דער פארנעפלטער צוקונפט פון די פעלערהאפטיגע פאליטישע סטרוקטור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

דער פארנעפלטער צוקונפט פון די פעלערהאפטיגע פאליטישע סטרוקטור

שליחה דורך יואב »

שטעלט אייך פאר עס איז פארהאן איבער 310 מיליאן אמעריקאנער, מיט בלויז 2 העכסט צעדרייטע דאמינירנדע פאליטישע פארטייען וועלעכע טוען אנגעבליך רעפרעזענטירן דעם אמעריקאנער פאלק,
גייענדיג מיט א שארפן שטראם קעגן דעם כשם שאין פארצופיהן שווים כלל.

ס'שווער צו גלייבן אז ס'דא א מענטש וואס נניח ער קען זיך אידענטיפיצירן מיט איינע פון די מיאוס ווארטיגע פארטייען,
זאל ער זיך טרעפן העכטס איינשטימיג מיט "אלע" פון די צאללאזע אישוס וואס איין פארטיי טוהט אלץ פארטרעטן.

דהיינו,אפילו אן עקסטרעמיסט איז נישט מעגליך זיך צו טרעפן דאס פלאץ, ווייל געוויסע אישוס וואס א פארטיי פארטרעט איז א סתירה צו אנדערע אישוס ווערענדיג פארטראטן דורך די סאמע זעלבע פארטיי.
אידילאגיש גערעדט,

א קאנסערוואטיוווער וואס איז להשמיד דער רעגירונג זאל זיך אריין מישן אין פריוואטע איינגעלעגנהייטן,
ווערט גאר א מחותן אין יענעמס חזיריי ביי ווירדליכע אישוס.
(קיין אפיציעלן סיבה ווי דער ממזר יאשקע קומט אריין אינעם פאליטישען סדר היום).

אלענפאלס, ברויך איך נעמען צאללאזע אישוס וואס א דורכשניטליכער מענטש קען האבן פארשידענארטיגקייטן ביי יעדע אישו באזונדער, און מיט געוואלד מיך אריינקוועטשן אין איינע פון די קארופטירטע פארטייען.

וויל איך נידריגערע שטייערן, מוז איך מיר שפירן פאראנווארטליך אויף יענעמס געשלעכטליכע באציאונגען.

וויל איך לאזן יענעמס ווירדליכע אישוס פאר אים אליינס צו באשליסן, דאן זאל איך אים זאגאר סובסודירן זיינע געברויכן.

וויל איך מ'זאל פארגרינגערן אימיגראציע, זאל העלטה קעיר ווערן סאציאלאזירט דורך די רעגירונג.

וויל איך האבן וואפן אין מיין באזיץ, זאלן אמעריקאנער סאלדאטן מארשירן ארום דעם ערד קוגל וחרבם שליפה בידם
ווען אומער געוויסע וואנזיניגע עלעמענטן שפורן פאר א פליכט.

בין איך קעגן טויט שטראף, זאל זיך דער דעפיציט יערן אין פריידן.

און אזוי ווייטער א גאנצע סעריע אישוס פון אלע סארטן, זינלאז צוזאמגעשמאלצן אין איין לעכריגע מאדנע פארטיי טעפל, און עס ליגט גאר אויף מיר צו באשליסן יעדע 4 יאר מיט וועמען פון די מאניאקן צו דיסעגריען.

לאמיר זאגן כ'וועל מיר יא האלטן זעלבסשטענדיג, וועל איך מיר עכ''פ ביי די עלעקשאנס זיך מוזן קאטאגארירן אדער מיטן גראב אלטמאדישן רעליגיעזן פארקנייטשטן עלעפאנט,(נישט געזארגט, דעם לאנגע נאז וועט נישט אריינוואנדערן צו אייך סיידן עס האנדעלט זיך פון ווירדליכע אישוס
אדער מיט דעם פליכט צו קאנטראלירן די וועלט).

אדער מיטן אומ'אחריות'דיגן נארישן חמור, וואס אחוץ שיסן געלט און ערצייגן קאריוזקייטן איז קיין סאך נישטא צו ערווארטן.
(טעראריסטן, חיות, אומלעגאלע, און יעדער חוץ א דורכשניטליכער אמעריקאנער, נישט געזארגט, מיר וועלן זיך זארגן פאר אייך).

מיין אויסוואל וועט זיך געוויס ווענדן וואספארא אישו וועט ביי מיר דאן זיין א פריאריטעט,און הערשט דאן ערווארטן אין וואשינגטאן, כאאס, גרידלאק, רייבערייען , קארופציע,
און נאכאנאנדיגע פארהאנקעטע ענדלאזע סומאטאכעס. און שפעטער, ביים שוועל פונעם דעדליין ברעכן די נייעס מיט עפעס א לופטיגע נארישע קאמפראמיס, פארמיידענדיג שאט דאונס וכדומה צו די פרייד פון אנגעצויגענע אמעריקאנער געמיטער.

און אין 4 יאר ארום ווידער זיך אריינארן און זאק, צו צוגעזאגאכצער און פאשפרעכונגען פון קארופטירטע ערוועלטע באאמטע,וועלכע ערווארטן שוואוילטאג מיט דער הילף פון מיין שטימע.

זאל ווען די פאראייניגטע שטאטן אפערירן מיט א פארלאמענטרי סיסטעם, דאן וואלט דאס גרויליג לאנד פילייכט געטראגן א בעסערן פנים, און מענטשן וואלטן זיך מער געקענט טרעפן רעפרעזענטירט, לכל הפחות אין דער אפאזיציע.

דער רעפובליקאנער פארטיי וואלט זיך צעשפליטערט אין צאללאזע חלקים, ולאום מלאום יאמץ.

קריסטי, ראמני,סטייל מעסיגע פרא ביזנעס חברה , לאבאירענדיג פאר אויל פירמעס (נעמענדיג אין באטראכט אז קארפארעשאנס זענען דאך מענטשן), וואלטן זיך געטראפן אין איין פארטיי מיט א שיינע ביסל זיצן.

יאשקע אבסעסטירענדע לייט, א שטייגער ווי ריק סאנטורים וסיעתו, וואלטן געקרוינט קריסטענטום אלס זייערס א ווארט זאגער, און וואלט נאכגעפאלגט געווארן מיט א פייערדיג באזע שטיצער,
מייסטנס, פעטע פארמער מיט שטרענגע וואנצן, גראבע הויזן טראגער, און הענגדיגע צלם קייטל.
(עכ"פ מענטשן פון The "Real" America לויט סערא פעלין).

מייקל סעוועטש מיט נאך עטליכע ווילד אויסגעשפראכענע דזשינגואיסטן, צוזאמען מיט הארצלאזע געשווירענע אנטי אימיגראנטן אקטיוויסטן, וואלטן אויך סוקסעספול געכאפט עטליכע זיצן, זאלן זיי זיין אין די נייעס יעדע שני וחמישי.

ראן פאול מיט פאכענדיגע נאכפאלגער, וואלטן היבש פלאצירט דעם פארלאמענט באוואפענט מיט אויטאמאטישע ביקסן, און לעבעדיגע שטיקער קאנסטיטוציע וואלט געפלויגן אין די לופטן.

דעם אלטן מארשמעלוי מקעין'ס אלטגעזעצענע מלחמה מאנגער פארטיי,וואלט פארלוירן זיצן ביי יעדע עלעקשאן באזונדער, ליידנדיג פון אומזיסטע נעגאטיווע מידיא דעקונג,און א סטראטעגיש דורכגעפאלענע פי אר טיעם.

אלעקס דזשאונס אין שפיץ פון גאונישע קאנספיראטער וועבער,וואלט אויך פארפיגט אויף א האנטפולע צאל זיצן
רעוואלטירענדיג אלצדינג מיט זיין גריזעלדיג הייזעריגע שטימע.

עטענשאן עדיקט דאנעלד טראמפ, וואלט העכסט ווארשיינדליך פארדינט פון אזא סיסטעם,ער וואלט געכאפט כינע אלס זיין מעין ראציאנאלן טאלקינג פוינט, און פון דארט און ווייטער געשלאגן כפרות מיט די מענטשהייט,פארשאפענדיג איבל געמישט מיט סורפרייזעס.

און אחרון חביב,אן עקסטערע פליגל צו ריפלעקטירן די חכמת נשים, און שפיץ פון סערא פעלין - באכמאן - שעראן ענגעל,און כמעט פארגעסן די מכשפה קירסטין אודאנעל פון דעלעווער,וואלטן אויך באוויזן צו אריינשארן אפאר עם פי'ס.

דעמאקראטן וואס שמייכלט איר אזוי? עטס המחנה הנשאר לפליטה, וואלט זיך אויך קיינמאל נישט געטראפן אונטער איין דאך.

די אויסגעשפראכענע לינקע האליוואד ביליאנערן וואלטן זיך געטראפן אין איין ענגע עולם הזה'דיגן פארטיי,
און געלאזט די ארימע עטנישע אימיגראטן פייגערן.

על שארפטאן מיט נאך עטליכע צעהיצטע קארפן קעפ וואלטן אנגעצויגן עטוואס מער ווי די ערווארטונגען,
פארשאפענדיג פרישע העדליינס.

אלווען גרין וואלט אפשר אויך געקענט כאפן עפעס (ווער געדענקט), און קלינטאן סטייל, וואלט גאנץ שיין אפעלירט,און וואלט פארמאגט פירענדע ראלעס.

דזשוי ליבערמאן מיט אנדערע רעכטע דעמאקראטן וואלטן אויך נישט געווען אזוי אונטערשטעליג, און גרין ענערגיע אקטיוויסטן וואלטן אויך נישט געווארן איגנארירט.

עקסטרעמע סאציאליסטן וואלטן גאנץ שיין טריאומפירט,און אויב מ'מעג זאגן, וואלט געוויס א קאמוניסטישע פארטיי אויך געשפראצט.

בלומבערג וואלט געווען א מחותן בפני עצמו, פרעגט מיר נאר נישט ווי,טעראר וואלט ער זיכער נאכאנאנדיג אנגעזייעט אויפן אומשולדיגן המון.

אלענפאלס,צוליב דעם פעלערהאפטיגע סיסטעם וועלעכע איז אומפאראויסגעזעהן אראפגעשטעלט געווארן דורך די גרינדער פון די פאראייניגטע שטאטן,וועט אזא חלום געוויס נישט צושטאנד קומען.
אלזא, מפטירין כדאתמול,מ'וועט זיך דארפן ספראווענען מיט די גארבעדש כמו שהוא.

דער רעפובליקאנער פארטיי שרינקט, אבער קען זיך קיין סאך נישט העלפן. דער אקעדעמישער וועלט עקעלט זיך צו אידענטיפיצירן מיט זיי, הויפזעכטליך צוליב דעם קריסטליכע איינפלוס וואס דער פארטיי האט.

איי, פעלט דען פילע שטארקע פיסקל קאנסערוואטיווע אינטעליגענטע לייט?
העלס נאוי, נאר דער שנאה מקלקלת,מילא שטיצט מען ענדערש דעם דעמאקראט,מען גייט מיט די עקסטרעם לינקע,
הגם אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט ער זיך געקענט מעסיג פלאצירן.

א גוטע משל וועט זיין אונזער סיסטעם, אסאך חברה (נישט אלע), וועלעכע האבן מיט האס פארלאזט אידישקייט,
וואלטן זיך גאנץ שיין געקענט מסדר זיין אלס מאדערן ארטעדאקס, נאר זייער שנאה צו יודישקייט נוסח 11211 וואס טוהט אנגעבליך רעפלעקטירן יהדות, טראגט זיי גלייך אריבער דעם בריקל צו פארביטערטע עטיאיסטן, וד"ל, וק"ל.

האועווער,רעפובליקאנער צוקונפט איז היבש באדראענד.
זאלן זיי איבערלאזן סאציאלע עקסטרעמקייטן, וועלן זיי טאקע אפעלירן צו א גרויס חלק פאלק,
אבער פארלירן א ריזיגע באזע אייגענע שטיצער מיט אלע סארט מאדנע פרא אמעריקאנע היטלעך.
(מ'קען זיי זעהן ביי זייערע קאנווענשאן)

זאלן זיי לייכטער מאכן אימיגראציע בכדי צו כאפן היספאנישע שטימעס,פארלירן זיי אינסטענטלי שווערע מיליאנען ווייסע הארטנעקיגע שטימעס.

אונטערשטע שורה,אלע סארט אויבענדערמאנטע עלעמענטן זענען צוזאמגעשמאלצן אונטער איין גרויען טרייסעלדיגן עלעפאנט. בקיצור, כ'האב שוין נישט קיין געדולד צו שרייבן, אבער זיי זענען גוט באקאקט, שיין גערעדט.

ווידעראום דעמאקראטן, הגם מיט פארשידענע סארט קעגענזייטיגע עלעמענטן, האלטן זיך באחדות און שאקלען צו מיטן קאפ מיט סיי וואס די פארטיי שישקעס באשליסן,ממילא זייער צוקונפט איז נישט אזוי באדראענד,
און זיי טוהן סוקסעספול אריינכאפן אלע סארט קאלירפולע וויילער.

אבער סתם שטימען פאר דעמאקראטן לכבוד תועבה,און ארבעטסלאזקייט ראטע זאל שטייגן,דעפיציט זאל זיך יערן,
בוזדשעט זאל נישט באלאנסירט ווערן, איז אויך נישט קיין תכלית פארן יונגע וויילער וואס שטרעבן א צוקונפט.
אלזא, איך בין נישט קיין פאראויסזאגער(ווער איז יא? אלע סאקן), אבער קאנווענשינאל וויזדאום טוהט פאראויסשאצן,
אז פריער אדער שפעטער וועט א פרישע פארטיי אוויפשטייגן צום מאכט אין רעזולטאט פון אן אינסטינקטיווער רעוואלוציע.
קען טאקע זיין די ליבערטעריען פארטיי וועלכע שלאגט שוין היבש עפעקטירבארע ווארצלען אזוי אומבאמערקטערהייט,
לאמיר האפן עפעס נארמאל וועט זיך אויסארבעטן מיט דעם פעלערהפטיגן פארפוילטע פאליטישן סיסטעם,
וועלעכע פירט דאס לאנד כאדאראם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איך טראכט יעצט, אז די פאונדינג פאדערס האבן לאו דוקא אויסגעשלאסן א פארלאמענט סיסטעם, ווייל אויב עס וועלן זיין אסאך קליינע פארטייען און קאנגרעס וועט זיך נישט קענען אייניגן אויף א ספיקער וואס זאל באקומען רוב שטימען, וועט דער קאנגרעס לכאורה נישט קענען אריין גיין אין קראפט. עס איז נאר מיט דעם אנדערש אז דער פרעזידענט און אויך דער סענאט וועלן יא קענען אנגיין, אבער היות יעדע געזעץ הייבט זיך אן און דארף צוקומען צו קאנגרעס, מיינט עס אז אן א קאנגרעס איז נישטא קיין רעגירונג.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

נישט איבעראל ארבעט א פארלעמענטרי סיסטעם גלאטיג,
אין מדינת ישראל ווי עס איז דא באלד דא מער פארטייען ווי מענטשן איז עס טאקע א חרבן,
וויי אבער דער וואס דארף נוצן דעם מאדנע לאנד אלס א משל,

קוק אבער קאנאדע,
דער ארטיגע פריים מיניסטאר סטיפאן הארפער,
פון די קאנסערוואטיווער פארטיי,
טוהט א אויסערגעווענדליכע גוטע ארבעט,
היינט האט ער א מייאריטעט רעגירונג, (166 פון 308 בענקלעך),
קען ער פאר 5 יאר (צו מער,כ'על מסביר זיין דעם סיסטעם א 2'טע מאל), ווישן געזעצן לויט זיין געשמאק,
דער לאנד פארמאגט יעצט א ספעציפישע מהלך עטליעס,
5 יאר ארום קען זיך דער "מהלך" גערן בייטן,

גראדע פאלגט דאס נאך עטליכע יאר א קאליציע זייענדיג א מינאריטעט פירער,
וואס אפילו דעמאלט זענען געזעצן געפארן עני טיים בעסער ווי אמעריקע,

עס איז נישטא צופיל פארטייען, און דער לאנד פארט א מחיה,

אמעריקע אלס לאנד פון אימיגראנטן ,
מיט א שנעל ווואקסענדע פאפיולאציע,
פארמאגט צאלאזע מיינונגען,
און יעדער איינער פארלירט פון דעם סיסטעם,

מיט א פארלימענט וואלט מען זיך אבער אויף רוב דרינגליכע אישוס,
הויפזעכטליך עקענאמישע, העכסט ווארשיינדליך דורכגעקומען,
עכ"פ, איין סעזאן די וועג, די אנדערע די אנדערע וועג,

יעצט איז קיינער נישט ביי די מאכט,
אלעס קאקט.
וואס דער פרעזידענט וויל,
וויל נישט קאנגרעס,
און וואס קאנגרעס וויל,
וויל נישט סענאט,
אויב עפעס געלונגט שוין,
קומט דער שופר פון דעמאקראטיע, דער 5-4 סופרים קארט און שטעלט אלץ אין דער אדמה,

בכלל, דער וועג צום ווייסן הויז, איז א טויט מארטש,
א געלונגענע נארמאלער מענטש פראבירט צו פארמיידן דעם כבוד,

גארנישט האט א שאנס צו מאכן פארשריט,
בקיצור, די פאליטישער סיסטעם סאקט מיט א לענדסלייד,
און כינע קלאפט זיך די בויך
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

ליינענדיג דעם אשכול מיט די תגובות, האט זיך מיר געשטעלט א קשיא, עס איז דאך באוואוסט אז ביי די גוים איז אנגענומען אז דאס יונגערע דור פארשטייט מער ווי דער פריערדיגער דור, ווי א דור שפעטער איז קלוגער ווי דער פריערדיגע, אויב אזוי וואס מאטערט זיך דער גוי וואס די "פאונדינג פאדערס" האבן געוואלט? די וואס האבן געמאכט דעם קאנסטיטושאן זענען דאך געווען פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, נו אויב אזוי זענען זיי דאך לגבי די היינטיגע פאלנע בהמות, נו אוודאי טויג נישט דער סיסטעם, און מיט דעם אלעם געבן זיי אכטונג זיך נישט אוועק צו רירן פון די געזעצן וואס די גרינדערס פון די פאראייניגטע שטאטן האבן פארגעשריבן, דאס איז דאך א סתירה צו זייער גאנצער מהלך!
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך זאג דיר האט געשריבן:ליינענדיג דעם אשכול מיט די תגובות, האט זיך מיר געשטעלט א קשיא, עס איז דאך באוואוסט אז ביי די גוים איז אנגענומען אז דאס יונגערע דור פארשטייט מער ווי דער פריערדיגער דור, ווי א דור שפעטער איז קלוגער ווי דער פריערדיגע, אויב אזוי וואס מאטערט זיך דער גוי וואס די "פאונדינג פאדערס" האבן געוואלט? די וואס האבן געמאכט דעם קאנסטיטושאן זענען דאך געווען פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, נו אויב אזוי זענען זיי דאך לגבי די היינטיגע פאלנע בהמות, נו אוודאי טויג נישט דער סיסטעם, און מיט דעם אלעם געבן זיי אכטונג זיך נישט אוועק צו רירן פון די געזעצן וואס די גרינדערס פון די פאראייניגטע שטאטן האבן פארגעשריבן, דאס איז דאך א סתירה צו זייער גאנצער מהלך!


אויב איר קענט בעסער מסביר זיין וואס איר מיינט,
וואלט איך הנאה געהאט צו קאמענטירן
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יואב! איך גלייך דיין סטייל שרייבן קיעפ איט אפ!

אין מיי אפיניאן זענען די רעפובליקאנער אויף געהאקטע צרות, נישט פאר 20 יאר זעה איך זיי צוריק אין פאוער. זיי זענען טאוסט! און זיי קענען דאס עסן מיט אביסעלע טיי...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך זעה אויך נישט די אויסזיכטן וויאזוי די עלעפאנטן גייען זיך ערהוילען,

כלפי דער אנגייענדיגע דיבאטע אונערהאלב דעם רעכטער לאגער,
צו די מעסיגע זענען שולדיג, ווייל זיי אטאקירן נישט.
צו די טיי זויפערס זענען שולדיג,
ווייל זיי שלעפן אוועק אינדיפענדענטס,

האלט איך אז ביידע זענען פאקטיש גערעכט,
און ביידע זענען פאקטיש פארלירער,

מ'האט זיי פשוט צוזאמגעפארט אונטער איין דאך,

און ס'זויגט צו א קלימאקס,
זייער צוקונפט איז אין דער ערד,
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

יואב האט געשריבן:
איך זאג דיר האט געשריבן:ליינענדיג דעם אשכול מיט די תגובות, האט זיך מיר געשטעלט א קשיא, עס איז דאך באוואוסט אז ביי די גוים איז אנגענומען אז דאס יונגערע דור פארשטייט מער ווי דער פריערדיגער דור, ווי א דור שפעטער איז קלוגער ווי דער פריערדיגע, אויב אזוי וואס מאטערט זיך דער גוי וואס די "פאונדינג פאדערס" האבן געוואלט? די וואס האבן געמאכט דעם קאנסטיטושאן זענען דאך געווען פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, נו אויב אזוי זענען זיי דאך לגבי די היינטיגע פאלנע בהמות, נו אוודאי טויג נישט דער סיסטעם, און מיט דעם אלעם געבן זיי אכטונג זיך נישט אוועק צו רירן פון די געזעצן וואס די גרינדערס פון די פאראייניגטע שטאטן האבן פארגעשריבן, דאס איז דאך א סתירה צו זייער גאנצער מהלך!


אויב איר קענט בעסער מסביר זיין וואס איר מיינט,
וואלט איך הנאה געהאט צו קאמענטירן

ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אנטשולדיגט אויב איר האט געמיינט אז איך בין סארקאסטיש,

ווי ווייט איך האב פארשטאנען טראכסטו אז האלטן דעם קאנסטוטאציע איז געוויס אפשינאל,
און אויף דעם הייבסטו אויגן ברעמען הלמאי די חברה אבזערווירן דאס,

א גאר גרויסע פראצענט אמעריקאנער,
ספעציעל פונעם אקעדעמישן לאגער,
וואלטן טאקע גערן מסכים געווען צו נעמען דעם קאנסטעטאציע מיט אירע פילע אמענדמענטס,
און דאס אראפירן צו די אפלויף רערן,

זיי האלטן טאקע אז דאס איז א דירעקטע שטער פאר פארשריט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

אין אנדערע ווערטער די היינטיגע סענאטארן, קאנגרעסלייט, לעגיסלאטארען, זענען דאך קלוגער ווי די וועלכע האבן געמאכט דעם סיסטעם וויאזוי די גאווערנמענט זאל זיך פירן (עכ"פ אזוי האלטן זיי) נו זיי מ'זעט דאך אז דער סיסטעם טויג אויף כפרות, זאל מען איינפירן א נייעם סיסטעם, און דעם אלטן סיסטעם זאל מען שיקן קיין דותן
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ס'פירט זיך נישט אזוי איין א נייע סיסטעם,
מארגן וועט אבאמא באשליסן ער בלייבט פרעזידענט ביז יובל,
און אויב קריגט ער שטיצע פון די דעמאקראטן דאן בלומבערגט ער?

ס'פארהאן 2 וועגן וויאזוי מ'קען בייטן זאכן פון די קאנסטעטאציע,

דער פראצעדור וועלעכע מ'האט שוין טאקע געטוהן און די פארגאנגענהייט.
דער ביל דארף באשטעטיגט ווערן סיי דורך קאנגרעס, און סיי דורך סענאט,
ביידע מיט א צוויי דריטל מייאריטעט שטימען,
און הערשט דאן פארט עס אריבער צו די סטעיטס,
ווי עס דארף ווערן ראטיפיצירט צו באשטעטיגט דורך אזויפיל ווי דריי א פערטל סטעיטס,

אונטער די יעצטיגע דעמאגראפישע און פאליטישע אומשטענדן,
איז אמעריקע שארף צוטיילט,

אזא ביל פארמאגט נישטיגע שאנסן,
און וועט אפילו נישט ארויפגעברענגט ווערן,
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

יואב האט געשריבן:אנטשולדיגט אויב איר האט געמיינט אז איך בין סארקאסטיש,

ווי ווייט איך האב פארשטאנען טראכסטו אז האלטן דעם קאנסטוטאציע איז געוויס אפשינאל,
און אויף דעם הייבסטו אויגן ברעמען הלמאי די חברה אבזערווירן דאס,

א גאר גרויסע פראצענט אמעריקאנער,
ספעציעל פונעם אקעדעמישן לאגער,
וואלטן טאקע גערן מסכים געווען צו נעמען דעם קאנסטעטאציע מיט אירע פילע אמענדמענטס,
און דאס אראפירן צו די אפלויף רערן,

זיי האלטן טאקע אז דאס איז א דירעקטעער פאר פארשריט.

איך האלט נישט אז איינצוהאלטן דעם קאנסטיטושאן איז אפשענל, נאר איך זאג אז מ'זאל טוישן דעם סיסטעם, ס'איז דא אויף דעם געזעצן וויאזוי מ'קען דאס מאכן, און ס'פרייט מיך אז לויט ווי איר שרייבט איז דא א גרויסע פראצענט אמעריקאנער וואס וואלטן גערן מסכים געווען צו נעמען דעם קאנסטיטושאן מיט אירע אמענדמענטס און דאס שיקן דארט ווי ס'באלאנגט טאקע, שטעלט זיך די קשיא פארוואס האט מען דאס טאקע נאכנישט געטון? אום לויט ווי ס'זעט אויס וועט מען דאס ווייטער אויך נישט טון, איז די קשיא, פארוואס טאקע?, אפשר ווייל די שטאטן ווערט געפירט דורך כעלעמער חכמים.

הרב יואב איך ווארט צו הערן פון אייך
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

גיט נאר א סקרול ארויף, כ'האב נארוואס גענטפערט.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

יואב האט געשריבן:ס'פירט זיך נישט אזוי איין א נייע סיסטעם,
מארגן וועט אבאמא באשליסן ער בלייבט פרעזידענט ביז יובל,
און אויב קריגט ער שטיצע פון די דעמאקראטן דאן בלומבערגט ער?

ס'פארהאן 2 וועגן וויאזוי מ'קען בייטן זאכן פון די קאנסטעטאציע,

דער פראצעדור וועלעכע מ'האט שוין טאקע געטוהן און די פארגאנגענהייט.
דער ביל דארף באשטעטיגט ווערן סיי דורך קאנגרעס, און סיי דורך סענאט,
ביידע מיט א צוויי דריטל מייאריטעט שטימען,
און הערשט דאן פארט עס אריבער צו די סטעיטס,
ווי עס דארף ווערן ראטיפיצירט צו באשטעטיגט דורך אזויפיל ווי דריי א פערטל סטעיטס,

אונטער די יעצטיגע דעמאגראפישע און פאליטישע אומשטענדן,
איז אמעריקע שארף צוטיילט,

אזא ביל פארמאגט נישטיגע שאנסן,
און וועט אפילו נישט ארויפגעברענגט ווערן,
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ראן פאול'ס זוהן, קענטאקי סענאטאר רענד פאול,
גראדע גאנץ א געלונגענע פיגור,
איז ער ווען אביסעלע כאריזימאטיש וואלט ער אפשר געקענט סוקסעספול ראליען צו א גרויס חלק פאלק,

אבער ער מאנגלט שטארק כאריזמע,

ער איז אגב א שטארקע קאנסטעטוציע פארטיידיגער,
א ליבערטעריען מער ווייניגער
לעקיש בער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:52 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך לעקיש בער »

דאס איז שוין גארנישט קיין וויץ,
The problem with political jokes is they get elected
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

עטליכע יאר אלט און נאך אלץ גילטיג. אויב נישט מער נאך מער היינט צוטאגס.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: דער פארנעפלטער צוקונפט פון די פעלערהאפטיגע פאליטישע סטרו

שליחה דורך פאליטיקאנט »

יואב האט געשריבן:עטענשאן עדיקט דאנעלד טראמפ, וואלט העכסט ווארשיינדליך פארדינט פון אזא סיסטעם,ער וואלט געכאפט כינע אלס זיין מעין ראציאנאלן טאלקינג פוינט, און פון דארט און ווייטער געשלאגן כפרות מיט די מענטשהייט,פארשאפענדיג איבל געמישט מיט סורפרייזעס.



ממש נבואה שהתקימה במלואה.


הרב @יואב איר זענט צוריק צו די כוחות שוין?
פארשפארט