פלארייד אין די סינק וואסער: א סכנה'דיגע סם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

פלארייד אין די סינק וואסער: א סכנה'דיגע סם

שליחה דורך חזקיהו המלך »

לאמיר גיין צעביסלעך און געבן א טיפערע בליק אין דעם וויכטיגן נושא.

אנגעהויבן האט זיך עס אין נאצי דייטשלאנד, וואס איז געווען א מאדערנע דיקטאטורשאפט באנוצענדיג זיך מיט סייענס צו באווירקן די מאסן צו זייער אידאעלאגיע.

די מאדערנע פראפעגאנדע איז בעיקר געשטאנען אויף צוויי זאכן, איינס איז פשוטע נאכאנאנדע מאסן פראפעגאנדע, וואס איז ערמעגליכט געווארען דורך דעם ראדיא וואס איז שוין דאן געווען אין באנוץ, און צווייטענס אפשוואכען דעם מענטש אינערליך כדי ער זאל נישט זיין אומשטאנד צו אפווארפן די דרויסענדיגע פראפעגאנדע פין איבערנעמען זיינע געפילן און געדאנקען, אין אנדערע ווערטער צי אפשוואכן די מענטשליכע ווידערשטאנד כח, און כח הבחירה, און מאכן דעם מענטש ענדלען אין א בהמה.

יעצט לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר מר. טשארלס עליאט פערקינס, א פראמינענטע אינדוסטרואלע קעמיסט פין די פאראייניגטע שטאטען וואס די אמעריקאנע רעגירונג האט אים געשיקט נאכען קריג צי איבערבויען די ריזיגע I.G. FARBEN דייטשע קעמיקאלע קאמפאני, אין יאר 1954 האט ער געשיקט א בריוו צי דעם "לי פאנדעישען פאר נוטרישענעל ריסערטש", צווישען אנדערע שרייבט ער אזוי: (איבערגעזעצט)

מר. טשארלס עליאט פערקינס האט געשריבן:די ריכטיגע סיבה אינטער פלארייד אין די וואסער איז נישט צי בענעפיטירען די קינדער'ס ציינער, די ריכטיגע סיבה אינטער פלארייד אין די וואסער איז צו רעדוצירן די רעזיסטענס פין די מאסן צי דאמינאציע אין קאנטראל און צו פארלירן פרייהייטן, נאכאנאנדע דאזעס פון קליינע סומעס פין פראולין וועט מיט די צייט צעביסלעך רעדוצירן דעם אינדיווידיאלע כח צי רעזיסטען דאמינאציע דורך צוביסלעך פאר'סמ'ען און פאר'שיכור'ן געוויסע חלקים פון די מח אין אים מאכען סאבמיסיוו צו די ווילן פון די וואס ווילן הערשן איבער אים.

איך זאג דאס מיט די גאנצע ערנסטקייט און אפען-הארציגקייט פון א סייענטיסט וואס האט פארברענגט כמעט 20 יאר ריסערטש אין די קעמיסטרי, בייאו-קעמיסטרי, פיזיאולאדזשי, און פאטאולאדזשי פין פלאורין, עני מענטש וואס וועט טרינקען פלארידעיטעד וואסער פאר א צייט פון איין יאר אדער מער וועט שוין קיינמאל נישט זיין דער זעלבער מענטש, מענטעלי און פיזיקלי.

אסאך מענטשן כאפן זיך נישט אז פלארייד איז די שליסל אינגרידיענט אין פראוזעק [PROZAC] און אסאך אנדערע פסייקאו דראגס פראוזעק וואס איר סייענטיפישע נאמען איז fluoxetine איז 94 % פלארייד, יעצט איז שוין זייער גרינג צו פארשטיין וויזוי ריטעלין העלפט צו קאנטראלירן קינדער מיט אזוי-גערופענע ADHD נישט ווייל עס היילט זיי נאר ווייל עס הארגעט זיי די ווילנקראפט, און זיי ווערן ווי בהמות זיך גרינג צו לאזן דאמינירן, ס'טאקע גרינגער פאר די ארומיגע אבער ס'הארגעט נעבעך די קינדערלאך, אנשטאט זיי צו היילן און זיי העלפן בויען א לעבן. און די זעלבע ביי אנדערע פסייקאו דראגס, ס'היילט נישט, ס'צוברעכט, אפילו אמאל קוקט עס אויבן אויף ווי פאזיטיווע רעזולטאטן.

פלארייד איז שוין געווארען גע'אסר'ט אין אסאך אייראפעאישע לענדער ווי שוועדן, נארוועגיען, דענמארק, דייטשלאנד, איטאליע, בעלגיע, עסטרייך, פראנקרייך, אין נידערלאנד. אבער אין אמעריקע גייט עס דערווייל ווייטער אן, אנגעבליך צוליב ספעציעלע אינטערעסן, איינס ווייל פראפעגאנדע און אדווערטייזינג ארבעט אזוי אסאך בעסער, און צוויי ווייל נאכן באקומען א פלאטשיגע שכל, קענען מענטשן נישט טראכטן צו טיף און כאפן זיך נישט אויף די עוולות פין די עליטע.

אבער א חוץ פון אפשוואכן די מענטשליכע שכל און ווילענסקראפט, ברענגט עס אויך צו אנדערע פראבלעמען און מחלות. לאמיר געבן דאס ווארט פאר דר. דיען בורק, דער טשיף קעמיסט פין די יו. עס. נאציאנאלע קענסער אינסטיטוט:

דר. דיען בורק האט געשריבן:פאקטיש טוט פלארייד גורם זיין מער יומען קענסער טויט-פאלן, און איז עס גורם שנעלער פון סיי-וועלכע אנדערע קעמיקאל

עכ"פ די אונטערשטע שורה איז, אז פלארייד איז א סם וואס עפעקטירט דעם מח און בעסיקלי שוואכט אפ די כח הבחירה פון דעם מענטש, און די מענטשליכע ווילענסקראפט. ס'גענוצט געווארן דורך נאצי דייטשלאנד, ס'גענוצט געווארן דורך סטאלין אין די גולאג'ס, און ס'ווערט אויך גענוצט אין די ניו יארקער וואסער.....

כ'האב פונקט לעצטע שמחת תורה געזעהן פון איינע פון די גדולים פון דעם פריערדיגען דור ווי ער וויינט הושענא רבה אז דער כח הבחירה איז אפגעשוואכט אינעם דור, מענטשן האבען זיך פשוט נישט אין די הענט, און ער איז גערעכט, אבער ער האט נישט געוואוסט פון וואס עס קומט, פאר כלל ישראל איז עס א בראך, די גאנצע תורה איז דאך געבויעט אויף די כח הבחירה.

עכ"פ די גאנצע זאך איז א אומגעהויערע קריים אקעגן די מענטשהייט, און ס'צייט אז מען זאל אויפהערן פאר'סמ'ען די קינדער (און די גרויסע), און ווער עס וואוינט אין אזא פלאץ וואו מען לייגט דעם אומגליקליכע סם אין די וואסער זאל עס פילטערן מיט א ספעציעלע פילטער וואס איז געמאכט דערפאר (סתם א פילטער העלפט נישט דערפאר), און אוודאי זאל מען שטיין ווייט פון ריטעלין און אנדערע פסייקאו דראגס, און מען זאל וויסן אז רוב גאווערמענט איז אין טַאש פאר די ספעציעלע אינטערעסן און מען קען זיי נישט טראסטן מיט גארנישט,

זאל גא-ט העלפן אז אידן זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן, אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איז יעצט אפשר אויך פארענטפערט פארוואס ס'דא אזויפיל גיטין, א'מהאט נישט דעם כח הבחירה קאררעקט. שכח פאר דיין אינפארמאטיוון ארטיקל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html

נאר איין זאך, וויאזוי האסטו חזקיהו זיך באוויזן ארויסצודרייען פון ווערן פארפלאטשיגט?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

יידל האט געשריבן:http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html
נאר איין זיך,

די מציאות איז אז ריטעלין האט אזא עפעקט, נישט קיין חילוק צי ס'פינקליך די זעלבע קעמיקאל אדער אביסעל אנדרעש, טאמער עפעס איז עס נאך ארגער אין מער דעסטראקטיוו ווי די פלארייד וואס ווערט געלייגט אין אסאך וואסער סיסטעם'ס,

יידל האט געשריבן:וויאזוי האסטו חזקיהו זיך באוויזן ארויסצודרייען פון ווערן פארפלאטשיגט?

ביטע עס נישט נעמען צי א פערסאנעל לעוועל, יישר כוח,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יידל האט געשריבן:http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html

נאר איין זאך, וויאזוי האסטו חזקיהו זיך באוויזן ארויסצודרייען פון ווערן פארפלאטשיגט?

כ'האב געטראכט דאס זעלבע, אבער נישט געוואלט שרייבן...
אפשר האט אים אזויפיל פלארייד טרינקען געדעמעדזשד דעם מח רח"ל צו גלייבן די אלע קאנפיראציעס?...

כ'מאך נאר א ווערטל. איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. איך פארשטיי זייער חזקיהו'ס טענה, ס'קוקט אויס שרעקליך, אבער איך האב זיך שוין געלערנט נישט צו פסק'ענען בעפאר איך הער אויס דעם צווייטן זייט אויכעט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

שמעקעדיג האט געשריבן:

ביי דע וועי ווי איך בין אויפגעוואקסען לייגען זיי נישט פלארייד אין די וואסער, אין צווייטענס אזוי ווי כ'האב געשריבען פאר יודל ביטע האלטען די דיסקאשען ציוויל אין עס נישט אראפלאזען צי פערסאנעל טשעפערייען,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

שמעקעדיג האט געשריבן:אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.

כ'בין נישט אויפגעוואקסען אין אפסטעיט אויך נישט, אין כ'וואוין היינט אויך נישט דארט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

חזקיהו המלך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html
נאר איין זיך,

די מציאות איז אז ריטעלין האט אזא עפעקט, נישט קיין חילוק צי ס'פינקליך די זעלבע קעמיקאל אדער אביסעל אנדרעש, טאמער עפעס איז עס נאך ארגער אין מער דעסטראקטיוו ווי די פלארייד וואס ווערט געלייגט אין אסאך וואסער סיסטעם'ס,

אוי איז עס א חילוק צו ס'איז דער זעלבער קעמיקעל צו נישט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אגב, איז דא א אינדיפענדענט מקור פאר די מעשה מיט פערקינס - נישט פון קאנספיראציע טעארעטיקער?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

וואלט ווען נישט געדארפט קומען א מאסיווע אנקלאגע נאך אזא ווערטשאפט?
געדענקט איינער א מעשה מיט ערען בראקאוויטש?
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

יאנקל האט געשריבן:חזקיהו, א קניפ אין בעקל (כ'מיין, א לייק) פאר'ן שיין באשרייבן דעם וועג וויאזוי דו קוקסט אויף דעם ענין. אבער אם באוישוויץ עסקינן, נאצי-דייטשלאנד איז צושטאנד געקומען צוליב דעם פאלק'ס גלייבן פראפאגאנדע און קאנספיראציע-טעאריעס.

טאקע דאס וואס די נאציס האבען געלייגט פלארייד אין די וואסער האט געשפילט א ראלע אין דעם אז דאס פאלט האט געגלייבט די נאצישע פראפעגאנדע אזוי ווי כהאב געשריבען אויבען,

"קאנספיראציע טעאריע" איז סתם א שמוץ-נאמען פאר יעדער וואס גלייבט נישט די אפיציעלע ליניע, נישט קיין חילוק וויפעל פאקטען וועלען ווייזען צי די אמת פין א זאך, טאמער איז עס נישט די אפיציעלע ליניע פין די קארפארעיט מידיא ווערט עס באצייכענט אלץ "קאנפיראציע טעאריע", אין אזוי ווי יענער זאגט: דרייטס נישט דעם קאפ מיט פאקטען, אין אנדערע ווערטער פאקטען שפילט א קליינע ראלע אין די אפיציעלע דעת הקהל וואס ווערט אויסגעפארעמט דורעך די מידיא וואס רוב דערפין איז קאנטראלירט דורעך די ספעציעלע אינטערעסען, דאס איז ליידער די מציאות, מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם עס צי פארשטיין,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

שמעקעדיג האט געשריבן:אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.

מען זעט טאקע אז די מאנסיע און סקווירא אידן זענען מער אפענמיינדעד און האבן א בחירה
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

אדוני המלך,
CALM DOWN AND TAKE IT EASY
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

שרייבער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.

מען זעט טאקע אז די מאנסיע און סקווירא אידן זענען מער אפענמיינדעד און האבן א בחירה

דארט איז דא א פראבלעם אז ס'לעבען די אינדיען פוינט נוקלארע רעאקטאר, אין די ראדיאציע וואס ליקט ארויס קען שאטען פאר מענטשען,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

און, אדוני המלך, וואטס יור אפיניען בנוגע די שעדליכע שטראלן וועלכע קומען פון מייקראו-וועיוו אויווענס? און פון סעל-פאונס?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חזקיהו, מאך צוריק אויף דעם גיחון.....
Under influence
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

יידל האט געשריבן:אגב, איז דא א אינדיפענדענט מקור פאר די מעשה מיט פערקינס - נישט פון קאנספיראציע טעארעטיקער?

לכבוד הרב יידל,

דא קענסטע אראפלאדענען זיין אייגען ביכעלע פין 1954 ,

http://www.soilandhealth.org/copyform.a ... ode=020170
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

נו, פלארייד איז א אלטע פראבלעם, ס'שוין לאו דוקא א זאך פין קאנספיראציע חברה, אסאך דענטיסט אין דאקטוירים זענען שון היינט דערקעגען,
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

חזקיהו המלך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אגב, איז דא א אינדיפענדענט מקור פאר די מעשה מיט פערקינס - נישט פון קאנספיראציע טעארעטיקער?

לכבוד הרב יידל,

דא קענסטע אראפלאדענען זיין אייגען ביכעלע פין 1954 ,

http://www.soilandhealth.org/copyform.a ... ode=020170

כ'האב דיר דאך געבעטן אן אינדיפענדענט מקור.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

יידל האט געשריבן:כ'האב דיר דאך געבעטן אן אינדיפענדענט מקור.

כ'פארשטיי נישט, טאמער די ווילסט וויסען צי זיין שטעלונג אויף פלארייד איז אמת, האב איך דיר דירעקטעד צי זיין אייגען ביכעל,

סאו אויף וואס ווילסטע א ראי' ?

אפשער דעי ארטיקעל וועט דיר העלפען, זיי ברענגען דארט וואס
Mr. Harley Rivers Dickinson, Liberal Party Member of the Victorian Parliament for South Barwon, Australia
האט געזאגט אין דעם אסטראליע פארלימענט,
אבער כ'ווייס נישט פינקליך וואס די מיינסט מיט אינדיפענדענט, ווייל טאמער זאגט איינער אז פלארייד איז נישט גוט, דאס אליינס קען דאך אים פסל'ן פין אינדיפענדענס, אין בכלל האסט ערגעץ געזעהן אז איינער זאגט אז די פערקינס מעשה איז שקר ?
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אינדיפענדיט מיין איך לאפוקי איינער וואס איז גרייט מקבל צו זיין יעדן קאנספיראציע טעאריע בלויז וויבאלד עס עקזעסטירט א שטייגער ווי דער סייט news with views אדער soil and health.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט