הרב הערשל שעכטער׳ס בליק אויף מסירה אין מאלעסטעישאן קעיסעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל

הרב הערשל שעכטער׳ס בליק אויף מסירה אין מאלעסטעישאן קעיסעס

שליחה דורך דעת תורה »

הרב הערשל שעכטער, איז א אנערקענטער גדול אין די אמעריקאנער - אידישע וועלט, ראש ישיבה פון ישיבה אוניווערזיטעט, און פון די פראמינענטע פוסקים פון די או יו, און אויב בין איך זיך נישט טועה, איז ער אויך פירנדער מיטגליד פון די RCA.

אין די לעצטע טעג איז אנטשטאנען א שטורעם אין א גלעזל וואסער נאך דעם וואס דער באקאנטער אוהב ישראל וידיד נפש כל חי שמריה ראזנבערג האט ארויף געלייגט אויף זיין בלאג א רעקארדירונג פון א טעלעפאנישע קאנפערענץ שמועס וואס ער האט געהאט מיט רבנים פון די שטאט לאנדאן, איבער די פארווייטאגטע און גאר קאמפליצירטע נושא, נעמליך ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט אנגעבליכע און / אדער זיכערע מאלעסטארס. הרב שעכטער ברענגט ארויס דארט אז אריין לייגן א איד אין תפיסה ווי ער קען ענד אפ׳ן אין איין צעל מיט א שווארצן אדער מוסולמענער, איז א ערנסטע שאלה פון פיקוח נפש.

אין די היינטיגע פאליטיקלי קארעקט משוגענע וועלט איז געווארן א מהומה און איבערקערעניש איבער נוצן דעם טערמין שווארצער. לויט ווי איך פארשטיי אויב וואלט ער ווען געזאגט ״קאלירטער״ אדער ״אפרא אמעריקאנער״ וואלט אלעס געווען בסדר.

אבער אין ברען פון דעם שטורעם האט מען אין גאנצן פאר זען דעם עיקר אויפרייס שטאף אין זיינע ווערטער: א גאר פראמינענטער לידינג פוסק פון די מאדערנע וועלט, וואס לכאורה זיינע פסקים דארפן זיין נא לרגלם, האלט פריוואט אז מען מעג נישט מסר׳ן קיין מאלעסטארס פאר די אינסטאנצן. חד וחלק. דו הערסט שרה פריעד? איך ווייס נישט צי דער רב האט גוסטע עס צו זאגן ברבים, אבער עס איז גאנץ מעגליך אז דו - אדער דיין רב וועם דו האסט געפרעגט - האסט דיך מתיר געווען מסירה אויפן חשבון אז די גדולים פון אייער חדר האלטן אזוי, זאלסטו וויסן אז אמווייניגסטנס איינער פון זיי, הרב שעכטער האלט נישט אזוי.

עס איז באמת נישט קיין נייעס, עס איז באוויסט אז אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט איז די אפיציעלע שטעלונג פון די RCA געווען פונקט ווי די אגודה׳ס בנוגע די ענינים. אבער אין די לעצטערע יארן, אויס רעזולטאט פון פרעשור פון די גאס האט זי געטוישט איר אפיציעלע שטעלונג. אבער להוי ידוע אז פונקט ווי די התאחדות הרבנים, פארטרעט די ארג. אויך נאר די מיינונג פון די בעלי בתים, אבער דעת בעל הבית היפך דעת תורה און די רבנים וועמען׳ס מיינונג די ארג. דארף לכאורה רעפרעזענטירן, האלטן בכלל נישט אזוי.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

דער אשכול פארמאגט 79 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר