טוויטס פארט ארום אז די סירישע פרעזידענט באשאר אל אסאד איז געשאסען דורעך איינע פון זיינע bodyguards.
וואס מיינט עס פאר די וועלט און ספעציעל פאר מדינת ישראל?
בעסער אדער ערגער אדער די זעלבע?
אסאד לעבט אדער נישט?
- וואלפה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
ידען האט געשריבן:וואס מיינט עס פאר די וועלט און ספעציעל פאר מדינת ישראל?
בעסער אדער ערגער אדער די זעלבע?
פאר די וועלט בכלל און פאר די ישראלים בפרט איז די יעצטיגע שלאכטן די בעסטע וואס עס קען זיין.
די ישראלים שיסען עקסטער לארדזש אייער ווען עפעס שמעקט זיי נישט, און אסאד מיז זיך לאזען קיצלען די נאז.
אפגערעדט אויב ביבי זיכט צי באמבעדירן איראן (וואס ער קען נישט) איז די בעסטע צייט יעצט!, וואס פון סוריא זייט האט ער נישט וואס צי כאפען, בפשטות, ווייל ווען אסאד פראבירט צי האלטען זיין אייגענעם קאנטראל, וועט ער נישט זיכען אז נאך איינער זאל איהם אנטקעגענקומען.
אויב אסאד כאפט א שנעלקע און פאלט (אזוי ווי די אום באשטעטיגטע און גאר שוואכע באגלייבטע אזוי גערופענע נייעס באריכטן) פון ארט, וואס איז אונגאנצען א שאלה אין צייט, ווייסט נישט ישראל וואס צי ערווארטען,
קודם קען עס נאך דער עורב איראן און דער זרזיר חיזבאלא פארכאפען, אזוי ווי א באריכט האט לעצטענס אנגעגעבן אז איראן-חיזבאלא האבען אריין געשוקט 50,000 קעמפער גרייט איבערצונעמען די לייצעס אויב אסאד פאלט.
אפילו עס געלונגט זיי נישט, איז גאר שטארק מעגליך אז עקסטרעמיסטן און טערעריסטן וועלן פירן א אייגנעם ווערטשאפט און מאכען מה שליבם חפץ, און זיי וועלן נאך זיין ערגער פון אסאד, ווייל זיי וועלן נישט האבען קיין פאליטישע אפהאלט, אזוי ווי כאמאס טוט.
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דאקטער האט געשריבן:איך מיין אז טאמער אסאד גייט איז עס לכאורה ערגער פאר מדינת ישראל ווי ווען ער בלייבט,
נישט נאר פאר מדינת ישראל. נאר פאר די יודן וועלכע וואווינען אין סיריע. ס'איז געווען א רעפארט אין "משפחה" אז די יודן אין דמשק זענען מתפלל אז אסאד זאל בלייבן ביי דער מאכט. ווייל ער שטעלט ספעציעל מיליטער אפצוהיטן די יודן. און די רעבעלן וועלן זיי ח"ו אויסהארג'ענען.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
נעכטן האט דער אסאד רעזשים פארעפנטליכט א בילד ווי אסאד זיצט ביי א טיש און קאנפערירט מיט זיין קאבינעט איבער אימפלעמענטירן זיין "שלום פלאן". דער שטוב איז אן פענסטער, וואס זאגט אסאד באהאלט זיך אין א בונקער ערגעץ. די רעבעלן זאגן זיי גרייטן זיך צו א גרויסע אפענסיווע אויף דמשק וואס וועט פארטיקן דעם אסאד רעזשים.