די פסח'דיגע תשליך סומאטאכע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

די פסח'דיגע תשליך סומאטאכע

שליחה דורך געפילטע פיש »

פראספעקט פארק פארבונד בעט אידן זאלן נישט ווארפן חמץ אין טייך

די פראספעקט פארק אלייענס האט געמאלדען פאר די אידישע קאמיוניטי אז די מנהג פון ווארפן חמץ אין טייך פאר פסח איז נישט געזונט פון די פיש און מאכט אן א שמוץ. אידן איבער די גארער וועלט האבען אנגעהויבען מאכן א מאסיווע זוך אקציע אויפצודעקען די מקור פונעם מיסטריעזען מנהג, מאנכע ווילן זאגען אז דאס שטאמט גאר פונעם איר אלטע קהילה אין ארם נהריים, און פון דארט שטאמט טאקע די נאמען נהריים = טייכן, אבער דערוויילע איז עס געבליבן א רעטעניש.

הרב אלישבע קארלבאך, אידישע היסטאריע פראפעסער אין קאלאמביע, האט גע'פסק'נט אז ווארפן חמץ אין טייך איז מען נישט יוצא מצות ביעור חמץ, ווייל חמץ מוז ווערן אויפגעגעסן, אדער פארברענט, אנדערש איז מען עובר אויף אידישע געבאט.

אידישע ליעדערס בעטן קאטאגאריש א ריטראקציע פונעם מעלדונג, זאגענדיג אז ס'איז א בושה אז די פארוואלטונג קען נישט גענוי אלע אידישע מנהגים, און מישן צוזאם תשליך מיט ביעור חמץ.

מקור
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך מיין דא הערשט א פשוט'ע צעמישעניש. מענטשן, וועלכע ווילן חלילה נישט עובר זיין אויף "אויווערבאלטאשכיס" ברענגן אין די וואכן/טעג בעפאר פסח זייערע חמץ צו טייכן אין פיטערן די קאטשקעס. די פארק אלייענס האט געמיינט אז די ציל איז צו מבער זיין די חמץ, און האבן נישט געכאפט אז דאס איז פשוט א התנהגות וואס איז נישט פארבינדן מיט מנהג נאר מיט מענטשן אן מעננערס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט