בלאט 45 פון 214

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:40 pm
דורך קאווע טרינקער
כפרה האט געשריבן:איך בין אין די מיד-דרייסיגערס און איך האב ליב צו הערן דעם דעת הקהל און צו לאזן הערן מיין דעת פאר'ן קהל. אמאל זע איך ווי מען שרייבט אזוי און אזוי, און איך האלט דווקא אנדערש. וויל איך זיך לאזן הערן. איך האב ליב מוזיק, לייען-מאטריאל, נייעס, און נאך.

וואס האלט איר וועגן שלאגן כפרות?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:59 pm
דורך שמעקעדיג
די היינטיגע מחנכים זענען קעגן שלאגן בכלל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:05 pm
דורך בן אדם
און מיין מלמד פלעגט צו זאגן: אה, און יעצט קוקסטו מיך שוין אן ווי א האן און בני אדם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 6:43 pm
דורך לאשיצער
בן אדם האט געשריבן:און מיין מלמד פלעגט צו זאגן: אה, און יעצט קוקסטו מיך שוין אן ווי א האן און בני אדם.

דאס איז אן אויסדריק מיט ייחוס. גיב נאר א קוק אין שלום עליכמס 'טביה דער מילכיגער' :lol: :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 6:52 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
בן אדם האט געשריבן:און מיין מלמד פלעגט צו זאגן: אה, און יעצט קוקסטו מיך שוין אן ווי א האן און בני אדם.

וואלסט אים געדארפט ענטפערן, פונקט קאפויער: ווי א [tag]בן אדם[/tag] אינעם האן!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:10 pm
דורך בנישראל
א גוט יאר אייך און א גמר חתימה טובה. איך בין דא ביי מיסטעק אריינגעפאלן אין קאווע שטיבל, און איך האב נישט געוויסט פין דעם געשמאקע פלאץ ווי מ'קען אוו שיין פארבערענגין, מ'הייסט שרייבן אפאר ווערטער וועגן מיך, וואס זאל איך אבער טוהן אז איך ווייס נאך נישט,,,

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:24 am
דורך גר ותושב
די אשכול איז שוין אריבער טויזנט תגובות האט איינער א חשבון וויפיל אקטיווע שרייבערס (אדער כאטש איינגעשריבענע וואס זענען דא בקביעות) עס זענען דא

Sent from my XT1056 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:40 am
דורך קאצקע ציקער
דאס איז א ציקער זיסער אשכול, איך גלייך זיך אסאך מאל זיך אריבערצוכאפן צו דעם אשכול נאכדעם וואס א נייער ניק ווערט אויפגעכאפט און פאנגט אן צו שרייבן אין גרויסן און פילט זיך שוין ווי ביים טאטן אין וויינגארטען , איז זיס צו זעהן וויזוי דאס קינד האט זיך אנטוויקלט...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:49 pm
דורך Binum
ק.י. אינגערמאן, אויסגעוואקסן מקווה נייעס און אינטעריסירט און ברייטערע וועלטליכע געדאנקען. לעבט מיטן געדאנקענגאנג אז "די וועם ס'ארט זענען נישט נוגע, און די וועם עס איז נוגע ארט עס נישט!"

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:02 am
דורך ברוך בער
א ליינער פאר א וויילע אין דעם שיינעם שטיבל, כ'קלער עס איז צייט צו אריינרעדן אויך אמאל אי"ה האפנטליך וועל איך צוגעבן עפעס נייעס. דערווייל זאל יעדער האבן א שמחת יום טוב.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:41 am
דורך זייער פרענדלי
א גוטן טייערע ברידער! קודם וויל איך זיך באדאנקן פאר אלע הערליכע ארטיקלין וואס איך האב שוין געליינט דא אין די לעטצטע פאר יאר, איינס בעסער פינעם צוייטען, טענק יא אלל! דזשאב וועל דאן!

בלייבט מיר נאר צי בעטן פינעם בוכ״ע איך זאל קענען ציגעבן צום שיינקייט פין קאווע שטיבל.

יהי לרצון אמרי פי ופי יגיד תהילתך....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:46 am
דורך געוואלדיג
שלום עליכם, יישר כח פאר זיך איינשרייבן אונז האבן ליב איינער וואס איז [tag]זייער פרענדלי[/tag].

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 12:05 am
דורך בראשית
אלס א גרינער האף איך אז איך וועל קענען טוישן די פראפייל וואס ווערט ארויסגעשטעלט ברבים אבער פאר דערווייל איז דו הסבר פשוט איך האלט פשוט אז אמאל מטעם חסרון ידועה וכדומה פעלט געוויסע יסודות אין א ענין און א בחינה פון אן עוות אשר אתה יכול לתקן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:08 pm
דורך גאסט אויף א ווייל
I just come here once in a while, usally I'm too busy for this. I work very hard and very pressured for a living.

I belong to Viznitz Monsey

My response can take a while.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:10 pm
דורך mevakesh
Don't worry if you say good we will wait for you...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 9:33 am
דורך cutty cat
i heard from a freind about kave shtibel. a nice place to hear and share all i have in me. and i'm just a human like you all people. and i'm ready to hear new things from anybody who is ready to share it with me

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 3:58 pm
דורך אן אומוויסענדע
איך בין א יונגערמאן אין די צוואנציגער וואס פרובירט צו אנאלאזירן אלסדינג די מיט אן objectiveness זאענדיג אן אלצאומווייסער וואס פרובירט צו דערגיין פון ווי דעם ווייסער "ווייסט" אלעס
איך בין נישט קיין צו אפטער שרייבער אבער איך וועל פראבירן צו שרייבן פון צייט צו צייט און איך האף אז די ליינער וועלן הנאה האבן דערפון

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 7:42 pm
דורך Anti Torah Fraud
שלום רבותי. איך קען גוט קאווע שטיבל. כ'האב אבער קיינמאל קיין ניק נישט געהאט. ס'איז מיר געווען גענוג מוט צי האלטן פון דערווייטענס. אבער לאור הפצת מיין נייעם קונטרס האב איך מחליט געווען זיך איינצישרייבן. בקיצור איך בין א מענטש וואס קאמפיינט לגלות די אמת אין די תורה און איך האב פיינט שקר. מ'וועט נאך הערן פון מיר אסאך חידושים אבער קודם העמיר אנהייבן מוט איין חידוש וואס קומט אי''ה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 7:58 pm
דורך אהרן
Anti Torah Fraud האט געשריבן:שלום רבותי. איך קען גוט קאווע שטיבל. כ'האב אבער קיינמאל קיין ניק נישט געהאט. ס'איז מיר געווען גענוג מוט צי האלטן פון דערווייטענס. אבער לאור הפצת מיין נייעם קונטרס האב איך מחליט געווען זיך איינצישרייבן. בקיצור איך בין א מענטש וואס קאמפיינט לגלות די אמת אין די תורה און איך האב פיינט שקר. מ'וועט נאך הערן פון מיר אסאך חידושים אבער קודם העמיר אנהייבן מוט איין חידוש וואס קומט אי''ה.



פתח פיך ויאירו דבריך, אויך זיי מער מרחיב איבער דיין נייע קונטרס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 11:53 pm
דורך Anti Torah Fraud
אהרן האט געשריבן:
Anti Torah Fraud האט געשריבן:שלום רבותי. איך קען גוט קאווע שטיבל. כ'האב אבער קיינמאל קיין ניק נישט געהאט. ס'איז מיר געווען גענוג מוט צי האלטן פון דערווייטענס. אבער לאור הפצת מיין נייעם קונטרס האב איך מחליט געווען זיך איינצישרייבן. בקיצור איך בין א מענטש וואס קאמפיינט לגלות די אמת אין די תורה און איך האב פיינט שקר. מ'וועט נאך הערן פון מיר אסאך חידושים אבער קודם העמיר אנהייבן מוט איין חידוש וואס קומט אי''ה.



פתח פיך ויאירו דבריך, אויך זיי מער מרחיב איבער דיין נייע קונטרס

ס'איז שוין ערשינען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 12:14 am
דורך ראשעקאל
וואס רעדט זיך עס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 12:23 am
דורך Anti Torah Fraud
גיי אריין אין אקטיווע אשכולות וועסטו זעהן
viewtopic.php?f=13&t=9673

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:00 pm
דורך פינזען האלץ
איך בין נישט קיין חסודות איך בין א פשוטע איד וואס טרייט צו פארשטיין פארוואס יעדער איז קליינקעפיק אין זיינע ד' אמות ארום זיך...
בקיצור איך בין א אינגער, מיט א מוח פין אן אלטער וואס וועפט שוין