בלאט 46 פון 213
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 4:41 pm
דורך יין שרף
ג"א מצטרף עם כיסוי קופסא, כ'גלייב אז ס'איז דא גענוג פורומים אין אנגלית, דא האבן זיך צוזאמגענומען א קבוצה ערליכע אידן וואס קענען נישט צוקוקען צום פירצה הדור פוi רעדן די טריפה'נע שפת המדינה ענגליש, און האבן געפענט א פורום אויף טאטע לשון אידיש, בעט מען די מהרסים זאלן אויפהערן מיטן מכשיל זיין אידן!
ווען משיח וועט קומען וועט ער אנווייזן אויף קאווע שטיבל "צו זיי בין איך געקומען!" צו די וואס האבן זיך געהאלטן שטארק ביים נסיון הדור אuן נישט אריינגעמישט שפת המדינה מיט שפת היאור, נאר די שפת אמת אידיש!
יא! משיח האט נאך צו וועם צו קומען!
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 11:03 am
דורך אני מת לחיות
פארוואס ווען מעסווייפט א קרעדיט כארד דארף מען נישט אריין פאונטשען א 4 # קאוד וואס דאס וועט העלפען אז קיינער וועט נישט קענען גנבענען א קרעדיט כארד אנד נוצען בלא רשות הבעלים. פונקט ווי א דעביט כארד. דאס קען סייווען מיליענס פאר די קרעדיט כארד קאמפעניס
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 8:34 pm
דורך איך אויך
אין אסאך מדינות דארף מען טאקע סיינען.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:06 pm
דורך אבגד
און סיינען קען דאך יעדער!
איז מען דען בודק די חתימה??
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:21 pm
דורך אני מת לחיות
סיינען איז גאר נישט און בעטן איי די בעטמען נישט עני וועי די איינציגסטע זאך וואס גייט זיכער מאכן אז סאיז נישט קיין גניבה איז א קאוד וואס נאר די אמתע בעל הבית וועט האבן
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 12:05 am
דורך סאשי פיש
צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען?
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 12:24 am
דורך אבגד
סאשי פיש האט געשריבן:צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען?
וואס איז די שאלה,
אוודאי!!! (קוק דא)
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 11:38 am
דורך מאראנצןזאפט
סאשי פיש האט געשריבן:צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען?
יעדער באלעקט זיך דערמיט, און לייקס ווערן בעיקר גענוצט אלס א הסכמה און אינדארסמענט פאר דער אינהאלט, וואס איז נישט אזוי ווייט שייך ביי בילדער, ספעציעל ווען דו ברענגסט זיי אי די הונדערטער, וואלט מען געדארפט א ספעציעלן סעקרעטערי אייך צו באלייקן פון צופרי ביז ביינאכט.
אבער איר זאלט אנגיין מיט א פרישקייט. איר גיט אסאך צו צו אונזער שטיבל, ספעציעל יעצט אין דער זומער, און זאלן זיין געבענטשט דאס ווינטל וואס האט אייך אהערגעבלאזן!
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 2:50 pm
דורך לאליפאפ
וואס איז נחום כ״ץ׳נס עכטע ניק דא אין קאווע. זיין אשכול איז געשריבן זייער קאווע נוסח
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 4:04 pm
דורך טעפל
יא סושי גיי אהן, סאיז געוואלדיג!
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש האט געשריבן:צו איינער איז אינטערסירט אין מיינע פיקטשערס וואס איך האלט אין איין ברענגען?
איך האב דיר געגעיבן א לייק און א ייש"כ אין א תגובה. און גארנישט.דו מאכסט זיך נישט וויסנדיג. איך בין א ביסל באליידיגט.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 9:30 pm
דורך קאמענטירער
פ״וו טאר מען נישט כאפן קיין בילדער און א געריכט צימער?
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 10:24 pm
דורך boxcover
אני מת לחיות האט געשריבן:פארוואס ווען מעסווייפט א קרעדיט כארד דארף מען נישט אריין פאונטשען א 4 # קאוד וואס דאס וועט העלפען אז קיינער וועט נישט קענען גנבענען א קרעדיט כארד אנד נוצען בלא רשות הבעלים. פונקט ווי א דעביט כארד. דאס קען סייווען מיליענס פאר די קרעדיט כארד קאמפעניס
אוי בוי, די ספעלינג, ביטע.
א פין נומער פאר יעדע קרעדיט קארד טשארדזש וועט דראסטיש פארלענגערן די ליניע ביי די קאשיער. אויך, אסאך געשעפטן האבען נישטאמאל קיין הארדווער (קיפעד) פאר די 4-דידזשיט קאוד, א שטייגער ווי א פולע-סערוויס גאז סטאנציע, די וועיטערער וואס נעמט דיין קארטל פון דיין טישל, די שנארער אין ביהמ"ד וכדומה. נאך א גרויסע פראבלעם איז אפליין פראסעסונג. וויאזוי וואלט דער מוכר (merchant) געוויסט אויב דו ווייסט טאקע די ריכטיגע פין נומער אויב זיין סיסטעם איז אפליין, און ער שרייבט נאר אפ דיין נומער? (זעה שפעטער אן עצה דערפאר.)
אבגד האט געשריבן:און סיינען קען דאך יעדער! איז מען דען בודק די חתימה??
געוויסע יא, אבער כמעט קיינער נישט. אמאל פלעג זיין אן עצה צו שרייבן
Please ask for a photo ID אויף די מקום החתימה, אבער היינט - אז קיינער קוקט סיי ווי נישט - איז עס גארנישט ווערט.
אני מת לחיות האט געשריבן:סיינען איז גאר נישט און בעטן איי די בעטמען נישט עני וועי די איינציגסטע זאך וואס גייט זיכער מאכן אז סאיז נישט קיין גניבה איז א קאוד וואס נאר די אמתע בעל הבית וועט האבן
ביזט זייער גערעכט. אבער די ריכטיגע עצה לפענ"ד איז די סיסטעם וואס אייראפע האט שוין איינגעפירט פאר די לעצטע 10 יאהר. ווער עס איז לעצטנעס געפארן אין סייוועליכער אייראפישער לאנד, איז מסתם געווארנט געווארן צו טוישן זיין קארטל אז עס זאל האבן די אריינגעבויטע טשיפ. עס ווערט אנגעפירט דורך די קאמפאני טשיפ ענד פין (chip-and-PIN), ווי יעדעס קארטל האט אן אריינגעבויטע טשיפ וואס האט דארט די פין נומער (ענקריפטעד, פארשטייט זיך), און אפילו די פראסעסינג מאשין איז אפליין, קען עס וויסן צו די פין איז ריכטיג. רוב אייראפישע אטאמאטישע מאשינען (למשל ווענדינג מאשינען, פארקינג גאראדזשעס, טרעין בילעטן, סעלוו סערוויס גאז סטאנציעס וכדומה) נעמען נישט קיין קארטן אן די טעכנאלאגיע.
אגב, אין עטליכע סטעיטס, אריינגערעכענט אין קאליפארניע, פארלאנגט די געזעץ פונעם מוכר (merchant) צו בעטן א פאטא איידי. דאס מיינט נאכנישט אז מען פאלגט.
אן אנדערע עצה וואלט אפשר געווען א בילד פונעם בעל הבית אויפן קארטל, ווי ס'איז שוין פארהאן פון געוויסע בענק.
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 10:33 pm
דורך אבגד
boxcover האט געשריבן:אגב, אין עטליכע סטעיטס, אריינגערעכענט אין קאליפארניע, פארלאנגט די געזעץ פונעם מוכר (merchant) צו בעטן א פאטא איידי. דאס מיינט נאכנישט אז מען פאלגט.
אן אנדערע עצה וואלט אפשר געווען א בילד פונעם בעל הבית אויפן קארטל, ווי ס'איז שוין פארהאן פון געוויסע בענק.
די עצה פון יוראפ איז געוואלדיג, אבער א פאטא איידי אדער א בילד אויפ׳ן קארד איז נישט אלעמאל גוט ווייל וואס איז ווען איך געב פאר מיין קינד מיין קרעדיט קארד צו גיין איינקויפן, וואס וועט אים העלפן דעם טאטענ׳ס איידי, אפשר האט דער גנב גע׳גנב׳ט יענעם׳ס בערזל מיט׳ן קרעדיט קארד און איידי און שיקט זיין קינד איינקויפן, און אוודאי א בילד אויפ׳ן קארד העלפט נישט פאר דעם, און מאכן אז נאר די קארד האלדער זאל קענען איינקויפן איז זייער נישט פראקטיש.
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 10:39 pm
דורך boxcover
קאמענטירער האט געשריבן:פ״וו טאר מען נישט כאפן קיין בילדער און א געריכט צימער?
קודם כל די פאקטן: די יו.עס. סופרים קאורט האט גע'פסק'נט אין 1981 אין די קעיס
טשענדלער וו.ס. פלארידע, אז סטעיטס מעגען ערלויבן בילדער און ווידעאס אין געריכט און עס הייסט נישט ווי מען נעמט אוועק די רעכטן פון די אנגעקלאגטער. זינט דאן האבן שוין רוב סטעיטס (כ'מיין אז אלע אויסער צוויי) געגעבן רשות. פעדעראלע געריכטן זענען א אנדערע מעשה. עס איז פארהאן די
זון-שטראל געזעץ וואס איז נאך נישט אדורך, כאטש וואס עס איז שוין אויפגעברענגט געווארן אין קאנגרעס עטליכע מאל. סופרים קאורט ריכטער דוד סאוטער האט אמאל געזאגט over my dead body ווען מען נאט גערעדט פון אריינברענגען קעמרעס אין די סופרים קאורט.
אז דו פרעגסט מיך, וועט די גאנצע קארט צימער א סירקוס סיי ווען מען האט נאך אריינגעלאזט א קעמרע איז געריכט. די ריכטיגע סיבה איז אבער מסתמא ווייל עס איז געווענדליך א פרייוועסי אישו.
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 9:48 am
דורך newkave
איך וויל וויסן-
האט מען נעכטן געבראכן די רעקארד מיט די מערסטע געמעקטע תגובות?
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 4:04 pm
דורך מאראנצןזאפט
עס גייט מיר בנפשי צו וויסן וואס איז פשט אז אינעם האטעל צימער ווארט אפ א פלעשל 20 אונס ספרינג וואסער מיט א פרייז טעג פון 5 טאלער.
וואס איז דער עומק דערפון? צו מאכן געלט? הלא 99 פראצענט מענטשן רירן עס נישט צו, זאלן זיי בעטן א טאלער מער פאר'ן סטעי, וועלן זיי מאכן מער געלט. און דער וואס כאפט זיך נישט און פליקט אויף דעם פלעשל סך הכל בלייבט ער מיט א זויערן טעם אין מויל אז איר האט אים באראבעוועט.
דא טיילט איר זייפלעך אומזיסט אז ער זאל זיך גוט שפירן און דא ווילט איר אים אנפאטשן מיט א טייערן גלעזל וואסער?
ברור לי אז ס'דא דערינען א באהאלטענעם סוד, איך האב א הרגש דערינען, אז א מענטש זאל מער מכיר טובה זיין אלעס אנדערש זיי שטעלן צו מיט דעם וואס נישט פון אלעם קען ער געניסן , אבער איך ווארט צו הערן פונעם עולם. א דאנק.
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 4:37 pm
דורך boxcover
גראדע גאנץ פשוט. עס איז די פשוט'ע $5. איי ריק ארויף די שטוב-פרייז מיט $5, דאן וועט ער הייסן טייער. (שוין אפגערעדט מיט די היינטיגע פרייז-קאמפעריסאן נעטווארקס.) די זייפליך וועלן אפשר אויך אמאל נעלם ווערן, אזוי ווי די מאהלצייטן אויף די דאמעסטישע פליגערס.
די כלל גדול אין ביזנעס לגבי פרייזן, איז אז ווילאנג די עיקר (core) פרייז איז נידריג, קען מען נאכדעם רייסן שטיקער פאר יעדע נארישקייט, ווייל דו האסט באשלאסן עס צו ניצן. אפילו יעדער פארשטייט דאך אז דאס איז א חלק פון די עיקר, און עס האט געזאלט זיין אריינגערעכענט אין די פרייז.
פון וואו האבן די west side גוים צייט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:26 pm
דורך קאווע טרינקער
ביי יעדע רויט לייט וואס שטעלט מיך אפ אויף די וועסט סייט הייוועי, ווער איך פארגליווערט מיט וואונדער.
דר'עולם לעבט דארט, איינער שפאצירט איינער לויפט, איינער אליין איינער מיט א זיווג, איינער קוקט אויף די וואסער איינער זיצט און ליינט א בוך. דאס גאנצע יקום דארט שרייט "כאילו כל מלאכתך עשויה", ס'הערש א גלאסענקייט, אויף אלע אידן געווינטשען, אבל אהה! ווען וועט דאס זיין? ווען האב איך אזא געלעגנהייט? יעדע רגע מוז עפעס אנדערשט טוהן. אויב ס'שוין יא דא אן איבריגע מינוט, רוקט זיך אונטער מנחה מעריב וואך נאכט טי פארטי.
פארוואס קענען דאס גוים יא באווייזען? האט דען גאט באשאפען broad walks פאר גוים בלבד?
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:12 pm
דורך פידלער
ס'קוקט מיר נישט אויס ווי די קאווע טרינקערס דא האבן אזוי ווייניג צייט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:14 pm
דורך קאווע טרינקער
Outch
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:18 pm
דורך פידלער
נעה, כ'האב נישט געמיינט דיך in particular. אונז זעמער אלע דא צו פארברענגען. דא איז אונזער boardwalk.
קאלטיסט'קע פון בית-שמש
נשלח: פרייטאג יולי 12, 2013 10:33 am
דורך מ גפני
איך האב מיך שוין אפאר מאל באגעגנט מיט די ווערטער דא אין שטיבל, ביטע מיר זאגן וואטס דע סטארי ביהיינד דאט