וואס האט אשר מיט זעליג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
וואס האט אשר מיט זעליג
ווי באקאנט זענען דא זייער אסאך נעמען וואס ביי די תורה רופט מען זיי איין וועג און די גאס אנדרעש ווי צום ביישפיל צבי רופט מען הירש אדער זאב וואלף
מיין שאלה איז פארוואס איינער וואס הייסט אשר זענען דא געוויסע וואס רופען זעליג אדער
מנחם - מענדל
ישכר - בער
יחיא'ל - מיכל
קלונימס - קלמן
יקתואל - זלמן
נתן - נטע
מיין שאלה איז פארוואס איינער וואס הייסט אשר זענען דא געוויסע וואס רופען זעליג אדער
מנחם - מענדל
ישכר - בער
יחיא'ל - מיכל
קלונימס - קלמן
יקתואל - זלמן
נתן - נטע
http://amzn.to/1SLdXKv
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דער תירוץ איז פשוט, אמאליגע צייטן האט מען מקפיד געווען צו האבען א שם הקודש וואס מען האט געניצט נאר פאר צרכי קודש ווי א עליה לתורה וכדומה און פאר אלע גשמיות'דיגע זאכען האט מען גענוצט דעם שם החול, ביי די יעקעס איז מען נאך שטארק מקפיד דערויף און דערפאר ביינוצען זיי זיך פאר די טאג טעגליכע לעבן מיט ניקנעימס ווי שולי ,אדי, מישו, ברודי וכו.
די אלע נעמען וואס דו האסט אויסגערעכענט איז דער ערשטער די שם הקודש און צווייטער דעם שם החול.
די אלע נעמען וואס דו האסט אויסגערעכענט איז דער ערשטער די שם הקודש און צווייטער דעם שם החול.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך אויך האט געשריבן:דער תירוץ איז פשוט, אמאליגע צייטן האט מען מקפיד געווען צו האבען א שם הקודש וואס מען האט געניצט נאר פאר צרכי קודש ווי א עליה לתורה וכדומה און פאר אלע גשמיות'דיגע זאכען האט מען גענוצט דעם שם החול, ביי די יעקעס איז מען נאך שטארק מקפיד דערויף און דערפאר ביינוצען זיי זיך פאר די טאג טעגליכע לעבן מיט ניקנעימס ווי שולי ,אדי, מישו, ברודי וכו.
אזוי? ב'האב געמיינט אז ס'פאר באקוועמליכקייט, אריינצופיטען אין די ביזנעס וועלט. ביי אונז חסידים טרעפט מען דאס כמעט נישט אז מ'זאל מקפיד זיין אויף דעם, אריין אין אכשר דרא אשכול.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אויב נאר פאר ביזנעס איז דען שולי עפעס שענער ווי סעמיועל מישו ווי משה צו ברודי ווי איזראעל?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
מיין שאלה איז פארוואס איינער וואס הייסט יקתואל רופט מען זלמן פארוואס נישט פאר אלישע זאל מען רופען זלמן
ארי לייב פארשטיי איך ווייל דאס איז די אפטייטש פון ארי
ארי לייב פארשטיי איך ווייל דאס איז די אפטייטש פון ארי
http://amzn.to/1SLdXKv
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
הרב_שלום האט געשריבן:מיין שאלה איז פארוואס איינער וואס הייסט יקתואל רופט מען זלמן פארוואס נישט פאר אלישע זאל מען רופען זלמן
ארי לייב פארשטיי איך ווייל דאס איז די אפטייטש פון ארי
אינטערעסאנט, פון א קורצע גוגלעריי איז משמע אז די מקור פונם נאמען זלמן איז גאר שלמה, וואס אין גויאיש ווערט עס פראנאונסד סאלאמאן, און דאס איז געוואן זלמן, מ'זעט טאקע אז שלמה זלמן דייט אויך צוזאמען אסאך מאל.
דא שרייבט איינער אז ס'קומט גאר פון צלמון, איינער פון דוד המלך'ס בעלי מלחמה.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יענער דארט ווייסט נישט פון זיין לעבן צו זאגען, ווי האט דער בית ישראל געזאגט "שלאפט ווייניגער וועט איר חלעמ'ן ווייניגער".
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אין געוויסע קרייזן איז שייך אז מען רופט מנחם אין קורצן 'מענא /מעניע', איז שוין נישט אזוי שווער צו פארשטיין אז ס'האט זיך געשאפן דעם נאמען 'מענ-דל'.
געהערט אז היות דער ערשטער יששכר איז דאך געבוירן דורך די דודאים גיבט מען צו דעם נאמען בער ע"ש ווילדע געוואוקסן וואס ווערן אנגערופן "בערן " (אין ענגליש "בעריס ").
קלמן איז א פארקורצעטער וועג צו זאגן קלונימוס, וה"ה נטע פון נתן.

- הערשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 203 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל
ריכטיג האט געשריבן:אין געוויסע קרייזן איז שייך אז מען רופט מנחם אין קורצן 'מענא /מעניע', איז שוין נישט אזוי שווער צו פארשטיין אז ס'האט זיך געשאפן דעם נאמען 'מענ-דל'.
געהערט אז היות דער ערשטער יששכר איז דאך געבוירן דורך די דודאים גיבט מען צו דעם נאמען בער ע"ש ווילדע געוואוקסן וואס ווערן אנגערופן "בערן " (אין ענגליש "בעריס ").
קלמן איז א פארקורצעטער וועג צו זאגן קלונימוס, וה"ה נטע פון נתן.
ס'נישט ממש ריכטיג אז מען "גיבט צו". די שם החול איז געווען עיקר. מען האט מתקן געווען משום אכשר דרא אלע בני ישראל זאלן האבן א שם קודש אויך. מען האט געזוכט צו פאסן א שם קודש לחול, און אז מ'האט נישט געטראפן, האט מען געשאפן איינס יש מאין. למשל מיין נאמען, הערש (הירץ), איז נספח געווארן צו צבי. צבי, ווי אנדערע שמות חיות, איז נישט דערמאנט אין די מקורות אלס שמות בני אדם.
די נעמען וועלכער הרב שלום דערמאנט זענען שמות גוים ביסודם. נישט אלס ווייס איך, אבער מען קען לערנען כלל מפרט, בער-בלום, מיכל-די ווערנאקיולאר מיכאל, קלמן-קולמאן (שוין גג-על-גג, ווייל קלונימוס גופא איז לאטייניש), זלמן-שלמה כנ"ל.
אגב, נחום, ווי ארויסגעזאגט ביי אונז מיט א פתח, איז א שם כינוי למנחם, ע"ד מנחם נחום מטשערנאביל. נישט צו פארמישן מיט נחום בקמץ כנביא דתרי עשר.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
הערשי האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:אין געוויסע קרייזן איז שייך אז מען רופט מנחם אין קורצן 'מענא /מעניע', איז שוין נישט אזוי שווער צו פארשטיין אז ס'האט זיך געשאפן דעם נאמען 'מענ-דל'.
געהערט אז היות דער ערשטער יששכר איז דאך געבוירן דורך די דודאים גיבט מען צו דעם נאמען בער ע"ש ווילדע געוואוקסן וואס ווערן אנגערופן "בערן " (אין ענגליש "בעריס ").
קלמן איז א פארקורצעטער וועג צו זאגן קלונימוס, וה"ה נטע פון נתן.
ס'נישט ממש ריכטיג אז מען "גיבט צו". די שם החול איז געווען עיקר. מען האט מתקן געווען משום אכשר דרא אלע בני ישראל זאלן האבן א שם קודש אויך. מען האט געזוכט צו פאסן א שם קודש לחול, און אז מ'האט נישט געטראפן, האט מען געשאפן איינס יש מאין. למשל מיין נאמען, הערש (הירץ), איז נספח געווארן צו צבי. צבי, ווי אנדערע שמות חיות, איז נישט דערמאנט אין די מקורות אלס שמות בני אדם.
די נעמען וועלכער הרב שלום דערמאנט זענען שמות גוים ביסודם. נישט אלס ווייס איך, אבער מען קען לערנען כלל מפרט, בער-בלום, מיכל-די ווערנאקיולאר מיכאל, קלמן-קולמאן (שוין גג-על-גג, ווייל קלונימוס גופא איז לאטייניש), זלמן-שלמה כנ"ל.
אגב, נחום, ווי ארויסגעזאגט ביי אונז מיט א פתח, איז א שם כינוי למנחם, ע"ד מנחם נחום מטשערנאביל. נישט צו פארמישן מיט נחום בקמץ כנביא דתרי עשר.
אנטשולדיגטס מיר, אפשר קענסטו ברענגען א מקור אז דער שם חול איז געווען דער עיקר? איך מיין אז פונקט פארקערט, ווי אפט הערט מען דען איינעם געבן בלויז א שם חול? שטעל זיך פאר אז איינער זאל טענה'ן אז דיין עיקר נאמען איז 'הערשי' נאר זיכענדיג עפעס ארגינעל האט מען דיר צוגעגעבן 'הירש'?
קלונימוס איז גריכיש, נישט לאטייניש.
דאכצעמער דער נביא אין תרי עשר הייסט אויכעט נחום מיט א פתח.
דער ערשטע מאל איך הער דעם צוזאמשטעל ברוך זעליג.
- הערשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 347
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 203 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל
אנטשולדיגטס מיר, אפשר קענסטו ברענגען א מקור אז דער שם חול איז געווען דער עיקר?
איך קען נישט אויף די מינוט טרעפן דער מקור איבער די תקנה צו געבן אויך א שם קודש. אבער אזוי האב איך געזען ערגעצוואו. דאס איז אבער ברור אז אשכנזים פלעגן האבן באזונדער א שם קודש און א שם חול, און שם חול מיינט דוקא נישט א ביזנעס נאמען, נאר א אידישע נאמען גערופן אין אלע אומשטענדן אחוץ לעליה לתורה. די שם קודש איז געגעבן געווארן ביים ברית , און שם חול ביים חולקרייש. ווען ס'פארגעסן געווארן די מנהג חולקרייש, איז אויך מטושטוש געווארן די הבדל בין קודש לחול. פרויען וועלכע האבן נישט קיין ברית, זענען פיל טאקע געבליבן אן קיין שם קודש. זע דא און דא.
קלונימוס איז גריכיש, נישט לאטייניש.
ריכטיג. דא
דער ערשטע מאל איך הער דעם צוזאמשטעל ברוך זעליג.
איך האב נישט געמאכט קיין צאמשטעל, נאר באמערקט, אז היות זעליג טייטש געבענטשט, א שטייגער ווי "מיין זעליגער פאטער" אלס איבערטייטש פון ז"ל, וואלט לכאורה ברוך געווען מער פאסיג ווי אשר. אבער אז מען הייסט אשר, איז גם ברוך יהיה.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
אגב האב איך געליינט אין משולחן מלכים אז דער חתם סופר פלעגט רופן זיין זון הכתב סופר שמואל וואלף, ווייל וואלף איז א כינוי צו בנימין ע"ש הכתוב בנימין זאב יטרף.
חברה, גלייבטס מיר כ'האב נישט מיט די גאנצע זאך, אבער ליינטס דעם משולחן מלכים, דער מענטש איז מארוואלעס, ער ווייסט א געוואלד, זיינע ידיעות זענען אנבעליוועבל.
ווען מהר"א האט ווען דא א ניק (אונטער א פאלשע נאמען פארשטייט זיך) וואלט ער געהאט מער לייקס פון שמעקעדיג אין נא טיים.
(ווער רעדט נאך אין מאחורי וואלט ער ממש באלאכטן דער וועלט...)
אפשר וויל איינער עפענען א משולחן מלכים מדי שבוע בשבוע אשכול, און אהערברענגען אינטערעסאנטע נאטיצן, איך זאג אייך דער עולם וועט זיך באלעקן.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
הערשי האט געשריבן:ס'נישט ממש ריכטיג אז מען "גיבט צו". די שם החול איז געווען עיקר. מען האט מתקן געווען משום אכשר דרא אלע בני ישראל זאלן האבן א שם קודש אויך. מען האט געזוכט צו פאסן א שם קודש לחול, און אז מ'האט נישט געטראפן, האט מען געשאפן איינס יש מאין. למשל מיין נאמען, הערש (הירץ), איז נספח געווארן צו צבי. צבי, ווי אנדערע שמות חיות, איז נישט דערמאנט אין די מקורות אלס שמות בני אדם.
אפס, ס'איז יא ריכטיג, ס'איז א דאקומענטירטע זאך אין היסטאריע, אז מען האט געהאט צוויי נעמען, א שם קודש און א שם חול, חוץ וואס רח"ו שרייבט אזוי אין ספר הגלגולים, מיט דער גאנצער אריכות אז דער שם "החול" דער שם טומאה איז דער נאמען וואס מען פארגעסט ביים שטארבען, איז עס מבואר איז היסטאריע שרייבערס, אז מען פלעגט מאכען א סעודה (עפעס אזוי) דער טאג וואס מען האט געגעבען דער שם החול. אין אשכנז.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
הערשי האט געשריבן:איך האב נישט געמאכט קיין צאמשטעל, נאר באמערקט, אז היות זעליג טייטש געבענטשט, א שטייגער ווי "מיין זעליגער פאטער" אלס איבערטייטש פון ז"ל, וואלט לכאורה ברוך געווען מער פאסיג ווי אשר. אבער אז מען הייסט אשר, איז גם ברוך יהיה.
ברוך גייט צוזאמען מיט בענדיט, אזוי ווי בענעדיקטוס וואס מיינט געבענטשטער אויף לאטייניש.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:ס'נישט ממש ריכטיג אז מען "גיבט צו". די שם החול איז געווען עיקר. מען האט מתקן געווען משום אכשר דרא אלע בני ישראל זאלן האבן א שם קודש אויך. מען האט געזוכט צו פאסן א שם קודש לחול, און אז מ'האט נישט געטראפן, האט מען געשאפן איינס יש מאין. למשל מיין נאמען, הערש (הירץ), איז נספח געווארן צו צבי. צבי, ווי אנדערע שמות חיות, איז נישט דערמאנט אין די מקורות אלס שמות בני אדם.
אפס, ס'איז יא ריכטיג, ס'איז א דאקומענטירטע זאך אין היסטאריע, אז מען האט געהאט צוויי נעמען, א שם קודש און א שם חול, חוץ וואס רח"ו שרייבט אזוי אין ספר הגלגולים, מיט דער גאנצער אריכות אז דער שם "החול" דער שם טומאה איז דער נאמען וואס מען פארגעסט ביים שטארבען, איז עס מבואר איז היסטאריע שרייבערס, אז מען פלעגט מאכען א סעודה (עפעס אזוי) דער טאג וואס מען האט געגעבען דער שם החול. אין אשכנז.
נו, דאס איז דאך לויט טייל חוקרים די חולקרייש/הולקרייש וואס הערשי האט דערמאנט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.