הרב יואל ראטה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

אינטערסאנט די אלע בילבולים, וואס מען מאכט אויף, אויף הרב יואל ראטה ווי צום ביישפיל וואס ממרם שלח ה' שרייבט אז

"זיין נוסח איז, באל, זינגען, זאגן תהלים, נישט לערנען בעיון מער ווי א האלבע שעב א טאג, אלעס איז לכתחילה שבלכתחילה פאר אלע סארט בחורים(לשיטתו).",

יעצט לאמיך עס צולייגן וואס איז שלעכט מיט זאגן תהלים???? און לגבי נישט לערנען בעיון, האט ער געזאגט אז דאס איז נאר פאר בחורים וואס עפענען נישט אויף א ספר, און יעצט וואס איז שלעכט אז בחורים שפילן באל?? ווייל מען האט דיך מחנך געווען אלץ יונגל אז ווער עס שפילט באל איז א גוי!!!??
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

קיינער האט נישט געזאגט אז סאיז שלעכט. מ'האט גערעדט פון פאקטן. איר האט עס עפעס אויפגענומען שלעכט (איך ווינדער זיך פארוואס)

אבוייאסלי זענט איר איגנאראנט אויך איבער די שיטה פון נישט לערנען בעיון, דאס איז א אנגענומענע זאך ביי טייל ברסלבאים, אז דער עיקר איז צו "זאגן" נישט פארשטיין.

נ.ב. האסט קאנוויניענטלי אויסגעלאזט "יו טויב"
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

ממרום שלח אש האט געשריבן:די גאנצע שמועס פארט אויף ראנג טרעקס.

ראטה האט נישט געמאכט זיין ישיבה פאר שוואכע בחורים, עס איז די רעגולער ברסלב-מהר"ש ישיבה.

זיין נוסח איז דאס, יו טוב, באל, זינגען, זאגן תהלים.......
ממרום שלח אש האט געשריבן:נ.ב. האסט קאנוויניענטלי אויסגעלאזט "יו טויב"


האסט עני באווייז אז ר״י הייסט בחורים קוקען יו טוב?
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בדחן האט געשריבן:
ממרום שלח אש האט געשריבן:די גאנצע שמועס פארט אויף ראנג טרעקס.

ראטה האט נישט געמאכט זיין ישיבה פאר שוואכע בחורים, עס איז די רעגולער ברסלב-מהר"ש ישיבה.

זיין נוסח איז דאס, יו טוב, באל, זינגען, זאגן תהלים.......
ממרום שלח אש האט געשריבן:נ.ב. האסט קאנוויניענטלי אויסגעלאזט "יו טויב"


האסט עני באווייז אז ר״י הייסט בחורים קוקען יו טוב?

מסתמא נישט, אבער וויאזוי קומען אלע זייערע זאכען אהן אויף יוטוב? ר' יואל לייגט עס ארויף? ער זעהט דאך אז מ'כאפט עס אפ.
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:כאילו דער גאנצער פראבלעם איז א די עלטערן זענען נישט מסכים.
לו יהא אז די עלטערן וויינען זיך צו אים האב רחמנות און נעם מיינע קינדער, דארף מען אויך דן זיין: אויב ער איז בכלל דער מוכשר דערפאר (וכבר היה לעולמים אנשים שאינם ראויים לאיצטלא זו דוגמת הישיבה הקדושה נר התורה בנשיאות הרב הצדיק מקאפעי שאלווע ומייזנערס טעיקאוט ושותפו הנאמן, וואס יענע ישיבה איז אויך געווען פאר שוואכע בחורים, וואס קיינער וויל נישט, דרייען זיך אויף דער גאס, וכו', ומכ"מ פארשטייט יעדער איינער אז איינס האט נישט מיט'ן צווייטן, און א קעכער באלאנגט אין קאך!)?
מ'דארף דן זיין וואס ער טוט מיט זיי? און דער תירוץ פון האספיטעליטי, ד"ה אז די בחורים האבן אן אכסניא, איז נישט אלעמאל גילטיג, ווייל בטלה מביא לידי שעמום, און אמאל קען אזא פלאץ דינען אלס סתם א קופה של שרצים וואו די אפפאל איז איינקווארטירט באקוועם.
און מ'דארף דן זיין וואס ער לערנט מיט זיי? ווייל אפילו א שוואכער בחור איז נישטא קיין תירוץ שבעולם אים צו מחנך זיין אז א בדיעבד איז א לכתחילה, אן איסור איז א בדיעבד וכו' וכו' וכו' הונדערט און איין עקלקלות'ן וחלקלקות'ן .
בכלל איז עבדות ה' און חינוך והדרכה א טיפער און אחריות'דיגער ענין, ולא כל הרוצה ליטול את ה' יבוא ויטול, ספעציעל איינער וואס לא קרה ולא שנה ולא שימש ת"ח. עס קען גאר זיין אז יצא שכרו בהפסדו.
אדרבה מאכט אייער האומווארק, און 'דערנאך' קומט צוריק צו מיר אין אישי, אבער ביטע, דאונט דזאדזש דע באוק ביי די קאווער, נישט קיין חילוק ווי שיין און לשם שמים'דיג די דעקל זעט אויס. א דאנק.

גאנץ גוט ארויסגעברענגט די זייט פונעם מטבע

וראי לך היא עיין ערך ישיבת הרב יואל מאליק..
א גוטן טאג אייך!
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:כאילו דער גאנצער פראבלעם איז א די עלטערן זענען נישט מסכים.
לו יהא אז די עלטערן וויינען זיך צו אים האב רחמנות און נעם מיינע קינדער, דארף מען אויך דן זיין: אויב ער איז בכלל דער מוכשר דערפאר (וכבר היה לעולמים אנשים שאינם ראויים לאיצטלא זו דוגמת הישיבה הקדושה נר התורה בנשיאות הרב הצדיק מקאפעי שאלווע ומייזנערס טעיקאוט ושותפו הנאמן, וואס יענע ישיבה איז אויך געווען פאר שוואכע בחורים, וואס קיינער וויל נישט, דרייען זיך אויף דער גאס, וכו', ומכ"מ פארשטייט יעדער איינער אז איינס האט נישט מיט'ן צווייטן, און א קעכער באלאנגט אין קאך!)?
מ'דארף דן זיין וואס ער טוט מיט זיי? און דער תירוץ פון האספיטעליטי, ד"ה אז די בחורים האבן אן אכסניא, איז נישט אלעמאל גילטיג, ווייל בטלה מביא לידי שעמום, און אמאל קען אזא פלאץ דינען אלס סתם א קופה של שרצים וואו די אפפאל איז איינקווארטירט באקוועם.
און מ'דארף דן זיין וואס ער לערנט מיט זיי? ווייל אפילו א שוואכער בחור איז נישטא קיין תירוץ שבעולם אים צו מחנך זיין אז א בדיעבד איז א לכתחילה, אן איסור איז א בדיעבד וכו' וכו' וכו' הונדערט און איין עקלקלות'ן וחלקלקות'ן .
בכלל איז עבדות ה' און חינוך והדרכה א טיפער און אחריות'דיגער ענין, ולא כל הרוצה ליטול את ה' יבוא ויטול, ספעציעל איינער וואס לא קרה ולא שנה ולא שימש ת"ח. עס קען גאר זיין אז יצא שכרו בהפסדו.
אדרבה מאכט אייער האומווארק, און 'דערנאך' קומט צוריק צו מיר אין אישי, אבער ביטע, דאונט דזאדזש דע באוק ביי די קאווער, נישט קיין חילוק ווי שיין און לשם שמים'דיג די דעקל זעט אויס. א דאנק.


you know what לאמיר עס אויסשמיעסן לויט דיין מהלך, אבער לאמיר קודם פרעגן א שאלה:
וואס איז בכללוית די ארבייט און די אויפגאבע פאר א ראש ישיבה פון בחורים עיטש 14 17 ???
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

ווי איז דען שייך צו זאגן אויף עני ישיבה פאר שוואכע בחורים אז ס'איז נישט גיט. מער ווייניגער זענען נאר די אלע טענות אויף דער אנהייב ווען ער האט ארויסגעצויגען 30 בחורים פון וויען צו פארמינערען דעם כל התחלות קשות און אויף דעם זענען דא עלטערן וואס קענען אים נאכאלץ נישט מוחל זיין. אבער היינט צו טאגס פארמאגט ער סאליד אגענטן אין אלע אידישע צענטערן, תלמידים פונעם מהר"ש וואס לאקערן אויף אינגע בחורים און אזוי פארט דער באן

מיין טענה איז נאר אז לא היה דברים מעולם ס'איז בכלל נישטא קיין ישיבה, ס'נישטא קיין דרך, קיין שעורים, קיין השקפה קיין גארנישט. איך בין גיט מיט איינעם וואס פאלט אריין אפט אין א ישיבה אינדרויסן פון מאנרא פאר שוואכע בחורים. צו וועם אסאך געוועזענע ראטה תלמידים קומען אן, נישט קיין ניין-טו-פייוו ישיבה נאר א ישיבה וואס האט א טרעק רעקארד אויסצומענטשלען בחורים און זיי אוועקצושטעלן וואו ס'דארף צו זיין, ער טענהט אז דער ראטה מהלך איז א חורבן נורא פארן יוגענט. לדוגמא ער לאזט דעם בחור טאן כמעט אלעס אין די וועלט אויב שטעלט ער זיך צו צי די פאר משוגעתן ווי זינגען ביי די קומזיצן, און ארויסווייזן געטריישאפט און מהיכי תיתי אפזאגן א עמוד גמרא אדער משניות ועוד ועוד. איך ווייס נישט צו ס'איז טאקע אזוי אבער ווי זעהט איר דא א ישיבה

ער בעט ביליג שכ"ל. שוין בעסער ווי דער אנדערער ברעסלאווער וואס האט זיך געמאכט א ישיבה פאר פרנסה דארט אין מאנרא און אויף ר"ח אז די 1800 איז נישט דא - יא אכצען הונדערט דאלער ח"י שלימים - שיקט ער אים אהיים, דאס טויג דאך זיכער נישט

בקיצור ביליג שכ"ל, מהר"ש אגענטן, און די מעדשיק פון יו טוב האסטו דעם דעי-קעיר אבל אין כאן לא ישיבה ולא מהלך
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

דא האט עטס א מוראדיגע באווייז אז די אלע נשמות ווילן זיין וואויל און ערליך.
קוקט גוט דעם קליפ ווי זיי זינגען ר׳ יואל׳ס ניגון ביי יענקי קראוס׳נס חתונה.
http://youtu.be/-NmQMpNOWSE
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

ממרום שלח אש האט געשריבן:קיינער האט נישט געזאגט אז סאיז שלעכט. מ'האט גערעדט פון פאקטן. איר האט עס עפעס אויפגענומען שלעכט (איך ווינדער זיך פארוואס)

אבוייאסלי זענט איר איגנאראנט אויך איבער די שיטה פון נישט לערנען בעיון, דאס איז א אנגענומענע זאך ביי טייל ברסלבאים, אז דער עיקר איז צו "זאגן" נישט פארשטיין.

נ.ב. האסט קאנוויניענטלי אויסגעלאזט "יו טויב"


ממרום שלח אש איך האב געזאגט אז הרב יואל ראטה הייסט נישט לערנען בעיון נאר פאר אידן וואס עפענן נישט אויף א ספר, אין דאס איז טאקע וואס איך זאג אז און ברסלב איז ענדערש צו זאגן די גמרא ווי נישט עפענן א אידיש ספר, און אז מען רעדט שוין פון בלבולים אויך שרייבסטו אז "ער נעמט אן א בחור קעגן דעם טאטענס רצון און איז זיי מסביר אז דאס איז אלעס "מניעות"," האב איך געהערט פון הרב יואל ראטה ווי ער זאגט אליין אז "עס איז נישטא קיינער אויף די וועלט וואס גייט דיך העלפן ווען די ביסט אין א פראבלעם חוץ דיינע עלטערן",
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ס'איז שוין פריש בין הזמנים, די פיצעלעך דרייען זיך שוין ווייטער אינטער די פיס, נישטא ווי צו זיצן אין שוהל, די מקוה'ס זענען איבערגעפילט, געלט גייערס האבן זיך געדאפעלט (חוץ די קמחא דפסחא'ס), אבער הונדערטע פרישע עלטערן באנעצן שוין זייערע קישענעס איבער די פרישע "לא נתקבל'ך" וואס זייער 'עוורידזש' בחורים האבן באקומען.

די סיסטעם אין ישיבה'ס זענען רציחה! די בחורים'ס בלוט זענען הפקר! די טרערן פון די עלטערן זענען די הנהלת מים שלנו וואסער! פרישע צענדליגע בחורים וואס וועלן פשוט נישט האבן די ריכטיגע קאנעקשאן'ס אדער זייערע עלטערן קענען נישט אויסצאלן די גראסערי ארדערס פון די מחנכים, צוריקצוגיין אין ישיבה'ס וועלן זיך ראש חודש אייר דרייען אויפן גאס פראנק און פריי, אבער אין קול מלחמה במחנה!

איז דא א איד ר' יואל ראטה וואס האט יא געעפענט א ישיבה וואס 95 פראצענט פון די בחורים זענען געווען אויפן גאס אדער זייער גורל איז שוין געווען אפגעזיגעלט אנצוקומען צו די גאס, נעמט מען אזא איד און מ'פרובירט אים אונטערצוהאקן? האט מען טענות אויף אים? לי יהא אז 5 פראצענט בחורים דארט וואלטן אפשר יא -מיט א שאקל אונטער- געווען אין א אנדערע (נארמאלע???) ישיבה, ווער זאגט אז די 5 פראצענט זענען חשובער און וויכטיגער ווי די איבריגע 95 פראצענט?

יא איך ווייס אז ר' יואל האט אויך גענומען נארמאלע בחורים פון וויען, אבער ווילאנג ס'דא די רציחה'שע ישיבה'ס מוז אזא ישיבה ווי ר' יואל'ס עקזעסטירן!

העסט טרעפן דא און דארטן אישו'ס וויאזוי די בחורים פירן זיך אויף און מיט דעם ווילסטו אפשפארן די ישיבה, נעם דיר פאר די אויגן אז רובה דרובה פון די בחורים וואלטן אויסגעקוקט סאך ארגער ווען נישט די ישיבה, אדער וואלסטו זיי בכלל נישט געזעהן... (זיי וואלטן זיך געדרייט ווייסעך ווי...)

און צו דיר שם-טוב: הער שוין אויף מיט די לאקאראציע, קיינער לאקערט נישט אויף קיין זעלבסט שטענדיגע נארמאלע בחורים. אויב לאקערן זיי אויף בחורים וואס זענען אויפן גאס, צו סונער אר לעיטער וועלן זיי אנקומען דארט, איז אשרי להם ואשרי חלקם! זיך דרייען אויפן גאס איז ארגער ווי צו זיצן אין א שטיקעלע מסגרת און זינגן אויף יו-טוב קליפס, עטליסט לייגן זיי תפילין יעדן טאג!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שעפטל, טויזענט לייקס!!
איטס אבאוט טיים מען זאל אויהערן אויפבלאזן די פאר אויסגעדראשענע מ'כלומר'שטע עוולות פון הרב יואל ראטה, און באהאלטן די רשעות פון די אלע אנדערע ישיבות, ועלכע נעמען נאר אן מצויינים וועלכע קענען זיצן 13 שעה א טאג איבער די גמרא.
הרב יואל ראטה, ירבו כמותך בישראל!
וירח ה' את ריח הניחוח
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

ווען ער האט געפענט זיין ישיבה האבן מענשן געזאגט עה, געב עס אפאר חדשים עס איז נישט מעגליך צו האלטן אפן אזא ישיבה, אין למעשה צו די גלייבסט עס יא צו די גלייבסט עס נישט איז שוין זיין ישיבה אפן גאנצע צוויי און א האלב יאר, מיט א שטארקע הצלחה איז אנשטאט מען זאלס אים אינטער רייסן קוקט פארוואס ער האט אזא שטארקע הצלחה??, פארוואס איז ער שוין אפן צוויי און א האלב יאר??, פארוואס זענען דא אזוי סאך בחורים וואס גייען צו אים?? איז אנשטאט אינטער רייסן זע נאכצומאכן זיינע מעלות, אין איך וועל ענדיגן ווי שמעקעדיג,
הרב יואל ראטה, ירבו כמותך בישראל!
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

הערליך שעפטיל!!
לאמיר זאגן אז יואלי ראטה שליט"א פאר'הרג'ט אפילו צוואנציג פראצענט בחורים. עטץ ווייסטס וויפיל פראצענט בחורים ווערן פאר'הרג'עט אין "נארמאלע" ישיבות??!!
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

איך האב גערעדט מיט א משגיח אין איינע פון די גרויסע ישיבות דא אין ניו יארק האט ער מיך געזאגט אז רוב בחורים זענען צוקריגט מיט זייער טאטע ,
יא, איר האט גוט געליינט רוב בחורים זענען צוקריגט מיט זייער טאטע,
און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס עס פאלן אוועק ליידער אזויפיל היימישע אידישע נשמות, איז אנשטאט זיך צוקריגן מיט זיי גייט הרב יואל ראטה און ער איז זיי מחזק, ער זינגט מיט זיי ווארמע נגונים, ער געט און זיי אריין אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און א יעדע פארבלעם וואס א איד האט זאל ער רעדן צום אייבערשטן,
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איך ווייס נישט צו רוב בחורים זענען גאר צוקריגט מיט זייער טאטע, כ'וואלט עס ענדערשט געזאגט אזוי "רוב בחורים האבן נישט קיין קשר מיט זייער טאטע"
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איז דאס אזוי ביים נייעם דור - פאוסט סענדס סט. -טאטעס אויכעט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דעס וועל איך פרעגן מיינע קינדער...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

אהא.
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

ר' יואל ראטה שליט"א: עס איז נישט קיין פעלער צו האבן א פעלער
https://www.youtube.com/watch?v=z5PCmlrowqE
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ר' יואל ראטה שליט"א רופט אויס כ"ק מוהרא"ש שליט"א צו די מצוה טאנץ ביי א חתונה פון א תלמוד הישיבה. הארציגע גראמען וואס ברענגען ארויס די וועגן וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד, און האבן א געשמאקע לעבן. שמעו ותחי נפשכם!


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=spjP0OspI3U[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

Music Video - ר' יואל ראטה: אומן ראש השנה

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=03wgy1mgjcE[/youtube]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
מ. גליקמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך מ. גליקמאן »

שוין, [tag]ברסלבער[/tag] האסט מיר אויסגעכאפט. איך האב עס פרובירט ארויפצולייגן אבער איך האב עס נישט געקענט עמבענדן.

דאס איז א געוואלדיגע שיינע קליפ! איך ווער משוגע דערפאר.
אשריך ר' יואל אשריך! זעה אנצוגיין דיין שכר איז זייער גרויס!
.Sometimes the heart sees what is invisible to the eye
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

קליינקעפיגע-קורצקעפיגע האבן די בעסטע לעבן.....
פארשפארט