בלאט 45 פון 66

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 1:22 pm
דורך אלבערט איינשטיין
ווי קען מען באקומען אלע פערצן סיזענס אויף טעלעגראם. דא https://t.me/vvjdw קען מען נאר באקומען ביז צען

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 1:32 pm
דורך יהושע חיים
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:ווי קען מען באקומען אלע פערצן סיזענס אויף טעלעגראם. דא https://t.me/vvjdw קען מען נאר באקומען ביז צען

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
@bathashoter1

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 2:48 pm
דורך בת קול
https://t.me/bathashoter1

שוין דא 15 עפיסאודס. זעהט אויס עס קומט ארויס א נייע 4 טעג א וואך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 2:54 pm
דורך מפיל קינד
מנחם ציון האט געשריבן:רוחמי האט חתונה ביי די פופצן מיט א שטיבל בחור איז רעאליסטיש?

ס'איז כאטש אראפגעשפילט געווארן אויף אן אופן אז ס'זאל זיך הערן מער רעאליסטיש.

בת השוטר לויפט פון איין געשעעניש צום צווייטן, זאכן טוישן זיך צו שנעל, אז ס'זאל קענען אפי' מאכן סענס אין מיינע אויגן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 2:56 pm
דורך פארווע חסיד
זעה איך אין וויקיפידיע אז ס'קומט 40(!) פרקים..
מעיק סענס?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 2:58 pm
דורך מפיל קינד
יא. יעדע איז 20 מינוט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 10:04 pm
דורך קאווע קריטיק
בת השוטר איז חלשות. געשריבן ווי א גרובייס פילם. די כאראקטערן זענען פלאך ווי א מצה און טראגן נישט קיין שום... כאראקטער. שפארט אייך צייט און טרעפט עפעס אנדערש מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 10:28 pm
דורך בת קול
לויט ווי איך פארשטיי איז עס געמאכט פאר teenagers.
מיין עברית איז נישט די בעסטע, קען זיין איך פארשטיי נישט די גאנצע context, אבער ביי די 3טע עפיסאוד הייבט עס אן ווערן אינטערעסאנט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:09 am
דורך מפיל קינד
איך האלט שוין נאכן זען 17.

ס'איז טאקע היימיש און אינטערעסאנט צו זען ווי פרייע שפילן פרומע, אבער קיין איין חלק פון די מעשה האט נאכנישט אנגעהויבן צו מאכן סענס

נישט וויאזוי דנה איז אנגעקומען צום ראש ישיבה.
וויאזוי חני איז געווארן גוט מיט דניאל.
וויאזוי דוד האט קאנווינסט די ראש ישיבה.
וויאזוי אליהו איז אנגעקומען צום שאו.
וויאזוי איתי וויל נישט אויפגעבן צו זוכן דנה.
וויאזוי רונן דרייט זיך פראנק און פריי אויפן גאס.
וויאזוי דנה איז פרייליך אנשטאט זיין אנגעזעצט.

בכלל זענען די כאראקטורן אויסגעוועפט. רונן איז שלעכט און פארקויפט גארנישט, איתי בן חיים איז אויסגעטרוקנט, אדם איז גארנישט ווערד, שחר עקט ווי א בעבי, און די גאנצע שאו לויפט צו ווילד און שלאבעריש אן קיין טראפ ריאליטי.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:05 pm
דורך איך אויך
יע רובם שלעכטע אומערפארענע עקטערס, שלעכטע קעסטינג, שלעכטע נארישע מעשה און שלעכטע אלעס. עס קוקט אויס ווי א נידריגע באדשעט טין פליק.

בכגון דא ווען איינער האט דא אמאל צוגעגלייכט עפעס א מינדערוויכטיגע פילם צו א וועלט בארימטע סעריע (דאכט זיך צו 'פריזן ברעיק)' האט מען געשריבן ''אינגערמאן אויף וועלכע וועלט לעבסטו?''

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:50 am
דורך mevakesh
אט אט December 20
link

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:39 am
דורך מפיל קינד
געדענקן צו מאכן א שהחיינו אויף די ערשטע לעכטל פון שטיסל.

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 10:57 am
דורך אלבערט איינשטיין
11 אזייגער ארץ ישראל צייט קומט עס ארויס

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 11:08 am
דורך מפיל קינד
בת השוטר ענדיגט זיך שוין. למעשה מוז איך מודה זיין אז זיי האבן געמאכט א גוטן דזשאב מיטן איבערדרייען די מעשה עטליכע מאל, פון רונן צו די ראש ישיבה, פון מרן צו יפתח און צום לעצט, איז די רעביצין די רוצחת... ס'איז געשפילט אויף זייער א נידריגע שטאפל, לאו לעוועל, אבער די מעשה פאר זיך איז נישט אוועקצומאכן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:47 pm
דורך mevakesh
איינער האט די נייע עפיזאד אויף גוגל דרייב וכדומה?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:50 pm
דורך מנחם ציון
ס'איז שוין אינדרויסן?!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:55 pm
דורך mevakesh
מנחם ציון האט געשריבן:ס'איז שוין אינדרויסן?!

יא 7 pm israeli time

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:13 pm
דורך מנחם ציון
גיימער זיך איינהאנדלען פאפקארן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:38 pm
דורך בת קול

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:45 pm
דורך קאצקע ציקער
דאס קינד לוידט זיך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:46 pm
דורך mevakesh
בת קול האט געשריבן:אויף טעלעגראם

ישר כוח
איך האב ליידער נישט קיין צוטריט צו טעלעגראם סאו אויב איינער קען לייגען אויף גוגל דרייו וועל איך דאנקבאר זיין

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
mevakesh האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:אויף טעלעגראם

ישר כוח
איך האב ליידער נישט קיין צוטריט צו טעלעגראם סאו אויב איינער קען לייגען אויף גוגל דרייו וועל איך דאנקבאר זיין

https://drive.google.com/file/d/1-STzRg ... p=drivesdk

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:36 pm
דורך סמבטיון
יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.