הרב הערשל שעכטער׳ס בליק אויף מסירה אין מאלעסטעישאן קעיסעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בדחן האט געשריבן:זיי זענען דארט די מערהייט פאר די איין סיבה, ווייל ווען זיי זענען פריי האבן זיי אויך א גרעסערע פראצענט פארברעכער (פראצענטואל)


אייגענטליך, ניין. די גרעסטע סיבה איז וואנזיניגע געזעצן און סענטענסינג פאר "קרעק" פון וואס שווארצע ליידן זיך אן. לויט איין שטודיע נוצן 12% שווארצע קרעק אבער זיי זענען 50% און טייל מאל 80% פון ארעסטירטע פאר די דראג. קרעק, וואס איז באניצט אין אורבן געגענטער, האט ספעציעלע הארבע סענטענסינגס און ס'איז לאו דוקא שעדליכער פון אנדערע קאקעין (אלע קאקעין זענען זייער שעדליך). א שווארצער וועט דורכשניטליך באקומען כמעט די זעלבע סענטענסינג פאר א דראג פארברעכן ווי א ווייסע פאר א וויילענט פארברעכן.

ס'איז נישט אזוי פשוט. די דעוויל איז אין די דיטעילס. און ס'איז א ווישעס סייקל. א געמיינדע ווי א גרויסע חלק טאטעס שמאכטן אין תפיסה קען זיך נישט ארויסצוען פון די בלאטע.

כ'זאג נישט ס'איז אזוי פשוט ווי איך מאך עס, אבער ס'איז אויך נישט אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

זר זהב האט געשריבן:און לכבוד דעם טוט מען אויס ווייסע עלטערע פרויען אין ווילטשעירס אין די עירפארט נישט חלילה צו אפפפפעעעעעעענדדעעעען די מאאאאאאזלימס און ווערן פארשריגן אלס ראאאאאאאאסססססססססיסססססססססססטטטטןןןןןן ביי די אויפגעקלערטע סענסיטיווע ליבעראלע.


אדער פלי מער, אדער ליין דראדזש ווייניגער. :)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דראדזש? ס'אלל אווער , יעדן טאג א צווייטע סטארי
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בין איך נישט אזוי אינפארמירט. אבער ס'איז דא כמעט א ביליאן לופט פאסאנזשירן אין אמעריקע יעדעס יאר. אפי' אויב ס'מאכט זיך 365 אינצידענטן, איינס פאר יעדן טאג אין די נייעס, איז עס נאכאלס א שפיי און איבערגעטריבן.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יואליש, איך באציה מיך צו דיין לענגערע יסודות׳דיגע תגובה.

א) ווער איז די ׳אונז׳ צו וועם דו באציהסט דיך אז ׳ביי אונז איז שוואצע מיט פארברעכער סינאנאנים׳? איך און דו? דו מיט דעת תורה? אדער איך, דו, דעת תורה, און הרב שעכטער?

ב) וואס קלערסטו איז טאקע די אנגעבליכע סיבה פארוואס ביי ׳אונז׳ גייען די צוויי סינאנים? אפשר ווייל ביי ׳אונז׳ אין ברוקלין האט מען זייער געליטן פון ׳זיי׳ ׳די שווארצע׳ בפרט אין די זיבעציג-אכציגער יארן? אפשר ווייל גאנץ נאנט צו ישיבה אוניווערסיטי געפינט זיך די ׳הארלעם׳ געגנט ווי א מענטש פחד׳נט נאך כהיום יום ארויסצוגיין אין גאס ביינאכט, ווי יעדן אינדערפרי כמעט מעלדעט די נייעס איבער נאכטיגע געוואלטאטן און שיסערייען?

ג) אונזערע עלטערן זענען טראגיש פארדאמט געווארן אלס א נידריגע ראסע געבויט אויף ראסע אליין און גארנישט קיינע שטריכן אדער אומגעלונגענקייטן!

ד) אנטיסעמיטיזם צו וואס מיר שרייען איז קלאר נישט ווען מעידאף גנב׳ט אפ די האלבע שטאט, עס איז ווען מען שרייט אין גאס ׳דירטי דזשו׳ און ווען איינער שרייט יא דאמאלס אנטיסעמיט איז ער אויך אומגערעכט!

ה) ראסיזם איז נישט וואס שעכטער זאגט וועגן די שווארצע תפיסה זיצער נאר וואס ביל קלינטאן זאגט פאר הערי ריעד איבער דעם סענעטאר באראק אובאמא ׳אז אין שנים כתיקונן וואלט ער ווען געוועהן זייער שיק-יונגל..

ו( ריכטיג אז אין אנדערע שטעט זענען דא ווייסע פארברעכער און טאקע גאר גאר ברוטאלע ארכי פארברעכער, דעסטוועגן דאך לא דיבר הרב שעכטער אלא בהווה.

סוף דבר, א איד האט גארנישט, זולטש, נאדא, קעגן שווארצע. עס איז בלויז אז מען האט זיך פון זיי זייער פיל צוזאמגעליטן קומענדיג קיין אמעריקא...אינדערהיים אין אונגארן, פוילן, האבן אונזערע זיידעס נישט געזעהן קיינע שווווארצע, און קומענדיג קיין א נייע לאנד האט מען זיך אין זיי אנגעשטויסן בראשית דרכם צו נארמאלקייט און זעלבסטרעכטיגע בירגער אלזא, איז זיך פארגאנגען די שלעכטע איינדרוק איבער זיי, ו׳דעטס איט.

ראסיזם איז טייטש, אפשטעמפלען א מאן דהוא אלס נידריגער, העכער, ווערט און נישט, וויכטיג אדער נישט ׳בלויז׳ וועגן זיין שטאם, בלוט קאליר, און הויט קאליר.

אבער צו זיין אויפגעקלערט און באוואוסטזיניג איבער סטאטיסטיקס און לעצטערע געשעעהנישן מאכט נישט קיינעם א ראסיסט. אנערקענען אז פארשידענע גרופעס מענטשן האבן געוויסע אייגנשאפטן מאכט נישט קיינעם א ראסיסט. אנערקענען די טבעיות׳ער פון פרויען און זיי פארשטיין לויט דעם מאכט נישט קיינעם פאר א סעקסיסט!

נאכמער, אנערקענען אייגנשאפטן פון פארשידענע גרופעס שטעלט פשוט זאכן אין פראפפארץ און אין פלאץ נישט בכלל מיט א כוונה צו דערנידערן אדער צו דעגראטירן.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

יואליש האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:

סאיז קאמיש צו זען ווי טייל ניקס האבן ממש אדאפטירט דעם ערך עליון פון ראסיזם פאר א וויכטיגער באשטאנדטייל פון זייער מאראלישער וועלט.


ס'איז טראגיש אז מענטשן וועמענס פעטערס און מומעס זענען פארברענט געווארן אין קאלעך אויווענעס אלס א רעזולטאט פון ראסיזים, זאלן זיך באפרידיגן אז ראסיזם איז "יענעם'ס" פראבלעם און בלויז א פיליזאפישע לוקסוס.


איך טוה דאס בכוונה; איך וויל נישט לאזן א זכר צו היטלער. א גאנצע וועלט דארף יעצט טוישן זייער בליק און מיינונג, גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין און נישט פנים׳ן דעם פאקט, אלעס ווייל א וואנזיניגער טיראן האט גענוצט אזא ווארט ווי ראסע כדי צו באפוצן א פיצקעלע זיין אומגעהויערע תאוות הרציחה? איז דען דא איינער וואס קויפט ראסיזם פאר א תירוץ צו הארגענען אדער אפילו פארפאלגן אומשולדיגע מענטשן? בימיו פון היטלער איז דאס דען יא געווען מתקבל על הלב? סאיז ניטאמאל גוט געווען פאר א זשאוק.

נאר אזוי איז שוין די וועלט; קוים האט היטלער גענוצט דעם טערמין ראסע, איז שוין די ווארט ראסיסט געווארן מוקצה מחמת מיאוס. און מען ברויך דן זיין אויף יעדן פערזאן, מעשה און סטעיטמענט צי דא ליגט נישט קיין שמץ פון די אזוי פאר׳מיאוס׳טע ראסיזם.

יעדער מענטש איז געמאכט בצלם אלקים, אפגעזען צי ער איז געל אדער רויט, שיפע אויגן אדער ברייטע פיס. אזוי אויך איז נישט קיין חילוק אין וועלכע מדינה ער וואוינט, צי אין זימבאבווע אדער אין לוקסעמבורג. און אזוי אויך איז נישט משנה זיין שטאנד אין די געזעלשאפט, מבכור פרעה היושב על כסאו עד בכור השבי. און יעדער איינער איז בארעכטיגט צו די עלעמענטארע מענטשן רעכטן, און זיין באשוצט פון סיי וועלכע רדיפות און פארפאלגונגען.

אבער צי דען וועגן דעם מוז איך פארלייקענען פאקטן? דאס פארלייקענען און פארטושן די פאקטן איז אין זיך אליינס ראסיזם. א שווארצער מעג יא זיצן אינאיינעם מיט ווייסע און ברויך נישט זיין סעגרעגירט, פארוואס? ווייל ער איז עכט גארנישט אנדערש ווי דער ווייסער. אבער נניח אז א שווארצער איז נידריגער פונעם ווייסן עשר מעלות אחורנית, וואלט מען אים יא געדארפט סעגרעגירן. געוואלד און געשריגן! דאס איז דאך הוילע דיסקרימינאציע און ראסיזם!

א מענטש איז בארעכטיגט צו זיינע רעכטן און שוץ ווייל ער איז א מענטש, גארנישט מער. אפילו ער איז נישט קיין פערפעקטער מענטש און מען קען טרעפן בעסערס. יעדער פאלק, שבט, לאנד און שטאנד האט זיך זיינע אייגנארטיגקייטן, און אויב אווער אלל קומט אויס אז צו זיין ווייס איז בעסער ווי צו זיין שווארץ, איז גארנישט געשען. פונקט אזוי ווי צו זיין רייך איז בעסער ווי צו זיין ארעם. אבער דער ארעמער מענטש מוז נישט יעצט ווערן רייך צו קענען אטעמען די זעלבע לופט וואס דער רייכער אטעמט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:יואליש, איך באציה מיך צו דיין לענגערע יסודות׳דיגע תגובה.

א( ווער איז די ׳אונז׳ צו וועם דו באציהסט דיך אז ׳ביי אונז איז שוואצע מיט פארברעכער סינאנאנים׳? איך און דו? דו מיט דעת תורה? אדער איך, דו, דעת תורה, און הרב שעכטער?
חסידיש געזלעשאפט, לאמיר זאגן, אין וויליאמסבורג. כ'הער עס כסדר ווען מ'וויל אנכאפן א משל.
ב( וואס קלערסטו איז טאקע די אנגעבליכע סיבה פארוואס ביי ׳אונז׳ גייען די צוויי סינאנים? אפשר ווייל ביי ׳אונז׳ אין ברוקלין האט מען זייער געליטן פון ׳זיי׳ ׳די שווארצע׳ בפרט אין די זיבעציג-אכציגער יארן? אפשר ווייל גאנץ נאנט צו ישיבה אוניווערסיטי געפינט זיך די ׳הארלעם׳ געגנט ווי א מענטש פחד׳נט נאך כהיום יום ארויסצוגיין אין גאס ביינאכט, ווי יעדן אינדערפרי כמעט מעלדעט די נייעס איבער נאכטיגע געוואלטאטן און שיסערייען?
כ'קלער אז נישט. כ'מיין ס'איז מער אז מיר האבן קיינמאל נישט געמאכט די עפארד וואס אמעריקע אין אלגעמיין האט געמאכט זינט די זעכציגער יארן ארויסצורייסן די ראסיזים וואס איז געווען איינגעווארצעלט אין די אלטע וועלט. מיר זענען סטאק, אין א געוויסע זין, אין די פרי-סיוויל רייטס עפאכע. אבער כ'קען עס נישט זאגן מיט א זיכערקייט, ווייל כ'האב נישט מיטגעלעבט די קאשמארע צייטן.

ג( אונזערע עלטערן זענען טראגיש פארדאמט געווארן אלס א נידריגע ראסע געבויט אויף ראסע אליין און גארנישט קיינע שטריכן אדער אומגעלונגענקייטן!

לאו דוקא. די דייטשן האבן געמאכט א סיינעס פון די ראסע. אבער זיי האבן אויך אריינגענימען אלע סטעריאוטיפן וואס האט געבוזשעוועט זינט די 1870ס, ווען די באנק האבן זיך צוזאמגעלייגט און די עקאנאמיע איז געגיינגען געבראכן, און די אידישע באנקירער, אינדאסטריעלסט, קאפאטאליסטן זענען באשולדיגט געווארן און זיך איזדיקווען אויפן אומשולדיגע ארבייטער. דאס איז אייגענטליך א תולדה פון די אלטע, און לאו דוקא נישט אמת, באשולדיגונגס אז אידן האבן געהאלפן די פריצים שונדן די הויט ביזן ביין פון די פויערן. דאס האט אייגענטליך געמאכט דעם איד א ציל ביי די קאזאקן אויפשטאנד אונטער כאמעלנעצקי, וואס איז געווען אן אויפשטאנד קעגן די פריצים, און צו דערזייט אויך קעגן די אידן וועלכע האבן זיך מפרנס געווען דורך זיי העלפן. קצרתי מאוד אבער די נקודה איז אז אנטיסעמיטיזם האט אונטערגעשטראכן צומאל אמת'ע חלקים, עכ"פ אמת ביי א טייל אידן וועמען די המון עם האט אנגענימען אלס די פנים פאר אידן.

ד( אנטיסעמיטיזם צו וואס מיר שרייען איז קלאר נישט ווען מעידאף גנב׳ט אפ די האלבע שטאט, עס איז ווען מען שרייט אין גאס ׳דירטי דזשו׳ און ווען איינער שרייט יא דאמאלס אנטיסעמיט איז ער אויך אומגערעכט!

ה( ראסיזם איז נישט וואס שעכטער זאגט וועגן די שווארצע תפיסה זיצער נאר וואס ביל קלינטאן זאגט פאר הערי ריעד איבער דעם סענעטאר באראק אובאמא ׳אז אין שנים כתיקונן וואלט ער ווען געוועהן זייער שיק-יונגל..
ביידע זענען.
ו( ריכטיג אז אין אנדערע שטעט זענען דא ווייסע פארברעכער און טאקע גאר גאר ברוטאלע ארכי פארברעכער, דעסטוועגן דאך לא דיבר הרב שעכטער אלא בהווה.
נאכאמאל, שווארץ שפילט נישט קיין ראלע. כ'פארשטיי זיין צער אז א מאלעסטער וועט ברויכן זיצן מיט א וויילענט פארברעכער. אבער נישט דאס האט ער געזאגט.
סוף דבר, א איד האט גארנישט, זולטש, נאדא, קעגן שווארצע. עס איז בלויז אז מען האט זיך פון זיי זייער פיל צוזאמגעליטן קומענדיג קיין אמעריקא...אינדערהיים אין אונגארן, פוילן, האבן אונזערע זיידעס נישט געזעהן קיינע שווווארצע, און קומענדיג קיין א נייע לאנד האט מען זיך אין זיי אנגעשטויסן בראשית דרכם צו נארמאלקייט און זעלבסטרעכטיגע בירגער אלזא, איז זיך פארגאנגען די שלעכטע איינדרוק איבער זיי, ו׳דעטס איט.
דאס איז גיט ווען מ'וויל פארשטיין דעם פארוואס. ס'איז נאכאלס ראסיזים היינט
ראסיזם איז טייטש, אפשטעמפלען א מאן דהוא אלס נידריגער, העכער, ווערט און נישט, וויכטיג אדער נישט ׳בלויז׳ וועגן זיין שטאם, בלוט קאליר, און הויט קאליר.

אבער צו זיין אויפגעקלערט און באוואוסטזיניג איבער סטאטיסטיקס און לעצטערע געשעעהנישן מאכט נישט קיינעם א ראסיסט. אנערקענען אז פארשידענע גרופעס מענטשן האבן געוויסע אייגנשאפטן מאכט נישט קיינעם א ראסיסט. אנערקענען די ובעיות׳ער פון פרויען און זיי פארשטיין לויט דעם מאכט נישט קיינעם פאר א סעקסיסט!
אמת. אבער ס'איז אסך מאל א דינע ליין און אלטע וועגן פון טראכטן גרובן זיך אריין.

נאכמער, אנערקענען אייגנשאפטן פון פארשידענע גרופעס שטעלט פשוט זאכן אין פראפפארץ און אין פלאץ נישט בכלל מיט א כוונה צו דערנידערן אדער צו דעגראטירן.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דעת תורה, דיין נקודה איז לעגעטים ווען מ'וויל מאן א געזעצליכע טענה. אז דו גיבסט גלייכבארעכטיקייט פאר יעדן, האסטו יוצא געווען. אלס א פריוואטע בירגער מעגסט האלטן און זאגן און שרייבן וואס דיין הארץ גליסט, מעג עס זיין ראסיזים און אנטיסימיטיזם. דאס איז דיין רעכט באשוצט אונטערן געזעץ.

אבער מיר רעדן נישט פון לעגאלע ראסיזים.

כ'מיין אז דו האסט א סימפליסטיק איינדרוק איבער די ראלע פון ראסיזים און די האלאקאוסט. ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי היטלער; ס'האט זיך געענדיקט ביי אים. פאר א יובל יארן פארדעם זענען מענטשן געזיצן אין קאפע הייזער, צייטונג עדיטאריעל צימערן, אוניווערזיטעטן קאנפרענצן און מ'האט טאלערירט ראסיזים (אלס פאקטן) און ס'האט זיך געפיטערט און געוואקסן שטערקער און שטערקער, אז היטלער האט געהאט א גאנצע איירופע וואס איז געווען אנגעפיקעוועט מיט ראסיזים וואס האט ערמעגליכט דעם האלאקאוסט.

וואלטן געווען "אויפגעקלערטע" ליבעראלן צו באקעמפן די ראסיזים די אלע יארן, פילייכט וואלט די אויסגאנג נישט געווען אזוי ביטער. ווער ווייסט?

און דאס זעלבע וועסטו טרעפן מיט יעדע זשענעסייד. דאס ווערט אונטערגעשטיצט דורך אן אידיאלאגישע שטיצע, די "פאקטן" פון עטנישע ראסיזים. ממילא איז א טובה פאר די געזעלשפאט ווען מ'שטיט על המשמר.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

לאמיר זיך פארשטעלן וואס וואלט געווען ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט - א שווארצער גלח וואלט געזאגט אז מ'טאר נישט טון ביזנעס אין וואל סטריט וויבאלד מ'קען נאך אריינפאלן מיט א איד אין א ביזנעס דיל. פארשטייט זיך אז ער מיינט חלילה נישט קיין איד, ער מיינט נאר צו זאגן א נידערטרעכטיגע שווינדלער, ער כאפט נאר אן איד בדרך משל בעלמא וויבאלד עס זענען דא א גרעסערע פראצענט אידן אויף וואל סטריט וכו' וכו'. וויאזוי וואלט מען עס אנגענומען?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

1) כבר היה לעולמים מען האט עס שוין געזאגט, דער DA היינס האט געזאגט אז וומסב״ג קאמיונטי איז ערגער ווי די מאפיא.
2) אלמלא אידן וואלטן (ח״ו) געהאט אזויפיל - פערצענטאל - פארברעכער ווי די שווארצע וואלט מען עס געזאגט,

דער אמת איז נישט אייביג געשמאק, אבער עכ״ז מעג עס געזאגט ווערן ווען נוטיג, רב שעכטער האט געזאגט די אמת.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

1) פשוט פאלש.
2) ליידער האבן אידן א גרויסע פרעצענט פון שווינדלער. קיין איין סטיריאטיפ קומט נישט אומזיסט. אבער עס איז נאך אלץ א סטיריאטיפ און דער וואס פארשפרייט איז איז אן עקלדיגער ראסיסט, נישט קיין נפק"מ צו ער הייסט אל שארפטאן, אדער להבדיל אא"ה הג"ר הערשל שעכטער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

יידל האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:1) כבר היה לעולמים מען האט עס שוין געזאגט, דער DA היינס האט געזאגט אז וומסב״ג קאמיונטי איז ערגער ווי די מאפיא..
1) פשוט פאלש.


ווי אזוי שרייבסטע ״פשוט פאלטש״? אפשר ווייס איך עפעס וואס דו ווייסט נישט? די ביסט דען מיט היינס 24 שעה א טאג אז דו ווייסט אלעס וואס ער זאגט?
נאר דו ווייסט יא פון וואס איך רעד, און ער האט עס יא געזאגט, נאר די מישט אריין דיין פערזענליכע מיינוג וואס דו האסט ביי יענע אישו אוועק צו מאכען וואס היינס האט במציאות געזאגט. עס איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל מיינוגען איז איין זאך און א מציאות איז א צווייטע זאך מען טאר עס נישט אויסמישען.

יידל האט געשריבן:2) ליידער האבן אידן א גרויסע פרעצענט פון שווינדלער. קיין איין סטיריאטיפ קומט נישט אומזיסט. אבער עס איז נאך אלץ א סטיריאטיפ און דער וואס פארשפרייט איז איז אן עקלדיגער ראסיסט, נישט קיין נפק"מ צו ער הייסט אל שארפטאן, אדער להבדיל אא"ה הג"ר הערשל שעכטער.


איך בין נישט באקאנט אז אידן האבן א גרויסע פרעצענט שווינדלער, און איך ווייס נישט וואס עס מיינט ״סטיריאטיפ״,

איך ווייס אבער אז מען מעג אויספארעמען א פאלאסי לויט די אומשטענדען, למשל די גאווערמענט מעג מאכען שטרענגערע געזעצן און טשיקאגו ווייל דארט הרג׳ט מען כמעט טעגליך מענטשן (אגב, די מערהייט דארט זענענן שווארצע) אדער למשל מען מעג מאכען שטרענגערע פאליס קאנטראל אין הארלעם ווייל עס איז דא א גרעסערע פערצענט ערענסטע אומלעגאלע אקטיוויטעטען, (אגב, די מערהייט דארט זענענן שווארצע), די זעלבע איז מיט הרב שעכטער, ער האט בסך הכל געמאכט א פאלאסי, אז כאטש אז ער האלט אז מען מעג איבערגעבן מאלעסטערס פאר די גאווערמענט, האלט אבער אז דארט ווי עס איז א חשש פיקוח נפש ווייל ער וועט אנקימען און איין צעל מיט א ........ וואס איז באוויסט פערצענטאל פאר גאר ערענסטע פארברעכער דעמלאטס זאל מען נישט גיין צו די גאווערמענט, דאס הייסט אז ער האט געמאכט א פאלסי באזירט אויף זאכען וואס ער איך און די און יעדער ווייסט,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

צום טויזנטסטע מאל. איינמאל דער מאלעסטאר קומט אן אין תפיסה איז ער ביי דעפענישאן אינאיינעם מיט פארברעכער פון אלע סארט. וואספארא שווארץ יאר מאכט אויס די קאליר פונעם פארברעכער. אז ער וויל דוקא מחלק זיין צווישן סארטן פארברעכער וואלט ער דאס געברויכט זאגן. אנריפען רעיפ און מערדער מיט א קאליר איז ראסיזים אויפן העכסטן גראד.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

צווישן די שארפע באשולדיגונגען פון אלע זייטן וויל איך קלאר מאכן איין נקודה. ראציאנעלע ראסיזם (ד. ה. באזירט אויף פאקטן) איז נישט מער ווי generelisation. דאס איז עפעס וואס מיר טוען יעדן טאג. מיר רופן אן א ווילדער מענטש א 'חיה', כאטש נישט אלע חיות זענען ווילד, ווייל מיר האבן א פחד פון ווילדע חיות, ממילא ווילד מיט חיה גייט סינאנים. פאקטיש רופן מיר אן די נאציס 'חיות' און דאס איז ממש פאלש, ווייל חיות הרג'ענען נישט סתם פאר בלוט דורשטיגקייט. ממילא, מיין האמבל אפיניאן איז אז קיין איינער קען זיך נישט באפרייען פון ראסיזם אזוי לאנג ווי ס'איז באזירט אויף פאקטן, עכ"פ ביי זיך אין הארץ וועט מען דאס קיינמאל נישט אוועקנעמען. און די פאקטן זענען דאך דא, עכ"פ אין ניו יארק זיכער, וואו 97% רוצחים זענען שווארצע אדער היספאנישע, און 70% פון רויבערייען ווערן דורכגעפירט דורך שווארצע (דאס איז גענומען פון אן ארטיקלאין דעילי ניוס, נישט פון דער איד). דערפאר כאפט מען אפילו די גרעסטע דעמאקראטן און ליבעראלן ביי אפענע ראסיזם באהאלטענערהייט, א שטייגער ווי ביל קלינטאן, ווייל דער מענטש קען זיך דערפון נישט באפרייען. וואס מיר קענען יא טון איז 1) זען אז מ'זאל דאס נישט דערמאנען ברבים, ווייל דאס ברענגט א דערנידערונג אפילו אויף די ערליכע שווארצע, 2) פארמיידן אומ'שכל'דיגע ראסיזם. אבער אויסרייסן ראציאנעלע ראסיזם איז לדעתי אוממעגליך, ניו יארקער איינוואוינער וועלן אייביג באטראכטן שווארצע נענטער צו פארברעכער ווי ווייסע, און מען וועט אייביג באטראכטן אידן נענטער צו שווינדלער ווי גויים.
די נעקסטע שאלה איז, אויב מיר מעגן נעמען שריט אין פאבליק באזירט אויף ראציאנעלע ראסיזם, כדי צו פארמיידן פראבלעמען, ווי למשל racial profiling אדער די קאנטראווערסיעלע stop and frisk געזעץ וואס רעי קעלי האט איינגעפירט.
אגב, אויב יואליש זוכט ראסיסטן צווישן היימישע אידן, האב איך פאר אים בעסערע קאנדידאטן ווי הרב שעכטער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר, זאגסט גאנץ ענליך צו דעם http://www.realclearscience.com/article ... 06469.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בדחן האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:1) כבר היה לעולמים מען האט עס שוין געזאגט, דער DA היינס האט געזאגט אז וומסב״ג קאמיונטי איז ערגער ווי די מאפיא..
1) פשוט פאלש.


ווי אזוי שרייבסטע ״פשוט פאלטש״? אפשר ווייס איך עפעס וואס דו ווייסט נישט? די ביסט דען מיט היינס 24 שעה א טאג אז דו ווייסט אלעס וואס ער זאגט?
נאר דו ווייסט יא פון וואס איך רעד, און ער האט עס יא געזאגט, נאר די מישט אריין דיין פערזענליכע מיינוג וואס דו האסט ביי יענע אישו אוועק צו מאכען וואס היינס האט במציאות געזאגט. עס איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל מיינוגען איז איין זאך און א מציאות איז א צווייטע זאך מען טאר עס נישט אויסמישען.

יידל האט געשריבן:2) ליידער האבן אידן א גרויסע פרעצענט פון שווינדלער. קיין איין סטיריאטיפ קומט נישט אומזיסט. אבער עס איז נאך אלץ א סטיריאטיפ און דער וואס פארשפרייט איז איז אן עקלדיגער ראסיסט, נישט קיין נפק"מ צו ער הייסט אל שארפטאן, אדער להבדיל אא"ה הג"ר הערשל שעכטער.


איך בין נישט באקאנט אז אידן האבן א גרויסע פרעצענט שווינדלער, און איך ווייס נישט וואס עס מיינט ״סטיריאטיפ״,

איך ווייס אבער אז מען מעג אויספארעמען א פאלאסי לויט די אומשטענדען, למשל די גאווערמענט מעג מאכען שטרענגערע געזעצן און טשיקאגו ווייל דארט הרג׳ט מען כמעט טעגליך מענטשן (אגב, די מערהייט דארט זענענן שווארצע) אדער למשל מען מעג מאכען שטרענגערע פאליס קאנטראל אין הארלעם ווייל עס איז דא א גרעסערע פערצענט ערענסטע אומלעגאלע אקטיוויטעטען, (אגב, די מערהייט דארט זענענן שווארצע), די זעלבע איז מיט הרב שעכטער, ער האט בסך הכל געמאכט א פאלאסי, אז כאטש אז ער האלט אז מען מעג איבערגעבן מאלעסטערס פאר די גאווערמענט, האלט אבער אז דארט ווי עס איז א חשש פיקוח נפש ווייל ער וועט אנקימען און איין צעל מיט א ........ וואס איז באוויסט פערצענטאל פאר גאר ערענסטע פארברעכער דעמלאטס זאל מען נישט גיין צו די גאווערמענט, דאס הייסט אז ער האט געמאכט א פאלסי באזירט אויף זאכען וואס ער איך און די און יעדער ווייסט,


ביטע גיב מיר א לינק צו דעם אנגעגעבענעם ציטאט פון היינס.

דיינע ווערטער איבער אויספארעמען א פאלאסי לויט די אומשטענדן זענען גענוי די זעלבע וואס אנטיסעמיטן נוצן צו בארעכטיגן דאס נישט ווילן האנדלן מיט אידן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

@ בדחן, וואו נעמסטו די חוצפה צו פרעגן יידל'ן? ווער ער זאגט "ודאי" אויף א זאך וואס דו ביסט מסופק?

בד"וו, דער גאנצער שמועס טוישט דעם אשכול-נאמען.

מיר איז פשוט א חידוש, ממילא רב פאדווה, ווייסט אפשר נישט אז מ'קען איינעם רעקאדירן, אבער רב שכטר ווייסטדאך יא, פארוואס האט ער נישט חושד געווען זיך צו היטן דעם דיבור? (על צד די מעשה איז אמת)?
Under influence
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

http://www.vosizneias.com/106559/2012/0 ... imidators/

Hynes commented on the almost mafia-like pressure that can be exerted on victims not to come forward saying, “the level of intimidation is not found nearly as much in organized crime. It is extraordinary just how relentless these people can be.

יואליש, איך געדענק דיך נישט מוחה זיין קעגן די ראסיסיטישע ווערטער:

“There is no concern for the victim in these communities,” said Hynes

און דא האסטו זיינע אויסדריקן אין א אפ עד פארן דעילי ניוס, די וואך פון וועבערמאן'ס סענטעסינג:

factions within these communities will ostracize, will terrorize, will do things that are just not acceptable; things that I just think are shameless. I compare it to the Mafia, but at least in Mafia cases we can offer victims witness protection. That does not work in these insular communities, where it is more difficult to leave behind friends and family and go into hiding.

יש לדון וויבאלד ער הייבט נאר אן factions within these communities איז עס נישט די גאנצע, הייסט עס אפשר נישט קיין ראסיזם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דעת תורה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

יידל האט געשריבן:ביטע גיב מיר א לינק צו דעם אנגעגעבענעם ציטאט פון היינס.

דיינע ווערטער איבער אויספארעמען א פאלאסי לויט די אומשטענדן זענען גענוי די זעלבע וואס אנטיסעמיטן נוצן צו בארעכטיגן דאס נישט ווילן האנדלן מיט אידן.


דעת תורה האט געברענגט א לינק,

אנטעסמיטען מעגן טייל מאל נעמען פון אנדערע קליגע און פארשטענדליכע פאלאסיס, עס איז זייער האס און קראנקע מהלך המחשבה וואס פירט זיי צו נעמען גיטע פאלאסיס וואס זיי האבן געזען ביי אנדערע און אויספירען אויף ראנג פלעצער לויט ווי אזוי זייער האס און פארדרייטע מוח זאגט זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:@ בדחן, וואו נעמסטו די חוצפה צו פרעגן יידל'ן? ווער ער זאגט "ודאי" אויף א זאך וואס דו ביסט מסופק?


איך פארשטיי נישט דיין שאלה, בכלל זע איך נישט און וואס איך בין מסופק,
אז די וועסט זיך בעסער מסביר זיין וועל איך דיר קענען געבן א תשובה.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

דעת תורה האט געשריבן:יש לדון וויבאלד ער הייבט נאר אן factions within these communities איז עס נישט די גאנצע, הייסט עס אפשר נישט קיין ראסיזם.


איך טראכט אויך אזוי, אז אויפן גוי היינס זאלסטע זיכען א לימוד זכות און אויפן איד רב שעכטער זאלסטע שרייבען:

דעת תורה האט געשריבן:הרב שעכטער האט מיט דעם שריט פארלוירן יעדעס ביסל רעספעקט וואס ער האט געהאט ביי מיר.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איך קלער א נייער פשט אין "דעת בעל הבית היפך דעת תורה". אז דער בעל הבית פרובירט מהפך צו זיין דעם דעת תורה פארקערט ווי דער דעת תורה זאגט אליין...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בדחן האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ביטע גיב מיר א לינק צו דעם אנגעגעבענעם ציטאט פון היינס.

דיינע ווערטער איבער אויספארעמען א פאלאסי לויט די אומשטענדן זענען גענוי די זעלבע וואס אנטיסעמיטן נוצן צו בארעכטיגן דאס נישט ווילן האנדלן מיט אידן.


דעת תורה האט געברענגט א לינק,

אנטעסמיטען מעגן טייל מאל נעמען פון אנדערע קליגע און פארשטענדליכע פאלאסיס, עס זייער האס און קראנקע מהלך המחשבה וואס פירט זיי צו נעמען גיטע פאלאסיס וואס זיי האבן געזען ביי אנדערע און אויספירען אויף ראנג פלעצער לויט ווי אזוי זייער האס און פארדרייטע מוח זאגט זיי.

לגבי היינס' סטעיטמענט. ביטע פארגלייך וואס דו שרייבסט בשמו און וואס וואס איז נייעס שרייבט בשמו און זאג מיר צו ס'איז די זעלבע זאך. אויב דיין ענטפער איז יא, וועל איך דיר אי"ה אינזין האבן ביי אתה חונן (סארי פאר די שארפע דיבורים, אבער עס זעט מיר אויס אז דיין מוח איז שוין קארופטירט געווארן פון ליינען אזויפיל איד/בלאט ספינס אזש די קענסט שוין נישט מחלק זיין צווישן היינס' אייגענטליכע וערטער און די ווערטער וואס דו האסט נאכגעברענגט בשמו).

לגבי דיינ וואסער-געמאלאכטס אויף אנטיסעמיטן: הער ביטע אויף מאלן וואסער, ווייל איך קען זאגן גענוי די זעלבע ווערטער אויף דיר בנוגע דיין פאזיציע איבער שווארצע. אט: ראסיסטן (ליין:בדחן) מעגן טייל מאל נעמען פון אנדערע קליגע און פארשטענדליכע פאלאסיס, עס זייער האס און קראנקע מהלך המחשבה וואס פירט זיי צו נעמען גיטע פאלאסיס וואס זיי האבן געזען ביי אנדערע און אויספירען אויף ראנג פלעצער לויט ווי אזוי זייער האס און פארדרייטע מוח זאגט זיי.

פארשטייט זיך אז ביי ראסיזם וועסטו שרייען אז דאס איז "פארמירן א פאלעסי לויט די פאקטן". פארוואס איז אנטיסעמיטיזם נישט "פארמירן א פאלעסי לויט די פאקטן"? ווייל עס "זייער האס און קראנקע מהלך המחשבה" וואס פירט זיי צו פארמירן די פאלעסי? דיטא פאר ראסיסטן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט