א פארפאלק פון מינעסאטע האט באשלאסן צו גיין אויף ווינטער וואקאציע קיין פלארידע צו די זעלבע האטעל ווי זיי האבן פארברענגט זייער האנימון מיט 20 יאר פריער. און וויבאלד זיי זענען געווען אריינגעטון אין די געיאגטע הכנות איז זיי שווער געווען צו קאמיוניקירן די פלענער פונעם נסיעה. אלס רעזולטאט האט די מאן פארלאזט מינעסאטע און געפלויגן צו פלארידע אום דאנערשטאג, און די ווייב האט געזאלט נאכפליען דעם קומענדיגן טאג.
די מאן טשעקט אריין אינעם האטעל. און זעהט אז זיין צימער איז שוין מער סאפיסטיקירט און איז אויסגעשטאטעט מיט א קאמפיוטער, באשליסט ער צו שיקן אן אימעל צום ווייב, און נישט באמערקט אז ער האט בטעות אויסגעלאזט איין אויס פון זיין ווייבס אימעיל אדרעסס.
אין די זעלבע צייט... ערגעץ אין יוסטען איז א נארוואס געווארענע אלמנה אהיים געקומען פון איהר מאן'ס -וועלכער איז געשטארבן פון א הארץ-אטאקע- לוי'. די אלמנה האט אפגעמאכט צו טשעקן איר אימעיל, ערווארטענדיג טרייסט מעסעדזשעס פון קרובים און באקאנטע, ווען נאכ'ן ליינען די ערשטע אימעיל איז זי אנידערגעפאלן צו די ערד א פארחאלישטע.
די אלמנה'ס זוהן לויפט אריין אין צימער און זעהט די מאמע ליגן אויסגעשטרעקט אויף די ערד א מאכטלאהזער, און זעט די קאמפיוטער סקרין וואס האט זיך געליינט אזוי:
To: My Loving Wife Subject: I've Arrived Date: 16 May 2003 I know you're surprised to hear from me. They have computers here now and you are allowed to send e-mails to your loved ones. I've just arrived and have been checked in. I see that everything has been prepared for your arrival tomorrow. Looking forward to seeing you then! Hope your journey is not as uneventful as mine was. P.S. Sure is hot down here!
ביום העצמאות נכנס מזרחיסט לבוש חגיגי לביכנ"ס סאטמער ניגש לארון הספרים, חיפש ומצא ספר, התישב ולמד במשך שעה ארוכה. אחד המתפללים שסקרנותו גברה עליו ניגש וראה שהלה לומד בספר "ויואל משה". לאחר שסיים, שאל אותו הסטמרי, תוכל להסביר לי מה זה?!
אני בא ממשפחה חסידית אמר המזרחיסט, ואבי ז"ל צווה עלי ללמוד בכל חג ומועד בספרי חסידות, וספר החסידות היחידי שבו מוזכר חג העצמאות הוא הספר "ויואל משה"... ולכן אני בא בכל שנה ללמוד בו
כ'האב מיך געווארפן היינט. כ'זיץ אויפ'ן באראפארק באס היינט, זיצט אנטקעגן איבער מיר א איבערוואגיקע מיטל יעריגע מענטש. ער האט נעבעך א אומגעהויערע בויך וואס הענגט אים פון די פלייצע. איך קען אים שוין א שטיק צייט. און כ'האב באמת רחמנות אויף אים. ווען ער גייט אטעמעט ער געפערליך שווער. ער ריקט זיך קוים. בקיצור. ער זיצט קעגן איבער מיר, און איך הער ווי ער רעדט מיט זיין ווייב אויפ'ן סעלפאון. איד: האלאוי, שפרינצא, איך בין פריער אדורך מעקסי העלט ווייטאמינס, און אינדרויסן איז געשטאנען א אדווערטייזמענט אז זיי האבן עפעס א מין ווייטאמין ס'קומט בערך 150 טאבלעטן פאר 50 דאלער און טאמער נעמט מען פון דעם צוויי א טאג מאכט עס אז מ'זאל קענען לויפן.... סאו האב איך עס געקויפט. ס'איז שטיל א מינוט... ס'קוקט אויס ווי זי זאגט עפעס פאני. און ער געט זיך א צעלאך... ניין! נישט אין איין מינוט. ס'נעמט א שטיקל צייט.. כ'האב מיך פארגעשטעלט ווי זיין ווייב פרעגט אים מיט תמימות "נו, ס'העלפט שוין? דו האסט זיך שוין איבערגעדרייט פון אזוי שנעל לויפן?..
ווייטער הער איך ווי ער זאגט: אבער דער געשעפטסמאן האט מיר אנטפלעקט א סוד, (און דא פאנגט אן זיין קול צו ווערן שטילער) אז באמת אויב עסט מען צוויי שטיקלעך גאלע א טאג, טוט דאס אויף די זעלבע ווי די צוויי טאבלעטן. און ס'איז שוין עכט דא אזא מין ווייטאמין, אבער וויבאלד ס'האט נאכנישט קיין הכשר קען מען עס נישט נוצן. אבער הערסטע.. כ'האב א שטארקע פחד, אז אויב וועל איך אנפאנגען מיט די גאלע וועל איך מיר נישט קענען איינהאלטן און איך וועל אריינרוקן די גאנצע טעלער. זיין פנים האט געשריגן תמימות. אבער ער האט אזוי הויעך גערעדט, אז אויב האט עמיצער נישט געהערט וואלט איך אים דיאגניזירט אלץ א טויבער געבוירענער. רבותי כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן כ'האב געשאסן מיט געלעכטער. וואס טוט מען נעקסטע מאל אין אזא סיטועישן. ?!. כ'האף אז דער איד לייענט נישט דא.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.