מיין אפשאצונג אויפ'ן ערשטן עפיזאד.
שטערקסטע עקטער, מנוחה אדער שולעם
שטערקסטע ליין, החיים נותנים לך לימונדה, תיקח! אבא.... וכולי....
הומאריסטישע ליניע, ווי ליפע פרובירט צו איבעררעדן גיטי'ן אויפ'ן אלג'ירער שידוך. ער זעהט דעם דיפערענץ צווישן אשכנזים און ספרדים פשוט אז "הם פשוט אוהבים את הדג שלהם קצת יותר חריף משלנו...... זייער גוט..
דאס וואס
ישעיה זאגט אז ליבי איז שוין נישטא איז די מערסטע מיושב און פארענפערט אסאך
שולעם פאלט פאר געלט, די סעקונדע ער הערט אז נחומה האט געלט הערט ער אויף קאלעכן, און ווייסט גענוי וועלכע קנעפלעך צו דרוקן.
סוכער, אלס שולעם'ס שוואגער, וויל איר פלוצלינג הייראטן פאר די זעלבע סיבה... נעמליך זי האט געוואונען די לאטארי.
ליפע שעפט נחת פון זיינע קינדער כאטש ער איז יענער צדיק. ווערט ער אבער געוואויר אז זיין יוסל'ה דער מתמיד איז א מענטש פונקט ווי יעדן און פארשטייט אויך צו א גוט שטיקל....
די פראדוצירער זענען היבש בייסיג מיט דער שטיקל פון די לעווינזון הצעה. דא זענען מיר חרדים ביזי שרייען אז אלעס איז באשערט, און שידוכים איז פון הימל. אבער ווען אלע רעדער דרייען זיך אין די ריכטונג ווי גיטי וויל נישט, איז נישט דא קיין הימל, און נישט קיין באשערט, נאר אלעס זאל זיין "לפי הספר". און ליפע, ווי אן איש כשר עושה רצון אשתו רופט אן יוסל'ה ווי המן נאכן באגאסן ווערן. (דאס איז בכלל א שטארקע טויש אין גיטי'ס כאראקטער, ווען אין די ערשטע עונה איז גיטי געווען א שדרה'לאזע פרוי, פיל מיט עמאציעס. און פון די צווייטע און ווייטער איז זי א היבשער.... כ'ווייס נישט, א ביטש? )
אוועראלל איז די עפיזאד פול מיט מחשבה, געפיל, ראמאנס, און לאזט איבער א גוטער איינדרוק אז זיי וועלן אונז נישט אנטוישן אזוי ווי ביז היינט
און צום שלוס די מיליאן דאלאר פראגע
איז שולעם גערעכט אדער די הנהלה?.....