לינקאלן רעסטלער מעלדט אז ער וועט נישט לויפן פאר סיטי קאונסיל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

לינקאלן רעסטלער מעלדט אז ער וועט נישט לויפן פאר סיטי קאונסיל

שליחה דורך דעת תורה »

לינקאלן רעסטלער, א יונגער ענערגישער אקטיוויסט אין די דעמאקראטישע פארטיי, און א אויפגייענדער שטערן אויף די פאליטישע ארענע, האט היינט ארויסגעשיקט א אימעיל צו זיינע שטיצער איינמעלדנדיג אפיציעל אז ער פלאנט נישט צו לויפן פארן סיטי קאונסיל אמט קעגן דעם אמטירנדן קאונסילמאן סטיוו לעווין.

רעסטלער, וועלכער האט פאר א קורצע צייט געדינט ווי דער דיסטריקט לידער אין די וויליאמסבורגער דיסטריקט, איז דורך פילע איינוואוינער באטראכט געווארן ווי א נאטורליכער קאנדידאט פאר דעם אמט נאך וואס ער האט אין סעפטעמבער גאר שמאל פארלוירן זיין א.ד. אמט. ער ווערט באטראכט ווי א סימבאל פון רעפארם און אנטי עסטאסלישמענט, בעיקר ווען סאיז נוגע כלפי די גוט איינגעפונדעוועטע און היפש קארופטירטע דעמאקראטישע פארטיי אין ברוקלין. ער האט זיך אסאך ארום געאמפערט מיטן ארויסגייענדן פארטיי פירער וויטא לאפעז, וועלכער האט געמוזט רעזיגנירן פון אמט צוליב ״פערזענליכע סקאנדאלן״... (קרעדיט: די חרדי׳שע מידיא).

יודעי דבר זאגן אז די סיבה וואס שטעקט אונטער רעסטלערס באשלוס נישט צו לויפן פאר דעם אמט איז צוליב א טויש וואס די רעדיסטריקטינג קאמיטע האט געמאכט, אריין ברענגענדיג 5 טויזנט פרישע חסידי׳שע שטימען אין די אזוי אויך איבערוויגנדע חסידי׳שע געגנט. לעווין איז זייער פאפולער אין די חסידי׳שע געמיינדע און לעצטיגע אנקעטעס ווייזן אז ער ציט אן ארום א צוויי דריטל פון זייערע שטימען. הגם עס איז לעת עתה נישט קלאר וואס אזאנס האט שוין דער לעווין דעליווערט פאר די חסידי׳שע געמיינדע. רעסטלערס איינציגע שאנס ארויס צו קוועטשן א זיג וואלט געווען דורך זיך ווענדן צו די אנדערע וויילער אין דעם דיסטריקט. אבער דער אנומעלטער טויש האט סיי אראפגענומען גאר אסאך שטימען פון די נישט חסידי׳שע פאפולאציע און סיי צוגעלייגט א גרויסער צאל חסידי׳שע שטימען, וואס דאס מאכט עס כמעט אוממעגליך צו געווינען דעם פארמעסט.

שפעקולאציס לויטן אז רעסטלער האלט א אויג אויפן סטעיט סענאט זיץ וואס ווערט פריי ווען דער איצטיגער סענאטאר דניאל סקוואדראן - וואס סאיז מערקווירדיג אז ער האט פילע ענליכקייטן צו רעסטלער - פארלאזט איר מיטן ציל צו לויפן פאר מארק גרין... איך מיין פאר פאבליק אדוואקאט. רעסטלער אליין האט נאך דערווייל גארנישט באשטעטיגט וואס זיינע פלענער פארן עתיד זענען, ער זאגט נאר אזויפיל אז ער וועט פארבלייבן אין פובליק דינסט. (דער פאבליק וועט אים ווייטער דינען).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

און אנדערע נייעס ווערט שפאקולירט,
דער געוועזנער דעמאקראטישע קאנגרעסמאן ענטאני ווינער,
וועלעכע האט רעזיגנירט אין שאנדע, גרייט זיך פאר א פאליטישע קאם בעק,

ניו יארק פאוסט באריכטעט, ער האט שוין געספענדט איבער $100.000
פאר פאליטישע קאנסאלטונג,
לינק
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ר' אברהם יצחק (אייזיק) אבראהאם וועלכע איז געלאפן מיט עטליכע יאר צוריק אין ווילאמסבורג פאר סיטי קאונסיל, האט היינט געזאגט אז קלערט ערענסט פון נאכאמאל פרובירן און לויפן קעגן סטיוו לעווין.
אבראהם זאגט: אז ער האט נאכנישט געמאכט זיין באשלוס אויף זיכער, אבער ער קלערט ערענסט אריין אין דעם. אויך האט ער געזאגט אז ער גיבט זיך נישט אהן אלץ קיין שום אנהענגער פון די סאטמארע פארטייען...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כ'גלייב נישט אז ער האט א טשאנס. נישט אז איך קער... לעווין קומט מיר פאר ווי אן אמאטשור ישיבה אינגעלע.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

היות איך בין אביסל אויסגעקאכט אין דעם נושא קען איך אייך זאגן 2 זאכן,

איינס, אייזעק אבראהאם האט זערא שאנסן צו באזיגן לעווין, פאר איין סיבה: ווייל ער איז א חסיד מיט בארד פיאות, דער גוי וועט קיינמאל וואוטן פאר איהם, פינטל,

צוויי, מיין השערה זאגט אז לינקולן רעסטלער וואלט לכאורה יא באזיגט לעווין אפי' נאכן רידיסטריקטן, פארשטייציך ס'איז בלויז מיין השערה ממילא האט איר אלע א רעכט צו מחולק זיין
פארשפארט