די מנהג פון הארטע אייער און פסח

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

די מנהג פון הארטע אייער און פסח

שליחה דורך לבי במזרח »

נו..... די דיבור!
וויאזוי קען מען רעדען אזוי אויף א הייליגע מנהג ישראל, "פארשטינקען"?

זכורני ימים מקדם, ווען איך פלעיג פאהרן אויפ'ן subway אין חול המועד. די באחנט'ע חסידישע קינדערלעך האבען געגעסען (געהאקט בלע"ז) "סנעק" אויפ'ן טרעין.

אזויווי מ'עסט דעך נישט קיין פאטעטא טשיפס אום פסח - יעדער קען אויסהאלטען זיבען טעג אנע נאשעריי. נישט אזוי?- איז די סנעק באשטאנען פין פיינע פרישע נארהאפטיגע הארטע אייער און אביסעל קריספי פאפער מצות ציצובייסען.

די גערוך פין די אייער האט זיך געשפירט אינעם גאנצען טרעין. די noise ווי די זיסע ציינדעלעך צימאלען די מצות האט אריין געדרינגען אין יעדעמ'ס אויער, אבער ס'האט נישט אפגעשוואכט די אייער-גערוך וואס האט זיך געטראפען א וועג אריין אין יעדעם'ס נאז לעכער, אין פין דארטען צי די לונגען אין אזוי ווייטער.

די נארישע גוים ( גויטעס אויך, אבער צוליב עניני קדושה, באצי מער זיך נאר צי די זכרים. וד"ל) האבען נישט געהאט קיין ברירה אין האבען אויכעט אריין גע'אטעמט די פיינע אייער גערוך. פארשטייט זיך אז זיי האבען נישט געהאט קיין אהנונג איבער די טיפע באדייט פין די מאסיווע אייער געגעסעכץ וואס שטייט אונטער די שארפע גערוך.

וואס פארשטייט דען א גוי?
דער גוי יאגט זיך אהיים נאך א טאג ארבייט, ער ווייס נישט פין קיינע מצות, בארשט, מאסט, בחצי-הלילה סעיל, פאלשע-פיש, געברוקס ect;
על אחת כמה וכמה, קל וחומר. בן בנו של קל וחומר אז דער גוי ווייסט נישט פין די אייער געקנאקעכץ.

מיינסטו דען אז מיר האבען זיך וויסענדיג געמאכט פין זייערע שפיזיגע בליקען ?
א ודאי נישט!
דער גוי האט אונז סייווי פיינט.
מ'גיי מער זיך נישט חאנפענען צי די טמא'נע גוים דורעך אויף געבען -אדער אפילו אפ שטיפען מיט אביסעל צייט- די הייליגע מנהג פין אריין ריקען אייער אום פסח.

מיר זענען נישט ווי די מאדערנע יודן וואס זאגען אז "ס'איז נישט שיין צי עסען אייער אויפ'ן טרעין , ווייל ס'שטינקט! אין ס'איז א חילול השם".
וויאזוי קען א יוד אזוי רעדען?
ווי קען מען ניצען אזא מיאוסע ווארט: "שטינקט" אויף א אור אלטע מנהג?
איך ווינדער מיך צי זיינע אייניקלעך וועלען נאך זייו יודן בכלל.
צי ווייס ער דען נישט אז ירבעם בן נבט, דבורי פעלדמאן, אחאב הרשע, פערי רייך, דתן ואבירם אין דאס גלייכען האבען אלע אזוי אנגעהויבען ? אנפאנג וויל מען נאר געפעלען פארען גוי, זיך חאנפענען צי זיי, אין דערנאך גליטשט מען ביז'ן תהום אריין. דאס איז דאך דברים פשוטים.

אבער מיר הייליגע יודען ווייסען קלאהר וואס מיר האבען צי טיהן. מיר זענען שטאלץ מיט אונזער גלויבען אין מיר וועלען נישט ווערען נאך געשלעפט נאך די מאדערנע ווינטען.
דער גוי קען טראכטען וואס ער וויל, דער מאדערנער יוד קען זאגען וואס ער וויל, דער אויבער חכם קען שרייען וויפיל ער וויל... מיר וועלען זיך נישט לאזען פארפירען.

אלזו, נעקסטע מאהל ווען די חאפסט א גוי קיקען אויף דיר -אדער אויף דיינע קינדערלעך- ווען זיי עסן אייער אויפ'ן טרעין: נעם ארויס א איי פינעם בעג, קיק איהם גראד אין די אויגען אריין אין מיט דיין בעסטע ענגליש זאג נעם:
Sir, do you want one ? Here is one for you!
וועסטי זעהן ווי דער אנטיסעמיט וועט זיך באגראבען פאר בושה.

שוין. ביי. געניג פאר יעצט.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

עס איז מיר שוין אויסגעקומען צו זעהן עטליכע מאל ווי גוים עסן אויך אויפ'ן טרעין, און מיט ערגערע גרויכן פון הארטע אייער.
זעהט אויס אז זיי האבן אויך אביסל עזות דקדושה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

By the way me-inyen le-inyen but meoiso inyen is it emes that on a hard boiled egg you don't have to check for a blood drop (maybe organic eggs you do have to check ?)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

Gehlungen
Your question belongs here in the topic
viewtopic.php?f=13&t=2115
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געהערט (נישט קאנפורמד) אז דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אייראפע ארום א 100 יאר צוריק אין א שטעטעל אין אונגערן וואו מ'האט אנגעהויבן אריינברענגן חומרות אום פסח פון זיך נישט מישן און נישט עסן דאס און יענץ. און רוב שטובער האבן די בני בית מיט די קינדער נישט געקענט פארטראגן וואס די טאטע וויל איינפירן, און מ'האט זיך געשלאגן און געטענה'ט ביז ס'געקומען צו אייער ווארפעריי, קינדער מיט די מאמעס האבן געווארפן אויפ'ן טאט'ן אייער ביים סדר טיש אא"וו. ווען ס'געקומען צו ספירה ציילן האט מען זיך דערזען יעדער איינער אין שול מיט פארגעלעכטע קיטלעך און יעדער מיט וואונדער האט געפרעגט וואס? ביי דיר איז אויך פארגעקומען שלעגערייען/אייער ווארפערייען?!

דאס איז אנגעגאנגען יאר נאך יאר, ביז דער רב פון שטעטעל האט זיך איין יאר אויפגעשטעלט שבת הגדול און אנאנסירט א פרישן איסור חמור פון האלטן רויע אייער אין שטוב דורכאויס גאנץ פסח! אזוי וועלן די כה תאמר אלו הקלי דעת נישט קענען שטערן די ראשי בית אב פון זייערע חומרות. זינט דאן האט מען אפגעקאכט אלע אייער אין די וואך פון בעפאר פסח אזוי אז אויף פסח איז נאר געווען הארטע אייער. און וואס טוט מען מיט אזויפיל הארטע אייער? האט מען בלית ברירה געגעסן א גאנץ פסח הארטע אייער. און ווי מ'זעהט אין די ארכיוון פון יענעם בית הכנסת האבן דאס די נשים און די קינדער גאר שטארק אקצעפטירט און זיך געפרייט מיט דעם וואזשנעם איינפאל. דאס הייסט א קלוגע רב!
----
דאס אלעס איז נישט קאנפורמד, ס'קומט מער פון ליידיגיין. און וויבאלד ס'דא אין די תגובה עפעס וואס זעהט אויס ווי אביסעלע ליצנות וואס איז בכלל נישט מיין סטיל ווי באקאנט, איז ביטע נישט לייקן דיזן תגובה.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך וואלפה »

הרה"ק מצאנז זאגט אז דער מנהג נעמט זיך ווייל בדרך כלל ווען מען קאכט עפעס ווערט עס ווייכער. אייער ווערט נאר הארטער( און מער געדעכט די לופט).
יודישע קינדער וויפעל מען פייניגט זיי אז זאל זאלען אפלאזען די מסורה ווערן זיי נאר שטערקער אזוי ווי אין מצרים, עכלה"ק.

ווי מען "זעהט" ממש בבחינת 'וכל העם רואין את הקולות' א יעדע וואך ביי שלש סעודות,
און פסח איז דאך ממש די אישפוזין, אז מען דארף נישט ווארטען ביז שבת חול המועד נאכמיטאג.
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

chocolate is the new egg (פסח)

שליחה דורך נולד מאוחר »

די יו''ט האט זיך קוים אנגעפאנגן און איך האלט שוין נאך די דריטע טשאקלעט באר.
מיינע קונדער האב איך מסביר געווען אז די מצרים זענען געווען ברוין, מאכן מיר א זכר מיר פארלענדען די ברוינע טשקלעד. ( ווען כ'עס א ווייסע שפרינג מיין קליינער אויף, '' די פארלענדס א איד)..

מיין פחד איז אז טשאקלעד זאל נישט ווערן אזוי אראפ געקוקט און חוזק געמאכט ווי די אייער. איך ציטער דערפאר, איך שעץ און רעספעקטיר טשאקלעד.
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 219
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך סלינקי »

שוין דא צו באקומען רעדי מעיד
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

זר זהב האט געשריבן:געהערט (נישט קאנפורמד) אז דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אייראפע ארום א 100 יאר צוריק אין א שטעטעל אין אונגערן


אפשר פאפ"א?

הכל מודים דבפסח בעינן למארי דפאפ"א, פ'אטעטאס א'ייער פ'אטעטאס א'ייער
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

דרך אגב, עצה טובה קמ"ל, לייגטס אריין אפאר אימגעשיילטע פאטעיטעס אין א טאפ פיל מיט אייער, קאכט עס אזוי אפ, עס איז זייער געשמאק

עס מוז האבן א באזונדערע טאפצוליב די שאלעכטס
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

היסטאריקער האט געשריבן:דרך אגב, עצה טובה קמ"ל, לייגטס אריין אפאר אימגעשיילטע פאטעיטעס אין א טאפ פיל מיט אייער, קאכט עס אזוי אפ, עס איז זייער געשמאק

עמער רעדען אי"ה און צווי א האלב וואכען ארום...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: די מנהג פון הארטע אייער און פסח

שליחה דורך א איד »

היסטאריקער האט געשריבן:דרך אגב, עצה טובה קמ"ל, לייגטס אריין אפאר אימגעשיילטע פאטעיטעס אין א טאפ פיל מיט אייער, קאכט עס אזוי אפ, עס איז זייער געשמאק

עס מוז האבן א באזונדערע טאפצוליב די שאלעכטס

פסח עסן מיר נאר אפגעשיילט, אן קיין שאלעכטס
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די וואס קויפן די געוואשענע אייער בהשגחת הרב לויפער קענען עסן אייער מיט די שאלאכץ
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

א איד האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:דרך אגב, עצה טובה קמ"ל, לייגטס אריין אפאר אימגעשיילטע פאטעיטעס אין א טאפ פיל מיט אייער, קאכט עס אזוי אפ, עס איז זייער געשמאק

עס מוז האבן א באזונדערע טאפ צוליב די שאלעכטס

פסח עסן מיר נאר אפגעשיילט, אן קיין שאלעכטס



וועגען דעם דארף מען א עקסטרע טאפ, נאכדעם שיילט מען עס אפ
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
פארשפארט