בלאט 45 פון 213
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:15 am
דורך קאמענטירער
א גרויסן שכח פאר קאסטען דעקיל פארן זיך מיען און אפשרייבן די דעטאלירטען באריכט ישר כח!
יעצט וואס כ׳פארשטיי פון באקסקאווער׳ס באריכט איז אז רעכט איז דא איו אמעריקא די זעלבע ווי קאנסערטיוו- רופאבליקען ריכטיג? אויב אזוי וואס מיינט רעכט אין אנדערע לענדער? וו.צ.ב.ש. אין מדינת ישראל?
און ווי כ׳האב פארשטאנען אז איינמאל מאיז אנגעשלאסן אין א פארטיי פארטיידיגט מען די פארטיי אל די וועי ריכטיג? אויב אזוי וואספארא פארמאכטע קעפ וואס זיי זענען...
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:21 am
דורך געפילטע פיש
קאמענטירער האט געשריבן:און ווי כ׳האב פארשטאנען אז איינמאל מאיז אנגעשלאסן אין א פארטיי פארטיידיגט מען די פארטיי אל די וועי ריכטיג? אויב אזוי וואספארא פארמאכטע קעפ וואס זיי זענען...
אפשר בדחן וועט דיר בעסער קענען מסביר זיין.
אבער דאס איז טאקע א פראבלעם מיט די צוויי פארטייאיגע סיסטעם, אז איינער איז א פיסקעל קאנסערוואטיוו, איז א סאציאלע פראגרעסיוו, האט נישט וואו צו באלאנגען, קיין איין פארטיי איז נישט לרוחו, ממילא וועט ער זיין די סווינג וואוט וואס ביי יעדע עלעקשאן וועט ער וואוטן לויט ווי וואס ס'ליגט אויפן טיש. ס'איז נאריש צו זאגן אז איינער וואס סובסקרייבט צו געוויסע שיטות פון א פארטיי זאל מיט גיין מיט זיי אלל די וועי.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:15 pm
דורך boxcover
קאמענטירער האט געשריבן:יעצט וואס כ׳פארשטיי פון באקסקאווער׳ס באריכט איז אז רעכט איז דא איו אמעריקא די זעלבע ווי קאנסערטיוו- רופאבליקען ריכטיג? אויב אזוי וואס מיינט רעכט אין אנדערע לענדער? וו.צ.ב.ש. אין מדינת ישראל?
רעכטס וועט אלץ זיין מער טראַדיציאָנאל, פרא-הויכע-קלאס און שטרענג, בעת לינקס וועט אלץ זיין מער אויפגעקלערט, פרא-לויער-קלאס און לויזער.
ארץ ישראל איז א אינטערסאנטע משל. ווען מען קוקט אויף די לאקאלע פאליטיק אין ארץ ישראל, וועט די
עבודה פארטיי (אדער, פאר ווער עס געדענקט נאך, די
מפא"י) - וואס סערווירט די פרא-ארבייטער-קלאס - הייסן לינקס, און די
ליכוד - א קאפיטאליסטישע פארטיי - איז רעכטס.
וכאן המקום צו פארריכטען א גרויסע עיקר: רעכטס איז פרא-
קאפיטאליזם, און לינקס איז פרא-
סאשעליזם.
קאפיטאליזם איז א עקאנאמישע סיסטעם וואס ס'רוב נארמאלע לענדער (מעריב וועלט) נוצט אפיציעל אין פרינציפ. א קאפיטאליסט גלויבט אז יעדער יחיד זאל וואס-מער אינדזשויען און הנאה האבען פון זיין יגיע כפו, אזוי וועט ער וועלן ארבייטען מער, און פראדוצירן מער - און ארויפארבייטען די עקאנאמיע. די איידיע איז אז אויב לאזט מען די באן פארן פון זיך אליין, וועט יעדער טוען זיין בעסטע, ווייל דאס איז פאר זיין אייגענע אינטערעסע. נאכמער, עס שאפט א קאמפעטיציע, און קנאת סופרים תרבה חכמה. בקיצור, יעדער פארדינט און יעדער וויל פארדינען מער, און מען דארף קיינעם נישט שטייען אויפן קאפ. די
מעלה איז פשוט אז רייכקייט האט קיין גבול. די
חסרון איז אז געלד-גייציגקייט קען ברענגען מענטשען צו טוען שלעכטס. די גייטציגקייט קען ברענגן קאראפציע, אבער עס קען ווערן שנעל אויפגעבראכען, ווייל אלעס איז געטריבען מיט פערזענליכע אינטערעסע, און איינעם וואס עס שטערט קען עס אפשטעלן. נאך א חסרון איז אז די ארימע בלייבן געווענליך אונטען (נישטא קיין הילף אים צו ארויפברענגן) און די רייכע ווערן נאר רייכער (אויב דאס הייסט א פראבלעם).
סאשעליזם הייסט אז מיר זענען דא אלע צוזאם, זיך איינער דעם אנדערן ארויסהעלפן. א סאשעליסט עקאנאמיע בויט זיך מיט די חשבון אז יעדער יחיד האט א חלק אין די גרויסע בילד (big picture). אין אנדערע ווערטער, די גאנצע עקאנאמיע איז ווי איין גרויסע ארגאניזאציע מיט אלע מפורשים, און א יעדער אינדיווידועל האט א פאזיציע דערין. די ערשטע תוצאה פון אזא סיסטעם איז אז דיינס איז מיינס, ממילא איז זעלבספארשטענדליך אז - לטובת ה'ארגאניזאציע - גייט מען (אוועקנעמען) [טרענפערן] דיין געלד, און גיבן פאר ווי עס פעלט זיך אויס (transferring the wealth), כאילו ס'גייט פשוט צו א אנדערע דעפארטמענט. סאשעליזם גייט עפ"ר האנט-ביי-האנט מיט קאמיניזם
[א]. די
מעלה - וואס האט אויך א מורא'דיגע רייץ פאר די ארבייטס-קלאס - איז אז שלי שלך; דו וועסט האבן די שליסל צו מיין אוצר. די ארעמעלייט וועלן ווערן קער-גענומען. No one is left behind. די
חסרון איז אז עס איז קואנטער-אינטואיט. פארוואס זאל איך זיך איבער-ארבייטן אז די ארגאניזאציע וועט שוין קער נעמען פון מיר. אויך איז די קאמיניזם פאקטאר א פארשטענדליכע חסרון. קאראפציע איז א כמעט-זיכערע זאך, ווי יעדע גרויסע קאמפאני, ווי גרעסער אלץ מער די ביוקראטיע און קאראפציע.
_______________________
[א] סאשעליזם גייט עפ"ר האנט-ביי-האנט מיט קאמיניזם: פארוואס איז דאס אזוי? איך וועל דאס - לעת - לאזן פאר אנדערע צו מסביר זיין. (אויסער די וואס וועלן עס אפ-פרעגן.)
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:23 pm
דורך boxcover
קאמענטירער האט געשריבן:און ווי כ׳האב פארשטאנען אז איינמאל מאיז אנגעשלאסן אין א פארטיי פארטיידיגט מען די פארטיי אל די וועי ריכטיג? אויב אזוי וואספארא פארמאכטע קעפ וואס זיי זענען...
אוודאי קענסטו אננעמען א פארטיי אבער זיך נישט לאזן ווערן אריינגעשלעפט בלינדערהייט. למשל, דו קענסט ווערן א ראפאבליקען\קאנסערוואטיוו אבער זיך אננעמען פאר די אימיגראנט. אדער קענסטו ווערן א דאמאקראט\ליבעראל אבער בנוגע איראק קענסטו הנאה האבען אז מען האט ארויסגעשטעלט סאדאמ'ס קינדער פון די מוסדות.
פשט פשט ????
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:29 pm
דורך סאשי פיש
[tag]באריסטא[/tag] פארוואס ליגט די אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכעל אין די קאווע שטיבעל פארום????
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:32 pm
דורך boxcover
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס ליגט די אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכעל אין די קאווע שטיבעל פארום????
זייט דו האסט ארויפגעלייגט די עסעדיגע אוואטער, זעה איך אינטערסאנטע בילדער איבעראל.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:35 pm
דורך סאשי פיש
boxcover האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס ליגט די אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכעל אין די קאווע שטיבעל פארום????
זייט דו האסט ארויפגעלייגט די עסעדיגע אוואטער, זעה איך אינטערסאנטע בילדער איבעראל.
וואס איז די תירוץ??.... זיי עס בעסער מסביר
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:46 pm
דורך boxcover
סאשי פיש האט געשריבן:boxcover האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס ליגט די אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכעל אין די קאווע שטיבעל פארום????
זייט דו האסט ארויפגעלייגט די עסעדיגע אוואטער, זעה איך אינטערסאנטע בילדער איבעראל.
וואס איז די תירוץ??.... זיי עס בעסער מסביר
אין יעדע פארום וואס דו האסט נאר אמאל געשריבן א תגובה, זעה איך די אינטערסאנטע בילד פון די עסעדיגע אוואטער.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:25 am
דורך קאמענטירער
ווען לייגט מען די קאמע{,} ? מקען עס לייגען אפי׳ אינמיטען פון א זאץ?
און אויב איינער האט געדולד זאל ביטע מסביר זיין וואו סקומט און די נעמען פון די סימבאלען:
; , :, /, {}, [ ], ־,- ,׳
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 4:02 pm
דורך boxcover
קאמענטירער האט געשריבן:ווען לייגט מען די קאמע{,} ? מקען עס לייגען אפי׳ אינמיטען פון א זאץ?
כאטש איך האלט אינמיטען א זאץ, דאך לייג איז אריין די קאמע (פסיק).
קאמענטירער האט געשריבן:און אויב איינער האט געדולד זאל ביטע מסביר זיין וואו סקומט און די נעמען פון די סימבאלען: ; , :, /, {}, [ ], ־,- ,׳
פאר כ'נעם זיך צו די ארבייט, דארף איך קלאר-מאכן אז איך גיי נאר רעדן פון לשון הקודש, יודיש און ענגליש. אין אנדערע שפראכן האבען איטליכער פונקטואציע אן אנדערע באדייט.
; - א סעמיקאלאן (נקודה-פסיק). ווערט גענוצט אלץ א הפסק צווישען א זאץ און א נייע זאץ וואס איז באהאפטן צו די פריערדיגע זאץ. אין ענגליש וועט די נייע זאץ מיטאמאל זיך אנהויבן מיט א אפפערקעיס (גרויסע אלפאבעט), אויסער אז סקומט פארן ווארט (למשל א נאמען פון א מענטש\שטאט). למשל
עס איז פארהאן ידועה; עס נעמט גארנישט אוועק פון די בחירה.עס ווערט אויך גענוצט אלס א העכערע אפשייד ווי די אלגעמיינע קאמע. למשל:
ביי די אסיפה, איז געווען - צווישען אנדערע: משה רבינו, דער עבד נאמן; אהרן הכהן, א עלטערען ברידער; און יהושע בן נן, א תלמיד.עס קען אויך גענוצט ווערן אן אנדערע וועג; איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי...
: - א קאלאן (נקודתיים). ווערט גענוצט אין לשה"ק אלץ א פסיק נאך א פסוק. אין יודיש, ענגליש און נאך ווערט דאס גענוצט צו אנווייזען פאר א ציטיר (quote). למשל
ער האט געשריגען: האלט! אדער צו אנווייזען פאר א ליסטע. למשל
די ארבעה אבות נזיקין: שור, בור, מבעה והבער. אדער צו אנגרייטן פאר א דראמאטישע זאץ. למשל
איך האב נאר איין ברירה: איך וועל דיך מוזען קנס'ן. אויך אין א שמועס צווישען עטליכע באטייליגטע. למשל
זרח: העלא? משה: איז דאס די ארבייטס-פארמיטלונג?/ - א סלעש אדער בעק-סלעש (לוכסן אדער קו נטוי). ווערט גענוצט אנשטאט די ווארט "אדער." למשל
רוף מיך ווער ער\זי קומט אהיים.{} און
[] - ברעקעטס (סוגריים). די
{} הייסט א געקראזעלטע ברעקעטס, און די
[] הייסט עקעדיגע ברעקעטס. אין ענגליש ווערט די לינקע חלק פון יעדע סעט גערופן די עפענונג ברעקעט, און די לינקע: שלוסיג\ענדע; אין לשה"ק און אידיש איז פארקערט, כמובן. (באמערק ווי אין די פארגאנגענע זאץ, האב איך גענוצט די קאלאן, סעמיקאלאן, סלעש, קאמע און - זעלבספארשטענדליך די פינטל. אאפס: יעצט גענוצט די דעש)
דאס איז אויסער די
<> וואס זענען שפיציגע ברעקעטס (ווערן אויך גענוצט איינצעלדיג אלס ווייניגער-פון אדער מער-פון סימבאלן).
- - דעש (קו מפריד). עס ברעכט אמאל איבער א זאץ, און גיבט א געלעגענהייט צו אטעמען. למשל די א.ד. משל
ביי די אסיפה, איז געווען - צווישען אנדערע. אדער צו באהעפטן צוויי וערטער. למשל
בעק-סלעש אדער
ארבייטס-פארמיטלונג. אויך איז די דעש (נאר די ען-דעש) גענוצט פאר א רענדזש (וויאזוי זאגט מען דאס אין אידיש). למשל
די רמב"ם זצ"ל (ד'תתצ"ח-ד'תתקס"ד).
עס זענען פארהאן א עם-דעש (M) און א ען-דעש (N); א M איז ברייטער ווי א N, און די עם-דעש איז אביסל ברייטער\לענגער ווי די ען-דעש. די מער-באנוצטע ען-דעש ווערט באקומט א ליידיגע-אָרט (space) פאר און נאך די דעש. די עם-דעש—וואס ווערט כמעט נישט גענוצט ביי די אלגעמיינער עולם—איז ממש מחובר, אזוי ווי איך האב עס גענוצט אין די דאזיגע זאץ.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 5:37 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וויל וויסן וויאזוי מ'עפענט א CD?
נישט די געלט CD
איך רעדט פון א מוזיק אלבום וכדומה.
וויאזוי רייסט מען אויף די פארמאכטע פלסטיק?
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 6:29 pm
דורך משה געציל
מיטוואך דארנעשטאג (ווען פרייטאג איז נישט ר"ח) מיט די נעגל, זונטאג-דינסטאג מיט די ציין.
-------
אז מען רעדט שוין, כ'וויל וויסן צו קופערניקוס האט אין סטאק א גאנצע הויפן וועלקאם בעק-תשובת המשקל ארטיקלעך, און ווען ער איז אין די גוסטע שיסט ער ארויס איינס און באווייזט זיך פאר אפאר טעג, אדער ער שיבט ארויס פרישע סחורה ווען עס פאקט אים אן צוריק צו קומען?
למאי נפק"מ?! כ'בין פלעין נייגעריק. ועוד, כ'ברויך וויסן וואספארא כוונות מכוון צו זיין אין מקוה -וואס כידוע קען מען מיט א הייסע טינק אלעס פויל'ען- אים צוריק צו זען.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 8:08 pm
דורך קאמענטירער
רבותי! איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט דערפון "די קאווער פון די ידיעות באקס איז אפען" כאפטס אריין!!!
[tag]boxcover[/tag]
א גרויסע שכח פארן אראפלייגען אזא שיינע ארבעט אבער לשלימות הענין וויל איך קלאר מאכען סאיז טאקע נישט דא קיין חילוק צווישען די סארטען ברעקעטס? ( [ { <
אין וויאזוי הייסט די אויבער שטרעכיל אין ענגליש׳'? און די מירכא כפילא״" און זייער באנוץ אגב סאיז א חילוק צווישען די גראדע אדער שיפע ׳״' "? אה פאר איך פארגעס אביסעל אינפא איבער די @ סימבאל
כהאף אז ווייל סאיז פשוטע זאכען איז עס נישט שווער צו ענטפערן אוי א הערצליכע דאנק.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:12 pm
דורך boxcover
קאמענטירער האט געשריבן:רבותי! איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט דערפון "די קאווער פון די ידיעות באקס איז אפען" כאפטס אריין!!!
[tag]boxcover[/tag]
א גרויסע שכח פארן אראפלייגען אזא שיינע ארבעט אבער לשלימות הענין וויל איך קלאר מאכען סאיז טאקע נישט דא קיין חילוק צווישען די סארטען ברעקעטס? ( [ { <
אין וויאזוי הייסט די אויבער שטרעכיל אין ענגליש׳'? און די מירכא כפילא״" און זייער באנוץ אגב סאיז א חילוק צווישען די גראדע אדער שיפע ׳״' "? אה פאר איך פארגעס אביסעל אינפא איבער די @ סימבאל
כהאף אז ווייל סאיז פשוטע זאכען איז עס נישט שווער צו ענטפערן אוי א הערצליכע דאנק.
א דאנק פאר די דאנקעס, [tag]קאמענטירער[/tag].
@ - די "עט" סיגנאל\סימבאל (כרוכית אדער שטרודל
). עס פלעגט אמאל אנגערופען ווערן די אמפערסאט, אפעטעיל אדער קאמערשאל-עט. היינט איז עס אממערסטענס באנוצט פאר די אימעיל אדרעס צו אפטיילן די באנוצער פון די דאמעין (די מעיל סערווער) נאמען, און גאר-לעצטענס אלס א טוויטער יוזער-נאמען. מען קען דאס אויך נוצען אין א שמועס. למשל
איך בין @ קאווע-שטיבל.גענומען פון
וויקיפידיע. אינטערסאנט, ס'שטייט דארט אז די סימבאל איז
רעגיסטרירט צו קאמפאני.
' - די אויבערשטרעכל אדער אפאסטראפי (אפוסטרוף). די אמת'ע פארמאט איז געדרייט (כזה:
’), אבער למען הפשטות לייענט זיך עס עפ"ר אלס
'. עס ווערט גענוצט צו פארטרעטן איינס אדער עטליכע אותיות. למשל
don't אדער
haven't (נישט ווי אנדערע שרייבן have'nt) אדער אפילו
goin' home (פאר קילע).
אויך ווערט עס גענוצט צו צושטעלן פארטרעטערשאפט פאר א חפץ אדער פלאץ. למשל
משה'ס פלאץ אדער
ניו יארק'ס גאווערנער.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:19 pm
דורך סאשי פיש
איך זע אז עס איז אפען די באקס פון ידועת פרעג איך איבער מיין קשיא
boxcover האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:רבותי! איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט דערפון "די קאווער פון די ידיעות באקס איז אפען" כאפטס אריין!!!
[tag]boxcover[/tag]
[/b].
סאשי פיש האט געשריבן:איך בין יעצט אין קאנטרי און איך שטיי און ווינדער זיך איבעראל איז דא עלעקטריק פאלס און וואלד און ווי נישט...
ווער האט עס געלייגט?
ווי אזוי האט מען עס בכלל געקענט לייגען?
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:41 pm
דורך boxcover
סאשי פיש האט געשריבן:איך בין יעצט אין קאנטרי און איך שטיי און ווינדער זיך איבעראל איז דא עלעקטריק פאלס און וואלד און ווי נישט...
ווער האט עס געלייגט?
ווי אזוי האט מען עס בכלל געקענט לייגען?
וואס איז דען די שאלה? מען מאכט א לעכל אין דער ערד, מען שטיפט די סלופּ אריין און מען שלעפט דראָט פון איין סלופּ צו די אנדערע.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:45 pm
דורך סאשי פיש
מען האט דורכגעהאקט וועלדער און פעלדער?
עס איז געגאנגען מיט א חשבון וווי יא און ווי נישט?
אויב יא פארוואס?
ווער האט עס געלייגט ? עליקטריק ? טעלפאן?
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:46 pm
דורך קאמענטירער
מיינע צוויי צענטס...
פונקט ווי וואסער און סוער איז דא איבעראל ווי מענטשען וואוינען דאס זעלבע איז מיט עלעקטער, די חילוק איז נאר אז (געווענליך) וואסער און סוער בויט די שטאט אדער די מוניצופאלע רעגורינג איז עלעקטער בויט א פריוואטע קאמפעני כ׳שטעל מיך פאר אז מעגליך די ארבעטערס האבן אפגעשניטן די ביימער צו ערמעגליכן מזאל קענען צוקומען, און שפעטער איז עס צוריק געווארען באוואקען מיט ביימער.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 9:56 pm
דורך boxcover
סאשי פיש האט געשריבן:מען האט דורכגעהאקט וועלדער און פעלדער?
עס איז געגאנגען מיט א חשבון וווי יא און ווי נישט?
אויב יא פארוואס?
ווער האט עס געלייגט ? עליקטריק ? טעלפאן?
אינדזשענירן האבן געשטעלט די מעין
גריד, און יעדע קאמיוניטי ציט דערפון לעקטער, געווענליך לויפט דאס טאקע פאראלאל מיט די ראוד.
עלעקטאריק איז אלץ געקומען פאר טעלעפאן.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
טעלעפאן ארבעט דורך עלעקטריק. (איז עלעקטריק.). נאר דער היינטיגער (פאר די לעצטע 80 יאר) סיסטעם פון עלעקטריק דיסטריביושן (סופליי פון שטראם) איז אמאל נישט געווען. ס'איז געווען אויף גאר א קליינע שטח וואו די מאשין (דזשענערעיטאר) איז געשטאנען און פון דארט האט מען געצויגן ווייערס אויף א פאר בלאקס. דער היינטיגער סיסטעם ארבעט דורך טראנספארמערס, וועלכע ברענגען דעם עלעקטרישן שטראם ארויף צו א שטארקן כוח. (500,000 וואלטס) אזוי קען עס לויפן הונדערטער מייל. און אין די רעזידענש'ל געגנטן ווערט עס צוריק פארשוואכט צו 120 אדער 220 (208) וואלטס. פאר'ן טעגליכן באנוץ.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 2:59 pm
דורך newkave
וואס איז פשט פון די q נאך יעדער תגובה פון [tag]big boy[/tag] ?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:16 pm
דורך Big Boy
newkave האט געשריבן:וואס איז פשט פון די q נאך יעדער תגובה פון [tag]big boy[/tag] ?
If I dont write a alphabet after the sentence, the period shows up on the right side. Like now.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 4:18 pm
דורך boxcover
ס'איז פארהאן אן אנדערע עצה: שרייב אין אידיש.