גאלד האט געשריבן:ויהי שם לגוי, זאגט דער בעל הגדה (בשם ספרי), מלמד שהיה ישראל מצויינים,
דאס מיינט כלל ישראל האט פיזיש בולט געווען אז זיי זענען אן אנדערע פאלק, דאס ווארט מצויינים קען נאר זיין מיט עפעס א אויסערליכע שנוי וואס מ'זעהט מיט די אויג, און דאס איז נישט קיין נאמען און נישט קיין שפראך נאר מוז זיין בע"כ דאס לבוש,
דאס ווארט "ציון" מיינט א צייכנונג וואס די אויג קען זען, ווי מגעפינט די משנה אין מס' שקלים זאגט אז מ'איז "מציין" די קברים (כדי כהנים זאלן זיך נישט מטמא זיין) דאס קען נאר זיין אז דער מענטש זעהט מיט די אויג א סימן אז דא איז א קבר (אגב פון דעם שטאמט וואס מרופט א קבר א ציון), די זעלביגע אין גלות מצרים ווען דער מצרי האט אנגעקוקט א איד האט מען גראד אנגעמערקט אז דאס איז א איד,
דער רעיון בין איך רגיל צו זאגן מדי שנה בשנה ביים סדר, וואס איך האלט פאר פשטות, נישט קיין פשטליך,
שיינע תורה, אבער לאו דוקא פשוט פשט. די רוסישער און זיין איטאליענער שכן קענען טראגען די זעלבע קליידער, אבער זיי זענען גאר ווייט אין קולטור און הנהגה.
אין נדרים דף כ' עמוד א' רעדט מען ארום פון די בני תשע מדות, שטייט אזוי, "אמר רבי יוחנן בן דהבאי, ארבעה דברים סחו לי מלאכי השרת" וכו' שפעטער אויף עמוד ב' פרעגט די גמרא "אמר אמימר: מאן מלאכי השרת? רבנן; דאי תימא מלאכי השרת ממש, אמאי אמר רבי יוחנן: "אין הלכה כיוחנן בן דהבאי"? הא אינהו בקיאי בצורת הוולד טפי. ואמאי קרו להו מלאכי השרת? דמצייני כמלאכי השרת."
זאגט די ר"ן אויף דעם "
דמצייני כמלאכי השרת – שהן מצויינים ונבדלין משאר בני אדם כמלאכי השרת, כדאמרינן בהגדה: "מלמד שהיו ישראל מצויינים שם", כלומר, שהיו עָם בפני עצמן ולא נתערבו במצרים." איז מער משמע אז ער מיינט אז זיי זענען אפגעזונדערט פונעם פאלק במעשים ובהנהגה.
אויב ווילסטו דוקא זאגן אז ס'מיינט לבוש, זע אין מסכת שבת קמ"ה פרעגט די גמרא "מפני מה ת"ח שבבבל מצויינין? לפי שאינן בני תורה" זאגט רש"י אויף דעם "מצויינין - מציינין עצמן בלבושים נאים: מצויינין - מקושטין:" סא אפשר זענען אידן געגאנגען שענער אנגעטוהן ווי די אפריקאנע מצריים, אבער לאו דווקא מיט "אידישע קליידער".
סא אויב ווילסטו דוקא זיין "מציונים" ווי די אידן אין מצרים קענסטו "מציינין עצמן בלבושים נאים" און זיך מקשט זיין.
איינער זאגט דא אז די ערשטע פלאץ ווי מ'טרעפט שם, לשון, מלבוש, אין א דרילינג צוזאמען, איז אין די צוואה פון חתם סופר, און ער שרייבט גארנישט וועגן מצרים, נאר ער טייטשט עס אריין אין פסוק ויבא יעקב
שלם עיר שכם, נוט'
שם,
לשון,
מלבוש. און דאס איז געווען ווען די השכלה האט זיך מיט די דריי זאכן אידענטיפיצירט, בעיקר מיט לשון און מלבוש. שפעטער האט מען דאס צאמגעבאקן מיט די מדרש פון בזכות זה נגאלו.