין סאטמאר און מ'פארקויפט דארט שטיקלעך אל גשאזירא. פנים חדשות בא לכאן, אנשטאט זאגן פאר די קינדער אז דער רבי איז געווען קעגן די מדינה צוליב די תורה, לערנט מען מיט די קינדער אז אראבערס זענען נעבעך אזוי געפייניגט און גערעכט, די ראשי המדינה שטייען אויף יעדן טאג און מאכן א רעיס וויפיל אראבער און חרדים זיי האבן גע'הרג'ט, די מדינה איז א שטיק אדורכפאל, יעדער האט זיי פיינט נישט צוליב אנטיסעמיטיזם נאר צוליב 67 וכדומה, א באנדע משוגעים פירן דאס, ועוד ועוד זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די מציאות.

עיין מה שכתבתי באשכול איין לאנגע אדער עטליכע קורצע ארטיקלען וואס מיין ארטיקלען גייען זיין אויף.

נאכאמאל, דער רבי גייט נישט ווערן אויסגערעכט ביי די סאטמארע חסידים צוליב דעם וואס די אראבער זענען נישט גערעכט, מיר זענען נישט נטורי קרתא (כאטש מ'לערנט אונז אזוי). פארשטאנען וואס איך פראביר צו זאגן?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך האב עס געשריבן, ווייל איינער האט מיר מעורר געווען, אז דאס וואס איך האב נעכטן געשריבען, איז ציוניסטיש געשטימט, האב געפילט פאר א פליכט, צו שרייבן וואס איך האב געשריבן.

אז מען רעד שוין יא, לאמיר דיר אזוי פרעגן, ווען וועט זיין פרישע ווארע????
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אי״ה פרייטאג אדער זונטאג בעזר הבורא והרבי
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

מען זעט די שווערע ארבייט וואס ליגט און די ארטיקעל, הזורעים בדמעה. וכו׳

-----
וואס איך פארשטיי נישט, כהיום יום 2013 טראכט דען דער אראבער פארוואס ירושלים איז זיינס?
איך זע אזא ארטיקעל נאר אלץ חלק פון שיינע היסטאריע, דער אראבער שלאגט זיך ווייל ער מען האט אים אזוי אויפגעצויגען, ער ווייסט נישט קיין דיטעליס פארוואס ווי און ווען, די היינטיגע קאנפליקט האט נישט קיין שום שייכות מיט סיי וועלכע חלק אין היסטעריע, עס פלעין א מציאות פון שנים אוחזים בירושלים זה אומר כילו שלי וזה אומר כילו שלי, א הסבר אדער אפווענדען זייער טענה וועט נישט העלפן לייזען די קאנפליקט.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יישר כוח בדחן,

סאו אין אנדערע ווערטער, די אראבער זענען גערעכט ווייל זיי ווייסן נישט אז זיי זענען נישט גערעכט?
די קאנפליקט גייט קיינמאל נישט ווערן מסודר, עס איז א פאקט און מיר דארפן דאס אנערקענען. נאר משיח וועט דאס קענען מסדר זיין.
אבער, איך גיי באשרייבן אין איינע פון די ארטיקלן אי"ה ווי אזוי די אראבער האבן כסדר נישט געוואלט מאכן שלום און געטוהן אלעס אז שלום זאל נישט זיין.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כאמעך אזוי מתבונן געווען אין דעם גאנצן מבוכה דא, אז ס'לעולם דא 2 דברים נפרדים, איבער דעם הינזיכט צו ארץ ישראל געהער פאר אידן, איינס, מחמת "רעליגיע", צוויי, מחמת "היסטאריע", דהיינו אז היסטאריע צייגט אז די אידישע פאלק ציען די עלצטע ווארצלעך צו דעם לאנד, דאס מיינט ס'נישטא קיין שום אומה ולשון וואס מיר ווייסן היינט אויפן כדור הארץ וואס זאל קענען אנצייגן אז זיי האבן באזעצט ארץ ישראל איידער די אידן,

מיר אידן מאמינים בה' ותורתו ווייסן אז ארץ ישראל געהער פאר אונז נאר מחמת "רעליגיע", ס'האט זערא מיט היסטאריע, דאס איז דאך ערשטע די ערשטע רש"י אין בראשית, אז טראץ ארץ ישראל איז געווען באזעצט מיט די ז' אומות, וועלן זיי דאך טענה'ן "ליסטים אתם", אויף דעם זאגט גאט - לפי שיטת הרעליגיע - עס איז מיין וועלט איך קען געבן אין צינעמען פון וועם מיר שמעקט און הענגטס ענק אלע,
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

לויט אונזער רעליגיע ציעט א צווייטע פאלק זייערע ווארצלען אין אר"י פאר די יודן הגם איך קען נישט אנצייגן ווער דאס איז ווי אויך קומט קיינער נישט זיך שלאגן אלס דעם
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

ממי_שאמרו האט געשריבן:יישר כוח בדחן,

סאו אין אנדערע ווערטער, די אראבער זענען גערעכט ווייל זיי ווייסן נישט אז זיי זענען נישט גערעכט?

די קאנפליקט גייט קיינמאל נישט ווערן מסודר, עס איז א פאקט און מיר דארפן דאס אנערקענען. נאר משיח וועט דאס קענען מסדר זיין.
אבער, איך גיי באשרייבן אין איינע פון די ארטיקלן אי"ה ווי אזוי די אראבער האבן כסדר נישט געוואלט מאכן שלום און געטוהן אלעס אז שלום זאל נישט זיין.


ניין זיי זענענן נישט גערעכט אפילו זיי ווייסען נישט זייער אומרעכט,
איך האב בסך הכל געמיינט צו זאגען, אז לגבי די קאנפליקט פון היינט איז נישט נוגע וואס עס האט געברענגט די קאנפליקט און ווער עס איז גערעכט אדער אומגערעכט, ווייל סיי ווי קען הסבר, היסטערי, אד״ג לייזען די קאנפליקט, דערפאר איז דיין באשרייבנוג נאר גוט פאר וועל וויל וויסען אביסל היסטאריע, אבער עס גוט גארנישט צו צום עצם קאנפליקט,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קאך_לעפל האט געשריבן:פריער האב איך געשריבן פארוואס די אראבער האבן נישט קיין טענה, צו מדינת ישראל, אז ארץ ישראל איז זייער, פון א פאליטישע שטאנפונקט:

מען מיז אבער ארויסברענגן אז ע''פ תורתינו הק', וואס כלל ישראל, אריינגרעכענט די ציונים אויך, האבן מקבל געווען אויפן בארג סיני, באלה ובשבועה, איז פארבאטן פאר יודן צו האבן א אייגענע לאנד, און וואו אויך דאס מינדעסטע שייכות צו "לאומיות" וממשלה, פאר משיח וועט קימען,

עס איז פארבינדן מיט גאר הארבע אסורים, וואס א טייל פון זיי זענען גאר ביהרג ועל יעבר, כמבואר בגמ' מסכת כתיבות, ובספר איגרת הרמב''ם, וספר הק' נצח ישראל פונעם הייליגן מהר''ל, און וואו אויך און די הייליגע בריוו'ן פונעם הייליגן מהרש''ב מליבאוויטש, און וואו אויך אונעם ספר הק' ויואל משה, באריכות.

דאס נעמט אריין און זיך, זיצן און כנסת המינים, דינען אונעם ציוניסטישען מיליטער, גיין צו די בחירות הטמאות, ועוד.


איך וויל נישט דא אין דעם אשכול דאס דעבאטירן, ביטע קום דא און לאמיר דאס דארט מברר זיין. ווייל לעניות דעתי איז נישטא קיין סרך איסור אין דעם.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

טייערער ליטוואק, במחילות כבוד תורתך, עס איז זיך גארנישט דא, וואס צו דעבאטירן, דיין מיינונג אז איז נישטא קיין "סרך איסר" איז מיר זייער חשוב, אבער דער מיינונג פון אלע הייליגע צדיקים, און פון רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, איז מיר דאך מער רעליווענט,

ואתכם הסליחה
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האב נישט די ווערטער אויסצודריקן א דאנק פאר ממי שאמרו פאר'ן זיך נעמען די מיה צו קלארשטעלן דעם ענין לכל דורשי ומבקשי האמת. די "פויפסטליכער פונ'ם פויפסט" קנאים, די נטורי קרתא, נטרונא, ודומיהן, קענען אין א געוויסן זין באטיטלט ווערן זעלבסט האסיגע אידן, צוליב זייער פארקרימטן שיטה אין דעם ענין, מיט'ן צוזאמשטעלן פאליטיק און די תורה אויף אן אבסורדן אופן, פארדרייענדיג היסטארישע פאקטן, אזוי אז א גרויס חלק פון חרדי'שע אידן, בעיקר אין סאטמאר ווערן געפיטערט אינפארמאציע וואס קומט פון די גרעסטע שונאי ישראל.
די נושא מיט וואס דו האסט אנגעהויבן איז גאר א ברייטע, לאמיר עס צונעמען און צולייגן כפי יכולתי.
מוחמד האט זיך דערקלערט אלס דער נאכפאלגער פון אידישקייט און להבדיל קריסטנטום, אבער ער האט זיך געהאלטן אלס א דירעקטע לינק צו גאט אליין, און די אידן און קריסטן האבן אפגענויגט פון דעם גענצליך 'ריכטיגן' דרך. אויף אברהם האט ער געשריבן אז ער איז געווען א מענטש פון אמונה, נישט קיין איד און נישט קיין קריסט, נאר א מוסלעמענער. און ווי ממי שאמרו האט שיין מסביר געווען, מוסלעמענער מיינט איינער וואס גיבט זיך איבער פאר גאט. ממילא, לויט מוחמד, איז אברהם געווען דער אמת'דיגער מוסלעמענער.
מוחמד איז געווען א גוטער פאליטיקאנט, ער האט געשפילט רעליגיע לויט זיינע פאליטישע אינטערעסן. דערפאר האט ער אריינגענומען אידישקייט און קריסטנטום אין זיין אייגענע רעליגיע, כדי זיי צו צוציען צו זיך. ער האט געשריבן: "איידער דעם בוך (קוראן) איז געווען דער ספר פון משה, און דער בוך איז דאס מחזק." דערצו האט ער געטון נאך א שפיל, ער האט מחדש געווען אז אברהם און ישמעאל האבן אינאיינעם מקדש געווען די שטיין קאבא שטיין אין מעקא, וואס איז היינט דער הייליגסטער ארט ביי אלע מוסלעמענער. (פרעג מיך נישט ווי אזוי זיי זענען אנגעקומען אהין). דער שטיין איז געווען פארהייליגט ביי די אראבישע עובדי ע"ז אין מעקא, און דורך עס מאכן אלס א הויפט זאך אין זיין רעליגיע, האט ער געזוכט צו פאראייניגן יעדן איינעם, אלע אראבער וועלכע זענען בעיקר געווען עובדי ע"ז, אונטער איין שירעם.
אזוי ווי מיין צייט איז באגרעניצט, וועל איך ממשיך זיין שפעטער.
האדם לא נברא אלא להתענג
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

הרב נייגעריגער א pdf ביטע אויב עס איז נישט שווער
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

שווער איז עס נישט, אבער ס'וועט שוין זיין קומענדיגע וואך!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

אז מ' בעט שיין באקומט מען!!! ;)
דא האט עטץ א דראפבאקס לינק צום PDF פון דעם ארטיקל:
http://goo.gl/1OYWl
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קאך_לעפל האט געשריבן:טייערער ליטוואק, במחילות כבוד תורתך, עס איז זיך גארנישט דא, וואס צו דעבאטירן, דיין מיינונג אז איז נישטא קיין "סרך איסר" איז מיר זייער חשוב, אבער דער מיינונג פון אלע הייליגע צדיקים, און פון רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, איז מיר דאך מער רעליווענט,

ואתכם הסליחה

עס איז נאך איינמאל דא וואס צו דעבאטירן.
דאס איז די מיינונג פון קיינער פון די צדיקים, נאר פון הרה"ק מאטמאר וואס האט אומסוקסעפאל דאס פראבירט ארויפצוצווינגן אויף די גאנצע וועלט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

ווי איז ממי שאמרו דער בעל הממאמר שוין לאנג נישט גיווען דא
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

ער איז אין געגנט, כ'ווייס נאר נישט פונקטליך וואו?!
פון זיין פרופייל
p9hy=80.JPG
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
פאר הדור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פאר הדור »

ממי_שאמרו האט געשריבן:
ירושלים:

אין תנ"ך ווערט עטליכע הונדערט מאהל דערמאנט ירושלים. אידן האבן אלס געלעבט מיט ירושלים. לשנה הבאה בירושלים. אם אשכחך ירושלים און אזוי ווייטער. נישט דא קיין אידישע שמחה, צוזאמקום וואס מ'דערמאנט נישט מינימום איינמאהל ירושלים. שוין צוויי טויזענט יאר וואס די אידן בעטן זיך ולירושלים עירך ברחמים תשוב. וואס עס איז אינטערעסאנט אז אינעם קוראן ווערט נישט דערמאנט ירושלים אפילו נישט איינמאל!!!

גוט געליינט!! קיין איין מאהל ווערט נישט ירושלים דערמאנט אינעם קוראן. עס איז קיינמאל נישט געווען הייליג ביי זיי, עס האט זיי קיינמאל נישט אינטערעסירט נאר ווען עס איז זיי אויסגעקומען אזוי צוליב פאליטישע חשבונות.

עס איז אמאל געווען ווען פייסל חוסיני (דער אראבישן שר איבער ירושלים אינעם אראבישן פארלאמענט) האט געהאט א דעבאטע מיט משה פייגלין (א רעכטע פרומע עקסטערעמיסט און היינט א חבר כנסת).

פייגלין: דו ווייסט אז מיר האבן ביידע עפעס שטארק די זעלבע?

חוסייני: וואס???

פייגלין: מיר ביידע גלייבן שטארק אינעם באשעפער משא"כ די פרייע עולם דא. דו גלייבסט אינעם באשעפער, יא?

חוסייני: יא, מיר ביידע גלייבן שטארק אין אללה.

פייגלין: יעצט גיב א קוק מר. חוסייני (און ער נעמט ארויס א תנך פון זיין טאש), דאס איז די תנ"ך- מיין הייליגסטע ספר וואס איך האב נאר.

חוסייני: קוקט אים מיט אפאר הינער אויגן פארשטייט נישט וואס ער וויל פון זיין לעבן האבן.

פייגלין: דא אינעם תנ"ך שטייט ירושלים איבער 800 מאהל, אדרבה הייב אן צו ציילן. (אןם ער האט אראפגעלייגט דעם תנ"ך אויפן טיש, און חוסייני האט געמיינט אז ער איז שוין פערטיג. אבער דא נעמט ארויס פייגלין א קוראן). מר. חוסייני! איך האלט דא דיין הייליגסטע ספר, יא?

חוסייני: (צומישט אינגאנצן) יא!

פייגלין: קענסטו ביטע טרעפן איין מאהל דאס ווארט ירושלים ,ציון וכו' אין די גאנצע קוראן? פרעג איך דיר? פאר וועם געהערט ירושלים? פאר דער וואס גלייבן אין די ספר אדער אין ספר????

--------
מוחמד האט אנפאנג גע'חלומ'ט אז די אידן וועלן זיך צושטעלן צו אים, דעריבער אין די ערשטע פרקים שרייבט ער שיין וועגן די אידן, און אנפאנג האט ער אפילו געהייסן דאווענען צו מזרח-ירושלים. אבער ווען ער האט געזעהן אז די אידן פון די דערפער ארום אינעם מדבר חייבער שטעלן זיך נישט צו צו אים, האט ער אויסגע'שחט'ן אלע מענער און באראבעוועט די פרויען. אזוי אויך האט ער צוגענומען די טאכטער פון איינע פון די ראשי הקהלה מיט'ן נאמען צפיה, און ער האט חתונה געהאט מיט איר. אזוי ווי ער האט געזעהן אז די אידן שטעלן זיך סיי ווי נישט צו אים האט ער געטוישט די וועג ווי זיי דאווענען, אנטשטאט קיין ירושלים האט ער דאס געטוישט קיין מעקא. אזוי אויך האט ער זיך גענומען צו די אידן זייער ווילד אינעם קוראן.

דאס ערשטע מאהל וואס ירושלים איז געווארן אן ארטיקל ביי די אראבער איז געווען אין יאר 680 ווען די מוסעלמענר זענען געווארן צוטיילט אין צוויי גרופעס- סוני און שיע. א שאד אריינצוגיין אין די גאנצע מלחמה זייערע וואו עס האט זיך פארגאסן בלוט ווי וואסער. נאר די וויכטיגע נקודה וועלכע איז אונז נוגע איז אזוי:

אין יענע תקופה האבן די שיע'ס געהאט קאנטראל איבער מעקא, און זיי האבן נישט ארויפגעלאזט די סוני'ס עולה רגל זיין אין ירושלים. די סוני'ס האבן זיך געפילט שרעקליך אויסגעשפיעלט און נישט געוויסט וואס צו טוהן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע געדאנק: אין פרק 17 פסוק 1 פארציילט די קוראן אז איין נאכט האט דער אייבערשטער גענומען זיין קנעכט (מוחמד) פונעם הייליגן קלויסטער צום ווייטערדיגע קלויסטער (אלמסגשאד אלאקצא) און אים געוויזן זיינע צייכענעס.

די מעשה גייט ארויף ווען מוחמד האט געהאט א גרופע שטיצער אינעם שטאט אלטא'אף וועלכע געפינט זיך צוויי טעג ווייטער פון מעקא, די וועג צו גיין פון מעקא צו אלטא'אף נעמט צוויי טעג, און ביינאכט פלעגן מוחמד שלאפן אין א שטאט אלגע'ראנה. די מוסעלמענער היסטאריקערס פארציילן אז די שטאט האט געהאט צוויי קלויסטערס, אלמאסגשאד אלאדנא- די נאנטע קלויסטער, און אלמאסדשאד אלאקצא- די ווייטערדיגע קלויסטער.

זענען געגאנגען די סוני'ס און אויפגעבויעט דעם אל אקצא (ירושלים הייסט אל קודס, נישט זיך פארמישן) קלויסטער אויפן הר הבית און געשריגן אלה אלקיך ישמעאל. טאקע דא אין ירושלים גייט ארויף דעם אלמאסגשאד אלאקצא, און זיי האבן ארויסגעגעבן אזא חיבור בימים ההם מיט הערליכע מעשיות און מאמרים פון מוחמד איבער ירושלים, און פערטיג. אזוי האבן זיי פארדינט צוויי זאכן, איינס: א גרינגער וועג ווי אזוי איבערצושרייבן היסטאריע. צווייט'ס, זיי זענען נישט אויסגעשפילט.

די סיבה פארוואס אלאקצא וואס מוחמד רעדט קען נישט זיין הר הבית איז צוליב צוויי סיבות: איינס, ארץ ישראל הייסט אינעם קוראן עדנה אל ארד- די נענטערע לאנד. ארץ ישראל האט געהייסן נאנט (אל ארד) און נישט ווייט (אל אקצא).

צווייטענס, ווי אזוי האט מוחמד גערעדט פונעם קלויסטער וועלכע איז נאך נישט געשטאנען בזמנו????

און טאקע נאר די סוני'ס האבן גענומען אויף זיך לחיי שעה אז ירושלים איז הייליג, און די שיע'ס האבן דאס זייער אוועקגעמאכט. דעריבער איז טאקע ביי די סוני'ס ירושלים די דריטע הייליגע פלאץ, אבער ביי די שיע'ס איז עס די פיפטע. (משא"כ ביי די אידן איז די הייליגע שטאט "נאר" ירושלים).

אין 750 ווען מ'האט שוין יא ארויפגעלאזט די שיע'ס אין מעקא, איז ירושלים צוריק געווארן פארנאכסעליגט. און פון דא און ווייטער איז עס נאר געגאנגען לויט די וועטער און גיסטע. אין 1016 איז אלאקצא געווען אזוי פארנעכלעסיגט אז די דאך איז איינגעפאלן! אין 1150 ווען צאלח א-דין האט געדארפט די אראבישע הילף צוריק איינצונעמען ארץ ישראל פון די קרייציגלער, איז ירושלים געווארן פלוצלינג צוריק הייליג. אבער אין 1229 האט אן אייניקל פון צאלח-א-דין איבערגעגעבן ירושלים פאר דעם קעניג פרידריך דער צווייטער פון דייטשלאנד (לויט געוויסע דעות איז די ניגון פון מעוז ציר- דחה אדמון בצל צלמון געזאגט געווארן אויף אים) כדאי אז דער פרידריך זאל אים העלפן זיך קריגן מיט זיין ברודער.

אזוי איז געווען פאר 700 יאר ווי ירושלים איז געווען זייער פארנאכלעסיגט, ארעמע מענטשן פון אלע זייטן, זייער ביליג געבויעט וכו' וכו'.

אין 1948 איז ירושלים אביסל צוריק ארויפגעקומען אויפן מאפע ווען ירדן האט איינגענומען דעם הר הבית, און עבדאללה האט זיך באקרוינט אלס קעניג פון ירושלים, אבער ער איז גאנץ ווייניג געווען דארט. ער האט גארנישט מקיע געווען אין ירושלים און עס איז געבליבן זייער א ארעמע און פארנאכלעסיגטע שטאט ביז 1967. קיין איין אראבישע פירער איז נישט געקומען פון יאר 48 ביז 67 קיין ירושלים אדער הר הבית.

נאך 1967 האט קעניג פייסל פון סודיע אראביע גערעדט ווי שטארק ער בענקט זיך און ער וויל קומען קיין ירושלים, אינטערעסאנט אז ווען עס איז געווען אינטער אראבישע האנט איז עס אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען. אפילו אין 1964 ווען אש"ף (די פאליסיטינער פארבאנד) האט געשריבן זייער מגילת העצמאות האבן זיי נישט דערמאנט קיין ווארט ירושלים!

און טאקע פון 1967 איז ירושלים און הר הבית געווארן הייליג און די שטאט דרייט זיך איבער וועגן דעם. אבער וועגן 1967 וויל איך נישט אריינגיין יעצט, נאר ווען איך וועל שרייבן דעם נושא פון מלחמת ששת הימים און אירע נאכפאלגן.

~~~~~~~~~~

סך הכל:

ירושלים און הר הבית ווערט בכלל נישט דערמאנט אינעם קוראן.

ירושלים און דער הר הבית ווערט הייליג און אויס הייליג לויט ווי די פאליטיק שפילט כרגע.


כל הזכויות שמורות לממי_ שאמרו בקאווע שטיבל, ונא לא לפרסמו אלא בשמי.

המקור במרשתת לדיון עם פייגלין, ולהבדיל, עם פייסל חוסייני ימ"ש: http://he.manhigut.org/general-articles/3191
יש להוסיף שבכל הכיבושים הערביים והמוסלמיים הם לא הפכו את ירושלים לבירתם והארץ הייתה בשבילם עוד ארץ באימפריה ולא מולדתם, ובכל השנים הלו וגם לפני כן ואחרי כן ירושלים היא העיר החשובה ביותר לעם היהודי. ובנוסף הם מתפללים על הר הבית עם גביהם וישבניהם לכיוון מקום המקדש שלהבדיל, הוא גם מקום כיפת הזהב שלהם. כל ה"לאומיות" שלהם היא מזויפת ונועדה רק בשביל לפגוע בחיים היהודיים בארץ וכפי שמנהיגים ערביים, כולל של ה"פלסטינים", אמרו לעתונות הבינ"ל והערבית. ויש לציין שהטרור שלהם החל לפני מה שמכונה "הכיבוש" בפי מי שמכונה, וגם לפני קום המדינה ואף כלפי היישוב הישן הלא ציוני.
ראו כאן את המאמר "ערבים בארץ ישראל מקומיים או זרים?" - http://hm-holyland.blogspot.co.il/2011/ ... -post.html
ועוד חשוב להוסיף שאישים מוסלמיים שאינם נגועים בשנאת ישראל כמו מוכתרים בארץ וכמו האימאם עבדול האדי פלאצי, מזכ"ל ה"מג'לס אל-עולמה" שהיא מועצת חכמי הדת המוסלמים באיטליה, תומכים בהתנחלויות ובכך שכל הארץ שייכת ליהודים. ראו כאן על ה"השיח הציוני" שהוא בעצם אימאם על תמיכתו בהתנחלויות והתנגדותו לשתי מדינות לשני עמים: http://www.kr8.co.il/BRPortal/br/P102.jsp?arc=44450
מאמר המתייחס לארץ ישראל בקוראן: http://tanakhblogger.blogspot.co.il/201 ... st_04.html

אסיים בשירו של אלתרמן "ארץ ערבית" שאת השקרים הערביים לגבי ההיסטוריה של הארץ:

ארץ ערבית
"פלשתינה היא ארץ ערבית ואין לזרים כל חלק בה"
מתוך גילוי דעת של ההנהגה הערבית


לילה צח. אילנות מניעים
את נופם בלחישה אוורירית.
ממרום כוכבי ליל ערביים
נוצצים עלי ארץ ערבית.

נוצצים כוכבי ליל במצמוץ
וזורעים את אורם הרעוד
על העיר השוקטת אל קודס
שחנה בה המלך דאוד.

ומשם הם צופים ורואים
את העיר אל-חליל ממרחק.
עיר קברו של האב איברהים
איברהים שהוליד את איסחק.

ומשם קו אורם השנון
אץ לצבוע בזוהב אורו
את מימי הנהר אל-אורדון
שיעקוב במקלו עברו.

לילה צח. ברמיזה אוורירית
נוצצים כוכבי ליל כחוק
על הריה של ארץ ערבית
אשר מוסה ראה מרחוק.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

יישר כח פאר הדור פאר די לינקס, עס קוקט אויס העכסט אינטערעסאנט. פארשטייט זיך אז דעם אמת קען מען פון דעם נישט דערגיין ווייל ער שרייבט קלאר אז די אפיציעלע רעגירונגס ציפערן גלייבט ער נישט - א קאנספיראציע גלויבער אין אנדערע ווערטער. בעסער: ער גלייבט נאר וואס עס איז אים געשמאק און שטימט מיט זיין אגענדע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט