ווען איינער שרייבט א הודעה אדער תגובה האט ער אייביג א ברירה אין דער זייט צוצולייגן אלע מינע סמייליס און פנימער. למעשה שטייט נישט קלאר דארט וואס יעדעס פנים מיינט, און אסאך מאל קען מען צוקומען צו גרויסע מכשולות, למשל דער נותן מיינט א גוט ווארט, און דער מקבל נעמט עס אן פאר א קללה.
על כן האב איך געטראכט עס איז שוין העכסט צייט צו מאכן אזא קליינע ווערטער בוך מסביר זיין פארן ציבור גענוי וואס יעדער פנים מיינט, אזוי העמער נישט אויסקוקן ווי דער דור הפלגה
דער עולם קען זיך דינגען כ'זאג נישט קבלי דעתי,
וזה החלי:
חיוכים ומחמאות![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
דאס מיינט א לייכטע שמייכל, בערך אזוי ווי דער רבי האט זיך אונטער געשמייכעלט פאר א האלב אומגעלינגענע וויץ פון רעב עזריאל אין נעפענעיק.
![זייער פרייליך :D](./images/smilies/icon_e_biggrin.gif)
דאס מיינט א גלעכטער, און אנדערע ווערטער די וויץ איז געלונגען.
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
דאס מיינט אשפ"ג.
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
איך באלעק מיך די פינגער מיט דיין וויץ, דאס הייסט אויסער א א לאך קען מען פון די זאפט זיך רויט מאכן דעם צינג.
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)
דאס איז א שמייכל פאר אזא פורים וויץ למשל אזא וויץ ווי סומכעס ףורימ. (אדער די ענדע ך פון דבלה)
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
דאס מיינט אן אגודל, עס איז עפעס אזוי ווי א לייק, עס קען ספעציעל צוניץ קומען פאר אזעלעכע ניקס ווי חשבון און בדחן וואס האבן אויס גערופן א חרם אויף'ן רעגיולער לייק קנעפעל,
אדער קען עס אויך צוניץ קומען פארן אלגעמיינעם ציבור ווען איינער וויל געבען מער א פליישיגער לייק.
אדער ווען איינער וויל געבן מער ווי איין לייק פאר א תגובה.
אדער ווען קופערניקוס האט נישט זיין אידישע קיבארד מיט זיך, און וויל זיך נישט צוברעכן די ציינער מיט פארהאקטע ענגלישע ווערטער, אבער דאך וויל ער ווייזן זיין גרויס צופרידענהייט פין א געוויסע תגובה מאכט ער א גאנצע שורה פון די סחורה און דאס דינט פאר א גאנצע אידישע פאראגראף.
כעס ורוגז, (ובכיה) ![טרויעריג :(](./images/smilies/icon_e_sad.gif)
יוא פיסט מי אוף.
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
יוא פיסט מי אוף מיט א שאלה צום סוף, ווי איינער פרעג: זענט איר באוויסטזינוג מיטן אויבערדערמאנטן פאקט ?, (וי"א איך וויין)
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
מיינסט עס ערנסט?
שאלות ותמיהות ![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
איך חלש.
![שאקירט :shock:](./images/smilies/icon_eek.gif)
די אויגן עפענן זיך אויף פאר שאק, אזא בחינה למשל ווען וועבערמאן האט פארלוירן.
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
איך ראלל מיינע אויגן, כגלייב נישט וואס כ'לייען דא ס'זיכער א טעות, למשל ווען ברוך מרדכי איז באפרייט געווארן.
![פראגע צייכן :?:](./images/smilies/icon_question.gif)
דאס מיינט א שאלה וואס איך ערווארט א תשובה.
![געדאנק :idea:](./images/smilies/icon_idea.gif)
דאס מיינט א שאלה וואס איך ערווארט נישט קיין תשובה, און אויב מיינסטו אז דו האסט יא א תשובה טראכט עס גוט איבער פארדעם, ווייל דו האסט א טעות.
שאר ירקות ![מר. גרין :mrgreen:](./images/smilies/icon_mrgreen.gif)
קללה (למשל די הערשל קלאר לחש).
![חץ :arrow:](./images/smilies/icon_arrow.gif)
די עקזיט צו אייוועלט איז דארט.
![גרויסע geek :ugeek:](./images/smilies/icon_e_ugeek.gif)
דאס מיין איך איז נאר געמאכט פאר ספאנישע, ערשטענס ווייל איך קען אפילו נישט אנהויבן טראכטן וואס דאס מיינט, צווייטענס זעהן זיי אויס ווי ספאנישע[/quote]