כח המדמה - אירע מעלות און חסרונות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

כח המדמה - אירע מעלות און חסרונות

שליחה דורך פייפער »

הרב שמעקעדיג האט אנגעהויבען א "פאנטאזיע" אשכול, מיטן צוועק אז יעדער זאל אויסלופטערען זייערע פאנטזיעס. עס האט מיך מעורר געווען אריינצוטראכטען אין דעם גאנצען ענין פון פאנטאזיע. עס קוקט מיר אויס ווי א כרכא דכולא ביה, גאר אסאך מעלות. פון די אנדערע זייט בין איך געוואוינט צו האבען א נעגאטיווער רעאקציע אויב איינער איז א בעל דמיון. וואס איז דער אמת שבו?
הרי לפניך דאס וואס איך האב געשריבען אין שמעקעדיג'ס אשכול.

זיסע גאט געשענקטע מתנה וואס רופט זיך "פאנטאזיע". וואויל איז אונז און וואויל איז אונזער ארבטייל, אז מיר האבען דעם כח המדמה.
דו זיצט דא אין דיין קעניגליכע פאלאץ, ארום דיר לויפען משרתים אהין און צוריק וזריזין באשותא. אלע דיינע באדינערס האבען דיך באמת ליב באהבת נפש, זיי זענען גרייט צו גיין און פייער פאר דיר. אט - דאס גלאק קלינגט, אה מען ברענגט דיר יעצט דעם טייערסטן קאוויאר אויף דער וועלט. דו ווילסט זעהן וואס פאר א סורפרייז קומט מיט דערצו. וואו, ווען דו זעהסט עס נישט מיט דיינע אייגענע אויגען וואלסטו עס קיינמאל נישט געגלייבט, מען האט מחיה מתים געווען וולפגנג אמדאוס מוצרט צוזאמען מיט לודוויג וואן בעטהאוון. זיי האבען צוזאמען קאמפאזירט דאס שענסטע שטיקל וואס איז נאך אמאל געווען. ספעציעל פאר די 150 מזמרים בכלי זמר וואס קומען אריין דא מיט זיי. יעדער פון די שפילערס און די זינגערס חוץ וואס קולם ערב, איז אויך מראם נאוה. עס איז זיס די אלע הערליכע קולות ומראות פון מענער, פרויען, קינדער, אנגעטוהן אין אזעלכע הערליכע טייערע קליידונג. זיי שטעלען זיך אויס אין א הערליכע סדר אין דיין ריזען גרויסען באנקעט האלל ווי דו געפינסט זיך יעצט. אהה מען גייט יעצט פארברענגען אפאר שעה מיט הערליכע מוזיק פינעם שענסטען סארט.
(דא לייג איך צו א שטיקל וואס מכח הלכה זאל מען נאר טוהן ווען מען איז צוזאמען מיט דעם בני בית). איידער מען גייט ווייטער שלעפט מען ארויס א פרגוד. דאס מאטריאל פון די פרגוד איז אזוינס וואס דו זעהסט אלעס אויף ארויס און קיינער זעהט גארנישט אויף אריין. אבער צו דעם דארף מען טאקע גיין מאחורי הפרגוד. ואכ"מ.
לעכטיג אין זיס, אלע חושים איבערגענומען מיט אזא זיסקייט.
אט אזוי פאנטאזיר די מראה פאר א האלבע שעה אדער פיר. כמרומז לעיל, וואס מען קען (אדער מען מוז) טאן בפועל ממש איז למצוה גדולה יחשב, ושכר מצוה מצוה. עס איז מסתמא ראטזאם אויך אנצונדען מוזיק און טאקע אויסהערען א פאר שיינע לאנגע מעלאדיס וואס מען גלייכט. אוודאי געוויס קען מען יעדעס מאל מען עסט א גיטע עסען אריינברענגען דעם כח המדמה מיטצושפילען.
צושטעלען די מעשה מיט די מחשבה איז געוואלדיג אבער בזמן וואס מען קען נישט פונקט אנצונדען מוזיק, אדער מען קען נישט פונקט עסען עפעס גאר געשמאק, איז מחשבה טובה מצרפה.
שלעכט?

טייערע ברידער, פארוואס פאנטאזירט מען פון פייגעל טראפען אויף ווינדאו וואשערס? זענט איר שוין געווען אמאל קעניג? אויף וואס ווארט איר? מיר האבען דאס גאנצע גן עדן אין דעם כח המדמה. אנשטאט לויפען זוכען אויספלוג קענען מיר זיך אויסלערנען וויאזוי צו האבען די גרעסטע הנאה צו יעדע צייט, מיט אלעם וואס דו קענסט דיר נאר חלומען, אויב דו קענסט. קענסטו דען נישט?
פארוואס ארבעטען מיר נישט אויס אונזער כח המדמה?
דער אשכול אויף פאנטאזיע האט מיך געמאכט טראכטען און פאנטאזירען. מען קען זיך ערווארבען די געשמאקסטע הנאות במחשבה ובכח המדמה.
עס איז מסתמא דא א גאנצע מהלך דערויף. מיר האבען דאך רבינו הגוגל שליט"א. וועל איך פרובירען מאכען אביסעל געזוכעניש און אראפברענגען רעזולטאטען. ביני לביני, וואס זאגט איר אלע דא. העלפט מיך און אייך זיך מתעלס זיין אין אט דעם רייכען און אומשאשבארען אוצר.
פארשטייט זיך אלעס נאר באופן המותר.
בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו.....
א הייק אביסעלע אויף ההרים וכל גבעות. דערנאך אריין אין א עפעל ארקארד, אאאאא די שמעק פון עץ פרי וכל ארזים.. בלייבען דא א האלבע שעה איז שלעכט? מען קען אפי' אביסל קריכן אויף די עפעל ביימער און קלייבן אביסעל. די שומרים, זיי קומען דאך דיר העלפען. זיי האבען דיך אלע זייער ליב. געדענק עס איז דיין פאנטאזיע דו ביזט בעל הבית. דיין רצון איז אין קאנטראל. אין לך דבר שעומד בפני הרצון - גארנישט האלט נישט צוריק פון וועלן.
ישר כוח שמעקעדיג פאר ארויפברענגען דאס אין מיין געדאנק. קען אפשר זיין אז דאס איז גאר אן אומשאצבערע אוצר בלום וואס דו האסט אונז דא צוגעברענגט? אדער דמיון איך נאר? :)

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר