איך בין א קל אדער א lowlife?
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
איך בין א קל אדער א lowlife?
איך בין אוועק פון מיין הויז נאך א שטארקע פייט מיט מיין ווייב ווייל זי האלט אז איך בין א lowlife ווייל איך בין נישט אזוי צידרייט פאר פסח ווי זי איז.
זי מאכט מיך שוין משוגע וועגען פסח די לעצטע האלבע יאר, און איך טענה אז מע דארף נישט טראכטען וועגען פסח פאר פורים אבער זי האט שוין גויטעס סאך פאר דעם און סע קאסט מיך געלט פאר גארנישט אבער סע שטערט מיך נישט אויב זי מאכט מיך נישט ארבעטען.
סע קען זיין אז סע א ocd issue וואס זי האט מיט פסח אזוי ווי א סאך פרויען, אבער לעצטענס האט זי מיך געמאכט א שנאה צו די גאנצע זאך און איך האלט מער שוין ביי העלפען פסחיג מאכען.
זי איז געווארען זייער אויפגערעגט און זי האט געפנט איר גרויסע מויל און מיך אנגעהויבען אריין צו פליקען אז איך האלט נישט ביי גארנישט און וועגען דעם העלף איך נישט און זי האט מיך אויך געפליקט וועגען אנדערע זאכען אבער יעצט האט זי גערעט נאר פון פסח וועלעך נישט דערציילען מיינע אנדערע קולות...
איך פיל מיך יעצט אביסעל ווי די חתם סופר וואס זיין ווייב האט פארטריבען פון זיין הויז...

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
איך פיל גרויס מיטלייד מיט דיר.
איך האב א פארקערט פראבלעם, ביי מיר קלינט מען פאר פסח גארנישט. צו בדיקת חמץ טרעף איך שטיקער חמץ, און מיין פייט גייט דער אנדערע וועג.
וואסס קען מען טהון יעדער מיט זיין פעקעל.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
איך נישט קיין פראבלעם נישט אויף אזוי און נישט אויף אזוי, איך קען ענק נישט מסבר זיין וואספארא הנאה איך האב ביים קלינען אויף פסח, יעדע זאך וואס איך טו איז עפ״י הלכה וואס מדארף, סאיז מורעדיג!
I love it
כהאב קיינמאל נישט געוויסט אז די מצוה קען אויך זיין מיט פלעזשער

דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ידען, זוכסט ווי צו שלאפן? קענסט קומען צו מיר...
גיי אריבער צו א מורה הוראה וועם דו קענסט, און זאג עם וואס גייט דא פאר, און לאז דיין ווייב הערן פון זיין מויל אז דאס אלעס פעלט נישט אויס, און מצד ההלכה דארף מען אויסקערן, זיכער מאכן ס'נישט דא קיין גלוסקא יפה, און דאס איז עס. אז זי וועט עס הערן פון א רב וועט זי עס אפשר מקבל זיין.
אבער אויב איז דאס נאר געווען די שטרוי וואס האט צובראכן דאס קעמל'ס רוקן דאן וועט איין טעלעפאון קאל נישט העלפן.
גיי אריבער צו א מורה הוראה וועם דו קענסט, און זאג עם וואס גייט דא פאר, און לאז דיין ווייב הערן פון זיין מויל אז דאס אלעס פעלט נישט אויס, און מצד ההלכה דארף מען אויסקערן, זיכער מאכן ס'נישט דא קיין גלוסקא יפה, און דאס איז עס. אז זי וועט עס הערן פון א רב וועט זי עס אפשר מקבל זיין.
אבער אויב איז דאס נאר געווען די שטרוי וואס האט צובראכן דאס קעמל'ס רוקן דאן וועט איין טעלעפאון קאל נישט העלפן.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:איך פיל גרויס מיטלייד מיט דיר.
איך האב א פארקערט פראבלעם, ביי מיר קלינט מען פאר פסח גארנישט. צו בדיקת חמץ טרעף איך שטיקער חמץ, און מיין פייט גייט דער אנדערע וועג.
וואסס קען מען טהון יעדער מיט זיין פעקעל.
Do we have the wrong wife?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ידען, זוכסט ווי צו שלאפן? קענסט קומען צו מיר...
גיי אריבער צו א מורה הוראה וועם דו קענסט, און זאג עם וואס גייט דא פאר, און לאז דיין ווייב הערן פון זיין מויל אז דאס אלעס פעלט נישט אויס, און מצד ההלכה דארף מען אויסקערן, זיכער מאכן ס'נישט דא קיין גלוסקא יפה, און דאס איז עס. אז זי וועט עס הערן פון א רב וועט זי עס אפשר מקבל זיין.
אבער אויב איז דאס נאר געווען די שטרוי וואס האט צובראכן דאס קעמל'ס רוקן דאן וועט איין טעלעפאון קאל נישט העלפן.
א גוטע עצה. איך גיי איר זאגען, אבער איך מיין אז זי וועט נישט וועלען עס טוהן, ווייל זי פארשטייט א סאך מאל בעסער ווי די דיין (ביי אנדערע זאכען האבעך שוין געהאט אזוי)
כאב אמאל איר געברענגט א סי די פון הרב הלל וויינבערגער שליט"א וואס האט געזאגט דארט אז מע דארף נישט אזוי משוגע מאכען אבער זי האט עס אפי' נישט געוואלט הערען.
איך גיי אבער טרייען
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:גיב איר נאך. קויף איר וואס זי פארלאנגט. סיז א אינוועסטמענט...
יעצט וועט עס זעכער העלפען. אזוי איז זי אלע מאל. זי ווערט ווילד און ווען זי דארף עפעס וועט זי מיך שנעל איבערבעטען.
איך וויל אבער וויסען סתם אזוי, אז ווייל זי איז זיך מער פרימער ביי אירע זאכען בין איך א lowlife, אדער קען זיין אז זי איז גערעכט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
וואס עפעס א לאלייף?
האט מען נישט אויסגעלערנט די פרויען אז ביי רחנוית דארף מען פאלגן די מאן?
ווען מ'פאשט זיי צום וואנט הייבט מיין ווייב אן מיט א תיריץ 'ספרינג קליענונג'. אקעי ספרינג קליענינג איז א וויכטיגע זאך. אבער דאס מעג מען דאך מאכן מיט א פרעצל און מויל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
צו דו ביזט א קל אדער א לאו לייף ? גוטע שאלה.
אין אמת'ן ווענדט זיך מיט וועם דו מעסט זיך, לגבי רבי זלמן לייב פילאפ ביזטו לכאורה א גרויסע קל, ווידעראום לגבי טענדלער אדער הרב פירון ביזטו לכאורה א גרויסע מחמיר, אפשר אפילו צו א גרויסע מחמיר. אזוי איז מיט א יעדע מענטש און יעדע מצב אויב מעסט ער זיך מיט פרומערע איז ער א קל און פארקערט איז פארקערט.
דו אמת'ע ענטפער אויף אזא שאלה דארף יעדע מענטש ענטפערן פאר זיך אליין : צו לעבט ער לויט די ווירדן וואס ער האלט טייער צו נישט, אויב ידען האלטסו באמת אז דיין ווייב טרייבט איבער א א געוויסע הינזיכט און לכבוד דעם ביסטו דיך מקיל, מאכט דיר דאס נישט פאר קיין קל, בפירוש נישט, משא"כ אויב לעבסט נישט לויט דיינע ווירדן אדער בעסער געזאגט שטעלסט אוועק א לייף סטייל וואס איז אין קאנטראסט צו דיינע ווירדן קען מען שוין אפשר יא זאגן אז דאס גייט אריין אין כלל פון א לאו לייף.
ובנוגע למעשה דארפסט האבן א שמועס מיטן ווייב און א רואיגע מינוט, איר מסביר זיין דיין שיטה בנוגע הלכה השקפה אידילוגיה וכו', און אויב מאכט עס סענס, בעטן\פארלאנגן ריספעקט פאר דיין דעה און נישט צולאזן זי זאל דיך אנרופן געמיינע נעמען ווי קל אדער לאו לייף, און די זעלבע פארקערט זאל זי דיר מסביר זיין איר שיטה און אויב מאכט עס סענס דארפסטו איר רעספעקטירן פאר איר דעה און איר נישט אנרופען אזעלכע אומאיידעלע ווערטער ווי פרומער וכו'. אז מען פארשטייט זיך איינער דעם אנדערן האט מען געלייזט האלב פינעם פראבלעם.
ובנוגע למעשה ממש דארף מען מאכן א קאמפרעמייז א פשרה, עפעס אינמיטן ביידע דעות אזוי אז יעדער זאל זיין צופרידן, יעדער זאל שפירן אז ער האט עפעס סעקרעפייסט און עפעס פארדינט, ממש אזווי די באבובע פסק וואס גייט אט אט ערשיינען.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
צו טענהט זי אויך ביי אנדערע ענינים אז דו ביסט א קל? אויב איז עס נאר ערב פסח דעמאלץ איז זי שטארק אנגעשטרענגט און אנגעצויגן און האט קיין שום קשר צו קלות. זי וויל דיר אויך זעהן נעמען אנטייל אין דעם פרעשור אזוי פילט זי נישט אז עס פאלט אויף איר די גאנצע עול
אסאך מאל שרייען מענטשן און מיינען נישט דאס וואס זיי זאגן נאר גאר עפעס אנדערש

- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
גם אני בחלומי, מיין ווייב ווערט פשוט משוגע פון די הכנות לפסח, דאס אויפרוימען, און די פרעשער, און עטליכע מאל בין איך שוין אויך געווען א פויער וואס קערט נישט, אבער גראדע האב איך דערפון מוראדיג הנאה. פארוואס. ווייל קוק אן די פרוי מיינע און אזוי אויך רוב פרויען זענען בטבע אמתדיג מיט זייערע מענער זיי זוכען נישט צו פאפען די מענער, און לגבי דעם ענין פון פסחדיג מאכען פאפען זיי אויך נישט, זיי מיינען עס גאר ערענסט. פון די אנדערע זייט ליידער, אין די לעצטע עטליכע יאר איז מיין פרוי'ס מצב אין אידישקייט אביסל שוואכער געווארן איך זעה נאכגעלאזקייט דא און דארטן אבער כ'זאג איר נישט גארנישט, כ'פריי מיך אז זי זאגט מיר נישט און שוין, אבער דאך בין איך באזארגט אז אפשר וועט זי זיך טרעפן עפעס א נייע מהלך, אפשר וועט עס שאדן פאר די קינדער אפשר וועט זי נאך קליגער ווערן, און נאר דעס פעלט מיר נאך אויס.
קומט אבער צו גיין דער יערליכער פסח, ממחרת יום השושן פורים הייבט זיך עס אן די מוראדיגע לחץ באגלייט מיט די תמימותדיגע קשיות, און די חומרות זי לאזט נישט גארנישט נאך, דאס דערפריידט מיך מוראדיג אז ב"ה אלעס פארט כשורה, און פאר קיין שום פרייז וועל איך איר נישט קאלט מאכן אין דעם, און איך טוה וואס איך קען ארויסצוהעלפן, עכ"ז וואס איך האב נישט קיין טראפ געדולד, מאך איך מיך כאטשיק ווי איך העלף און צומאל טראג איך מיךטאקע אפ פאר א ווייל זיך אויסצולופטערן און מיט דעם פיל איך מיך ווי דער הייליגער חתם סופר זי"ע
דאס איז ע"פ פשט ס'איז אבער אויך דא גאר גרויסע סודות אין די ענינים, זאלסט נאר אזויפיל וויסען אז די פאר מצוות וואס די נשים צדקניות האבן באקומען, און די זכותים זייערע דאס האט אונז אלעמאל דערהאלטן ובזכות נשים צדקניות עתידין ישראל לגאול ממילא לאמיר זיי צוהעלפן

למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך האב געהערט אן עצה אין דעם נושא פון א גוטן איד, און איך האב עס אויספרובירט מיט הצלחה.
א חודש צוויי פאר פסח זענען שוין די מוחות פון די פרויען פארנומען מיט די לחץ פון פסח, און דעמאלט'ס קענען זיי אפילו נישט הערן ווען מען רעדט קעגן די קראצן אויף פסח, דעמאלט'ס קען מען זיי נאר מחזק זיין אז מיט יעדע קראץ ווערט באשאפן א מלאך, וכדומה.
אבער במשך די יאר דעמאלט'ס איז די ריכטיגע צייט צו רעדן פון דעם, שבועות צייט הייבט מען אן צו רעדן פון דעם, שבת ביים טיש זעהט מען אז עס זאל אריינקומען אין די שמועס אז די אלע קראצערייען האבן גארנישט מיט די הלכה, מען דארף בסך הכל אויפרוימען די הויז בערך אזוי ווי מען רוימט לכבוד שבת, מען קערט אויס, מען וואשט אויף, און מען ווארפט ארויס די חמץ און דעט'ס איט.
אלע פלעצער וואס מען פארקויפט דארף מען נישט פסח'דיג מאכן בכלל, דישעס דארף מען בכלל נישט אנקוקן אזוי ווי עס איינגעפירט אז קיינער לייגט סיי ווי נישט אוועק קיין שמוציגע דישעס, וועש קלאזעט'ס זענען א מקום שאין מכניסין בו חמץ, די טשענדעליר איז קיינמאל נישט געווארן חמצ'דיג, די ווינדאו'ס און ווינדא שעד'ס דארף מען נישט וואשן א.א.וו.
אבער די אלע זאכן קען מען נאר זאגן פון שבועות ביז פורים, איך האב אזוי געטוהן עטליכע יאר, און עס ארבעט ברוך ה' זייער פיין, עס גייט אריין אין קאפ, און ווען עס קומט פאר פסח, ווייסן שוין די בני בית אז מען דארף זיך נישט אזוי איבערשטרענגן.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
ווער סע האט געפרעגט וועגען אויב זי האלט אזוי אלע מאל א גאנץ יאר? יא.
א סאך מאל זאגט זי עס און איך וועל נאך פסח שרייבען וועגען דעם אבער יעצט זעה איך אז סע דא גוטע עצות וועגען די פסח סיזען וואס ביי א סאך מענטשען האבען די פראבלעם וועלעך יעצט לאזען ביי דעם ביי די פסחיג מאכען פייטס.
א סאך מאל זאגט זי עס און איך וועל נאך פסח שרייבען וועגען דעם אבער יעצט זעה איך אז סע דא גוטע עצות וועגען די פסח סיזען וואס ביי א סאך מענטשען האבען די פראבלעם וועלעך יעצט לאזען ביי דעם ביי די פסחיג מאכען פייטס.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:05 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
פסח קלינינג-שלום בית
עס איז דא צו באקימען פין דעם דיין רוזענפעלד פון מאנסי,אזא קונטרסל אין אידיש ספעציעל געאייגנט פאר פרויען,וואס ער האט דארט א רשימה פין אלע זאכען/פלעצער וואס מאיז זיך נוהג צו פסחדיג מאכן,איו ער צוטיילט עס אין קאטיגאריעס,הלכה,חומרא,מנהג,מנהג שטות, חוץ פין דעם וואס סהעלפט פאר פסח, קען עס אויך העלפן פאר שלום בית
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך האב פונקט געליינט לעצטע וואך אין די "בינה" איבער דעם סאבזשעקט. נישט אז אלעס וואס זיי שרייבן איז קודש קדשים, אבער חומר למחשבה איז עס זיכער. עכ"פ זאגן זיי דארט, אז מען זאל קיינמאל, קיינמאל!! נישט זאגן פארן ווייב אז דאס און יענץ פעלט נישט אויס צו קלינען, און אוועקנעמען זייער חשוב'ע ארבעט וואס איז הייליג און טייער אין הימל. זיי שרייבן אויך פראקטישע סיבות פארוואס נישט צו זאגן.
אבער צווישן אונז גערעדט, לוינט זיך דען נישט די איינמאליגע (אין יאר) א.ג. "ספרינג קליענינג"? ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעקוקט אן דעם אויפגעפרישעכץ? ווען וואלט איך מסדר געווען מיין אנגעווארפענעם לעדל? ווען וואלט איך מיר געקויפט א נייעם בעקישע? אדער עכ"פ אויסגעקליענט און אויפגעפרישט די אלטע? ווען וואלט איך געקויפט נייע שיך? ווען וואלט מען אראפגענומען די שפינוועבאכץ פונעם טשענדעליער? ווען וואלט מען אפגעקראצט אלע חזיר'יי פון די ווענט און די פלאר וואס די קליינע קינדער שמוצן אן א גאנץ יאר? ווען וואלטן די בעט-ראפלס געווארן פריש אויסגעוואשן? ווען וואלט מען אוועקגעווארפן די אלטע שמאנצעס וואס שטייען כסדר אין וועג? ווען וואלט מען פארראאכטן דעם צובראכענעם טיהר? די צובראכענע שופלאד אינעם שאפע? איבערגעפעינט דעם הויז? און נאך הונדערטער קלייניגקייטן, וואס אינעם טאג-טעגליכן גאלאפ נעמט מען נישט אינאכט, מען לאזט עס לויפן אויף "ווען עס וועט זיין צייט", מען וועט קעהר נעמען דערפון "אן אנדערס מאל"... מיר וואלטן דאך געדארפט דאנקבאר זיין די פרויען אז זיי שטעלן אראפ א פוס מיט א שטייפקייט, און זאגן, רבותינו, הגיע הזמן, וויפיל איז דער שיעור צו שטופן? קוק אן דיין ציצית, גיי קויף דיר זאפארט א נייע לכבוד יו"ט! זאכן ווערן מסודר, לעדלעך און שעלווס ווערן אויסגעליידיגט, אויפגעפרישט, זאכן ווערן שיין מסודר, אויסגערייניגט..
בקיצור, לאמיר לייגן "פסח און הלכה" אין דער זייט פאר א מאמענט - און לאמיר זיך נישט נארן; אם לא עכשיו אימתי, אויב נישט ערב פסח, וועט עס "נישט" געטון ווערן אן אנדערס מאל במשכ'ן יאר ווען יעדער איז ביזי - און לאמיר אפרישיעטן וואס די נשים צדקניות טוען פאר אונז. נאך א מזל זיי טוען עס! נאך א מזל זיי מיינען אז דאס מיינט אויסקלינען דעם חמץ! אך און וויי ווען זיי זאלן זיין אזוי פויל ווי אונז מענער, און טון בלויז דאס מינימום!
איז עכ"פ אויב זענט איר נישט וויליג צוצולייגן א האנט בפועל, כאטש שטערט נישט אייערע ווייבער, גיט זיי א גוט ווארט אויף זייער עבודת הפרך, באוואונדערט זיי ווי שיין זאכן ווערן מסודר, און פרובירט צוצוהעלפן כאטש אביסל, און אודאי נישט טון דאס פארקערטע און אוועקנעמען פון זיי די קוראזש צו טוהן אזא וויכטיגע ארבעט! שפענדט אפאר דאלער פאר א גוי'טע, אדער אנדערע הילף, און באלוינט זיי מיט א שיינע מתנה לכבוד יו"ט, און ווען איר קויפט די מתנה, שרייבט צו אפאר ווערטער אז איר אפרישיעט איר שווערע ארבעט, עס איז א נחת צו זעהן ווי די הויז ווערט כמעט ווי ניי... דאס וועט גאר העלפן אייער שלום בית!

וירח ה' את ריח הניחוח