בלאט 45 פון 63

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 8:39 pm
דורך פיש כאפער
משה פון ווארשע האט געשריבן:אויף גאגל מעפס קען מען זעהן די קאר 328 Blake av

יענער קאר קוקט אויס צו האבן ניו זשערסי פלעיטס, נישט פענסילוועניע פלעיטס ווי באריכטעט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:04 pm
דורך יואב
ברעט מענינג האט געשריבן:עס קען זיין אז זיי האבן עם נישט געוואלט הארגענען, נאר וואס דען זיי האבן עם ציגעמאכט דאס פיסק כדי ער זאל נישט שרייען, יעצט נאכן זיין און קאר האבן זיי שוין געזען אז ער איז שוין האלב טויט, (וועגען אטעם) קיין הצלה וואלטען זיי נישט געריפען שטייצעך, וואס טיט מען??!!! פארברענט, אריין דראפענען אין גארביטש, אזוי האפענטלעך וועט קיינער וויסן, למעשה האט זיך עס אויסגעשטעלט נישט גיט!


אזא סינעריו ווייס איך טאקע נישט צו מ'קען זיגלן מיט רויט בלוט אז ס'איז געוועזן במזיד, אבער קיין שגגה איז דאס נישט. אנטשולדיגט. כ'מיין אז ליווי ארון האט געמאכט, צו געקענט מאכן דעם זעלבן חשבון. א רעיפער ווען ער דאמפט אן אויסגעברענטן נקיבה אין א זאק אויפן וואסער, האט ער איר אויך נאר גע'הרג'ט צוליב זיכערקייט צוועקן. אין אנדערע ווערטער: מ'ברויך קענען מאכן אן אונטערשייד, צווישן א פלאן איבער רציחה, וואס די מאטיוון האבן גאנץ מעגליך געקענט זיין גענצליך אומפאראויס געזען; צו רציחה זעלבס, וואס איז יא געוועזן במזיד. איך ווייס נישט צו דאס איז די טייטש פון ואשר לא צדה. נאך א זאך. אזא מזיד-שוגג דיבאטע איז געוויס א שטיקל פארטיידיגונג מצד דעם משלח, ווי איידער די מערדער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:26 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דערוילעם כאפט הייסע לאקשן, פוירסט דעגרי מערדער, סעקאנד דעגרי, יא בכוונה, שלא בכוונה.

די קילערע שבינינו גייען סייווי נישט גלייבן די ען וויי פי די ביי סיי וועלכע ארעסט, די נאמען דעיוויד רענטע גייט צוריק ארויף אויף די ארענע

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:31 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:34 pm
דורך יואב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:דערוילעם כאפט הייסע לאקשן, פוירסט דעגרי מערדער, סעקאנד דעגרי, יא בכוונה, שלא בכוונה.

די קילערע שבינינו גייען סייווי נישט גלייבן די ען וויי פי די ביי סיי וועלכע ארעסט, די נאמען דעיוויד רענטע גייט צוריק ארויף אויף די ארענע

מ'ברויך לאו דווקא זיין קיהל; סקעפטיזם איבער יוסטיץ אין אמעריקע, איז נאך עני טיים אזוי בארעכטיגט ווי פארדעכטיגן א מזונות בייגל אין זיין המוציא.

פארט, קומט יעצט נישט אריין צו דער יא צו נישט פארברעכער, גייט יא צו נישט זיין נאך א דוד רענטה.
דער יעניגער אויפן באשולדיגונג'ס באנק, אמת'ער צו פאלשער, גייט מען דן זיין -- הפנים אויב זענען די שגגה ארגומענטן בכלל אקוראט -- צו דאס איז געוועזן א מזיד, קרוב למזיד, שגגה אדער אונס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:36 pm
דורך איינגעמיירעט
כאפטס א בליק

http://www.israelnationalnews.com/wap/I ... tem=176339

ער ברענגט נאך פון דעם רעפארט און ער פארדרייט אינגאנצען

http://www.newsday.com/news/new-york/ba ... -1.6799726

די ניוסדעי שרייבט אז זיין אקאונט south side וואס איז געווען און בעינקראפ איז אראפ פון 1.2 מילליאן ביז 190k און די וואכען פאר די פאסירונג ביז jan 6 (מאנטאג מאכען פטירה דאס קען שוין זיין פרייטאג withdrawals ) און די באנק וואס האט רעכטען אויף דעם account היות south side איז bankrupt פארלאנגט א אינוועסטיגעשין.

קומט דער ארץ שבוע מאכט א מעשה אז דאס גאנצע withdrawals איז געווען נאך די מאורע, ער רוקט דעם דעיט צו jan 9 , און געט שוין הינטס צו פערלמוטער, כאילו די רוצחים האבען דא ארוסגענומען די געלט, און ווער איז זייער מקור די ניוס דעי.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:51 pm
דורך יוסף מ
. The phone was not found attached as a tracking device to the car as had been reported, the official stressed.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:29 am
דורך [NAMELESS]
לויט נ"י טיימס איז פאליציי נאך נישט הונדרעט פערצענט זיכער אז דאס איז די ווען

http://www.nytimes.com/2014/01/16/nyreg ... ought.html

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:11 pm
דורך נאר,,פרייליך
הודו לד'
מען הערט אז הרב פערלמוטער איז שוין פריי געלאזט פון די אלע באדי גארדס וכו' די פאליציי זאגט אז די מצב איז שוין גענוג קלאר אז ער ברויך זיך נישט פארכטען פאר'ן לעבן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:29 pm
דורך [NAMELESS]
דא שטייט וועגן די זיבן מענטשן וואס די פאליס האט נעכטען אויסגעפארשט.
http://brooklyn.news12.com/news/sources ... -1.6811044

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:32 pm
דורך ודי למבין
אין אן אינטערוויא אין די עמי מאגאזין, זאגט א ברודער ר' יוצי אז די טרעקינג דיווייס וואס דער עולם רעדט פון איז נישט געווען קיין סעלפון נאר א גאר סאפיסטעקירטע דיווייס. די פאליס דעפערטמענט האט דאס נישט באמערקט. דאס איז בלויז באמערקט געווארן נאך דעם וואס מ'האט עס געשיקט צו א ספעציעלע דערפארטמענט וואס גיבט זיך אפ מיט "סקענען" די חפצים וואס קענען זיין עווידענס און אפילו זיי האבן עס נאר געטראפן נאך צוויי מאל סקענען.

אזוי אויך זאגט ער אז פאליס האט געטראפן פינגער אפדרוקן פון די רוצחים אויף די גארבידזש קען ווי ר' מנחם איז אפגעפוומען געווארן און אזוי אויך האבן זיי סאלידע די ען עי.

די ניפד האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע אפיס אינערהאלב דעם פריסינקט ווי גאר מושטירטע דעטעקטיווס ארבעטן דארט אימערמידלעך צו טרעפן דעם שוידערליכן פארשוין. זיי האבן עקסטענדעד א אפען אינועטעישען פאר די שטארק משפחה צו אריבער קומען און זען די ארבעט פון די נאנט ווען אימער זיי ווילן. ר' יוצי זאגט אז ער איז שוין כמה פעמים אריבער געגאנגען און ער קען עדות זאגן אז די ניפד נעמט די קעיס מיט די העכסטע מאר ערענסקייט.

לויטווי ער גיבט איבער טוען דעטעקטיווס כסדר אפדעיטן די משפחה ווי מ'האלט און זיי רופן אים לכה"פ איינמאל אין פיר שעה. ער איז א מליון פראצענט זיכער אז מיט סייעתא דשמיא ווען מען זיי טרעפן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 11:50 pm
דורך קאווע טרינקער
http://www.vosizneias.com/152479/2014/0 ... 0000-debt/
א חוב פון בלויז 20,000 $

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:01 am
דורך יתרו
מאכט נישט קיין סענס. צו דינגען צווי פארכאפער וואס זאלן אים נאכקוקן צוויי וואכן קאסט שוין באלד צוואנציג טויזענט דאללער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:02 am
דורך היימישער ליטוואק

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:46 am
דורך פינחס מאנדעל
סאונד ווי הבלים, מען הארגעט נישט פאר צוואנציג אלפים, ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס, ס'קוקט מער אויס ווי א שפיל פין די פאליציי צי פארדרייען א קאפ, אז די ריכטיגע מערדער זאלען טראכטען אז מען איז נישט אויף זייערע פיסטריט,

צי ס'אמת צי נישט, ווער ס'גלייבט עס, איז א שוטה, ס'איז הבל הבלים, פאר ווער ס'גלייבט עס האב איך די ברוקלין בריק צי פארקויפען פאר האלב פרייז, אין אויף פארקויף איך לאט'ס אויף די לבנה,

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:54 am
דורך רויטע וואנצעס
איך האב געמיינט פארקויפסט חלקה אין ארץ ישראל.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 6:53 am
דורך משה פון ווארשע
די פאסט שעמט זיך אפילו נישט צי שרייבן היינט אז 20,000 איז ביג באקס nypost.com/2014/01/17/police-eye-possible-suspect-in-killing-of-brooklyn-slumlord/

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:33 am
דורך הילל
פינחס מאנדעל האט געשריבן:סאונד ווי הבלים, מען הארגעט נישט פאר צוואנציג אלפים, ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס, ס'קוקט מער אויס ווי א שפיל פין די פאליציי צי פארדרייען א קאפ, אז די ריכטיגע מערדער זאלען טראכטען אז מען איז נישט אויף זייערע פיסטריט.

מען הארגעט טאקע (געווענליך) נישט פאר צוואנציג אלפים, אבער ווארענען און סטראשען טוט מען יא, און אויב אינמיטן סטראשען און דערשרעקן ווערט דער מצב קאמפליצירט, איז עס ליידער געקומען לידי הריגה. און דאס איז מסתמא ליידער געשען (און איך האב שוין עטליכע בלעטער צוריק געשריבן אז מעגליך איז דאס געשען, ווייל עס איז גרינגער אנצונעמען אז מ'איז אים נישט סתם געקומען הארגענען אפילו אויב ער איז געקומען איינעם מיליאן דאלער, ווייל איך גלייב אז יענער דארף אייביג ענדערש די געלט ווי סתם הארגענען און כבין זיכער אז נאך ערנסטע סטראשונגען וואלט ער אויפגעקומען מיט'ן געלט.).

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:56 am
דורך בן תמליון
מאכט נישט קיין פינטל סענס. פאר צוואנציג אלפים פאללאוט מען נישט צוויי וואכן, אינסטאלירט א טרעקינג דעווייס אויפן קאר און נאך אלעם קינדנעפד מען אינמיטן גאס. וואס נאכדעם וועט ער איהם נאכלויפן מיט געלט אדער גיין צו פאליס? בפרט הער איך אז עס איז זיך זיי נישט געקומען די צוואנציג אלפים, די זשאב איז געווען אויסגענומען א פרייז נאר לאחר המעשה האט דער קאנטראקאטער ג'טענה'ט עס האט געקאסט מער. עפעס טויג נישט מיט דעם גאנצן געשיכטע.

איך מיין אז וויל דער קאנטראקטער איהם צופיקסן גיסט ער אריין צוקער אין מנחם'ס מאטאר, לייגט איהם צוגרינד א בילדינג און מאכט זיכער אז מנחם חאפט די מעסעדזש בעסער באצאל מיר. דאס קידנעפן פאר א חוב איז נישט וואס איז געשען.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:35 pm
דורך מורינו הרב
הילל האט געשריבן:מען הארגעט טאקע (געווענליך) נישט פאר צוואנציג אלפים, אבער ווארענען און סטראשען טוט מען יא.


וואס? - האסט שוין אמאל געהערט אז מען זאל איינעם פארכאפן פאר א צוואנציג אלפים? - איז נישט רופן אין קארט ווי א מענטש ביליגער און מער סוקסעספול? - פאר אזעלכע קליינע סכומים טוט מען נישט אזעלכע זאכן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:52 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] האט געפענט א אשכול אין געמאכט קולות היתכן די משפחה איז נאר גרייט צו געבן א נישטיגע 25 קעי פאר דער וואס וועט איבער געבן די פארברעכער,
ווער האט געגלייבט אז די סכום וואס די משפחה איז געווען גרייט צו באלוינען איז נאכמער ווי די סכום וואס מר שטארק איז אויפציעל געווען שולדיג?
מיין גראסערי מענטש קען נעמן די לעבן פון צענדליגע מענטשען טאמער אזא סכום איז שוין חייב מיתה,

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:10 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:33 am
דורך שרייבער
איך האב דעם שבת געהערט אביסל מער פרטים איבער די 20 אלפים, וואס אויב דאס איז אמת גייען מיר זיך שעמען אויפצוהייבן די פנים פאר בושה פאר די גויאישע גאס וד"ל
ווייסט איינער וואס איך רעד?
איך בין פשוט נישט אין די משפחה פון ק"פ ממילא שרייב איך נישט, איך ווייס נישט ווי ווייט אמת ס'איז, איך בין אבער געווען זיכער אז דא גייט מען רעדן דערפון, דערווייל זע איך ס'איז שטיל, שוין כ'האף ס'איז נישט אמת