טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יידל »

יאנקל האט געשריבן:דער שרייבער פון דעם קונטרס האט מחליט געווען אז די שרייבער פון דעם פריערדיגן קונטרס געהערן צו חסידות האדמו"ר ר"א מסאטמאר. מיר האט אויסגעקוקט אז עס קומט ליבערשט פון די בני-יואל/רז"ל קרייזן.

אויף אייוועלט האב איך געזען אז עס איז יא א מהר"א'ניק.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך לעמיל »

א בפירושע איי וועלט
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך טעלעפאן »

ברוין האט געשריבן:לדעתי איז פארהאנען דא איין פראבלעם. איך לייג אלע פאליטישע סיבות אין די זייט פאר א מינוט

די סאטמערע רבנים זענען מיסאינפארמירט וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זייער קהילה, זיי מיינען אז קאמפיוטערס זענען אויסגעראטן טאטאל ווייל "זיי האבן דאך אזוי געזאגט". וואלטן זיי געוואוסט דעם אמת וואלטן זיי געהייסן יעדעם לויפן און זאל יעדער זיך קויפן פילטערס.

די פראבלעם זענען די וואס רעדן איין די רבי'ס אז די חסידים פאלגען און אויטאמאטיש שפירט ער נישט אז ער מוז זיך באטייליגן מיטן אויסרייד אז 'ער וויל נישט לויערן זיין סטאנדארט'.
זאל איינער קראכן די אייער שאלאכץ פאר זיי און צייגן וואס גייט באמת פאר וואלטן זיי לדעתי געהאט גאר א צווייטע בליק


ס'לאזט זיך שווער גלייבן אז די סאטמארע רבי'ס ווייסן נישט וואס גייט פאר ביי זייערע חסידים. און אויב ווייסן זיי טאקע נישט אוי לנו ועל דורותינו

איז הדרה קושיא לדוכתיה
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ברוין »

קיין איין גרויסע רב אדער רבי ווייסט נישט באמת וואס טוט זיך ביי זיינע חסידים אויסער וואס די גבאי זאגט אים. איך רעד נישט פון א קליין בית המדרש'ל וואס די רב איז נאנט מיט זיינע מתפללים, איך רעד פון די מאסן פארדאקציע קהילות.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך דבילה »

ידען האט געשריבן:אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיט איינעם משה גרינפעלד וואס ווערט דארט פארגעשטעלט אלס גרויסער עסקן פונעם כינוס (ער דאנקט דארט אויך דעם באשעפער פארן זכות פון זיין א עסקן פאר אסאך אנדערע זאכן אויך...) און ער דערציילט אביסל פרטים מיט אן אריכות און מיט זיין אייגענארטיגע נישט ציענדיגע שפראך.

ער זאגט דארט קלאר אז מע גייט בכלל נישט מתיר זיין קיין אינטערנעט, מע גייט יא רעגן פון םילטערס אבער ווער סע דארף נישט אינטערנעט טאר עס נישט האבן, און מע גייט דארט רעדן פונעם חומר הענין.

באמת א ישר כח, ווייל צו דעם דארף מען מאכן אזא כינוס, זיי די רבנים וועלן אונז אויפקלערען וואס סע מיינט אינטערנעט...

ער זאגט סע א בחינה ווי די וואסער טראפט אין שטיין און צוביסלעך ווערט די הארץ געפענט און מע ווייסט די שרעקליכע מאנסטער אינטערנעט...

סע אינטערעסאנט צו הערן די פרטים דארט.


דאס איז דאך גענוי וואס ר' מתתיהו סאלמון זאגט אין זיין אינטערוויו וואס ווערט געברענגט אין די היינטיגע המודיע.

דער מכערה ווערט געפירט פונקט ווי סיי וועלכע עלעקשאנס פון סיי וועלכע פאליטישענס. קודם שטעלט מען ארויס געוויסע פלאטפארמעס פון שיטות און לויט וועלכע וויילערס מ'דארף צוברענגען זעט מען צו צובייגען די שיטה אז ס'זאל קלאפן מיט יענעם אויך.

צו קענען באקומען די איינשטימיגקייט פון די מער מעסיגע חסידות'ן האבן זיי קודם ארויסגעשטעלט ווי דא גייט מען ממש בכלל נישט רעדן דערגעגן, נאר וויאזוי. איינער געדענקט נאך דעם שרייענדיגן סלאגאן "איר קענט נישט לעבן אן דעם"? אבער יעצט אז די מעסיגער האבן זיך שוין צוגעשטעלט און מ'ווארט נאר פאר די עקסטרעמיסטישע סאטמאר איז ויקם מלך חדש... ח"ו, קען מען דען מתיר זיין אזא זאך? דער וואס האט אינטערנעט איז קודם כל א שייגעץ.. אבער דו שייגעץ זאלסט וויסן אז דו מוזט אויך האבן א פילטער... און לאמיר דיר זאגן וואס א מאנסטער "דו" ביסט.. אופס... 'ך האב געמיינט צו זאגן די "אינטערנעט"...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרייבער »

(קרעדיט: פייוו בארא כל העולם כולו)

בקשה דחופה! צו די טייערע בחורים און אינגעלייט
א גוטן טאג.

איך גלייך נישט אזוי צו זיין א פאליס מאן, איך האב זייער ליב ווען מיר רעדן דא היימיש און פארברענגען געשמאק, אבער דער מצב האלט ביי א אויספלאץ.

עס איז נישט קיין סוד אז היינט האט יעדער אינגערמאן, און יעדער עלטערער בחור, א מעגליכקייט צוצוקומען צום אינטערנעט 24 שעה א טאג. מיינט איר אוודאי אז איך וויל אצינד גיבן א מוסר שמועס בנוגע אינטערנעט פאון'ס?.. ניין ניין מיינע פריינד. עס איז פארהאן נאך א חורבן דא...

לאמיר אנכאפן א משל, און אזוי וועט מען מיר מער פארשטיין - האפנטליך.

עס קאכט זיך לעצטנס וועגן די כינוס כלל ישראל.

רבינו שליט"א האט פון די ערשטע מינוט וואס ער האט געהערט וועגן דעם כינוס און איר באדייט, געלאזט הערן זיין מיינונג אז ער וועט ווייטער מחזק זיין די רבנים אנצוגיין מיט די מערכה, אבער צו דעם כינוס ספעציפיש וועט ער זיך נישט קענען צושטעלן מכמה טעמים. די טעמים זענען נישט קיין טעמים כמוסים, ער האט אויסגעדרוקט גרייטקייט דאס מסביר צו זיין פאר יעדן פון די רבנים און ערנסטע עסקנים, און אזוי האט ער טאקע געטוהן.

פארט אבער זענען די טעמים נישט עפעס וואס יעדער שמויגער פארשטייט גענוג וואס און וויאזוי דאס מסביר צו זיין "פאר איינעם וואס פארשטייט עס נישט אליינס". עס איז א האקעלע נושא וואס ברויך ווערן גוט ארויסגעברענגט אז מען זאל נישט ארויסנעמען דערפון קיין אומריכטיגע מסקנות.

די רבי האט נישט געוואלט בשו"א אדרעסירן די זאך ברבים פאר א ציבור, ווייל ער וויל נישט צוברעכן די זאך. אונזערע האטליינס הtבן נישט געהאקט דערויף אזוי ווי נטורי קרתא און קול חומת הדת (זאלי סיקריקים), אונזערע אויסגאבעס האבן דאס נישט אראפגעריסן מיט געמיינע לשונות אזוי ווי די חומת הדת פון בני יואל, ווייל מיר האבן נישט קיין חוב מסביר צו זיין פאר יעדן יחיד אויף די גאס פונקטליך וואס די סברות זענען, און עס איז גענוג אז מען ווייסט אז די רבי שליט"א איז מסביר זיינע טעמים פאר די רבנים און אונזער עולם פירט זיך לויט זיין הוראה מיט פארשטענדעניש.

איז אבער פארהאן א מחלה ביי אינגעלייט און בחורים, אז מען מוז ווייזן אז מען איז גערעכט. נו, ווען ער זאל וויסן די אמת'ע טעמים, און וויסן וויאזוי דאס אראפצושרייבן, החרשתי, אבער אין די לעצטע פאר טעג איז געווארן א מין ציווילדעוועניש דא, אז איך האב געשפורט אז איך זינק איין.

בחורל טייערער! איינער האט דיר בא-אויפטראגט אראפצורייסן דעם כינוס?! איינער האט דיר בא-אויפטראגט צו זאגן מיינונגען בשם דעם רבין?! איינער האט דיר בא-אויפטראגט צו גיסן פעך און שוועבל אויף ליטאים?! איינער האט דיר בא-אויפטראגט צו גיסן שמוץ אויף אנדערע חשובע רבנים?!

אויב קומט אריין איינער וואס מיינט נעבעך אז דא שרייבן נארמאלע אידן מתוך מחנינו, קען זיך אים דוכטן אז אין די לעצטע פאר טאג האט די רבי זיך צוקריגט מיט רבי מלכיאל קאטלער ווייל ער איז א ליטאי - פוי שייגעץ, צוקריגט מיט סקולענער רבי ווייל ער פארשטייט נישט די פראבלעם פונעם כינוס - פוי שייגעץ, צוקריגט מיט וויענע רב ווייל ער איז א מחוצף אז ער קומט צום רבין אן א אפוינטמענט - פוי שייגעץ.

דאס איז בלויז א קליינע דוגמה, וויאזוי מען קען נעמען א העסט-פאזיטיווע ערשיינונג, ווי די הערליכע באזוך פון די גדולי הרבנים ביי רבינו שליט"א און די הערליכע שמועס וואס האט זיך פארפירט פאר איבער א שעה און מען האט זיך ב"ה פארשטאנען עציו"ט - און אפאר יונגלעך פארשמורן דאס מיט קינדישקייט און עקל.

צו ווייל די זאליס שפילן פאליטיק מיט יעדע הייליגע זאך, און שרייבן געמיינע תגובות אויף יעדן טריט און שריט פון מרן רביינו שליט"א, אריינגערעכנט די הוראה בנוגע דעם כינוס, צו דערפאר דארפן מיר זיי נאכלויפן און וועלן צוריקשיסן נארישע שטיק?

בחורים טייערע: גענוג געווען!
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך gehlungen »

Shreiber. You don't even know how right you are. Evry single subject falls into the hands & mouths of the yashiva ketona bucherim. It doesn't even matter how serious & heilig the subject is. Even the subject of BOINE OIlom. REBBES.
:דיסלייק
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ציוני »

יאנקל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:"דרך ארץ" פון אייועלט ברענגט דעי לינק. אפצוענטפערן די קונטרס "כלל ישראל"
הוציא את עצמו מן הכלל

דער שרייבער פון דעם קונטרס האט מחליט געווען אז די שרייבער פון דעם פריערדיגן קונטרס געהערן צו חסידות האדמו"ר ר"א מסאטמאר. מיר האט אויסגעקוקט אז עס קומט ליבערשט פון די בני-יואל/רז"ל קרייזן.
דער שרייבער פון דעם קונטרס טענה'ט אז עס איז נישט דא קיין קאנספיראציע אויסצושליסן ליובאוויטש. פארשידענע ליובאוויטשער אידן אויפ'ן וועב טענה'ן אנדערש: http://www.crownheights.info/index.php?itemid=43612


כלל ישראל איז א ארוני ביודעי ומכירו
הוציא עצמו איז א זאלי
און קול השופר איז בני יואל (ס'איז צו גרויס איך זאל דאס קענען צולייגן דא.)
יהודי לו "ציוני"
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יאנקל »

ציוני האט געשריבן:און קול השופר איז בני יואל (ס'איז צו גרויס איך זאל דאס קענען צולייגן דא.)

טא, זיי אזוי גוט און שטעל עס ארויף אויף סקריבד אדער דראפבאקס אדער דא: http://freepdfhosting.com
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 691 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ידען »

יאנקל האט געשריבן:
ציוני האט געשריבן:און קול השופר איז בני יואל (ס'איז צו גרויס איך זאל דאס קענען צולייגן דא.)

טא, זיי אזוי גוט און שטעל עס ארויף אויף סקריבד אדער דראפבאקס אדער דא: http://freepdfhosting.com
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6792 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך געפילטע פיש »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!

און וואס געשעט אויב מ'איגנארירט עס?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!

וועלכע מוסד?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ידען »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!

איך וועל דיר אויך געבן צוויי אפשען׳ס.

1) זאג ביסט אן ארוני (אויזער אויב דיין קינד לערענט ביי די אנדערע)

2) צאל דעם צענער און ווארף עס אוועק אויב ווילסט נישט joinען די fun...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 691 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

די ענוועלאפ
בייגעלייגטע פיילס
convert.jpg
convert.jpg (47.1 KiB) געזען געווארן 2200 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 691 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!

און וואס געשעט אויב מ'איגנארירט עס?

מ'וועט זעהן.....
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יאנקל »

דער "פארווערטס" באריכטעט איבער דער קאנטער-דעמאנסטראציע קעגן דער סיטיפיעלד אסיפה:
פארווערטס האט געשריבן:פּלאַנירטער מאַסן־פּראָטעסט קעגן אינטערנעץ רופֿט אַרויס קאָנטער־דעמאָנסטראַציע

פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)

איין ציל פֿון דער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע איז צו לאָזן דער חסידישער וועלט וויסן, אַז זייערע רבנים, בשותּפֿות מיטן ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנס, באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער, הגם הײַנס באַצייכנט זיך ווי אַ געטרײַער קעמפֿער לטובֿת די געליטענע קינדער. אויפֿן בילד: הײַנס (לינקס) און דער הויפּט־פּראָקוראָר פֿון סטאַטען־אײַלענד, דאַניעל דאָנאָוואַן, מעלדן וועגן אַ נײַעם באַריכט, וואָס ווײַזט ווי פֿאַרשפּרייט עס איז די פּראָבלעם פֿון באַלעסטיקן און פֿאַרנאַכלעסיקן קינדער אינעם שטאַט ניו־יאָרק.

רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער.

לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר.

"דאָס וועט זײַן אַ מאַניפֿעסטאַציע, וואָס מע האָט נאָך קיין מאָל נישט געזען אין דער געשיכטע פֿון די פֿרומע ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן," איז געשטאַנען אין דער צײַטונג. "בעת דער פֿאַרזאַמלונג, וועט מען איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן דער מלחמה פֿון כּלל־ישׂראל קעגן דער טעכנאָלאָגיע, וואָס באַדראָט די קדושה פֿון די ייִדישע היימען."

הגם אַ וואַקסנדיקע צאָל חסידים ניצן הײַנט די אינטערנעץ, זענען געוויסע פֿון זיי מסכּים מיט די רבנים, אַז די אינטערנעץ שאַפֿט אַ סכּנה פֿאַר דער קהילה. איינער, אַ סאַטמערער מיט פֿיר קינדער, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די געגנטן וווּ די חרדישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט, האָבן תּמיד געהאַט ווירטואַלע ווענט אַרום זיי, וואָס האָבן זיי באַשיצט פֿון די דרויסנדיקע השפּעות. "די דאָזיקע ווענט זענען גוט געווען ביז דער אינטערנעץ. יעצט קען יעדער לייענען וואָס מען וויל, שמועסן מיט וועמען מען וויל, איבער וועלכע טעמעס מען וויל — און נישט מורא האָבן פֿאַר קיינעם."

"איך זאָג נישט, אַז עס זענען נישטאָ קיין פּראָבלעמען מיט דער אינטערנעץ," האָט אַרי מאַנדעל (באַקאַנט אויף "פֿייסבוק" ווי "רחמנא־לצלן"), דער אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנטער־דעמאָנטסראַציע, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ווי אַזוי קענען זיי אויסגעבן מיליאָנען דאָלאַר פֿאַר אַזאַ אַסיפֿה, ווען די אַלע יאָרן האָט מען נישט געהאַט קיין איין אַסיפֿה וועגן דער באַלעסטיקונג פֿון קינדער? די רבנים פֿאַרדאַמען ליפּע שמעלצער [אַ פּאָפּולערער חסידישער זינגער] ווײַל זײַנע לידער זענען צו מאָדערן, אָבער ביז איצט האָט מען נאָך נישט געלייגט אין חרם קיין איין באַלעסטיקער.

"יאָרן לאַנג האָבן די געליטענע פֿון ********* און פֿיזישער באַלעסטיקונג געפּרוּווט פּועלן בײַ דער פֿירערשאַפֿט מיט גוטן," האָט מאַנדעל באַמערקט. "זיי האָבן זיך געטראָפֿן מיט די רבנים אויף פֿאַרשידענע זיצונגען אויף דער טעמע. אָבער די רבנים האָבן גאָר נישט געטאָן וועגן דעם. זיי עצהן די געליטענע ווײַטער בלויז צו רעדן מיט אַ רבֿ, אַנשטאָט צו גיין צו דער פּאָליציי. דערפֿאַר מאַכן מיר אונדזער אייגענע מאַניפֿעסטאַציע. ס׳וועט שוין מער נישט זײַן מעגלעך פֿאַר זיי אַוועקצומאַכן דעם ענין."

מאַנדעל האָט צוגעגעבן, אַז די קאָנטער־דעמאָנסטראַציע איז סײַ פֿאַר די פֿרומע, און סײַ פֿאַר די פֿרײַע. "עס האָט נישט [צו טאָן] מיט רעליגיע אָדער גאָט; נאָר מיט אַ קאָרופּטירטער סיסטעם," האָט ער דערקלערט.

דער קאַמף קעגן ********* באַלעסטיקונג אין דער פֿרומער וועלט איז נאָך מער צעהיצט געוואָרן מיט צוויי וואָכן צוריק, ווען דער ביוראָ פֿונעם ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר ("די־איי"), טשאַרלס הײַנס, האָט געמאָלדן, אַז מע מעג באַשיצן די אידענטיטעט פֿון די פֿרומע ייִדן, וועלכע זענען באַשולדיקט, אַרעסטירט אָדער פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר האָבן ******* באַלעסטיקט קינדער, ווײַל אין אַזאַ ענגער סבֿיבֿה ווי די חסידישע, וואָלט דאָס אַנטפּלעקן די נעמען פֿון די באַלעסטיקער געקאָנט גורם זײַן דאָס אַנטפּלעקן די נעמען פֿון די געליטענע. (אין פֿאַלן, וווּ דער פֿאַרדעכטיקטער איז נישט קיין פֿרומער ייִד, וואָלט דער פּראָקוראָר יאָ אָנגערופֿן זײַן נאָמען.)

דער הויפּט־פּראָקוראָר האָט אַרויסגעלאָזט די דערקלערונג נאָך דעם ווי דער Forward און אַנדערע צײַטונגען האָבן געהאַט געבעטן אָנצורופֿן די נעמען פֿון די 85 פֿרומע ייִדן, וועלכע זענען במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ יאָר אַרעסטירט געוואָרן צוליב ********* באַלעסטיקונג. דער פּראָקוראָר האָט אָנגעקליבן די נעמען דורך "קול צדק" — אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿון זײַן ביוראָ און אַ צאָל פֿרומע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זייער ציל איז צו מוטיקן די געליטענע פֿון ********* באַלעסטיקונג צו פֿאַרבינדן זיך טעלעפֿאָניש מיט אַ געוואַלד־ליניע ("האַט־לײַן") אָדער זיך ווענדן צו סאָציאַלע אַרבעטער וועגן דעם.

דער Forward האָט געבעטן די אינפֿאָרמאַציע בײַם פּראָקוראָר אויפֿן סמך פֿונעם ניו־יאָרקער Freedom of Information Act — דאָס געזעץ וואָס דערלויבט צו אַנטפּלעקן די נישט־פּובליקירטע אינפֿאָרמאַציע, וואָס ווערט קאָנטראָלירט דורך דער אַמעריקאַנער רעגירונג.

הגם "קול צדק" מוטיקט די געליטענע איבערצוגעבן די נעמען פֿון די אַטאַקירער, קוקן געוויסע קריטיקער קרום אויף דער פּראָגראַם, ווײַל זיי האַלטן, אַז ס׳איז בלויז אַ מיטל צו באַרויִקן די געליטענע און זייערע משפּחות, כּדי זיי זאָלן נישט גיין צו דער פּאָליציי.

יענקל יאַקאָב פֿון וויליאַמסבורג, אַ טאַטע פֿון זיבן קינדער, זאָגט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס דער פּראָקוראָר דערלויבט די באַשיצונג פֿון די פֿרומע באַלעסטיקער איז, פּראָסט און פּשוט, ווײַל ווי אַ דערוויילטער, וויל ער פֿאַרזיכערן די שטימען פֿון דער חסידישער באַפֿעלקערונג. "די ברוקלין־חרדים האָבן צוועלף קינדער אין יעדער פֿאַמיליע און יעדער פּאָליטיקער, וואָס האָט דעם קאָפּ אויפֿן פּלאַץ, ווייסט זיך צושטעלן צו זייערע קאַפּריזן. די לעצטע פּאָר יאָר טוט זיך אַן אויפֿוואַכונג פֿון אַרעסטירן פֿעטערס און מלמדים און סתּם מנובֿלים, וואָס באַלעסטיקן קינדער. פּונקט ווי עס גוייִשט זיך, אַזוי ייִדישט זיך. די קירכע האָט שוין אָנגעהויבן אויסרייניקן זייערע גלחים וואָס לאָקערן אויף קינדער, זיי ******* צו באַלעסטיקן. איז דאָך שוין די צײַט פֿאַר די הייליקע ייִדן אויכעט אַרויפֿציִען די הויזן, זיך צומאַכן די זיפּערס און אַרעסטירן די אַלע קרימינאַלן, זיי זאָלן אָפּגעבן דין וחשבון."

"דער ׳די־איי׳ זאָגט, אַז ער טוט עס צו באַשיצן די געליטענע אין דער פֿרומער קהילה, אָבער דאָס איז לעכערלעך," האָט געזאָגט יואל ענגלמאַן, אַ יונגערמאַן וואָס טענהט שוין יאָרן לאַנג, אַז קינדווײַז זענען ער און אַנדערע תּלמידים ******* באַלעסטיקט געוואָרן פֿונעם מנהל פֿון דער גרויסער סאַטמערער ישיבֿה אין וויליאַמסבורג, "ישיבֿה תּורה ויראה", הרבֿ אַבֿרהם רײַכמאַן, אָבער ביז אַהער האָבן די רבנים פֿאַרשוויגן דעם ענין. "די געליטענע האָבן נישט געבעטן דעם ׳די־איי׳ דאָס צו טאָן. פֿאַרקערט, מיר ווילן, אַז מע זאָל די באַלעסטיקער באַשטראָפֿן. די חסידים מיט וועמען איך האָב גערעדט זענען זייער אַנטוישט אינעם ׳די־איי׳."

יאַקאָב האַלט, אַז טשאַרלס הײַנס שטייט דווקא אין וועג פֿון רעפֿאָרם. "אָפֿיציעל זאָגט ער, אַז ער מיינט די טובֿה פֿון די אָנקלאָגער, אָבער דער עולם קויפֿט דאָס נישט."
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טעראר האט זיך אנגעפאנגן!! היינט איז מיין זין אהיימגעקומען פון חדר מיט א צעטעל אז מ'מוז קויפן א טיקעט פאר כינוס כלל ישראל. ס'דא א ענוועלאפ וואס מ'מיז צוריקשיקן, און מ'דארף מאכן א טשע"ק ביי איינס פון צוויי אפשענ'ס. איינס איז: "ביטע שיקט מיר א טיקעט". די צווייטע איז: "מיר האבן שוין געקויפט א טיקעט דורך אן אנדער מוסד (שם המוסד___________)"
דאס מיינט אז אויב מ'קויפט נישט פון די חדר מיז מען שרייבן ווי מ'קויפט יא!!


אויב קומט מיין יונגל אהיים מיט אזא צעטל, גיי איך זיכער נישט -- אפגעזען פון די קאנסעקווענצן. נישט נאר וועל איך דעם טיקעט נישט קויפן, נאר כ'וועל זיך מטריח זיין אנקלינגען דעם מנהל און אים איינמעלדן איבער מיין החלטה.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך משכיל »

די רבנים - עסקנים האבן אן אחריות צוצושטעלן חינוך פאר "אלע" קינדער פון שטאט, כתקנת ר' יהושע בן גמלא, און בפרט אז עס איז דא א איחוד הקהלות זיינען אלע צוזאמען פאראנטפארטליך פאר דעם, און זיי קענען נישט זאגען אז עס ווענד זיך וואס דער טאטע טוט ! אפילו ווען ער האט נישט געפילטערטע אינטערנעט, אדער ער וויל נישט גיין צו די "קינות",
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך גדעון »

אפשר בין איך נאאיוו, אבער איך מיין אז די גליונות פארשפרייט אין די בתי מדרשים איבער די אסיפה, איז א גרעסערע שאדן פאר די קינדער ווי די אסיפה וועט אמאל אויפטון פאר ערוואקסענע.

אזוי צו באשרייבן דעם אינטערנעט מיט אלע קליפערלעך וואס מקען אלץ טון און זעהן, און ווי געשמאק ס'איז, ווי מקען זיך אויסגעבן אא"וו, איז לדעתי בלויז א רייץ פאר די בחורים און יונגלעך וואס האבן ביז היינט קיין סך געוויסט איבערן אינטערנעט.

שוין אפגערעדט אז די אינהאלט איז געווען ריינע שטותים,
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

גדעון פון וועלכע קונטרס רעדסטו? קול השופר?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

ראשעקאל האט געשריבן:די קונטרס וואס יאנקעל ברענגט דא איז א שוידער. די מענטשן וואס שרייבן דאס זענען ערשט קלאסישע שחצנים פון ערגסטן סארט. אומגלויבליך ווי זיי זענען ביזי מיט ״אונז״ - ווי הייליג ״מיר״ זענען. און קענען חלילה נישט זיצן מיט ״געשניטענע בערד״...

פארדעם מאכט מען די אסיפה אין די ימי הספירה ווען מען שניידט נישט די בערד ;) (קרעדיט: לכתחילה אריבער פון איי וועלט)
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יאנקל »

דער קונטרס ״קול השופר״ איז ערגעץ דא אויף דעם וועב?
רעאגיר