יואליש האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:
סאיז קאמיש צו זען ווי טייל ניקס האבן ממש אדאפטירט דעם ערך עליון פון ראסיזם פאר א וויכטיגער באשטאנדטייל פון זייער מאראלישער וועלט.
ס'איז טראגיש אז מענטשן וועמענס פעטערס און מומעס זענען פארברענט געווארן אין קאלעך אויווענעס אלס א רעזולטאט פון ראסיזים, זאלן זיך באפרידיגן אז ראסיזם איז "יענעם'ס" פראבלעם און בלויז א פיליזאפישע לוקסוס.
איך טוה דאס בכוונה; איך וויל נישט לאזן א זכר צו היטלער. א גאנצע וועלט דארף יעצט טוישן זייער בליק און מיינונג, גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין און נישט פנים׳ן דעם פאקט, אלעס ווייל א וואנזיניגער טיראן האט גענוצט אזא ווארט ווי ראסע כדי צו באפוצן א פיצקעלע זיין אומגעהויערע תאוות הרציחה? איז דען דא איינער וואס קויפט ראסיזם פאר א תירוץ צו הארגענען אדער אפילו פארפאלגן אומשולדיגע מענטשן? בימיו פון היטלער איז דאס דען יא געווען מתקבל על הלב? סאיז ניטאמאל גוט געווען פאר א זשאוק.
נאר אזוי איז שוין די וועלט; קוים האט היטלער גענוצט דעם טערמין ראסע, איז שוין די ווארט ראסיסט געווארן מוקצה מחמת מיאוס. און מען ברויך דן זיין אויף יעדן פערזאן, מעשה און סטעיטמענט צי דא ליגט נישט קיין שמץ פון די אזוי פאר׳מיאוס׳טע ראסיזם.
יעדער מענטש איז געמאכט בצלם אלקים, אפגעזען צי ער איז געל אדער רויט, שיפע אויגן אדער ברייטע פיס. אזוי אויך איז נישט קיין חילוק אין וועלכע מדינה ער וואוינט, צי אין זימבאבווע אדער אין לוקסעמבורג. און אזוי אויך איז נישט משנה זיין שטאנד אין די געזעלשאפט, מבכור פרעה היושב על כסאו עד בכור השבי. און יעדער איינער איז בארעכטיגט צו די עלעמענטארע מענטשן רעכטן, און זיין באשוצט פון סיי וועלכע רדיפות און פארפאלגונגען.
אבער צי דען וועגן דעם מוז איך פארלייקענען פאקטן? דאס פארלייקענען און פארטושן די פאקטן איז אין זיך אליינס ראסיזם. א שווארצער מעג יא זיצן אינאיינעם מיט ווייסע און ברויך נישט זיין סעגרעגירט, פארוואס? ווייל ער איז עכט גארנישט אנדערש ווי דער ווייסער. אבער נניח אז א שווארצער איז נידריגער פונעם ווייסן עשר מעלות אחורנית, וואלט מען אים יא געדארפט סעגרעגירן. געוואלד און געשריגן! דאס איז דאך הוילע דיסקרימינאציע און ראסיזם!
א מענטש איז בארעכטיגט צו זיינע רעכטן און שוץ ווייל ער איז א מענטש, גארנישט מער. אפילו ער איז נישט קיין פערפעקטער מענטש און מען קען טרעפן בעסערס. יעדער פאלק, שבט, לאנד און שטאנד האט זיך זיינע אייגנארטיגקייטן, און אויב אווער אלל קומט אויס אז צו זיין ווייס איז בעסער ווי צו זיין שווארץ, איז גארנישט געשען. פונקט אזוי ווי צו זיין רייך איז בעסער ווי צו זיין ארעם. אבער דער ארעמער מענטש מוז נישט יעצט ווערן רייך צו קענען אטעמען די זעלבע לופט וואס דער רייכער אטעמט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)