ענינים ארום דעם סדר והמסתעף

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

ענינים ארום דעם סדר והמסתעף

שליחה דורך שמעקעדיג »

ב"ה מ'איז פארנומען אריינברענגען דעם פסח, דער ליבער יו"ט.
עטליכע ענינים וואס איך וואלט געוואלט דא אויסשמועסן און הערן, כסדר קומט מיר ארויף שאלות, ספיקות, וכדומה.
כ'וועל אנפאנגען מיט וואס איך געדענק אויפן מינוט.

ערשטנס, וואס איז דער פשט פון די ד' קשיות היינטיגע צייטן, ווען פאר די קינדער איז גארנישט שווער, זיי זענען שוין צוגעגרייט אין חדר/סקול צו אלע שינויים, אפט מאל נאך בעסער ווי די עלטערן, און מען שטופט זיי אין מויל אריין די מה נשתנה, וואס זיי פרעגן נאך סתם נאכגעפלאפעלט, עס איז נישט קיין קשיות, עס ווערט זיי גארנישט פארענטפערט?

דעם ענין פון אפיקומן. ביי אונז אלס קינד איז עס געווען רעזערווירט פאר די קלענערע, טאקע מ'כלומר'שט צו האלטן אויף ביז שפעט. איי מען איז ממילא געווען אויף? מען איז דאך אפגעשלאפן א האלבן ערב יו"ט כדי צו קענען אויפבלייבן ביז שפעט? א גוטע קשיא. אבער היינט איז עס געווארן א גאנצע געים, און אפילו די עלטערע קינדער כאפן עס אוועק, און מאכן ערנסטע ביזנעס. מען מוז נאכגעבן אלע זייערע קאפריזן און טייערע מתנות וואס זיי פארלאנגען... כאילו ס'פעהלט זיי עפעס... אודאי לאז איך מיך נישט פירן ביי די נאז, אבער דאך איז עס נישט גרינג. איז עס א ענין? ווי אזוי זענט איר אייך נוהג? הן ביי אייערע עלטערן, און לגבי אייערע קינדער?

סתם א קשיא וואס פאלט מיר איין, וואס טוט זיך מיט קידוש במקום סעודה? פון קידוש וואס מען מאכט גלייך ווען דער טאטע קומט אהיים, ביז מוציא מצה נעמט א שיינע פאר שעה?

און דער עיקר וואס כ'וויל רעדן, איז דער ענין פון סיפור יציאת מצרים. יעדער טאטע - שטייט אין ספרים - באקומט א געוואלדיגער כח ביים סדר נאכט צו משפיע זיין אויף די קינדער, און די קינדער זענען מקבל. אודאי איז וויכטיג צו דערציילן די נסים פון יציאת מצרים, אבער די קינדער קענען דאך שוין דאס, צי פון די מוסדות, צי פון די פארגאנגענע יארן, יא מען קען מוסיף זיין א מדרש, א מעשה, אבער עס מוז זיין מער ווי דעם, מען קען אריינפלאנצן אמונה טהורה, ספעציעל אין דעם שוואכן דור אין וואס מיר לעבן, ווי אזוי טוט איר דאס? ווי אזוי לייגט מען דאס אריין אין זייער הארץ? וואס רעדט איר? וואס פארציילט איר? איך וואלט אפרישיעטעד צו הערן פון אונזערע חברים איידיעס און עצות.
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שבכל בלילות אנו אוכלין חמץ ומצה, ווען עסט מען מצה דורך יאר?
שבכל הלילות.. בין יושבין בין מסובין.. ווער עסט מסיבין היינט ציטאגס דורכן יאר?
שבכל הלילות אין אנו מטבילין אפי' פעם אחת ווער טינקט דען נישט אינמיטען די יאר?

ס'באדערט מיר איך גרייט מיך אביסעל צים יו''ט. איך בין מיך מתבונן אז מיר גייען אפגעבן א שבח והודאה פארן אייבשטער פאר די חסד וואס ער האט מיט אונדז געטאן, ער האט אונדז ארויסגענימען פון מצרים, נאךדערצי מיט די אלע ניסים.
סווערט מיך גלייך שווער ער האט דאך אונדז דארט אריינגעלייגט, ווי קען איך זיין אזוי דאנקבאר פארן ארויסנעמען?
עפעס ליגט מיר און קאפ אז מרעדט שוין ערגעץ אין שטיבעל דערוועגן. און דארט ברענגט איינער צי די משל וואס סאטמערער רבי ברענגט. איינער מאכט א פייער דערנאך שרייעט ער סברענט, צי ווייזען פאר זיין האר אז ער ראטעוועט עם.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האלט נישט אז די ד' קשיות זענען היינט ווייניגער שווער פאר די קינדער ווי אמאל.. דאס גאנצער ענין איז דאך אז ס'זאל מער אריינגיין אין די ביינער, דורכדעם וואס דאס קינד פרעגט און דער טאטע (כלומרשט) ענטפערט גיט דאס מער צו.

לגיב דעם אפיקומן, אויב זיי בעטן עפעס וואסי גאר טייער טאר מען זיך נישט לאזן. אויב דאס קינד האלט טאקע נישט ביים צוריקגעבן זאל מען דערלאנגען א פראסק אז ער זאל זעהן א דו מיינסט אויך ביזנעס. אין א נויט מעגט איר אפילו רופן שומרים. (נאר אויב ס'שוין ממש ביי חצות, און איך זאג אלץ אז מ'זאל פרעגן א שאלה)

וועגן קידוש במקום סעודה טוט זיך שוין אין די ראשונים, עיי"ש

לגבי סיפור יציאת מצרים איז נישט קיין פארגלייך וואס זיי הערן אין די מוסדות צו א ליבליכער פאטער וואס לייגט עס אראפ מיט די גרעסטע מאס אהבה און עמאציע.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שמעקעדיג האט געשריבן:פאר די קינדער איז גארנישט שווער, זיי זענען שוין צוגעגרייט אין חדר/סקול צו אלע שינויים, אפט מאל נאך בעסער ווי די עלטערן, און מען שטופט זיי אין מויל אריין די מה נשתנה, וואס זיי פרעגן נאך סתם נאכגעפלאפעלט

דא ליגט די ישועה באהאלטן, טאקע ווייל זיי פרעגן די קשיות מער/ווייניגער געפלאפעלט, איז די ארבעט פונעם טאטן עס צו מסביר זיין פאר די קינדער בטוב טעם ודעת זיי זאלן עס טאקע פארשטיין און נישט סתם פלאפלען.
נאך א נקודה איז אז קינדער האבן געווענטליך ליב צו הערן א מעשה וואס זיי קענען שוין, איך דערצייל זייער אסאך מעשיות פאר מיינע קינדער במשך די יאר אויך, און עס מאכט זיך זייער אסאך מאל אז זיי בעטן מיר "טאטי דערצייל די און די מעשה", איך בין שוין באורד פון אזויפיל מאל דערציילן די מעשה, אבער זיי ווילן עס נאכאמאל הערן, און זיי ווייסן שוין פון פאראויס ווען עס גייט זיין שרעקעדיג און ווי מען גייט דארפן לאכן וכדומה, און זיי האבן עס נאך אלץ ליב.
און די זעלבע פסח ביינאכט, אפילו זיי קענען שוין בערך די מעשה, און זיי קענען שוין פלאפלען די קשיות, איז נאך אלץ דא א שטארקע מקום צו דערציילן די מעשה מיט געשמאק, מען מאכט עס דראמאטיש און מען ווארפט אריין אביסל דזשאק'ס עס צו מאכן מער אינטערעסאנט.

שמעקעדיג האט געשריבן:און דער עיקר וואס כ'וויל רעדן, איז דער ענין פון סיפור יציאת מצרים. יעדער טאטע - שטייט אין ספרים - באקומט א געוואלדיגער כח ביים סדר נאכט צו משפיע זיין אויף די קינדער, און די קינדער זענען מקבל. אודאי איז וויכטיג צו דערציילן די נסים פון יציאת מצרים, אבער די קינדער קענען דאך שוין דאס, צי פון די מוסדות, צי פון די פארגאנגענע יארן, יא מען קען מוסיף זיין א מדרש, א מעשה, אבער עס מוז זיין מער ווי דעם, מען קען אריינפלאנצן אמונה טהורה, ספעציעל אין דעם שוואכן דור אין וואס מיר לעבן, ווי אזוי טוט איר דאס? ווי אזוי לייגט מען דאס אריין אין זייער הארץ? וואס רעדט איר? וואס פארציילט איר? איך וואלט אפרישיעטעד צו הערן פון אונזערע חברים איידיעס און עצות.

אין די זהר וואס מען זאגט "פקודא בתר דא", שטייט דארט וועגן די גרויסקייט פון דערציילן סיפור יציאת מצרים, און עס שטייט דארט אויך, אז די זעלבע דארף אויך יעדער איד דערציילן זיינע מעשיות ווי אזוי ער איז געווען אין א צרה אוון דער אייבערשטער האט אים געהאלפן.
דאס איז די נקודה פון אריינברענגן אמונה אין די קינדער פסח ביינאכט, איך דערצייל די מעשה פון יציאת מצרים ווי די אידן זענען געווען אויף געהאקטע צרות און זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן און ער האט זיי געהאלפן מיט גרויסע ניסים, און די אויספיר איז אז די זעלבע איז אויך היינט ווען מען האט א צרה דארף מען שרייען און בעטן דעם אייבערשטן און ער העלפט אונז, און איך דערצייל פאר מיינע קינדער מעשיות ווי אזוי דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, און זיי קענען אויך דערציילן מעשיות ווי אזוי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן, און אזוי ווערט איינגעקריצט אין זייער הארץ די אמונה פשוטה אז דער אייבערשטער פירט אלעס, און אז ער איז דער ערשטער און לעצטער אדרעס צו ווי מען דארף זיך שטענדיג ווענדן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

הגדת מהר"ל געדריקט אין פראג 1526, די ערשטע הגדה און די ערשטע מקור ווי מ'מטרעפט אליהו הנביא, און די woodcut אויף א דאנקי, איז עסאשיעדעט מיט שפוך חמתך, פון דא און וועט ער האט עס איוואלווד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פערינא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מיין קליינע ברודער (אדער שוועסטער, איך געדענק שוין נישט, anyhow..)האט געפרעגט פאר מיין טאטן ביים סדר דער ערשטער פון שמעקעדיג'ס פיר קשיות, וואסארא פשט האט פרעגן די קשיות פארן טאטן ווען מלערנט שוין סיי דער קשיא און סיי דער תירוץ אין חדר (אדער שולע, אויב איז עס געווען די שוועסטער כנ"ל). האט עם (איר) מיין טאטע מסביר געווען אז טאקע ער האט שוין געהערט אין חדר, אבער אין חדר פארציילט דאך דער רבי אויך פארשידענע מעשיות וואס זענען נישט געשעהן, פאנטאזיעס וכדו', נישט אלעס וואס דער רבי אין חדר זאגט איז אמת, משא"כ אז דער טאטע גיט איבער דער מסורה וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע וכו' בי יציאת מצרים, איז דאס אסאך מער פארלעסליך.

נישט אז איך האב נישט וואס מעיר זיין אויף דעם, אבער איך האב הנאה געהאט פון דער תשובה.

[יעצט אז איך האב אריינגעלייגט א ספק שוועסטער אין מיין מעשה, קענען אונזערע פעמיניסטן וואס האבען אלץ טענות אז אונז מאכען זיך נישט וויסנדיג פון די וייבער אויך זיין צופרידן. כנגד ארבע בנות דברה תורה]
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אשכולות אויפוועקער, אייכה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שוין 5 יאר אדורך זייט יענע צייטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ענינים ארום דעם סדר והמסתעף

שליחה דורך מפוזרי »

אין וועקער נומער 8 איז דא אן ארטיקל וואס אדרעסירט דיינע פראגעס.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט