דער פארנעפלטער צוקונפט פון די פעלערהאפטיגע פאליטישע סטרוקטור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6312 מאל

דער פארנעפלטער צוקונפט פון די פעלערהאפטיגע פאליטישע סטרוקטור

שליחה דורך יואב »

שטעלט אייך פאר עס איז פארהאן איבער 310 מיליאן אמעריקאנער, מיט בלויז 2 העכסט צעדרייטע דאמינירנדע פאליטישע פארטייען וועלעכע טוען אנגעבליך רעפרעזענטירן דעם אמעריקאנער פאלק,
גייענדיג מיט א שארפן שטראם קעגן דעם כשם שאין פארצופיהן שווים כלל.

ס'שווער צו גלייבן אז ס'דא א מענטש וואס נניח ער קען זיך אידענטיפיצירן מיט איינע פון די מיאוס ווארטיגע פארטייען,
זאל ער זיך טרעפן העכטס איינשטימיג מיט "אלע" פון די צאללאזע אישוס וואס איין פארטיי טוהט אלץ פארטרעטן.

דהיינו,אפילו אן עקסטרעמיסט איז נישט מעגליך זיך צו טרעפן דאס פלאץ, ווייל געוויסע אישוס וואס א פארטיי פארטרעט איז א סתירה צו אנדערע אישוס ווערענדיג פארטראטן דורך די סאמע זעלבע פארטיי.
אידילאגיש גערעדט,

א קאנסערוואטיוווער וואס איז להשמיד דער רעגירונג זאל זיך אריין מישן אין פריוואטע איינגעלעגנהייטן,
ווערט גאר א מחותן אין יענעמס חזיריי ביי ווירדליכע אישוס.
(קיין אפיציעלן סיבה ווי דער ממזר יאשקע קומט אריין אינעם פאליטישען סדר היום).

אלענפאלס, ברויך איך נעמען צאללאזע אישוס וואס א דורכשניטליכער מענטש קען האבן פארשידענארטיגקייטן ביי יעדע אישו באזונדער, און מיט געוואלד מיך אריינקוועטשן אין איינע פון די קארופטירטע פארטייען.

וויל איך נידריגערע שטייערן, מוז איך מיר שפירן פאראנווארטליך אויף יענעמס געשלעכטליכע באציאונגען.

וויל איך לאזן יענעמס ווירדליכע אישוס פאר אים אליינס צו באשליסן, דאן זאל איך אים זאגאר סובסודירן זיינע געברויכן.

וויל איך מ'זאל פארגרינגערן אימיגראציע, זאל העלטה קעיר ווערן סאציאלאזירט דורך די רעגירונג.

וויל איך האבן וואפן אין מיין באזיץ, זאלן אמעריקאנער סאלדאטן מארשירן ארום דעם ערד קוגל וחרבם שליפה בידם
ווען אומער געוויסע וואנזיניגע עלעמענטן שפורן פאר א פליכט.

בין איך קעגן טויט שטראף, זאל זיך דער דעפיציט יערן אין פריידן.

און אזוי ווייטער א גאנצע סעריע אישוס פון אלע סארטן, זינלאז צוזאמגעשמאלצן אין איין לעכריגע מאדנע פארטיי טעפל, און עס ליגט גאר אויף מיר צו באשליסן יעדע 4 יאר מיט וועמען פון די מאניאקן צו דיסעגריען.

לאמיר זאגן כ'וועל מיר יא האלטן זעלבסשטענדיג, וועל איך מיר עכ''פ ביי די עלעקשאנס זיך מוזן קאטאגארירן אדער מיטן גראב אלטמאדישן רעליגיעזן פארקנייטשטן עלעפאנט,(נישט געזארגט, דעם לאנגע נאז וועט נישט אריינוואנדערן צו אייך סיידן עס האנדעלט זיך פון ווירדליכע אישוס
אדער מיט דעם פליכט צו קאנטראלירן די וועלט).

אדער מיטן אומ'אחריות'דיגן נארישן חמור, וואס אחוץ שיסן געלט און ערצייגן קאריוזקייטן איז קיין סאך נישטא צו ערווארטן.
(טעראריסטן, חיות, אומלעגאלע, און יעדער חוץ א דורכשניטליכער אמעריקאנער, נישט געזארגט, מיר וועלן זיך זארגן פאר אייך).

מיין אויסוואל וועט זיך געוויס ווענדן וואספארא אישו וועט ביי מיר דאן זיין א פריאריטעט,און הערשט דאן ערווארטן אין וואשינגטאן, כאאס, גרידלאק, רייבערייען , קארופציע,
און נאכאנאנדיגע פארהאנקעטע ענדלאזע סומאטאכעס. און שפעטער, ביים שוועל פונעם דעדליין ברעכן די נייעס מיט עפעס א לופטיגע נארישע קאמפראמיס, פארמיידענדיג שאט דאונס וכדומה צו די פרייד פון אנגעצויגענע אמעריקאנער געמיטער.

און אין 4 יאר ארום ווידער זיך אריינארן און זאק, צו צוגעזאגאכצער און פאשפרעכונגען פון קארופטירטע ערוועלטע באאמטע,וועלכע ערווארטן שוואוילטאג מיט דער הילף פון מיין שטימע.

זאל ווען די פאראייניגטע שטאטן אפערירן מיט א פארלאמענטרי סיסטעם, דאן וואלט דאס גרויליג לאנד פילייכט געטראגן א בעסערן פנים, און מענטשן וואלטן זיך מער געקענט טרעפן רעפרעזענטירט, לכל הפחות אין דער אפאזיציע.

דער רעפובליקאנער פארטיי וואלט זיך צעשפליטערט אין צאללאזע חלקים, ולאום מלאום יאמץ.

קריסטי, ראמני,סטייל מעסיגע פרא ביזנעס חברה , לאבאירענדיג פאר אויל פירמעס (נעמענדיג אין באטראכט אז קארפארעשאנס זענען דאך מענטשן), וואלטן זיך געטראפן אין איין פארטיי מיט א שיינע ביסל זיצן.

יאשקע אבסעסטירענדע לייט, א שטייגער ווי ריק סאנטורים וסיעתו, וואלטן געקרוינט קריסטענטום אלס זייערס א ווארט זאגער, און וואלט נאכגעפאלגט געווארן מיט א פייערדיג באזע שטיצער,
מייסטנס, פעטע פארמער מיט שטרענגע וואנצן, גראבע הויזן טראגער, און הענגדיגע צלם קייטל.
(עכ"פ מענטשן פון The "Real" America לויט סערא פעלין).

מייקל סעוועטש מיט נאך עטליכע ווילד אויסגעשפראכענע דזשינגואיסטן, צוזאמען מיט הארצלאזע געשווירענע אנטי אימיגראנטן אקטיוויסטן, וואלטן אויך סוקסעספול געכאפט עטליכע זיצן, זאלן זיי זיין אין די נייעס יעדע שני וחמישי.

ראן פאול מיט פאכענדיגע נאכפאלגער, וואלטן היבש פלאצירט דעם פארלאמענט באוואפענט מיט אויטאמאטישע ביקסן, און לעבעדיגע שטיקער קאנסטיטוציע וואלט געפלויגן אין די לופטן.

דעם אלטן מארשמעלוי מקעין'ס אלטגעזעצענע מלחמה מאנגער פארטיי,וואלט פארלוירן זיצן ביי יעדע עלעקשאן באזונדער, ליידנדיג פון אומזיסטע נעגאטיווע מידיא דעקונג,און א סטראטעגיש דורכגעפאלענע פי אר טיעם.

אלעקס דזשאונס אין שפיץ פון גאונישע קאנספיראטער וועבער,וואלט אויך פארפיגט אויף א האנטפולע צאל זיצן
רעוואלטירענדיג אלצדינג מיט זיין גריזעלדיג הייזעריגע שטימע.

עטענשאן עדיקט דאנעלד טראמפ, וואלט העכסט ווארשיינדליך פארדינט פון אזא סיסטעם,ער וואלט געכאפט כינע אלס זיין מעין ראציאנאלן טאלקינג פוינט, און פון דארט און ווייטער געשלאגן כפרות מיט די מענטשהייט,פארשאפענדיג איבל געמישט מיט סורפרייזעס.

און אחרון חביב,אן עקסטערע פליגל צו ריפלעקטירן די חכמת נשים, און שפיץ פון סערא פעלין - באכמאן - שעראן ענגעל,און כמעט פארגעסן די מכשפה קירסטין אודאנעל פון דעלעווער,וואלטן אויך באוויזן צו אריינשארן אפאר עם פי'ס.

דעמאקראטן וואס שמייכלט איר אזוי? עטס המחנה הנשאר לפליטה, וואלט זיך אויך קיינמאל נישט געטראפן אונטער איין דאך.

די אויסגעשפראכענע לינקע האליוואד ביליאנערן וואלטן זיך געטראפן אין איין ענגע עולם הזה'דיגן פארטיי,
און געלאזט די ארימע עטנישע אימיגראטן פייגערן.

על שארפטאן מיט נאך עטליכע צעהיצטע קארפן קעפ וואלטן אנגעצויגן עטוואס מער ווי די ערווארטונגען,
פארשאפענדיג פרישע העדליינס.

אלווען גרין וואלט אפשר אויך געקענט כאפן עפעס (ווער געדענקט), און קלינטאן סטייל, וואלט גאנץ שיין אפעלירט,און וואלט פארמאגט פירענדע ראלעס.

דזשוי ליבערמאן מיט אנדערע רעכטע דעמאקראטן וואלטן אויך נישט געווען אזוי אונטערשטעליג, און גרין ענערגיע אקטיוויסטן וואלטן אויך נישט געווארן איגנארירט.

עקסטרעמע סאציאליסטן וואלטן גאנץ שיין טריאומפירט,און אויב מ'מעג זאגן, וואלט געוויס א קאמוניסטישע פארטיי אויך געשפראצט.

בלומבערג וואלט געווען א מחותן בפני עצמו, פרעגט מיר נאר נישט ווי,טעראר וואלט ער זיכער נאכאנאנדיג אנגעזייעט אויפן אומשולדיגן המון.

אלענפאלס,צוליב דעם פעלערהאפטיגע סיסטעם וועלעכע איז אומפאראויסגעזעהן אראפגעשטעלט געווארן דורך די גרינדער פון די פאראייניגטע שטאטן,וועט אזא חלום געוויס נישט צושטאנד קומען.
אלזא, מפטירין כדאתמול,מ'וועט זיך דארפן ספראווענען מיט די גארבעדש כמו שהוא.

דער רעפובליקאנער פארטיי שרינקט, אבער קען זיך קיין סאך נישט העלפן. דער אקעדעמישער וועלט עקעלט זיך צו אידענטיפיצירן מיט זיי, הויפזעכטליך צוליב דעם קריסטליכע איינפלוס וואס דער פארטיי האט.

איי, פעלט דען פילע שטארקע פיסקל קאנסערוואטיווע אינטעליגענטע לייט?
העלס נאוי, נאר דער שנאה מקלקלת,מילא שטיצט מען ענדערש דעם דעמאקראט,מען גייט מיט די עקסטרעם לינקע,
הגם אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט ער זיך געקענט מעסיג פלאצירן.

א גוטע משל וועט זיין אונזער סיסטעם, אסאך חברה (נישט אלע), וועלעכע האבן מיט האס פארלאזט אידישקייט,
וואלטן זיך גאנץ שיין געקענט מסדר זיין אלס מאדערן ארטעדאקס, נאר זייער שנאה צו יודישקייט נוסח 11211 וואס טוהט אנגעבליך רעפלעקטירן יהדות, טראגט זיי גלייך אריבער דעם בריקל צו פארביטערטע עטיאיסטן, וד"ל, וק"ל.

האועווער,רעפובליקאנער צוקונפט איז היבש באדראענד.
זאלן זיי איבערלאזן סאציאלע עקסטרעמקייטן, וועלן זיי טאקע אפעלירן צו א גרויס חלק פאלק,
אבער פארלירן א ריזיגע באזע אייגענע שטיצער מיט אלע סארט מאדנע פרא אמעריקאנע היטלעך.
(מ'קען זיי זעהן ביי זייערע קאנווענשאן)

זאלן זיי לייכטער מאכן אימיגראציע בכדי צו כאפן היספאנישע שטימעס,פארלירן זיי אינסטענטלי שווערע מיליאנען ווייסע הארטנעקיגע שטימעס.

אונטערשטע שורה,אלע סארט אויבענדערמאנטע עלעמענטן זענען צוזאמגעשמאלצן אונטער איין גרויען טרייסעלדיגן עלעפאנט. בקיצור, כ'האב שוין נישט קיין געדולד צו שרייבן, אבער זיי זענען גוט באקאקט, שיין גערעדט.

ווידעראום דעמאקראטן, הגם מיט פארשידענע סארט קעגענזייטיגע עלעמענטן, האלטן זיך באחדות און שאקלען צו מיטן קאפ מיט סיי וואס די פארטיי שישקעס באשליסן,ממילא זייער צוקונפט איז נישט אזוי באדראענד,
און זיי טוהן סוקסעספול אריינכאפן אלע סארט קאלירפולע וויילער.

אבער סתם שטימען פאר דעמאקראטן לכבוד תועבה,און ארבעטסלאזקייט ראטע זאל שטייגן,דעפיציט זאל זיך יערן,
בוזדשעט זאל נישט באלאנסירט ווערן, איז אויך נישט קיין תכלית פארן יונגע וויילער וואס שטרעבן א צוקונפט.
אלזא, איך בין נישט קיין פאראויסזאגער(ווער איז יא? אלע סאקן), אבער קאנווענשינאל וויזדאום טוהט פאראויסשאצן,
אז פריער אדער שפעטער וועט א פרישע פארטיי אוויפשטייגן צום מאכט אין רעזולטאט פון אן אינסטינקטיווער רעוואלוציע.
קען טאקע זיין די ליבערטעריען פארטיי וועלכע שלאגט שוין היבש עפעקטירבארע ווארצלען אזוי אומבאמערקטערהייט,
לאמיר האפן עפעס נארמאל וועט זיך אויסארבעטן מיט דעם פעלערהפטיגן פארפוילטע פאליטישן סיסטעם,
וועלעכע פירט דאס לאנד כאדאראם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט