פיין, אן דזשיהאדיסט. אן עקסטרעמער מוסלעמענער און א פאנאטישער קריסט, וועמען ווילסטו? איך רעד אין א פאל וואס דו קענסט נישט מאכן קיין שום ווייטערדיגע פארשונגען.
@יואליש: אקעי איך הייב שוין אן צו פארשטיין וואס דיר קוועטשט. הרב שעכטער וואלט ווען געדארפט זאגן אז סאיז א סכנה ווייל ער קען אנקומען אין א צעל מיט א ווילדן מטורף און שונא ישראל מובהק, ווי איידער ארויסברענגען זיינע ווערטער מלובש אינעם ווייטאגליכן מציאות אז א מוסולמענער איז א שונא ישראל און רוצח און א שווארצער איז מער אימפולסיוו און לאו קלעס ווי א ווייסער. אבער לכל היותר איז דאס פאליטיקלי קארעקטנעס אישו, נישט ראסיזם.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
די אלגעמיינע היתר אויף מסר׳ן מאלעסטערעס איז דאך געבויעט ווייל מאלעסטערס האבן א דין רודף, משום ספק ספיקה אז אפשר וועט ער אנקימען צו איין צעל מיט איינעם וואס מעגליך א סכנה לאזט מען א רודף זיך דרייען און די גאסן??
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

יאיר האט געשריבן:אלזא, דאס מיינט אז דו גייסט שוין מער נישט האלטן אז מען מעג נישט מסר'ן מאלעסטערס?
1) מיין מיינוג איז דא אירעליווענט, די אשכול איז איבער די מיינוג פון הרב שעכטער, 2) איך האב קיינמאל נישט געשריבען אז מען מעג נישט מסר׳ן קיין מאלעסטערס , 3) איך האב נישט קיין מיינוג און די נושא, איך פאלג וואס רבנים הייסען.

א רעגולער מאלעסטאר וואס מען רעדט האט נישט קין דין רודף. א רעיפיסט איז לית מאן דפליג אז מען דארף טון כל טצדקי בעולם אראפצורוימען פון די גאסן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה האט געשריבן:א רעגולער מאלעסטאר וואס מען רעדט האט נישט קין דין רודף. א רעיפיסט איז לית מאן דפליג אז מען דארף טון כל טצדקי בעולם אראפצורוימען פון די גאסן.
ווען הייסט מען א רעיפעיסט? נאך דריי מאל זיין א רעגולער מאלעסטער? אדער נאר נאך דעם וואס די גאס ווייסט שוין פון די דריי פעלער? אפילו אז ער פאר זיך האלט אסאך מער ווי דאס?
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
יאיר האט געשריבן:אלזא, דאס מיינט אז דו גייסט שוין מער נישט האלטן אז מען מעג נישט מסר'ן מאלעסטערס?
1) מיין מיינוג איז דא אירעליווענט, די אשכול איז איבער די מיינוג פון הרב שעכטער, 2) איך האב קיינמאל נישט געשריבען אז מען מעג נישט מסר׳ן קיין מאלעסטערס , 3) איך האב נישט קיין מיינוג און די נושא, איך פאלג וואס רבנים הייסען.
הממ. מיין תגובה איז געווען געווענדעט צו דעת תורה. א בדחן דארף טאקע נאר פאלגן וואס דעת תורה הייסט.
איז זיך פארכטן צו טון געשעפטן מיט א אידישע באנקיר/ אינוועסטירער מחמת יידן האבן אויף זייער רעקארד אזוינע פירונגען, ראסיזם?
איך האב מעולם געוואוסט אז אנצונעמען אז א שווארצער ׳קען׳ נישט זיין ציוויל און אנגענומען אין סאסייעטי אלס נארמאל און אים דערפאר געטרויען מיט העכערע פאזיציעס אין לעבן לדוגמא צו זיין פרעזידענט ׳בלויז׳ מחמת זיין הויט קאליר איז ראסיזם...אבער צו האבן שוואכע צוטרוי צו געוויסע סעקטעס און גרופעס מיט אייניגע אנשויאונגען איז בסך הכל אפשר ׳פרעדזשעדעס׳ און ׳סטעריאטייפן׳ אבער פון דארט ביז ראסיזם איז גאנץ א שטיקל שטרעקע...
העסטו מיר טאקע זאגן אז אויב גיי איך אין גאס און איך זעה א שוווארצן וואס שפאצירט האסטיג אין גאס ביינאכט און איך כאפ א שטיקל ציטער פון א באך....בין איך באלד דערמיט עובר אויף ראסיזם??
דעת תורה האט געשריבן: א שווארצער איז מער אימפולסיוו און לאו קלעס ווי א ווייסער.
לעמאן זשוס, דאס פארשטייסטו איז ראסיזים?
יואליש, נניח אז עס איז אמת אז דאס רוב פון א געוויסע ראסע האט געוויסע נעגאטיווע שטריכען, איז עס ראסיזם דאס צו זאגען? מעג איך נישט וויסען מיך צו היטען פון זיי?
אימפולסיוו, קען נישט אריין גיין אין ראסיזם. פונקט אזוי ווי זאגן אז ספרדישע האבן נישט אזא הויכע איי קיו ווי אשכנזישע גייט נישט אריין אין ראסיזם. סאיז א סיפור דברים בעלמא.
אבער במציאות לויט די אומשטענדן - דייקא נישט צוליב די קאליר - שטייט די שווארצע באפעלקערונג היפש אפ פון די ווייסע. מעגליך אז מיט די צייט וועט זיך עס טוישן און דעמאלטס וועט הרב שעכטער אפשר אפילו זיך אויסדריקן וואסערע סכנה תפיסה איז אז מען קען זיין אין איין צעל מיט א ווייסן גוי.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה האט געשריבן: א שווארצער איז מער אימפולסיוו און לאו קלעס ווי א ווייסער.
לעמאן זשוס, דאס פארשטייסטו איז ראסיזים?
יואליש, נניח אז עס איז אמת אז דאס רוב פון א געוויסע ראסע האט געוויסע נעגאטיווע שטריכען, איז עס ראסיזם דאס צו זאגען? מעג איך נישט וויסען מיך צו היטען פון זיי?
סאיז קאמיש צו זען ווי טייל ניקס האבן ממש אדאפטירט דעם ערך עליון פון ראסיזם פאר א וויכטיגער באשטאנדטייל פון זייער מאראלישער וועלט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
און כ'מיין מיט דעם קען מען ענטפערן דיין פריערדיגע פראגע, לעמאן. הגם כ'בין מודה אז ס'איז א דעליקאטע חקירה.
ווען מיר כאפט א ציטער פון א שווארצער אין א טונקעלע "עלי" איז עס נישט צוליב זיין שווארצקייט. והא ראיה, אויב זעהסטו א שווארצע מאן אין א ביזנעס סוט און א טאשקע, א עלעגאנטע ראק און א שיינע רויטע שאל, אין די היינט האלט ער א ביזנעס בלעקבערי, וועל איך זיכער נישט מורא האבן. והיה הדין אויב זעה איך א נישט אזוי ראזירטע ווייסע מאן און אנגעטוהן לאו קלאס, וועט מיר פונקט אזוי דאס קדחת כאפן. איז מוכרח אז די "לאו קלעס" טוט אפשרעקן, נישט די קאליר. און איינמאל איך באקום דעם סיגנעל, צו פון קליידונג אדער געגענט, אז מ'רעדט דא פון א מענטש צווישן מענטשן, פארלאנגזאמט זיך דאס הארץ קלאפ. און אזוי ווענד זיך אלעס אין די געגענט און די קאנטעקסט. ס'זענען דא שטעט און געגענטער ווי שווארצע וואוינען און ס'האט נישט די "אורבען" שמעק. ווי אויך זענען דא געניג ווייסע גענגסטערס. גאנצע שטעט פון אזויגעריפענע "ווייט טרעש." דאס אלעס זענען מארקערס פון סאסי-עקאנאמיקס, נישט קאליר.
אסך פון די אויבענדערמאנטע ראסיסטישע סטעיטמענטס זענען געמאכט געווארן פון א פארמאכטע בליק, פון ידיעות איבער אורבען געזעלשאפט געמישט מיט א היבש ביסעל ראסיזים-טאלערירענדע ערציאונג.
אבער הרב שעכטער'ס סטעיטמענט איז בכלל נישט אזוי דעליקאט ווי דאס הארץ גאלאפ אין א טונקעלע געסל. זיינע ווערטער באציען זאז זיצן מיט א שווארצע פארברעכער איז ערגער פון זיצן מיט א ווייסע פארבעכער. דאס איז לעכערליך און קלאר ראסיזים. א פארברעכער איז א פארברעכער. אבער מיין האנטש איז אז ער האט פשוט אויסגעקליבן דאס ווארט שווארצע, ווייל ביי אונז גייט דאס סינאנאמים מיט פארברעכער. ווען מ'טראכט פון פארברעכער טראכט מען פון שווארצע, און ווען מ'טראכט פון שווארצע טראכט מען פון פארברעכער. און דאס איז ווייטער, ווייטאגליך, ראסיזים.
די איראניע איז אז מיר זיצן און זענען דן אויף האר-שפליטערדיגע חילוקים, אבער ווען ס'קומט צו אנטיסעמיטיזם לערענט מען נישט חילוק.
לעמאן דזשוס האט געשריבן:אבער צו האבן שוואכע צוטרוי צו געוויסע סעקטעס און גרופעס מיט אייניגע אנשויאונגען איז בסך הכל אפשר ׳פרעדזשעדעס׳ און ׳סטעריאטייפן׳ אבער פון דארט ביז ראסיזם איז גאנץ א שטיקל שטרעקע...

און לכבוד דעם טוט מען אויס ווייסע עלטערע פרויען אין ווילטשעירס אין די עירפארט נישט חלילה צו אפפפפעעעעעעענדדעעעען די מאאאאאאזלימס און ווערן פארשריגן אלס ראאאאאאאאסססססססססיסססססססססססטטטטןןןןןן ביי די אויפגעקלערטע סענסיטיווע ליבעראלע.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט