בדיקת חמץ אין די קלאזעט'ס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

בדיקת חמץ אין די קלאזעט'ס

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

איך האב געוואלט פרעגען ווי אזוי דער עולם פירט זיך, אויב מען איז בודק די גאנצע הויז אלע פארמאכטע פלעצער אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך אז מען איז מחויב צו בודק זיין בחורין ובסדקין וכו', למשל די אלע קלאזעט'ס אדער פורניטשער ווי מען האלט וועש אדער טויס און זיי זענען נישט בכלל מקומות 'שאין מכניסין בהם חמץ', ווייל עס מאכט זיך אז מען זאל אינמיטען עסען ארויסנעמען פון דארט זאכען אדער די קינדער דרייען זיך דארטען מיט עסען.

אויב יא, איז עס נישט פשוט אלעס איז שוין שיין צוזאמגערוימט צוזאמגעפאקט, און ליל בדיקת חמץ קומט מען מיטען ליכט'ל מען דרייט אלעס איבער - מען דארף דאך זיכען בחורין ובסדקין, און אויך דויערט עס לכאורה זייער זייער זייער לאנג אויב מען איז בודק אויף אזא אופן.

אויב נישט, וואס איז די היתר?

איך האב געקלערט אז היות היינטיגע צייטען רוימען דאך די חשובע פרויען אדורך יעדען חור וסדק כפשוטו, אויב קען מען נישט אריינגיין מיט עפעס א כלי ניקוי אינעם לעכעל באגיסט מען עס מיט 'בליטש' 'עמאניע' 'סעינט מאריטץ' 'איזי אוף' ועוד ועוד באופן אז עס איז שוין זיכער נפסל מאכילת כלב ואפילו מאכילת מוריטשקעס, ממילא זענען דאך די אלע מקומות נישט הארבער ווי א 'לול של תרנגולים' וואס דארף נישט קיין בדיקה, וויל אויב וואלט ווען דארט געווען חמץ וואלטען עס ווען די הינדלעך וואס זענען דארטען מצוי אויפגעגסען (זעה ש"ע או"ח תל"ג ס"ו), די פרויען מיט זייער חזקת קלינען זענען לכאורה פונקט אזוי שטארק ווי די חזקה אז די הינדלעך וואלטען עס אויפגעגסען.

אבער דא עקא, איך האב געזאגט מיין חידוש פאר מיין קליינעם אינגעל, זאגט ער מיר "טאטי, איך מיין אז עס איז דא א קלארע גמ' פארקערט פון דעם" איך וואונדער זיך וואספארע גמ' ווייסט ער שוין פארקערט, זאגט ער מיר ער לערנט יעצט מס' ברכות, און ער האט גלערנט דארט אין דף כ"ב ע"א אז עס שטייט "שלא יהיו ת"ח מצויין אצל נשותיהם כתרנגולים", און זיין מלמד האט נישט געזאגט געהעריג פשט, אבער יעצט פארשטייט ער שוין, אז די גמ' מיינט צו זאגען אז א פרוי איז נישט אזוי מצויה אזוי ווי תרנגולים זענען מצויין, דהיינו אז הינדעלך זענען מצויין אין שטייג ממילא איז זיכער אז זיי וועלען אויפעסען די חמץ משא"כ פרויען זענען נישט מצויין אזי שטארק אין די הייזער פאר פסח מאכען.

נו איך בין געבליבען געפלעפט אז מיין זין איז אזא ת"ח מבין דבר מתוך דבר, איך האב עם נישט געהאט וואס צו ענטפערען, זיין רבי האט דאך נישט אויסגעלערנט די ריכטיגע פשט ווייל מען טאר דאך גארנישט וויסען, נו וועל איך עם גיין אויפקלערן.

עכ"פ וואס טוט מען ווי אזוי איז מען בודק די אלע פלעצער?

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר