שיר השירים ו'
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
שיר השירים ו'
קאפיטל (א) (ב) (ז) דא.
אנה הלך דודך היפה בנשים..
ווי איז ער דיין ליבער, דו פרוי מיט שיינע שטריכן
ווי איז ער געגאנגען קום לאמיר איהם זוכן
דודי ירד לגנו..
מיין ליבער איז אין גארטן פון בשמים צווייגן
רויזן צו קלויבן אין גערטנער זיך צו לייגן
אני..
איך בין צו איהם און ער איז צו מיר
וואס רויזן טוט ער קלויבן פון יעדן קאליר
יפה את רעיתי..
שיין ביסטו מיין ליבע ווי תרצה די שטאט שטאלצירט
הערליך ווי ירושלים די הויפט שטאט באצירט
ווארפסט א ציטער ווי אן ארמיי וואס מארשירט
הסבו עיניך מנגדי..
דריי אוועק דיינע אויגן פון מיר אה! זיי נעמען מיר איבער
דיינע האר ווי א טשערדע שאף גלישטן זיך גלעד אריבער
שיניך..
דיינע ציין ווי א סטאדע שאף געוואשן ריין
יעדע האט איר פאר עס פעלט נישט קיין איין
ששים המה..
קעניגנס זענען אפילו זעכציג אויפאמאל
פלגשים פיר צענדליק און מוידן אן א צאל
אבער..
אחת היא יונתי..
מיין טייבעלע איז איינציק און גאנץ
צו איר מוטער וואס האט געבארן א קראנץ
זיי קוקן די מיידלעך און לויבן איר גלאנץ
די קעניגנס מיט פלגשים גייען פאר איר א טאנץ
מי זאת..
ווער איז זי וואס שיינט ווי דער מארגן
שיין ווי די לבנה, ווי די זון לעכטיק
פארכטיק ווי אן ארמיי מעכטיק
אל גנת אגוז..
צום ניסלעך גארטן בין איך אראפ פרוכטן צו קלויבן
דער מילגרוים שפראצט שוין עס בליען די טרויבן

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פראכטיג, בן תמליון!
גענוי אין צייט בעפאר פסח, ווען די אהבה פון די שכינה און כנסת ישראל קומט ארויס מיטן פולסטן פראכט, און נאכן סדר זאגט מען שיר השירים מיט רגשי אהבה, אה!
בל"נ אז כ'וועל האבן אביסל צייט נאכן פארענדיגן אלע קאפיטלען, וועל איך עס שיין מסדר זיין.
עס וועט זיין די שענסטע מתנה צו געבן פאר חברים!!!

געפילטע פיש האט געשריבן:הערליך! מ'דארף אלע קאפיטלעך פאראייניגן אין א PDF אז ס'זאל זיך בעסער זאגן פסח נאכן סדר.
בל"נ אז כ'וועל האבן אביסל צייט נאכן פארענדיגן אלע קאפיטלען, וועל איך עס שיין מסדר זיין.
עס וועט זיין די שענסטע מתנה צו געבן פאר חברים!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:פראכטיג, בן תמליון!
גענוי אין צייט בעפאר פסח, ווען די אהבה פון די שכינה און כנסת ישראל קומט ארויס מיטן פולסטן פראכט, און נאכן סדר זאגט מען שיר השירים מיט רגשי אהבה, אה!
דאנק אייך. אגב האב איך בשום אופן נישט געקענט אפטייטשן דעם לעצטן פסוק אין דעם קאפיטל: "לא ידעתי נפשי שמתנו מרכבות עמי נדיב" דער פשוטער באדייט און ווי עס קומט אריין אין קאנטעקסט. אפשר קען איינער מפרש זיין.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
וואס טוט זיך דא, די גאנצע שיר השירים גייט ארויף אויף דער וויכוח צווישען הקב"ה און כנסת ישראל, ווי כלל ישראל און כביכול רעדען בדרך אהבה איינער צום אנדערען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
בן תמליון האט געשריבן:אגב האב איך בשום אופן נישט געקענט אפטייטשן דעם לעצטן פסוק אין דעם קאפיטל: "לא ידעתי נפשי שמתנו מרכבות עמי נדיב" דער פשוטער באדייט און ווי עס קומט אריין אין קאנטעקסט. אפשר קען איינער מפרש זיין.
לא ידעתי , איך האב נישט געוויסט ווי אזוי זיך צו היטען ( פון עבירות) , האב איך מיך אליינס געמאכט ( אנגעברענגט די פראבלעמן) , עסזאל הערשן אויף מיך א פרעמד פאלק
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א הערליכע ארבעט, בן תמליון!
איך מיין אז מען דארף דאס ליינען אין קאנטעקסט מיט די פריערדיגע און שפעטערדיגע פסוקים. אין אנהויב פונ'ם פרק האבן דאס מיידל'ס חבר'טעס (די בנות ירושלים) געפרעגט, אנא הלך דודך, היפה בנשים? ( וואו איז דיין ליבער, דו שיינע מיידל?), אנא פנה דודך, ונבקשנו מעמך - זאג אונז וואו ער איז געגאנגען, וועלן מיר אים גיין זוכן. אויף דעם ענטפערט זי אז איר ליבער, דודי, איז געגאנגען אין גארטן קלייבן רויזן, און זי לייגט צו, אני לדודי ודודי לי, הרועה בשושנים. דאס דייט אן די געוואלדיגע אהבה וואס איז דא צווישן איר און איר ליבער וועלכער קלייבט יעצט רויזן.
דערנאך רעדט איר ליבער, און ער דערציילט דאס שיינקייט פון זיין באליבטע, אז זי איז אזוי שיין ווי תרצה (די הויפטשטאט פון ישראל) און ווי ירושלים (די הויפטשטאט פון יהודה), ער רימט אויס אירע פיזישע שטריכן, אירע בלאנדע האר און שניי ווייסע ציין, און ער דערציילט ווי די שענסטע פרויען, מלכות און פילגשים רימען איר אויס. נאכדעם פארענטפערט ער זיך פארוואס ער איז אוועקגעגאנגען פון איר, ווייל ער האט געוואלט גיין זען אויב עס איז שוין געצייטיגט די ניס און די פרוכט: אֶל-גִּנַּת אֱגוֹז יָרַדְתִּי, לִרְאוֹת בְּאִבֵּי הַנָּחַל; לִרְאוֹת הֲפָרְחָה הַגֶּפֶן, הֵנֵצוּ הָרִמֹּנִים.
יעצט רעדט דאס מיידל און שילדערט ווי זי האט חרטה פאר'ן אוועקגיין בשעת איר ליבער איז נישט דא געווען: לֹא יָדַעְתִּי - איך האב נישט געוואוסט (געהאט די שכל) צו ווארטן אויף אים, נַפְשִׁי שָׂמַתְנִי, מַרְכְּבוֹת עַמִּי נָדִיב. איך האב זיך געמאכט שנעלע רייטוועגענער אזוי ווי די עשירים פון מיין פאלק, און איך בין אוועקגעפארן פון אים. (עס זענען דא וואס טייטשן עמינדב פאר א נאמען פון אן עושר וואס איז געווען בארימט מיט זיינע טייערע וועגענער).
אויף דעם בעט דער ליבער אז זיין באליבטע זאל צוריקקומען צו אים: שׁוּבִי שׁוּבִי הַשּׁוּלַמִּית, שׁוּבִי שׁוּבִי וְנֶחֱזֶה-בָּךְ וכו'.
בן תמליון האט געשריבן:אגב האב איך בשום אופן נישט געקענט אפטייטשן דעם לעצטן פסוק אין דעם קאפיטל: "לא ידעתי נפשי שמתנו מרכבות עמי נדיב" דער פשוטער באדייט און ווי עס קומט אריין אין קאנטעקסט. אפשר קען איינער מפרש זיין.
איך מיין אז מען דארף דאס ליינען אין קאנטעקסט מיט די פריערדיגע און שפעטערדיגע פסוקים. אין אנהויב פונ'ם פרק האבן דאס מיידל'ס חבר'טעס (די בנות ירושלים) געפרעגט, אנא הלך דודך, היפה בנשים? ( וואו איז דיין ליבער, דו שיינע מיידל?), אנא פנה דודך, ונבקשנו מעמך - זאג אונז וואו ער איז געגאנגען, וועלן מיר אים גיין זוכן. אויף דעם ענטפערט זי אז איר ליבער, דודי, איז געגאנגען אין גארטן קלייבן רויזן, און זי לייגט צו, אני לדודי ודודי לי, הרועה בשושנים. דאס דייט אן די געוואלדיגע אהבה וואס איז דא צווישן איר און איר ליבער וועלכער קלייבט יעצט רויזן.
דערנאך רעדט איר ליבער, און ער דערציילט דאס שיינקייט פון זיין באליבטע, אז זי איז אזוי שיין ווי תרצה (די הויפטשטאט פון ישראל) און ווי ירושלים (די הויפטשטאט פון יהודה), ער רימט אויס אירע פיזישע שטריכן, אירע בלאנדע האר און שניי ווייסע ציין, און ער דערציילט ווי די שענסטע פרויען, מלכות און פילגשים רימען איר אויס. נאכדעם פארענטפערט ער זיך פארוואס ער איז אוועקגעגאנגען פון איר, ווייל ער האט געוואלט גיין זען אויב עס איז שוין געצייטיגט די ניס און די פרוכט: אֶל-גִּנַּת אֱגוֹז יָרַדְתִּי, לִרְאוֹת בְּאִבֵּי הַנָּחַל; לִרְאוֹת הֲפָרְחָה הַגֶּפֶן, הֵנֵצוּ הָרִמֹּנִים.
יעצט רעדט דאס מיידל און שילדערט ווי זי האט חרטה פאר'ן אוועקגיין בשעת איר ליבער איז נישט דא געווען: לֹא יָדַעְתִּי - איך האב נישט געוואוסט (געהאט די שכל) צו ווארטן אויף אים, נַפְשִׁי שָׂמַתְנִי, מַרְכְּבוֹת עַמִּי נָדִיב. איך האב זיך געמאכט שנעלע רייטוועגענער אזוי ווי די עשירים פון מיין פאלק, און איך בין אוועקגעפארן פון אים. (עס זענען דא וואס טייטשן עמינדב פאר א נאמען פון אן עושר וואס איז געווען בארימט מיט זיינע טייערע וועגענער).
אויף דעם בעט דער ליבער אז זיין באליבטע זאל צוריקקומען צו אים: שׁוּבִי שׁוּבִי הַשּׁוּלַמִּית, שׁוּבִי שׁוּבִי וְנֶחֱזֶה-בָּךְ וכו'.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 831
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל