כח המדמה - אירע מעלות און חסרונות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נשמה יתירה, זייער גוט מסביר געווען. זאל מען טאקע וויסן ווי אזוי צו דמיונ'ען אויפ'ן ריכטיגן אופן און נישט דמיונ'ן אז מען דמיונ'ט אמת'דיגע דמיונות, בעת פאקטיש איז דאס בלויז גע'דמיונ'טע דמיונות :).
אגב, דער אידישער ווארט פאר forcing yourself איז 'ארויפצווינגען אויף זיך'.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ענליך צו דעם אלעם, האב איך אמאל געהערט פון א חשוב'ן יונגערמאן, א אופן ווי אזוי ער פלעגט זיך מחזק זיין מיט שווערע נסיונות, אויך דורכן כח הדמיון. ער האט געזעהן אין ספרים פארשידענע ענינים, און דאס גענומען צום נעקסטן שטאפל, ווי פאלגענד:

דער באשעפער מיט די גאנצע פמליא של מעלה אין הימל שטייען און קוקן מיט נייגער און אנגסט, צי וועט ער ביישטיין דעם נסיון? אלע שטייען אנגעשפיצט, האלטן דעם אטעם, צו זעהן ווי אזוי די זאך גייט זיך ענדיגן. טאמער איז ער בייגעשטאנען, טוט זיך א קלאטשעריי אין די עולמות העליונים, אלע שאלן פון שמחה און פרייד, עס ווערן באשאפן נייע וועלטן, נייע מלאכים, מליצי יושר.. יעדער שמועסט דארטן דערפון און איינער גיט א זאג, WOW, קוק אן דעם איד, אזעלכע כוחות, דער באשעפער שעפט נחת... טאמער ח"ו פאלט ער אדורך, פארברעכן אלע מלאכים מיט די הענט, און הייבן אן קלאגן, א שאד, שאד... ער האט געהאט א געלעגנהייט צו נתקרב ווערן צום בורא און אראפשיקן אויפן עולם התחתון אסאך השפעות טובות, ועתה אהה, יעצט האט ער אלעס אנגעוואוירן, אזא שאד... אנשטאט וועט ער מוזן אדורכגיין פארשידענע שוועריגקייטן צו מתקן זיין...

נאך אזא דמיון, בלייבט נאך א נסיון?
וירח ה' את ריח הניחוח
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

דברים גדולים ונשגבים נשנו כאן דורך די אריות שבחבורה. אבער please don't crash my party. איך רעד דא פון גשמיותדיגע געשמאקע הנאות, וואס מען קען האבען מיט כח המדמה. איך בין נישט אין די הויכע ספערן. אויב ווילסטו טענה'ן אז מען טאר נישט האבען הנאה דעמאלט be my guest וועל איך דיך אויסהערען, און פרובירען אפווענדען עד אפס כוחי. אבער אויב ביזטו מסכים אז מען מעג הנאה האבען פונעם אייבערשטענס וועלטעל, דאן לאזט ביטע דא דעם אשכול אויף דעם פראקטישען למעשה.
נישט אז איר זאלט נישט מגיב זיין. פונקט פארקערט עס איז פאר מיר, און ווארשיינלעך פאר יעדעם, זייער אינטערסאנט ענקערע תגובות. וועל איך טאקע בעטן צו הערען וואס איר זאגט אויף דעם פראקטישען פראנט. א דאנק.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך נשמה יתירה »

יאיר האט געשריבן:נשמה יתירה, זייער גוט מסביר געווען. זאל מען טאקע וויסן ווי אזוי צו דמיונ'ען אויפ'ן ריכטיגן אופן און נישט דמיונ'ן אז מען דמיונ'ט אמת'דיגע דמיונות, בעת פאקטיש איז דאס בלויז גע'דמיונ'טע דמיונות :).
אגב, דער אידישער ווארט פאר forcing yourself איז 'ארויפצווינגען אויף זיך'.
ראשית כל האלט איך נישט פון פארסירען יענעם וויאזוי צו רעדען. נישט פארסירען, נישט ארויפצווינגען, און אפי' נישט זיך לאזען ווערען איבערגענומען. :P
א דמיון וואס קומט ארויס פון מיין עכטע מציאות אהן די אלע שכלים וואס מען האט אונז פראגראמירט [וויאזוי זאגט מען פראגראמירט אין אידיש?] קען נישט קומען מצד די שכלים זעלבסט.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך נשמה יתירה »

פייפער האט געשריבן:דברים גדולים ונשגבים נשנו כאן דורך די אריות שבחבורה. אבער please don't crash my party. איך רעד דא פון גשמיותדיגע געשמאקע הנאות, וואס מען קען האבען מיט כח המדמה. איך בין נישט אין די הויכע ספערן. אויב ווילסטו טענה'ן אז מען טאר נישט האבען הנאה דעמאלט be my guest וועל איך דיך אויסהערען, און פרובירען אפווענדען עד אפס כוחי. אבער אויב ביזטו מסכים אז מען מעג הנאה האבען פונעם אייבערשטענס וועלטעל, דאן לאזט ביטע דא דעם אשכול אויף דעם פראקטישען למעשה.
נישט אז איר זאלט נישט מגיב זיין. פונקט פארקערט עס איז פאר מיר, און ווארשיינלעך פאר יעדעם, זייער אינטערסאנט ענקערע תגובות. וועל איך טאקע בעטן צו הערען וואס איר זאגט אויף דעם פראקטישען פראנט. א דאנק.
וואס ביסטו נישט צופרידן מיט מיינע תגובות?
איך ברענג דיר צו א נועם אלימלך וואס זאגט אז די גרעסטע אינדיווידואלע אקט פון עבודות ה' אין אידישקייט, נעמליך די עקידה, איז געווען כולו אין דמיון. דהיינו אברהם און יצחק האבען זיך געדארפט מדמה זיין אז זיי גייען דא שחט'ן/געשחט'ן ווערן. די גאנצע עבודה של מסירות נפש פון די מעשה עקידה איז געווען גענצליך מיטן כח המדמה. דאס דארף דאך געבן א שטארקע הוכחה אז די כח המדמה פון א מענטש איז נישט אוועקצומאכען. אויב קען מען מקיים זיין די גרעסטע מצוה וואס כלל ישראל פארמאגט, סטריקטלי דורך דמיונ'ן אז מען איז עס מקיים. אויב מען קען בפועל וויסען אז מען גייט אין רעאליטי זיך נישט שחט'ן פארן אייבערשטען, נאר מען לאזט זיך דמיונ'ן אז מען גייט דאס טון. אויב דער דמיון איז גענוג אז עס זאל אריינגיין אין די היסטאריע פון כלל ישראל אלס די גרעסטע אקט פון מסירות נפש וואס כלל ישראל פארמאגט, אויב דערמאנען מיר די זכות פון דעם געדמיונ'טער אקט מדי יום ביומו, מיז דאך זיין אז דמיון איז פונקט אזוי גוט ווי רעאליטי, אדער לכה"פ נישט צו ווייט דערפון. איז דאס נישט די טעמע דא אין דעם אשכול?

אויך האב איך געוויזען אז חאטשיק עס איז געווען א דמיון האבען זיי דאך געשפילט די מעשה מיט אלא איינצעלהייטען, ביז צו די לעצטע דעטאל פון צובינדען יצחק און נעמען די מעסער און די הענט אריין. דאס איז ווייטער מאמת וואס דו שרייבסט אז ביים דמיונ'ן העלפט אז מען זאל צושטעלען דעם למעשה עד שידו מגעת. אין דיין ציור פון גשמיותדיגע הנאות מיינט דאס אז מען זאל טאקע אויסהערען א שיינע ניגון אויב וויל מען דמיונ'ן אז 150 מזמרים זינגען פאר דיר. דאס איז דאך זייער פראקטיש אויף למעשה.

יאיר האט צוגעברענגט דעם פאיעסעצנער וואס געבט געוויסע הדרכות וויאזוי צו דמיונ'ן. אמת דארט רעדט ער וויאזוי צו האבען טיפע דמיונות, אזעלכע וואס קומען מעומק הנפש והנשמה, אבער פארט איז דאס הדרכה און התאמתת אויף די כח המדמה. אפשר קען מען ניצען זיינע הדרכות פאר יעדען פאל וואס מען וויל ניצען די כח המדמה. עס איז דאך נישט דא אזויפיל חומר פאר דיין אינטערסאנטע רעיון. אפשר איז כדאי צו זעהן יעדע מאמר אדער עצה אויף די נושא און דערנאך צאמשטעלען דעם גאנצען בילד און זעהן צו איז יש דברים בגו אין דעם גאנצען דמיון דיינער.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך נשמה יתירה »

א דאנק יאיר קוק איך יעצט אריין און ספר בני מחשבה טובה פינעם פיאסעצנער.
אין 'סדר אמצעי ויסוד החברה' אות יב', שרייבט ער בענין די אומזיכערקייט פון "רעאליטי".
ער שרייבט אז מען קען דאך האבען א טענה אז
הלא עולם גופני אני רואה בעליל, ומי יכול להכחיש את הודאות של ראית ושמיעת חושי? אבל מאין אתה בטוח כל כך בראית חושיך שאמתיות הן? הגם שאין אנו רוצים להעמיק בפלפולים כאלו, אבל כדי להזיז את דעתך מן ודאות ובטיחות חושיך שבהם אתה בוטח ודוחה את כל יכולת ראיה עילאה להביט בראיה בלתי חושית על דברים מוחשים, לכן הנני שואלך שאלה פשוטה זו.
מה זה מים?
כלומר בטוח אתה שמשעה שאתה מביט וממשמש במים בעצם המים אתה רואה וממשמשמ, לא איזה צורה מהם בלבד. ואם כן למה המים הללו בעמצם מתהפכים לשלג, לכפור, לאד, ושוב למים? את הקש למשל, גובלים ונעשה זבל, ונותנים אות בשדה ומשבחת היא את התבואה, זאת אומרת שנתוספה על התבואה, והזבל נתהפך לתבואה והאדם אוכלה ומתהפכת לבשר ודם האדם, בצלמו ובדמותו. היינו שהקש נתהפך לזבל, לתבואה, ולבשר האדם. ומה המה עצמם? עצם מים, ועצם קש, עצם תבואה, ועצם בשר" איך עצם אחד מתהפך לשני ולשלישי, ושוב חוזר לעצמו? או האם אפשר שהרבה עצמיים נמצאים בעצם אחד? לא זה אפשר, ולא זה אמת. הנך רואה איפה שכל אחד מהם הוא דבר בלתי נראה לך, ורק גוונים וצורות מתחלפות אתה רואה בכל דבר. בשקר יפתוך חושיך לאמור את העלם אנו רואים וממשמשים. עצם כל דבר עומד בעינו, חושיך לא יגיעו אליו, ורק כעור הם ממשמשים בגווני הדברים שמתראים על עצם הדברים.... ובמה כוחך גדול לדחות בחושיך.... ולהקשות הלא עולם גופני אני רואה, אם באמת אין מים ואין קש, אין עולם ואין עצם לפניך.

איך מיין נישט צו זאגען אז ווייל ער האט אזוי געזאגט מיז עס שוין זיין אזוי. איך ווייז דיר נאר אז אינעם חסידישען פיאסעצנער חדר זאגט זיך עפעס אזוי.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

אין ענגליש רופט זיך דאס crective visualization
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך זאג פאר מיינע קינדער צו אנקוקען און דמיונען ווי משפילט געים בוי און דער יצר איז דער שרעקעדיגער מאונסטער יעדעס מאהל זיי פירן אויס טראכט כאילו מהאט געמאכט א מעיזשאר מאוו אין די אכטע לעוועל און די ארומיגע חברים וואס קוקען שרייען wow!!!!!!!!!!און ווען פארקערט זאל מען זיך פארשטעלן ווי ער קוילערט זיך פאר געלעכטער, מרעגט זיך !!! און איך לייג אריין אין זיי די עמוישען וואס קינדער האבן בעתן שפילן געים בוי אז קומענדיגע מאהל וועל איך שוין ווייזן וואס איך קען.....
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

נשמה, איך הער דיין פוינט.
קינות, creative visualization איז די חידוש אז מיט'ן טראכטען און דמיונ'ן אויף עפעס, וועט דאס טאקע אזוי געשעהן. אויבענאויף קוקט דאס אויס ווי דמיון :D . איך רעד פשוט דמיונ'ן כדי הנאה צו האבן.

מיין רעיון איז אז אלע הנאות זענען פילינגס און עקספעריענסעס אין מיין נפש, שכל, לב, אדער וואטעווער. מיין שאלה איז צו מען קען אויפבועין דעם כח המדמה, אז מען זאל געהעריג באלעבען דעם דמיון אזאש אז מען זאל עס ממש שפירען אינעם נפש, שכל, לב, פונקט ווי ווען עס געשעהט בפועל, אדער עכ"פ למחצה שליש ורביע. אויב יא האבען מיר דאך א געוואלדיגע מקור פאר הנאות ותענוגי החיים. עס איז זייער א סימפעל שאלה.

איך רעד נישט וויאזוי צו קענען עס ניצען כדי זיך מתגבר זיין אויף דעם יצה"ר. אוודאי געוויס איז דאס וויכטיג, אבער נישט דאס איז מיין שאלה.

אין דער אמת'ן גערעדט וואלט געווען כדאי אז א פאר מענטשען דא זאלען עס אויספרובירען. די פראבלעם איז אז איך גלייב מען דארף אביסל practice דערפאר. עס איז מסתבר אז די כח איז נישט אויסגעארבעט פון זיך אליין. מען דארף מסתם האבן מהלכים און techniques דערפאר.

נו מען האלט דאך שוין קרוב צום זמן פון בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו.... יעדער דור דארף א מענטש זיך קענען מאכען כאילו.. בקיצור, מען דארף קענען דמיונ'ן. נאכדערצו אויב מען וועט צולייגען צו דעם נוסח די ווערטער וואס דער בעל התניא אין פרק מז' האט אליינס צו געלייגט. והנה בכל דור ודור, ובכל יום ויום, חייב אדם לראות עצמו כאילו הוא יצא היום ממצרים. דארפען מיר דאך קענען דמיונ'ן יעדען טאג. איז דאך היום לעשותם. איך ווייס טאקע נישט פון ווי דער בעל התניא נעמט די הוספה? למעשה זאגט שוין די של"ה מסכת פסחים מצה עשירה - דרוש ראשון - "על כן בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא. וזהו ענין הזכרת יציאת מצרים בכל יום כאילו היום הזה יצאנו"

באמת אויב דמיונ'ט מען טאקע יציאת מצרים איז דאך דאס א טעכניק אויף צו האבן הנאה. דהיינו אויב קען איך טאקע שפירן און מיטלעבן א אייגענע פדיי' פון עבדות לחירות, איז דאס דאך א געוואלדיגע געשמאקע הנאה. פשיהאא.. האט מען נאך א מצוה אויך. איך מיין כדי עס צו מאכן רעאליסטיש מעג מען דאך טראכטען אויך פון די כלי כסף וכלי זהב וואס מען נעמט מיט, צוזאמען מיט נאך גוטע זאכן. דער מיעוט דרך ארץ איז דאך אויך בטל געווארן (קוק ווי מיין קאפ ליגט המממ..).

איך בין א געהעריגע בעל דמיון האלט עטץ. די פראבלעם איז אז איך רעד נאר פון דמיונ'ען, איך טוה עס נישט למעשה. :?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פייפער, דו שרייבסט אז דו דמיונ'סט נאר פון דמיונ'ען, אבער דו דמיונ'סט נישט עכט.
איך מיין אז ס'איז זייער שווער צו דמיונ'ען ריינע דמיונות, א שטייגער ווי חלומ'ען בשעת מען איז אויף. אפילו דער חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז אויך באזירט אויף א שטארקער אמת, ווי מען זאגט ואילו לא הוציא וכו' הרי אנו ובנינו משועבדים היינו לפרעה במצרים. ווען נישט דעם וואלט דאס טאקע געווען א הוילע דמיון, און איך גלייב נישט אז מען וואלט מחייב געווען אידן צו דמיונ'ען הוילע דמיונות, אויסער ביי גאר אויסגארבעטע בעלי דמיונות ווי ביי דער פיאסצנ'ער, אדער א solipsist, אדער חלילה איינער וואס ליידט פון סקיצאפרעניע. למעשה, רוב מענטשן ענדזשויען מער דעם ביטערן אמת ווי דער זיסטער שקר. כ'מיין אז רוב מענטשן וואלט נישט געוואלט כאפן א חוני המעגל שלאף און חלומ'ען די זיסטע חלומות און זיך אויפוועקן נאך זיבעציג יאר. ס'איז ענדערש זיך צו פלאגן א גאנץ לעבן כל זמן מ'ווייסט אז דער פלאגן איז עכט, און די הנאות וואס מען האט זענען עכט.
האדם לא נברא אלא להתענג
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

פלאגן איז עכט? מען פלאגט זיך ווייל מען מיינט אז דער שכן, טאטע, ברידער...
הנאות איז עכט? מען האט הנאה אז דער שכן, טאטע, ברידער, מיינט אז...
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז 95% פון אונזערע הנאות און צער זענען געבעיסט אויף דמיון. אויב אזוי לאז מיך ביטע שוין זיין בעל הבית דערויף. לאז מיך מיר אויפבויען מיין אייגענע דמיון.
בכלל, וויפיל מענטשען ליינען novels, אדער וואטשען פילמס? דאס איז דאך אלעס א הנאה פון א דמיון.
אויב ביסטו גערעכט אז מענטשען האבען נישט ליב הנאות פון דמיון, ווער זענען דאס די 125 מיליאן מענטשען וואס האבען געקויפט Grand theft auto? אדער די 100 מיליאן מענטשען וואס האבען געקויפט Call of Duty.
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

פייפער האט געשריבן:לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז 95% פון אונזערע הנאות און צער זענען געבעיסט אויף דמיון. אויב אזוי לאז מיך ביטע שוין זיין בעל הבית דערויף. לאז מיך מיר אויפבויען מיין אייגענע דמיון.
ברוך שכוונתי לדעת גדולים קוק דא סוף ארטיקל, ווי neuroscientist Beau Lotto זאגט אז
[left]"Either there are no illusions or everything is an illusion," said Lotto at the conclusion of his remarks at the recent Being Human 2012 conference. "And given that we are pretty much all delusional, you might as well choose your delusion."[/left]

קוק דא פאר אן איטערסאנטע clip.
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

דא איז א קיצור הדברים פון א לאנגע ארטיקל. עס שטייט דאס פאלגענדע.
Research on emotional perception and learning indicates appetitive cues engage nucleus accumbens (NAc) and medial prefrontal cortex (mPFC), whereas amygdala activity is modulated by the emotional intensity of appetitive and aversive cues. This study sought to determine patterns of functional activation and connectivity among these regions during narrative emotional imagery. Using event-related fMRI, we investigate activation of these structures when participants vividly imagine pleasant, neutral, and unpleasant scenes. Results indicate that pleasant imagery selectively activates NAc and mPFC, whereas amygdala activation was enhanced during both pleasant and unpleasant imagery. NAc and mPFC activity were each correlated with the rated pleasure of the imagined scenes, while amygdala activity was correlated with rated emotional arousal. Functional connectivity of NAc and mPFC was evident throughout imagery, regardless of hedonic content, while correlated activation of the amygdala with NAc and mPFC was specific to imagining pleasant scenes. These findings provide strong evidence that pleasurable text-driven imagery engages a core appetitive circuit, including NAc, mPFC, and the amygdala.

איך ווייס נישט וויאזוי איך קען באקומען דעם גאנצן ארטיקל. אבער פון די ראשי פרקים איז משמע
א- עס איז ידוע אז NAc און mPFC זענען די חלקים אין מוח וואס זענען אקטיוו ווען מען שפריט הנאה ותענוג. די סיבה וויאזוי מען ווייסט דאס, איז ווייל מען זעהט אז יעדעס מאל א מענטש האט א תאוה ורצון פאר הנאה, ווערן די חלקים אקטיוויזירט. פון דעם נעמט מען אהן אז די חלקים זענען דאס וואס ארבעט בשעת א מענטש האט הנאה. (קוק מיין הערה אויף די נקודה באלד).
ב- ווען מענטשען האבען זיך מצייר געווען מיטן כח הדמיון געוויסע הנאות, האט דאס גורם געווען אז אט די חלקים זאלען אקטיווזירט ווערן.
ג- לויט די שטארקייט פון הנאה וואס דער מענטש האט אונז געזאגט אז ער האט, אזוי פיל האבען מיר געקענט זעהן אז אט די חלקים זענען שטערקער אקטיוויזרט געווארען.
אויב אזוי זעהט מען אז מיט דמיון פון הנאה ווערן אקטיוויזירט די חלקים אין מח אזוי ווי ווען מען האט בפועל הנאה.

הערה -
לכשעצמי וואלט איך נאר געזעהן פון דעם אז די חלקים זענען מעורר רצון ותאוה נישט אז זיי ארבעטן בשעת די רצון ווערט נתמלא. אבער זיי שרייבען דאך
NAc and mPFC activity were each correlated with the rated pleasure of the imagined scenes.
לויט די לעוועל פון הנאה אזוי איז געווען די לעוול פין אקטיוואציע פון די חלקים. קען זיין אפשר אז די עיקר הנאה פון א מענטש איז די רצונות און געגועים דערצו. ווי די טייטש חומש זאגט אויף איני יודע - איך ווייס נישט.
בקיצור, נאך די אלע מראה מקומת, וואס בלייבט?
די פשוטע עצה איז דאס אליין פרובירען און זעהן. אויב איז עס אמת אז מען קען האבען די וועלטס הנאות (איך רעד אויסגעהאלטענע) פשוט דורך מחשבה ודמיון, איז דאך געוואלדיג. ווען די ווייב שרייט אהן יעצט אין די טעג, גייט מען אריין אין קאר און מען איז זיך מצייר בפועל ווי די ווייב רעד שיין און געטריי. מען האט אן עקספעריענס פון הערן ווערטער פון געטריישאפט פון איר. איי ווען איך גיי ארויס פון קאר און צוריק אין הויז וועט זי שרייען, איז וואס? דאס זעלבע קענסטו דאך זאגען בשעת זי איז באמת גיט צו דיר. מארגען וועט זיך דאך שרייען. אלא מאי חיי שעה איז שוין איינמאל געלעבט. איז דאך דאס זעלבע דא אויך.
איך ווייס אז עס קוקט אויס ווי איך בין אריינגעכפאט אין דעם נעץ פון דעם דמיון און איך קען מיך נישט דערזעהן אינדרויסען. אבער געוואלד און געשריגען, אויב איז אמת וואס איך זאג, האבען מיר דאך א כרכא דכולא ביה, אן אוצר בלום פון אלע הנאות אויף די וועלט. עס איז מער ווי געוואונען די 300 מיליאן דולר לאטטערי טיקעט. החרש לא אוכל. :)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך קען טאקע איינער וואס האט זיך מדמה געוועהן אז ער האט געווינען די לאטערי, און האט באשטעלט אן עראפלאן, און צוגעזאגט אומגעהוירע סכומים פאר צדקה. אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם......
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

איך זאג בכלל נישט אז ער זאל זיך איינרעדען אז דאס זענען די פאקטן. איך זאג אז ער קען ליינען א שיינע מעשה אין זיין מח. די מעשה איז פערצופאל מיט אים אליין.
עס איז זייער גרינג אוועקצומאכן דאס וואס איך זאג. נאך אלעם רעד איך דאך פון דמיון, ולשון נופל על לשון. אבער איך עקספעקט אז די חכמים דא וואס האבען נישט מורא צו טראכטן אביסל ארויס פון די באקס, זאלן זיך אביסל מתבונן זיין דערין. אפשר וועלן זיי דאס קענען בעסער מסביר זיין און ווייזען וויאזוי מען קען דאס טון.
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

פייפער האט געשריבן:אויב איז עס אמת אז מען קען האבען די וועלטס הנאות (איך רעד אויסגעהאלטענע) פשוט דורך מחשבה ודמיון, איז דאך געוואלדיג. ווען די ווייב שרייט אהן יעצט אין די טעג, גייט מען אריין אין קאר און מען איז זיך מצייר בפועל ווי די ווייב רעד שיין און געטריי. מען האט אן עקספעריענס פון הערן ווערטער פון געטריישאפט פון איר. איי ווען איך גיי ארויס פון קאר און צוריק אין הויז וועט זי שרייען, איז וואס? דאס זעלבע קענסטו דאך זאגען בשעת זי איז באמת גיט צו דיר. מארגען וועט זיך דאך שרייען. אלא מאי חיי שעה איז שוין איינמאל געלעבט. איז דאך דאס זעלבע דא אויך.
איך ווייס אז עס קוקט אויס ווי איך בין אריינגעכפאט אין דעם נעץ פון דעם דמיון און איך קען מיך נישט דערזעהן אינדרויסען. אבער געוואלד און געשריגען, אויב איז אמת וואס איך זאג, האבען מיר דאך א כרכא דכולא ביה, אן אוצר בלום פון אלע הנאות אויף די וועלט. עס איז מער ווי געוואונען די 300 מיליאן דולר לאטטערי טיקעט. החרש לא אוכל. :)

אויב מעג איך, העט איך ווען געזאגט א הגדרה אויף דיינע ווערטער בערך אזוי.
דו פארלאנגסט אז מען זאל אנערקענען אז דמיון איז א פאקטישע עקספעריענס, בערך ווי אן 'עכטע' עקספעריענס. איינמאל איך וועל דאס אריינעמען אין קאפ וועל איך הנאה האבען פינעם דמיון בערך אזויווי א 'עכטע' עקספעריענס.
די סיבה פארוואס מיר האבען נישט קיין הנאה איז ווייל מיר געבן נישט קיין חשיבות פאר די עקספעריענס. מיר מאכען דאס אוועק גלייך, זאגענדיג אז עס איז נאר א דמיון. אט די מחשבה גופא איז וואס נעמט אוועק די הנאה. די מחשבה/בחירה אז דעי עקספעריענס איז גארנישט ווערט, דאס גופא איז וואס מאכט דאס טאקע גארנישט ווערט אין מיין קאפ. ווייל אלעס ווענדט זיך דאך אין מיין קאפ, ברצותי מזלזל, וברצותי מחשב. קומט אויס אז דמיון איז hoist with its own petard, ער ווערט צומזיקט פון זיך זעלבסט, פון זיין אייגענעם כוח.
דהיינו דו זאגסט אז דמיון/מחשבה איז באמת דער קובע אויף יעדע עקספעריענס, ווייל יעדע עקספעריענס איז באמת נישט מער ווי א סצענע [דמיון] וואס שפילט אין מיין קאפ ולא יותר. עס איז לפי"ז, בכלל נישט נוגע וואס איז די 'עכטע' אביעקטיווע מציאות, אדער צו עס איז בכלל אפי' דא אן אביעקטיווער רעאליטי. דערפאר דארף 'דמיון' זיין פונקט אזוי שטארק ווי יעדע 'עכטע' עקספעריענס. איז טאקע אט דער כוח וואס דו טיילסט צו צום מחשבה איז איר דורכפאל. ווייל וויבאלד מיר זענען בוחר צו טראכטען במחשבותינו אז דמיון איז גארנישט ווערט, האט דאך דער כוח המחשבה אפגעוואנדען און אוועקגעמאכט איר אייגענעם כוח, און מיט דעם אוועקגענומען פון שפירען מחשבה/דמיון אלס אן עכטע לעגיטימע עקספעריענס. נמצא אז די מחשבה פון אוועקמאכען דמיון טוט טאקע אויף באמת, און דער דמיון פארלירט איר ווערט.
מיר דאכט זיך אז איינמאל מיר וועלן באמערקען אז אלע אונזער עקספעריענסעס, 'עכטע' און נישט עכטע, זענען אין קאפ, וועלן מיר גאנץ גוט מחשיב זיין יעדע קאפ עקספעריענס, דהיינו יעדע ציור אין מוח, יעדע דמיון. ווי מער מיר וועלן עס מחשיב זיין און אנערקענען איר לעגיטימאציע, וועט די עקספעריענס ווערן אלץ שטערקער און שטערקער. און די הנאה וועט לכבוד דעם זיין בעסער און בעסער.
מקורות.
דיינע מקורות זענען געוואלדיג, איך ברענג נאר כיהודה ועוד לקרא.
עס איז דאך ידוע פון גאונים און ראשונים אז די ארבעה נכנסו לפרדס מיינט מען אין דמיון. די רמב"ם זאגט דאך אז נבואה איז אן ענין פון כח המדמה כעין חלום. דער בעש"ט זאגט אז גן עדן, און משיח, איז אין עולם המחשבה. דער בעש"ט איז דאך דער וואס זאגט אז יעדע מחשבה איז א קומה שלימה, דהיינו א מציאות פונקט ווי אן 'עכטע' מציאות.
דא זעהט מען אז מצד די מוח פינעם מענטש איז imagination זייער ענליך צו 'עכטע' מציאות. דא ווערט באשריבען די Perky experiment וואס דארף צו ווייזען אז עס איז נישטא קיין חילוק פון זעהן זאכען אין דמיון, צו זעהן זאכען עכט. היינט האלט מען אז די עקספערימענט איז נישט קיין ראי', עיי"ש. קוק אויך דא און דא פאר אסאך חומר איבער די נושא פון mental imagery.
עס איז גראדע אינטערסאנט אז בליקענדיק שנעל האב איך נישט געזעהן מען זאל רעדן פון דיין פשוטע רעיון. נעמליך, אז מען זאל דמיונ'ן [imagine] געשמאקע דמיונות כדי מען זאל האבען א זיס לעבן. אבער איידער מען רעדט איבער א נושא דארף מען דאך דורכטון די 'רייד' וואס איז שוין געזאגט געווארען דערויף, און פון דארט גיין ווייטער. נו שוין, וועלן מיר שוין האבען וואס צו ליינען דעם יו"ט.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

פארוואס נאר ניצען די כח המדמה אויף מוסף זיין הנאה - עשה טוב, פארוואס נישט ניצען די כח פאר סור מרע פטור צי ווערן פין פראבלעמן קלענערע אין גרעסערע.
פין היינט אין ווייטער זיץ איך מער נישט אין טרעפיק איך בין זיך מדמה ווי איך טרייב די פערד מיט א גאלאפ ציזאמען מיט די איד וואס דימון איז זיין גן עדן.

מיט די IRS איז פשוט א מחי צי דילען

@מח שליט conscious critical faculty איז וואס שטייט אינז אינוועג
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הקטן סאיז זייער אמת וואס דו זאגסט עמפעסייזן אין מחשבה שאפט א מצב פון א פראבלעם ווי למשל טראכטן פון שלינגען סטומיולירט א ווילן צו שלינגען אדער אויב דו טראכסט פון קראצן זיך פאנגט טאקע אן צו קראצן.
כ׳מיין אז Syndey banks דער מחבר פון The three principles
זאגט בפירוש אז מחשבה שאפט דו מצב און נישט פארקערט מצב שאפט מחשבה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

לאמער עס אביסל צי לייגען: צי די וועלט איז א דימין צי א מציאות איז שנו במחלקות ווי למשל ברעסלב אין חב"ד אין לעקוואד אין מח שליט אין נאך
the 3 principles, אדער POM ווי אנדערע ריפן דאס, נעמט נישט קיין שטעלונג אויב די car in front of me איז נאר א מציאוית ווייל איך בין קאנשעס דערוועגן אדער ס'איז א מציאוית regardless.

וואס די פרינסעבולס זאגט איז, אז מיין זיין אונגעצויגען וועגן די car אין מיין emotions וועגן די car & trafic איז עפעס וואס איך באשאף א יעדע איינציגע מעניט פין פריש, דארך נעמען (mind) שכל פשוט וואס איז נאך נישט געפארעמנט (חומר) אין מיט מיין מח (Thought) דאס אויפארמען (צורה) אין מיט Consciousness זיין aware דערפין. אין איך האב בחירה דאס צי טין אדער נישט

בדרך אגב Sydney banks איז נישט קיין ראשון
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פייפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פייפער »

א טיפ פאר הנאה האבן פון דמיון איז אז וויפל מען קען צושטעלן דעם בפועל איז אלס בעסער.
למשל איך וויל דמיונ'ן אז מיין ווייב שפילט יעצט א הערליכע שטיקל קלאסישע מוזיק אויפן פיאנא, איז כדאי אז איך זאל הערן א שיין שטיקל קלאיסקעל מוזיק, און צודמיונען און עקספעריענסען כאילו מיין ווייב שפילט דאס.
עס מאכט נישט קיין סענס הא? טריי אביסל און איי פראמיס אז דו וועסט עס זייער ענדזויען. א'נישט קענסטו מיך רופן צום סאנע טוקף.
בקיצור דיין קליין קינד קען זיך געשמאק דמיונן ווי ער איז מושל בכיפה, אבער דו קענסט נישט. ווייסטו וואס, גיי ווייטער מיט דיין באארינג לייף.
ווארט, עס איז נישט געשמאק פאר מיר אז דו האסט אזא באארינג לייף. וועל איך פשוט דמיונ'ן אז דו דמיונ'סט יא. וואס זאגסטו צו דעם הא? _______________________

יישר כוחכם... גענוג.. א.ק. גענוג. איך פארשטיי אז דו ביסט מכיר טוב, אבער דאס האט שוין נישט אויסגעפעלט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האב די וואך ביים סעודה פרייטיג צונאכטס געדמיונט עפעס בכלל נישט מיין טייפ. אינמיטן שלום עליכם איז מיר דער רוח אריין אין קאפ אז איך גיי שפילן ׳אדמו"ר׳... צום ערשטן מאל אין מיין לעבן ביניך נישט געגאנגען אין קיך זיך צו וואשן! כזאג פארן מי ימצא זי זאל ברענגען א שיסל מיט וואסער און א האנטוך. זי קוקט מיר אן ווי פון לבנה , אקעי זאגט זי, איך וועל זיין די רביצין. רבותי! ספיהלט גוט צו שטיין ביים פלאץ און ווערן סערווירט מיט א שיסל און א האנטוך. (טראכט פון רחצה אין א גרינעם שבת)

כאמיר אראפגעזעצט און אויסגעשפרייט דאס האנטוך אזוי אויף די פיס גינוי ווי די רבי׳ס. און דא האט דער דמיון אנגענומען אן אומרעאליסטישן טוירן... כאב אנגעהויבן ארומקוקן אויף די פארענטשעס!!! כשאקל מיר, און כברענג דאס עסן צו מיר, איך בייג זיך נישט צו צום טעלער.

אזוי האביך איין זאך אויפגעטון איך וועל מער נישט לאכן פון קליינע טראטשיקע אדמורימליך, זיי האבן א פוינט! פרובירט דאס אויס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

זר, יא אר מיסינג די פוינט.
די קונץ איז צו גיין צו די סינק און זיך וואשען ווי געווענליך, just in your minds eye זאלסטו דמיונ'ען ווי זי ברענגט אריין די וואסער וכו'
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

NYTimes: Olympians Use Imagery as Mental Training - NYTimes: Olympians Use Imagery as Mental Training
http://nyti.ms/1dg6Sxa
פארשפארט